וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

שליחה דורך גדליה »

די גאנצע וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף די צוזאמפאל פון מדינת ישראל וואס וועט פארקומען אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה.
ווי באקאנט האבן אלע גדולי ישראל פאראויסגעזען מיט זייערע ריינע הייליגע אויגן אז די מדינה פון די כופרים ורשעים וועט נישט אנהאלטן. דאס איז בעיקר באקאנט אין נאמען פון גרויסן חזון איש זצ"ל און מרן הגה"ק לוחם מלחמת ה' מסאטמאר זי"ע, וואס גדולי תלמידיו האבן געגעבן א צייט אפשניט פון זיבעציג יאר ביז די מדינה ווערט בטל כעפרא דארעא, דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום אידיש נפש.
רבותי! מיר האלטן יעצט אין די לעצטע היסטארישע מינוטן פון די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.
א היציגע מיינונגס פארשידנהייט גייט אן צווישן די עלטערע אידן וואס האבן נאך געדענקט דעם רבי'ן אין די געזונטע יארן אויב די מעמד ביטול המדינה וועט פארקומען דעם דאנערשטאג, ה' אייר מוקדם, אדער גאר אום פרייטאג, בעצם היום הזה.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט אויפגעשטעלט ווערן.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט האבן קיין קיום.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל שטייט טאקע צייטווייליג, אבער מוז עווענטועל בטל ווערן.
יעצט איז די צייט!
און חלילה וחלילה וחלילה, הס מלהזכיר, אויב די מדינה וועט נישט פיזיש צוזאמפאלן און זיך צאמלייגן ווי די טווין טורעמעס, וועלן מיר זיך אלע צוזאמנעמען אויף לי קארנער ראדני און מבטל זיין די מדינה!
דער ביד"ץ פון ווילאמסבורג האט מתקן געווען א ספעציעלע ברכה וואס מיר גייען זאגן אויף די היסטארישע מעמד ווען מיר וועלן ענדליך זען פארפולקאמט די הייליגע רוח הקודש פון אונזערע רביים וואס האבן אלעס פאראויסגעזען מיט זייערע ליכטיגע אויגן.
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וציונו על ביטול המדינה והמציאות

און אלע פינף און צוואנציג אידן וואס האבן נישט כורע געווען צום בעל וועלן זיך בוקן צום הייליגן אומאפפרעגבארן ויואל משה און אויסשרייען מיט אלע כוחות:
אמן!!!!!!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?

מ'הערט טאקע אז די חזון איש'ניקעס גלייבן שוין נישט צוואנציג יאר אין די מדינה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מה הקשר גלייבן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איני מכיר איז פשט אז ס'איז דא אבער איך בין עס נישט מכיר.
איני מאמין איז פשט אז כ'גלייב נישט ס'איז בכלל דא אזא זאך.
איני מאמין! איני מאמין! איני מאמין!
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלא
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די חזוון איש'ניקעס זענען מכיר אין מדינת ישראל אזויווי דו ביזט מכיר אין אמעריקע. ביידע האבן די זעלבע דין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
און ווען פופציג יאר איז אריבער, האט זיך עס געטוישט אויף זיבעציג. יעצט וועט מען מעגליך טרעפען א נייע נומער, אלס כפי דער נויט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די פראגע דא איז בלויז, אויב די מדינה הטמאה וועט טאקע ווירקליך אונטער גיין, וועט איר דען יא גלייבן אין וואס צדיקים האבן געזאגט? צו איר וועט טרעפן אן אנדערע אורזאך פארוואס אפצולאכן פון צדיקי אמת?

צום ענין: רבינו הקדוש זי''ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין דאטום ווען די מדינה גייט ווירקליך אונטערגיין. דאקעגן פרעזידענט טרומאן האט יא געגעבן, ער האט געהאלטן אז אז די מדינה וועלכע איז ארום גענומען מיט פינסטערע אידן-האסער פון אלע דריי זייטן וועט נישט דויערהאפטן קיין גאנצע יאר!

וואס רבינו הק' זי''ע האט יא געזאגט איז: אז בעפאר משיח וועט קומען ווען נישט בלייבן קיין איין גאנצע געביידע אין דעם הייליגן תל אביב.

ווי אויך האט רבינו הק' געזאגט נאך בעפאר די מדינה איז ווירקליך צושטאנד געקומען. אז ער פארכט זיך זייער פון צוויי זאכן: איינס אז די קאמוניסטן וועלן פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד און די ארומיגע לענדער. צווייטענס אז ס'וועט געלונגן פאר די ציונים אויפצושטעלן א מדינה אין ארץ ישראל. א זאך וואס האט אין יארן פון די ערשטער וועלטס קריג אויסגעקוקט גאר ווייט פון די ווירקליכע מציאות.

איבריג צוזאגן א ביידע זענען ליידער מקיים געווארן. און ווער האט דערלייגט? בלויז דער הייליגער באשעפער. א דאנק די דאזיגע צוויי געשענענישען האבן שווערע מיליאנען אידן גענצליך אויפגעהערט צו זאגן דעם פסוק פון שמע ישראל השם אלקינו השם אחד!

און ווער פרייד זיך דערמיט? די חילונים! די קאמוניסטן! (אויב ס'עקזעסטירט נאך אזא באוועגונג) די קאווע שטיבל שרייבער! און די OTD כופרים!

יחי מדינת ישראל! לעבען זאל חבר סטאלין! נידער מיטן בורא עולם!

סאיז בלויז א וואונדער פארוואס מ'זאג מער הלל בלויז ה' אייר, פארוואס זאל מען דען נישט אויך זאגן הלל אין די טאג וואס ס'איז געלונגן פון די רויטער קומוניסטן צו הרג'נען ניקאליי און פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

:lol: :lol: :lol: :lol:

יויש קאך לעפל איך קען נישט סטאפן צו לאכן... איינער האט א טישו
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ערעב ליטוואק זייט נישט ברויגז. אויסער דעם וואס איר זענט צום באדויערן נישט צו שטארק קליג, זענט איר אויך אן היפשער אפיקורס.

ובזה יצאתי מצוות מחאה. און האטס מיר א ג.. טאג...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

גדליה האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol:

יויש קאך לעפל איך קען נישט סטאפן צו לאכן... איינער האט א טישו


כ'ווייס....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קאך_לעפל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ערעב ליטוואק זייט נישט ברויגז. אויסער דעם וואס איר זענט צום באדויערן נישט צו שטארק קליג, זענט איר אויך אן היפשער אפיקורס.

ובזה יצאתי מצוות מחאה. און האטס מיר א ג.. טאג...
איך בין נישט ברוגז, ייש"כ פאר׳ן זיך זארגען פאר מיר. ובזה יצאתי ידי חובת ..........

בד"וו, דאס ברכה ׳האט׳ס א גוטען טאג׳ פאסט זייער פאר די מדינה, ווייל מער ווי א טאג האט זיך דאך נישט......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

אלע סיפורי צדיקים וואס חסידים הבן זיך מיט דעם מחזק געווען אין אמונה - איז שקר, אבער די באבא מעשה פון די מדינה - איז אמונה - און ווער ס' גלייבט נישט איז א אפיקורס - "עולם הפוך ראיתי".
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״. (פארקערט גאר, די ״פרייע״ זענען נישט אזוי אנציקט פון די מדינה געווענטליך) קענסט שרייען וואס דו ווילסט, קאמיוניסטן, אט״ד, כופרים, פושעים, רוצחים. קענסט סטראשענען די גענז, אז איבערמארגן גייט זיך גאנץ תל אביב איבערדרייען און אט אט גייט שוין יעדער איינער איינזעהן אז די רביזיכרונולברכה גייט קומען צוגיין פון זיין קבר און אומווארפן די מדינה. סוועט דיר גאנץ ווייניג העלפן. טראמפ איז פרעזידענט דערווייל און די מדינה שטייט מיט די קאמיוניסטן אינאיינעם.

נ.ב. יעדע מאל די סאטמארע שעלטן שרייען זיי קאמיוניסטן!? אפילו קאמיוניסטן קומען נישט אריין אין די שמועס בכלל. איינער ווייסט פארוואס?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״. (פארקערט גאר, די ״פרייע״ זענען נישט אזוי אנציקט פון די מדינה געווענטליך) קענסט שרייען וואס דו ווילסט, קאמיוניסטן, אט״ד, כופרים, פושעים, רוצחים. קענסט סטראשענען די גענז, אז איבערמארגן גייט זיך גאנץ תל אביב איבערדרייען און אט אט גייט שוין יעדער איינער איינזעהן אז די רביזיכרונולברכה גייט קומען צוגיין פון זיין קבר און אומווארפן די מדינה. סוועט דיר גאנץ ווייניג העלפן. טראמפ איז פרעזידענט דערווייל און די מדינה שטייט מיט די קאמיוניסטן אינאיינעם.

נ.ב. יעדע מאל די סאטמארע שעלטן שרייען זיי קאמיוניסטן!? אפילו קאמיוניסטן קומען נישט אריין אין די שמועס בכלל. איינער ווייסט פארוואס?


גערעכט! גערעכט! הייליג גערעכט! ס'איז מיר פשוט נישט בייגעפאלן. שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן....

אז מ'רעדט שוין יא. איז דאס אמת אז רבי מאטל ז''ל פרעגט זיך צו פארטוישן די ציין פאר די אויגן פון די איבעראשטע צושויער ביי די הייליגע טישן? אדער דאס איז בלויז א ראדני מקוה לעגענדע?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יא יא, ר׳ מאטעלע ״דער סאטמארער״ און ״אנטי ציוני״ פלעגט ארויסנעמען די פאלשע ציין. מהאט שוין גערעדט פונדעם. איז דאס די איינציגסטע טשעפע וואס דו האסט?

יעצט גיי צוריק אין די אנדערע בור אפשר דארט וועסטו קלוגער ווערן. דערווייל רעדסטו ארויס פון א אל״ף בינ״ה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך יהודי פשוט »

שבת אחים האט געשריבן:הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״.


איך ציטיר דא וואס איך האב באקומען אויף אידישע נייעס:
אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.

די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גוטמאן אינסטיטוט קען זאגן וואס זיי ווילן איבער יום העצמאות. רוב פרומע-אידן אויפן כדר הארץ זענען די גרעסטע שטיצער פון די מדינה און די רעיון הציוני, די לעצטע הונדרעט יאר. דוקא די פרומע. סאיז א פאקט! זאלסט מיר מוחל זיין אז גוטמאן האט געפרעגט דריי ירושלימע דזשאבעס, בעסער געזאגט: אפילו דריי הונדרעטער, אדער דריי טויזנט, פרעגט עס נאכאלץ נישט אפ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך יהודי פשוט »

שבת אחים האט געשריבן:גוטמאן אינסטיטוט קען זאגן וואס זיי ווילן איבער יום העצמאות. רוב פרומע-אידן אויפן כדר הארץ זענען די גרעסטע שטיצער פון די מדינה און די רעיון הציוני, די לעצטע הונדרעט יאר. דוקא די פרומע. סאיז א פאקט! זאלסט מיר מוחל זיין אז גוטמאן האט געפרעגט דריי ירושלימע דזשאבעס, בעסער געזאגט: אפילו דריי הונדרעטער, אדער דריי טויזנט, פרעגט עס נאכאלץ נישט אפ.
א שאד די צייט זיך צו טענה'ן אויף א מציאות וואס נישט איך און נישט די קענען אויף ווייזן

געשיקט געווארן פון מיין סעמסאנג, זיך באנוצנדיג מיט טעפ-א-טאק
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
און ווען פופציג יאר איז אריבער, האט זיך עס געטוישט אויף זיבעציג. יעצט וועט מען מעגליך טרעפען א נייע נומער, אלס כפי דער נויט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ניין, ס'האט זיך נישט געטוישט אויף זיבעציג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

פופציג האט דער חזו''א געזאגט ביי איינע פון די שפעטערדיגע מלחמות. נישט ביים גרינדונג.
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

קאך_לעפל האט געשריבן:די פראגע דא איז בלויז, אויב די מדינה הטמאה וועט טאקע ווירקליך אונטער גיין, וועט איר דען יא גלייבן אין וואס צדיקים האבן געזאגט? צו איר וועט טרעפן אן אנדערע אורזאך פארוואס אפצולאכן פון צדיקי אמת?

צום ענין: רבינו הקדוש זי''ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין דאטום ווען די מדינה גייט ווירקליך אונטערגיין. דאקעגן פרעזידענט טרומאן האט יא געגעבן, ער האט געהאלטן אז אז די מדינה וועלכע איז ארום גענומען מיט פינסטערע אידן-האסער פון אלע דריי זייטן וועט נישט דויערהאפטן קיין גאנצע יאר!

וואס רבינו הק' זי''ע האט יא געזאגט איז: אז בעפאר משיח וועט קומען ווען נישט בלייבן קיין איין גאנצע געביידע אין דעם הייליגן תל אביב.

ווי אויך האט רבינו הק' געזאגט נאך בעפאר די מדינה איז ווירקליך צושטאנד געקומען. אז ער פארכט זיך זייער פון צוויי זאכן: איינס אז די קאמוניסטן וועלן פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד און די ארומיגע לענדער. צווייטענס אז ס'וועט געלונגן פאר די ציונים אויפצושטעלן א מדינה אין ארץ ישראל. א זאך וואס האט אין יארן פון די ערשטער וועלטס קריג אויסגעקוקט גאר ווייט פון די ווירקליכע מציאות.

איבריג צוזאגן א ביידע זענען ליידער מקיים געווארן. און ווער האט דערלייגט? בלויז דער הייליגער באשעפער. א דאנק די דאזיגע צוויי געשענענישען האבן שווערע מיליאנען אידן גענצליך אויפגעהערט צו זאגן דעם פסוק פון שמע ישראל השם אלקינו השם אחד!

און ווער פרייד זיך דערמיט? די חילונים! די קאמוניסטן! (אויב ס'עקזעסטירט נאך אזא באוועגונג) די קאווע שטיבל שרייבער! און די OTD כופרים!

יחי מדינת ישראל! לעבען זאל חבר סטאלין! נידער מיטן בורא עולם!

סאיז בלויז א וואונדער פארוואס מ'זאג מער הלל בלויז ה' אייר, פארוואס זאל מען דען נישט אויך זאגן הלל אין די טאג וואס ס'איז געלונגן פון די רויטער קומוניסטן צו הרג'נען ניקאליי און פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד...

די אייבישטער האט דערלייגט? אוי וויי פארוואס איז ער זיך נישט געקומן זיך דורכרעדן מיט דיר פאר'ן מאכן אזא נארישע דיעל?
דו שוטה גיי צוריק צו דיין לעכל ביז מ'רופט דיך אז ס'איז נישט דא קיין מזומן ביי די פראטעסט
פארשפארט