בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
berlbalaguleh האט געשריבן:ואני שמעתי: אז די טאכטער חיה רויזא און דער פלימעניק, הרב מ'סיגעט האבן געהעצט דעם סאטמאר'ער רב אז ער זאלל זיך גט'ן פון אלט פיגא. אנגעבליך וועגן דעם האט זי אייביג געטרייט צו מרחק זיין די קרובים פון סאטמאר רב. און נאכדעים איז זי (במחילת כבודה ) געגאנגען צו איהר מאן און איהם געזאגט. קוק, ווי דיינע קרובים זענען נישט אינטרעסירט דיך צו זעהן...!
וחילופיהן: די מחלוקת מיט קלויזנבורג איז נישט געקומען מצד משפחה. דאס איז געווען א מחלוקת איבער חסידים, שליטה און טוירף. (טאמער דו ווייסט וואס דער מושג איז.). דער חידוש איז, אז טראץ די קירבת משפחה האט אויסגעבראכן די מחלוקת...!
נאר מיט איין חלק פון די מחלוקת קענמען נישט באשולדיגן סאטמאר. אין דעם וואס דער קלוזנבורג'ער רב זצוק"ל האט פארלוירן א סאך מתפללים. וועלכע זענען אריבער געגאנגען צו סאטמאר. ווייל טראץ זיינע גרויסע פעולות נשגבות, וואס ער האט אויפגעטון פאר אידישקייט האט ער געהאט זייער א נעגאטיוון עטיטוד. מעגליך אז ס'איז געקומען פון פארביטערטקייט. אבער , ווען מ'איז צוגעגאנגען צו איהם זאגן גוט שבת האט ער כמעט אייביג געענטפערט מיט א בייזן מורמל. און ר'האטציך א סאך געבייזערט אויף די מתפללים. לאידך, דער סאטמאר'ער רב, האט א יעדן באגריסט מיט א שמייכל. און פריינטליכן גוט שבת...! פארשטייצעך, אז די מתפללים האבן א סאך מער ליעב געהאט צו גיין דאווענען ביי סאטמאר'ער רב...!
berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: ס'הייסט אז סאטמאר האט געפילטער'טע קנאות. ווען זיי דארפן שוין ברענגען לכאורה אן ...,הודאת בעל דין כמאה עדים דמי"...לשיטתם. דאך פילטערן זיי אויס די ..."נישט טויגעדיגע"... טיטלען און פארטיי אנגעהעריגקייטן, רח"ל...!
איך האב א קרוב. איינער פון די גאוני וצדיקי הדור. ער, אלס גרויסער גאון בתורה ווייסט אפצושאצן די חשיבות און וויכטיגקייט פון די ספרים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורכ'ן מוסד הרב קוק. און ער לערנט טאקע פון די אלע שיינע, נוצליכע ספרים. אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן אויף דעם סימבאל פונ'ם מוסד. ע"כ שניידט ער ארויס דעם לאגא פון מוסד הרב קוק פון אלע ספרים.
איך ווייס נישט. כ'האב נישט געטשעקט לעצטנס. לויט ווי איך הער, האט ער שוין נאכגעלאזט פון די אלע משוגעת'ן און מטורפ'דיגע זאכן וואס די ליידיגגייערס האבן ממציא געווען אלס א טייל פון אידישקייט...!
"אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן"
סקרן האט געשריבן:מאוד השתוממתי לראות שאין אשכול על הרבנית הנ"ל. כשהתבוננתי חשבתי שאולי זה מפני שהרבה מחברי השטיבל הם תלמידי או חסידי סאטמאר וזה עניין או סיפור מאוד מרגש בקרב החסידים אבל בראותי שהעיתון דער בלאט אזרו אומץ והתחילו לערוך עלי' כתבה אמרתי בלבי שהזמן מוכשר גם פה לישא וליתן על אישיותי' חשיבותה הקשר בינה לאביה, לאמה חורגהה לר' יוסל אשכנזי ודעימי' ואיך פתאום נפטרה ולהגדיל התמהון או הטראסק אומרים שהיתה בחודשה השמיני
ומה גם שהתגוררה בוויליאמסבורג ויום אחד החליטה היא ובעלה להתיישב בהוועסט סייד ולא הגיעה {לא הניחו לה} לבקר אביה, כשהיתה היחידה מיו"ח בחיים בעלה לא ישב שבעה עם חותנו, המכות והצעקות וההזהרות (נוסח סאטמאר) שהוא קיבל בחיים חיותה ולאחר פטירתה כשנחלה וחותנו לשעבר הגיע לביקור בביה"ח אחרי שהתברר שהוא {הסעמיהאלי} אינו יוצא משם כבר והסתגר עמו ב' שעות ואיך זה שלא רק שלא קרבו בניו בסאטמאר, גם רחקו אותם
ואחרון חביב, יש כבר עתונות בחסידות סאטמאר עשרות שנים וכותבים על כל אחד, אבל על בתו של הרבי שהיתה לה בתמונה של סאטמאר גם לפני השואה ובהתחלה מיד אחרי השואה מעמד מרכזית, ורק עכשיו יותר מששים שנה החליטו לכתוב.
ווי אויך לייגט ר' מנשה דארט אראפ די רביצין אלטע פיגא גענוי ווי אונז קענען איר דא אין אמריקה זיך האט שוין דעמאלטס קמאנטעוועט אין בית מדרש... ודלא כדולה.
עמעזאן האט געשריבן:ווי אויך לייגט ר' מנשה דארט אראפ די רביצין אלטע פיגא גענוי ווי אונז קענען איר דא אין אמריקה זיך האט שוין דעמאלטס קמאנטעוועט אין בית מדרש... ודלא כדולה.
נאך א מזל אז דו האסט נישט געפרעגט א סתירה מיט שלמה יענקל'ס דיסקריפשענס פון דער אלטער היים... איך קען נישט די זכרונות רמב"ח האמור, אבער ס'איז קלאהר אז רירייטינגן די היסטאריע איז געוועהן אן אומנות בידם...
berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: ס'הייסט אז סאטמאר האט געפילטער'טע קנאות. ווען זיי דארפן שוין ברענגען לכאורה אן ...,הודאת בעל דין כמאה עדים דמי"...לשיטתם. דאך פילטערן זיי אויס די ..."נישט טויגעדיגע"... טיטלען און פארטיי אנגעהעריגקייטן, רח"ל...!
איך האב א קרוב. איינער פון די גאוני וצדיקי הדור. ער, אלס גרויסער גאון בתורה ווייסט אפצושאצן די חשיבות און וויכטיגקייט פון די ספרים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורכ'ן מוסד הרב קוק. און ער לערנט טאקע פון די אלע שיינע, נוצליכע ספרים. אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן אויף דעם סימבאל פונ'ם מוסד. ע"כ שניידט ער ארויס דעם לאגא פון מוסד הרב קוק פון אלע ספרים.
איך ווייס נישט. כ'האב נישט געטשעקט לעצטנס. לויט ווי איך הער, האט ער שוין נאכגעלאזט פון די אלע משוגעת'ן און מטורפ'דיגע זאכן וואס די ליידיגגייערס האבן ממציא געווען אלס א טייל פון אידישקייט...!
"אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן"
איך בין זיכער אז דו קענסט איהם אויך. אדער לכה"פ געהערט פון איהם. ער איז ממש אריינגעבוירן און אויפגעוואקסן מיט דעם נארישן קנאות. וכל המסתעף. אבער ער האטציך שוין ב"ה אויסגעטשוכעט פון די שטותים...!