וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קיימאל נישט געוואוסט אז פאנעוויזער רב איז געווען א ציוני. ס'נאר אינטערעסאנט אז די צוויי גרעסטע לינקע פאליטישע כוחות ביי די חרדים, הרב שך און להבחל"ח בעלזא רב, זענען ביידע זייערע פארגייער געווען פונקט דאס פארקערטע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב יעצט געהאט א וואטסעפפ שמועס מיט מיין צווייטע קאזין, א מתנחל אין א"י. איך האב איהם געפרעגט וויאזוי די מנהגים גייען, וואס איז די גייסט ביי זיי. ער איז פון קרית ארבע אריגינעל, היינט אין יצהר, און א תלמיד פון הרב דוב ליאור. זאגט ער מיר אז עס איז א בחינה ביי זיי פון חול המועד. די ברכה אויף הלל איז נאך נישט געפסקנ׳ט, אבער עפ"י רטב אשכנזים זאגען יא. ספרדים האבען שאלות ווייל הרב עובדיה האט געהאלטען אז נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ברכה אויף הלל איז נאך נישט געפסקנ׳ט, אבער עפ"י רטב אשכנזים זאגען יא. ספרדים האבען שאלות ווייל הרב עובדיה האט געהאלטען אז נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דארט אין יצהר זאגט מען ביינאכט אויך, אדער נאר בייטאג?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

יש קהלות גם בערב. אזוי האט ער מיר געשריבען. איך האב געמיינט מער די גייסט ווי די מנהגים. עס איז וו שושן פורים צו וואס. יעדער שמחה קען מען מאכען, אבער באפליכטעט איז מען מיט גארנישט. אזוי האב איך פארשטאנען.

ער זאגט מיר אויך אז נאך זיבעציג יאר, האפען זיי פאר עפעס ניי א נייעם ריכטונג אין די מדינה, אזוי ווי א טייטעלבוים וואס נעמט זיבעציג יאר ביז ער מאכט פירות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער זאגט מיר אויך אז נאך זיבעציג יאר, האפען זיי פאר עפעס ניי א נייעם ריכטונג אין די מדינה, אזוי ווי א טייטעלבוים וואס נעמט זיבעציג יאר ביז ער מאכט פירות.

על פי קבלת הגר"א, דארף די תהליך הגאולה צו געדויערן זיבעציג יאר. ס'האט אויך מיט דעם אז ס'איז פופציג יאר פון שחרור ירושלים ויו"ש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פשטו ידיכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 6:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך פשטו ידיכם »

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פשטו ידיכם האט געשריבן:https://youtu.be/FR29zD7AtAY

גראדע זיין זיידע ר' אברהם חיים זי"ע איז געווען א שטארקע ציוני, ער פלעגט רעדן קעגן צוריקגעבן שטחים נישט ווייניגער פון ליובאוויטשע רבי. איך זעה אז ער גייט אין זיידנ'ס וועגן. דאכצעך מיר אז זיין זיידעס ניגונים האבן אין זיך א שמעק פון קומזיץ סטייל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך יהודי פשוט »

אינטערעסאנט אז ביי סאטמאר'ער חסידים איז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה געוועהן א קנאי און אנטי ציוני אויסער די פאר אויסגערופענע ציונים ווי קוק וכדו'

ווידער ביי די אלע וואס זענען אנטי סאטמאר האלטן אז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה איז געוועהן א ציוני אויסער סאטמאר'ער רב זצ"ל און זיינע שטיצער

וואס דאס ברענגט ארויס אז באמת איז קיינער נישט אויפריכטיג און יעדע זאגט וואס ס'שטומט בעסער מיט זיין צד
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ביי סאטמאר'ער חסידים איז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה געוועהן א קנאי און אנטי ציוני אויסער די פאר אויסגערופענע ציונים ווי קוק וכדו'

איך בין זייער אויפריכטיג מיט וואס איך זאג, אויף רוב פון די מענטשן וואס איך האב גערעדט, האב איך געהערט מכלי ראשון אדער מכלי שני, און דו קענסט עס נאכגיין אויב דו ווילסט, נישט סתם קיין מעשיות וואס איך האב געליינט אין די בלאט. דו ווילסט קומען מיט מיר קיין פאנעוויטש זען די פאן הענגען, אדער דו ווילסט גלייבן מעשיות פון די בלאט? איך האב געהערט פון ר' אברהם וואס האט געהערט פון ר' ברוך וואס האט געהערט פון בעלזא רב זי"ע אזעלכע דברי ציונות, אז די האר פון קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלן. וועם זאל איך ענדערש גלייבן, די צוויי אידן וואס זענען זייער באגלייבטע און ערליכע מענטשן, אדער די בלאט? אדרבה, אז דו האסט וואס צו זאגן בין איך אלעמאל מער ווי גרייט צו הערן. שוין יארן וואס איך זיך איינער וואס זאל מיך צוריקברענגען די אמונה הטהורה, אבער ווי מער צייט ס'גייט דורך אלץ א גרעסערע ציוני ווער איך, און דו מיט דיינע חברים זענען אסאך שולדיג אין דעם. פשוט פון זען וואספארע בורים ענק זענען סיי אין תורה און סיי אין היסטאריע, און ווען איך קום מיט זאכליכע טענות, ענטפערט מען מיר מיט שטותים, און די אנדערע צד האבן אלע זייערע שיטות געבעקט פון תנ"ך, גמרא, מדרשים, ראשונים, אחרונים, און היינטיגע, אוודאי וועל איך ענדערש אננעמען זייער צד. און קום מיר נישט זאגן אז איך זאל לערנען ויואל משה, ווייל איך האלט שוין נאכדעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך יהודי פשוט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין זייער אויפריכטיג מיט וואס איך זאג, אויף רוב פון די מענטשן וואס איך האב גערעדט, האב איך געהערט מכלי ראשון אדער מכלי שני, און דו קענסט עס נאכגיין אויב דו ווילסט, נישט סתם קיין מעשיות וואס איך האב געליינט אין די בלאט. דו ווילסט קומען מיט מיר קיין פאנעוויטש זען די פאן הענגען, אדער דו ווילסט גלייבן מעשיות פון די בלאט? איך האב געהערט פון ר' אברהם וואס האט געהערט פון ר' ברוך וואס האט געהערט פון בעלזא רב זי"ע אזעלכע דברי ציונות, אז די האר פון קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלן. וועם זאל איך ענדערש גלייבן, די צוויי אידן וואס זענען זייער באגלייבטע און ערליכע מענטשן, אדער די בלאט? אדרבה, אז דו האסט וואס צו זאגן בין איך אלעמאל מער ווי גרייט צו הערן. שוין יארן וואס איך זיך איינער וואס זאל מיך צוריקברענגען די אמונה הטהורה, אבער ווי מער צייט ס'גייט דורך אלץ א גרעסערע ציוני ווער איך, און דו מיט דיינע חברים זענען אסאך שולדיג אין דעם. פשוט פון זען וואספארע בורים ענק זענען סיי אין תורה און סיי אין היסטאריע, און ווען איך קום מיט זאכליכע טענות, ענטפערט מען מיר מיט שטותים, און די אנדערע צד האבן אלע זייערע שיטות געבעקט פון תנ"ך, גמרא, מדרשים, ראשונים, אחרונים, און היינטיגע, אוודאי וועל איך ענדערש אננעמען זייער צד. און קום מיר נישט זאגן אז איך זאל לערנען ויואל משה, ווייל איך האלט שוין נאכדעם.

די נער זאל ארויס גיין פון מקוה...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יהודי פשוט האט געשריבן:די נער זאל ארויס גיין פון מקוה...

הוא אשר דברנו. דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, און דו האסט נאך די חוצפה מיך פארצוהאלטן הלמאי איך בין א ציוני.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך יהודי פשוט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:די נער זאל ארויס גיין פון מקוה...

הוא אשר דברנו. דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, און דו האסט נאך די חוצפה מיך פארצוהאלטן הלמאי איך בין א ציוני.

איך ווייס נישט צו דו ליינסט וואס איך שרייב אדער דו ליינסט עפעס אנדערש אבער עפעס איז נישט בסדר מיט דיר, איך האב געשריבן א תגובה ווי איך האב ארויס געברענגט אז כמעט יעדער וועט דרייען די פאקטן אז זיי זאלן שטימען מיט זיין אגענדע, איך האב נישט גערעדט פון קיין שום אינדעווידואלער מענטש, און אויך נישט פון קיין ספעציפישע גרופע פון מענטשן, דו האסט גלייך אנגעהויבן זיך פאר'ענטפערן מיט א שארפקייט אז אלעס וואס דו זאגסט איז אמת און איך און מיינע חברים האבן גורם געוועהן אז די זאלסט ווערן א ציוני (איך גלייב נישט אז דו ווייסט בכלל וואס דאס איז) מיט אונזערע שקרים וכו' .

האב איך אויף דעם ארויף גע'ענפערט מיט'ן באקאנטע מעשה אז איינער האט אמאל אויס גערופן אז די נער זאל ארויס גיין פון מקוה, האט איינער זיך אנגערופן פארוואס פארשעמסטו מיך, בערך אזא פנים האט עס געטראגן ווען איך האב גערעדט פון א כלליות'דיגע פראבלעם וואס איז פארהאן ביי אסאך מענטשן און דו האסט באלד געשפירט פאר וויכטיג זיך צו פאר'ענטפערן ווייל אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל.

איך מיין אז אלעס וואס איך האב דא מסביר געוועהן איז גאנץ פשוט און פארשטענדליך, אבער זעהט אויס אז אזעלכע אויף געקלערטע ווי דו זענען פשוט צו קלוג צו פארשטיין אזעלכע דברים פשוטים

יעצט האסטו צוריק געשריבן עפעס אפאר ווערטער אין לשון קודש און אפאר ווערטער אין אידיש און כ'האב נישט קיין אנונג וואס די רעדסט (אז די אליינס ווייסט נישט פון ווי זאל איך וויסן), די הייבסט אן מיט הוא אשר דברנו, איך וואלט זייער געוואלט וויסן וואס איז דער "הוא" אשר דברנו, נאכדעם שרייבסטו אז איך האב די חוצפה (איך האב נישט קיין אנונג ווי חוצפה קומט דא אריין) דיך פאר צוהאלטן אז די ביסט א ציוני, איך האב נישט קיין השגה ווי די האסט געזעהן אז איך האב דיר פארגעהאלטן פאר'ן זיין א ציוני (איך גלייב נישט אז דו ווייסט בכלל וואס דאס איז), די ביסט בערך אזוי ווי אלטר משה גאלדבערגער וואס אין יעדע זאך זעהט ער ציונית, דו זעהסט אין יעדע זאך אנטי ציונית.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ווען איך הער און ליין זאכן וואס די אנטי-ציונים זאגן, איז עס אלץ זאכן וואס מ'קען נישט נאכגיין, אדער סתם געדרייט א קאפ, אדער אפגעלערנט פאלש פשט וכו' וכו', משא"כ די אנדערע צד. פאנעוויז און בעלזא האב איך נאר גענוצט אלץ א משל.

גראדע ווייס איך גאנץ גוט וואס ציונות איז, און דער אמת איז אז איך האב פיינט ציונות ווייל איך האב פיינט fundamentalism. און איך ווייס גאנץ גוט אז איך בין נישט קיין ציוני, אבער וואס זאל איך טון אז די חברה דא האבן מיר ארויפגעלייגט אזא לעיבל? איך זאל זיך שלאגן מיט זיי? קענסט מיך רופן ציוני, קענסט מיך רופן אנטי-ציוני, וויאזוי דו ווילסט, נישט דאס איז די נקודה דא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט וואס די פאן אין פאנאוויעז דארף אויפווייזען, אבער די דורכשניטליכע יונגערמאן אין בני ברק איז בכלל נישט קיין ציוני. מיר איז דאס געווען א ריזיגע חידוש, ווייל פון חו"ל האט מען אונז געזאגט אז נעמען געלט מאכט בלאה בלאה בלאה, און איך האב שפעטער געלערנט אין בריסק און זיך געדרייט מיט ירושלימ׳ער. איך האב אלס געמיינט אז זיי גלויבען אזוי ווי די אמעריקאנער יתד נאמן וכדו׳, אין א רעכט געשטימטע ציונות. טרעפענדיג די חברה, האב איך אנגעהויבען שמועסען און איך האב געהערט אזעלכע רייד וואס איך האב נישט געגלויבט. אוודאי וועסטו טרעפען אויבער חכמים, אבער דער פשטות איז אז זיי האבען גארנישט מיט די גאנצע מעשה, מ׳האלט נישט קיין שום חשיבות פאר א מדינה.
מ׳זעט די כח פון תורה, ווי מ׳נעמט געלט, מ׳גייט אין בחירות, אבער די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אוועק צו שטעלען אן אייגענעם ווערטשאפט, נישט מיט זיך שלאגען און דרשנ׳ן, נאר דרוך ליגען אין עפעס אנדערש, והיינו דאהני ליה. די פראקטישע חלק פון די שיטה"ק, אז דאס ׳מתחבר׳ זיין וועט פאראורזאכען ווער ווייסט וואס, איז גענצליך אפגעפרעגט פון די מציאות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

שליחה דורך גר ותושב »

יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ביי סאטמאר'ער חסידים איז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה געוועהן א קנאי און אנטי ציוני אויסער די פאר אויסגערופענע ציונים ווי קוק וכדו'

ווידער ביי די אלע וואס זענען אנטי סאטמאר האלטן אז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה איז געוועהן א ציוני אויסער סאטמאר'ער רב זצ"ל און זיינע שטיצער

וואס דאס ברענגט ארויס אז באמת איז קיינער נישט אויפריכטיג און יעדע זאגט וואס ס'שטומט בעסער מיט זיין צד

דבר פשוט הוא ווייל אין סאטמער שניידט מען אראפ א גרויסע חלק פון די ערליכע יודן ממילא בלייבן נאר איבער די וואס זענען נישט ציונים און דעמאלט קען מען טאקע זאגן אז רויב ערליכע..........
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די פאן אין פאנאוויעז דארף אויפווייזען.

ס'דארף אויפווייזן אז פאנעוויזע רב איז געווען א שטיקל ציוני.
ס'ביי מיר אויך געווען א גרויסע חידוש, און מן הסתם גייט פאר אונזערע אייניקלעך אויך זיין א גרויסע חידוש צו הערן אזעלכע זאכן אויף ר' שמואל אויערבאך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

פארוואס מיז ער זיין א ציוני? איך האלט אז עס איז פשוט אלס הכרות הטוב.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

סמבטיון האט געשריבן:פארוואס מיז ער זיין א ציוני? איך האלט אז עס איז פשוט אלס הכרות הטוב.

קען זיין, אבער ביי די היינטיגע לינקע בני תעירה וואס גייען אין די וועגן פון הרב שך, איז עס אן אפגעפרעגטע זאך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אפשר נישט אלס הכרת הטוב, נאר אן אינוועסטמענט צו באקומען נאך געלטער......

מיין רבי זז"ג, וואס האט געלערנט אין פאנאוויעז אין שנת תשי"ט און ווייטער, האט געקלערט אז דער פאנאוויעזער רב האט געוואלט אוועקשטעלן איין זאך אין ישיבה, אז די ישיבה איז העכער די אלע זאכן. דא איז וויכטיג א רמב"ם מיט א ראב"ד, נישט שיטה'לעך. ביי אונז איז דאס נישט קיין עסק כלל וכלל, און בחורים דארפען דאס לערנען.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס איז געווען פאנעוויזע רב, אבער הרב שך איז שוין געווען אן עכטער לינקער, און די היינטיגע בני תורה גייען אין זיינע וועגן. איך מיין אז דער איינציגסטער ח"כ וועם דו וועסט הערן רעדן פון התגרות באומות וכד' איז נאר משה גפני.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב שך איז געווען לינק געשטימט? יא, לגבי החזרת שטחים האט ער געהאלטען אז די תורה האט ווייניגער אריין צו רעדען דערין, און נאר מומחים זענען באגלויבט. דאס הייסט לינק?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

משה גפני ויואל אלחנן יוכיחו. ביי די חסידים וועסטו קיינמאל נישט הערן רעדן פון התגרות באומות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

משה גפני איז נישט קיין ליטוואק, און האט נישט געלערנט ביי הרב שך. יואל אלחנן פארטרעט קיינעם און רעדט בשם עצמו. וואס האט דאס אלס מיט הרב שך? הרב שך איז נישט געווען קיין שטילע מענטש, ער דערמאנט זיין מיינונג אין מערערע פלעצער. ער דאגה'ט גראדע שטארק פאר די מיינונג פון די אלעוועלטליכע באפעלקערונג, אלס א פראקטישע פונקט. עס זעט זיך נישט אויס קיין שיטה דערין.

איך וויל מעורר זיין. מ'הערט דאך אז נאך זיבעציג יאר מוז קומען א נייעם שטאפל. מ'זאגט בשם דער גר"א אז ווען די רוסישע גייען אריבער די שווארצע ים קיין טורקיי, זאל מען שוין אנטוהן שבת קליידער פאר משיח'ן. די וואך, אין די זיבעציגסטע יאר פון די אתחלתא דגאולה (לפי יענער שיטה), האבען די רוסישער אנגעהויבן אריין שיקן שיפן מיט זעלנער אויפ'ן וועג קיין סוריא און דער ים התיכון. גרייט'ס ענק אלע אן!

(מ'קען שוין צוזאמען שטעלען פאר די טעראפיסטען מטפל צו זיין מיט די אלע וואס וועלן אין איין מינוט זעהן 'כספך היה לסיגים סבאך מהול במים', די גאנצע עבודת הקודש פון זיך שלאגען מיט די מדינה איז נישט קיין וואלוטע אין די נייע סיסטעם פון ומלאה הארץ דעה את ה').
פארשפארט