סקרן האט געשריבן:צו אלע וואס פרובירן טוישן די מציאות און זאגן אז ס'איז געווען אנדערש (אפי' האסט א נקודה ווייל איש ימים ישראל דיפפ וכל שאר חניכא דילי' איז שוין נישט דא)
ביי די וועי די תגובה איז איש ימים ישראל דיףף סטייל תגובה
איך וועל דיר זאגן א סוד בעלזע רב איז אויך ניט געווארן רב איידער די אלטע רעבעצן האט געכאפט געהרגעטע מכות או אזוי איז אויך געווען אין אנדערע חסידות סאו ווער ניט אזוי ווילד פון סאטמאר
און דאס איז גאר א תירוץ?! עד מתי פתאים תאהבו פתי
איך האב דאס נישט געשריבען אלס תירוץ און איך זעי נישט ווי דו האסט דאס באטראכט אלס תירוץ
אינעם היינטיגן טאג ה' אייר, א טאג וואס איז מעורר מחשבה אין פארשידענע פראנטן, איז זיכער כדאי אריינצוטראכטען אביסעל אין די מער טונקעלע זייט פון קהילת סאטמער ומלחמת הציונות.
קיינער האט קיין ספק נישט אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט געברענט כבוד שמים און ס'האט עם קראנק געמאכט צו זעהן רח"ל די העברת הדת.
אבער וואס איז נוגע אונז היימישע יודן וואס זענען נאמנים לד' ולתורתו, זיך מתבונן צו זיין וויאזוי די גווארדיע ארום דעם צדיק האבן אויפגעשטעלט א מגדל ושם און געמאכט א מפלגה, און מ'קען זאגן רח"ל א שטיקל טעראר גרופע ארום דעם צדיק.
ס'איז ליידער נישט קיין סוד היינט, שמועסט ארום מיט 50 יעריגע יודן און יודענעס וואס זענען אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג, אויב ביסטו נישט געווען אין איינקלאנג מיט די זאך, ווער רעדט נאך אויב ביסטו געווען משמעו לקחו פון הרב מקלויזענבורג, צו מקהילות בעלזא, איז אויטאמאטיש דיין בלוט געווען הפקר, קינדער זענען אויסגעשטאנען בוליאינג אויפ'ן שטארקסטן אופן, רבי'ס און רבנים וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו די געווארדיע איז זייער בלוט געווען הפקר.
הגם ס'איז ב"ה אכשר דרא און מ'זעהט שוין כמעט נישט דיע טעראר, איז אבער נאך דא ליידער שיריים פון די עבודה זרה.
צו מהאט יא אראפגעווארפן די טרעפ בפועל איז נישט נוגע, ס'איז זיכער אז די גווארדיע און די טעראר וועכטער האבן גע'הרג'עט איהר מאראל און גע'שחט'ען דעם נפש, און ליידער אסאך אנדערע.
ס'איז שטארק מעגליך אז מיט דעם וואס מ'וועט תשובה טוהן און זיך אוועקקערן פון פייניגן אנדערע אונטערן שלייער פון קנאות און פארטיי, וועט עס זיין א כבוד שמים און א קירוב הגאולה, און ס'וועט זיכער זיין ריינער און קלארער וואס דער צדיק האט געקרענקט און געווייטאגט ווען מ'וועט אראפציען און אראפווישן דיע אלע קליפות וואס האבען פארכאפט דעם צדיק און פארדעקט אז זיין שיין און נקודה זאל זיך שווערער אריבערהערן צו כלל ישראל.
וואו דער ס"ר זצ"ל האט געוועלטיקט איז געווען קריגעריי און שלעגעריי. און דער זעלבער איז געווען אין זיין אייגן משפחה. עס איז באטעמעמט צו באשולדיגן די ארום אים נאר די פאקטן ווייזן אנדערש. ער איז געווען אן אדם גדול וכל הגדול מחבירו... ער האט געהאט מעלות אבער ער איז אויך נישט געווען ריין פון חסרונות.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
berlbalaguleh האט געשריבן:און פון דעם האט מען זי געדארפט אריינפיהרן אין שפיטאל...! (What are you covering up...?! who are you covering for...?!)...!
דער גאנצע מעשה מתחילתו ועד סופו איז אויס גע'חלומ'ט, איך פרוביר נישט צו קאווער'ן קיינעם און גארנישט, איך זאג בסך הכול די פאקטן, איך קען דיר דערציילן אסאך ערגער'ס וואס געוויסע סאטמאר'ע טעראריסטן האבן געטוהן, אבער דער מעשה איז סתם שקר וכזב
ואני שמעתי: אז די טאכטער חיה רויזא און דער פלימעניק, הרב מ'סיגעט האבן געהעצט דעם סאטמאר'ער רב אז ער זאלל זיך גט'ן פון אלטא פיגא. אנגעבליך וועגן דעם האט זי אייביג געטרייט צו מרחק זיין די קרובים פון סאטמאר רב. און נאכדעים איז זי (במחילת כבודה ) געגאנגען צו איהר מאן און איהם געזאגט. קוק, ווי דיינע קרובים זענען נישט אינטרעסירט דיך צו זעהן...!