זר זהב האט געשריבן:דאס אז די רבי האט אוועקגעשטעלט אין אמעריקע "אלעס" וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, און אלעס מיינט אלעס! נאר דעם עירוב האט ער אויסגעלאזט!
דער שב ואל תעשה פון רבי'ן איז דער גרעסטער אינדיקעטער וואס דער רבי האט געהאלטן לגבי מאכן אן עירוב אין ווילי.
איך האב ממש לעצטנס געהאט א שמועס מיט א תלמיד פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און אים געפרעגט איבער דעם עירוב פרשה און וואס זיין רבי האט געהאלטן, האט ער מיר געזאגט אז זיין רבי ר' מ"ד האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון מאכן דעם עירוב (ווי מען האט געוואלט איינרעדן דעם עולם) און אויך אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט אים שטארק געשטופט דערצו, נאר ער איז שוין נישט געווען ביי די כוחות און האט עס ליידער נישט אויסגעפירט.

איך האב נישט געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיט דעם תלמיד, נאר איך אליינס האב געהאט די זכי' צו רעדן מיט אים און ער זאגט אז ער האט געהאט שייכות מיט ר' מיכאל בער איבערן עירוב, און ער רעדט מיט ווייטאג איבער די ליגנס וואס ווערן פארשפרייט אין שטאט.
און ווען עס איז געווארן צי הייס האט מען אראפגענומען די דלתות און אומפארשעמטערהייט געשריבן אז די עירוב איז אלע יארן נאר געווען פאר די גויים וועלכע שלעפן די פארענטשעס..
זר זהב האט געשריבן:דאס אז די רבי האט אוועקגעשטעלט אין אמעריקע "אלעס" וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, און אלעס מיינט אלעס! נאר דעם עירוב האט ער אויסגעלאזט!
דער שב ואל תעשה פון רבי'ן איז דער גרעסטער אינדיקעטער וואס דער רבי האט געהאלטן לגבי מאכן אן עירוב אין ווילי.
איך האב ממש לעצטנס געהאט א שמועס מיט א תלמיד פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און אים געפרעגט איבער דעם עירוב פרשה און וואס זיין רבי האט געהאלטן, האט ער מיר געזאגט אז זיין רבי ר' מ"ד האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון מאכן דעם עירוב (ווי מען האט געוואלט איינרעדן דעם עולם) און אויך אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט אים שטארק געשטופט דערצו, נאר ער איז שוין נישט געווען ביי די כוחות און האט עס ליידער נישט אויסגעפירט.
פאר א בעלזער קענסטו פארקויפען די לאשקען
אין קונטרס החוט המשולש - וואס איז תולדות פין הרב יעקב יצחק ניימאנן זצ"ל, געדריקט דארך פאפא ווערט געברענגט א שמועס וואס דער רב האט געזאגט חודש אלול תשס"ה אין די פאפא בית הוראה:
"... דער רבי האט מיר אמאל פארציילט: ער איז אמאל אריין צום סאטמאר רבי זצ"ל בנוגע מתקן זיין אן עירוב דאהי. האט מיר די סאטמאר רבי געזאגט איך קען דאס מאכן, אבער איך זאל דאס נישט מאכן אינגאנען אליין, נאר איך זאל מיטנעמען מיט מיר אנדערע, ווייל דא אין אמעריקע איז נישט זיכער ווי לאנג מען וועט בלייבן און די זעלבע שטאט, (אין די עירוב וועט בלייבן אן השגחה) און די רבי איז טאקע געגאנגען למעשה און געקלעטערט מיט די קינדער יבלחט"א ועד רבנים"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
הקטן האט געשריבן: אין קונטרס החוט המשולש - וואס איז תולדות פין הרב יעקב יצחק ניימאנן זצ"ל, געדריקט דארך פאפא ווערט געברענגט א שמועס וואס דער רב האט געזאגט חודש אלול תשס"ה אין די פאפא בית הוראה:
"... דער רבי האט מיר אמאל פארציילט: ער איז אמאל אריין צום סאטמאר רבי זצ"ל בנוגע מתקן זיין אן עירוב דאהי. האט מיר די סאטמאר רבי געזאגט איך קען דאס מאכן, אבער איך זאל דאס נישט מאכן אינגאנען אליין, נאר איך זאל מיטנעמען מיט מיר אנדערע, ווייל דא אין אמעריקע איז נישט זיכער ווי לאנג מען וועט בלייבן און די זעלבע שטאט, (אין די עירוב וועט בלייבן אן השגחה) און די רבי איז טאקע געגאנגען למעשה און געקלעטערט מיט די קינדער יבלחט"א ועד רבנים"
די מעשה איז מיר נישט קלאר. האט דער פאפא רב טאקע דעמאלס געשאפן א ועד הרבנים? ווער זענען זיי געווען? (אגב, שלום עליכם ר׳ הקטן. ועליו הכתוב אומר זה הקטן גדול יהיה.)
אין די בריוו וואס פאפא רב אין ב.פ. האט געשריבן פאר רבי חיים לייב פאר די ב.פ. עירוב שרייבט ער וועגן זיין טאטען: "...ובסוף ימיו השתדל בעצמו בעשיית העירוב בוויליאמסבורג ושלח את אחי הגדול שליט"א לסובב לבדוק את העירוב, יחד עם הגה"צ מהאליין שליט"א ועוד רבנים חשובים..."
בדרך אגב ווייזט דאס ווי לעכערליך די טענה פין די מתעקשים "מע-סוי-רע"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
איך גלייך זייער ווי די זאליס וועלכע ווילן פארדעקן זייער אומאראלישע אויפגעפירעכטס מיטן שיקן בחורים נאכשרייען נשים וואס טראגען מיטן עירוב זענען זיי ביזי אראפצורייסן ר' אהרן וועלכע הייסט נישט שרייען ''ווייל ער איז נישט דער פילאט''
ר' אהרן איז קיינמאל נישט געווען אזא פילאט ווי זייט ער איז געווארען זעלבסשטענדיג, קוק וויפיל פראיאקטען ער האט דערליווערט זינט ער איז זעלבסטשענדיג אין ווי משועבד ער איז געווען (צו דעם וואס האט אויפגענומען ר' זלמן לייב פאר רבי) ביז ער האט זיך פין אים אפגעלאזט ר' אהרן'ס גאנצע כח בעבר איז נאר געקומען דורך יענעם וועלכע האט אמאל געפירט די וועלט, אין ער איז געווען נכנע אינטער אים, (פינקטליך אין ווען אין פארוואס וועל איך דיסקאסירן אין 'צימעס' ווען מיין צייט וועט ערלויבען) לדוגמא, ר' אהרן האט ביז תש''ס נישט געקענט ערלעדיגט אז מ'זאל מאכען סיי וועלכע שינוים אין די ישיבה אין קרית יואל ווייל 82 האט ג'טענה'ט אז עס איז דא וויכטיגערס ווי דעם אויפן טיש, די ק''י ראה''ק האבען נישט געקענט פועל'ן ביי דעם משלח ער זאל נישט טוהן וואס ער האט געטוהן מיט ילד שעשועים, אוודאי היינט צו טאגס שפאנט מען איין אלע פראפאגאנדע צו פארטושן די מוחות, אבער קיין מציאות קען קיינער נישט טוישן
לענינו, פאר די זעלבע סיבה פארוואס סאטמאר האט קיינמאל נישט איינגעפירט מ'זאל נאכשרייען די וויזניצער וועלכע טוהן שוין מלאכות פאר די 72 טראץ וואס זיי זענען אין וומ''ס אסאך א קלענערע מיעוט ווי די קהילות וואס טראגען מיט די עירוב, טראץ וואס זיי האבען שוין געטוהן מלאכות בפרהסיא אין צומאל להכעיס אסאך בעפאר די סאטמערע מחלוקה האט אויסגעבראכען דאן פארוואס זאל סאטמאר הייסן נאכשרייען די וואס טראגען מיטן עירוב נאכדערצו אז עס גרעניצט זיך מיט אזעלכע נידריגע מעשים, אזש מ'האט שוין אראפגעצויגן א שייטל פין א פרוי פארענט פין קינגס טערעס
מיין גרעסעט שאלה איז צו די בעלי דרשנים וואס העצען די יוגענט צו שרייען, ווי זענען זיי אליינס? האט איר זיי אמאל געזעהן שרייען? אין פארוואס טאקע זעהט מען נאר אזא שוואכע מספר שרייערס, פין ווי ווייסן די אלע בחורים אז די בעלי דרשנים מיינען בלויז פאליטיק אין שנאה?

איך גיי נישט אריין און די סאטמערע פאליטיק (עס אינטערסירט מיך ווי די פאר יאריגע שניי) און נישט אין די ערוב פאלטיק אבער איך האב שוין געזעין מער ווי איינמאל און מער וויי איינס פון די חשובע רבנים ביי סאטמער מהרז"ל שרייען שבת

וועם האסטו געזעהן? איך האב שוין גענוג געוואקט לעבן ר' זלמן לייב פילאף ווען א יונגערמאן מיט א טלית האט געטראגען אויף בעדפארד אין ער האט עס איגנארירט (ביי די קעריזשעס האט ער דאך זיכער נישט באמערקט..) די זעלבע האב איך געהערט אויף ר' שלמה לייב וויינבערגער אין ר' מנשה פרידמאן
אין די ערשטע יאר האב איך געזען הגרז"ל פילאפ אדורכגיין א פרוי מיט א באגי, און אויפהייבן אזא געשריי אויף איר, מיט א קול וואס כ'האב נישט געחלומ'ט אז ער פארמאגט אפילו.. ס'האט בכלל נישט געשטימט מיט זיין קערפער מאס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
יידל האט געשריבן:יא, לעמיל זאגט אמת. און די ערשטע יארן פון די מערכה פלעגט הגרז"ל פילאפף און הגרש"ל וויינבערגער שרייען בכבודם ובעצמם. שפעטער האבן זיי אויפגעהערט.
אפשר איז דעמאלסט געווען א צורך שעה ווייל ר' אהרן האט געזאגט אז מ'דארף נישט שרייען אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס דעמאלטס איז עס געווען א א מצוה אין היינט נישט
מחאה איז בדרך כלל,,,, א מצוה פאר יודען וואס השי"ת קאכט זיי אין דע בלוט אין זענען מקיים אלע מצוות עשה אין ל"ע,אבער היות ווי עס קוקט אויס איז דאס איבערגעגעבען געווארען ליידער פאר אלע מנוולים אין חזירים וואס באמערקען יעדען קעריטש דריי בלאקס אוועק,, אין אפילו א קליין מחזור אין דע האנט פין א מיידעל בעיצומו של יום הכיפורים,,,,,אין דע זענען די מוחים ????? בכגון דא וואלט רביה"ק זי"ע אויסגעשריגען בקול חוצב להבות אש.......מי ביקש זאת מידכם רמוס חצירי......זיצט אינדערהיים אין זייט אייך נישט מטמא די אויגען..........
געהערט דעם יו״ט אז סאיז געווען א פלאן אז ר׳ אהרן ט״ב זאל מתיר זיין די עירוב און וומסב״ג, די סיבה דערצו האט געדארפט זיין אז סאיז נישט מעגליך פאר א פרוי צו זיין איינגעשפארט אין די קליינע דירות, סאיז אבער נישט געשעהן
סאיז דא וואס זאגן אז רבי געציל איז נישט מסכים, איך קוק עס אן זייער פאזעטיוו, איך גלייב נישט רבי געציל קען אים שטערן אדער אז ער רעכענט זיך אפילו מיט אים.