די קומענדיגע מחאה פון ר' בערל הייקינד, הי"ו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

די קומענדיגע מחאה פון ר' בערל הייקינד, הי"ו

שליחה דורך berlbalaguleh »

צוערשט לאמיר אייך פארשטעללן ווער ר' בערל הייקינד איז. מער באקאנט אלס דוב הייקינד.

ער איז א זוהן פון האלאקאוסט איבערלעבער. זיין טאטע, ע"ה איז געווען א וויזניצער חסיד. אין די יונגע יארן האט דוב געלערנט אין חסידישע ישיבות ווי וויזניץ און קלויזנבורג. שפעטער איז ער געגאנגען אין קאלעדזש. ער האט זיך אויך אויסגעלערנט צו רעדן א גוטן ענגליש.
אין פארלויף פן די זיבעציגער יארן, ווען דאס הפקירות און אנארכיע האט געהערשט אין די שטאט ניו יארק. די שווארצע און היספאנישע פארברעכערס האבן געטון ככל העולה על רוחם הטמא. זיי האבן געראבעוועט און געפלינדערט אויף אלע זייטן. און די ליבעראלע שטאטישע אדמיניסטראציע פון די מעיארס וואגנער און לינדזי האבן נישט געהאלטן ביי איינצוימען און אפשטעללן זייערע פארברעכנס. פארשטייצעך אז איינס פון די ערשטע און מערסט געליטענע קרבנות זענען געווען די אידן.

בעת ההיא. אין יענע צייט איז אויפגעשטאנען א איד וועמענ'ס הארץ האט שטארק געווייטאגט אויף די פיין פון זיינע ברידערס. הרב מאיר כהנא. און ער האט ארגאניזירט ארום זיך א גרופע פון אידישע בחורים און יונגעלייט . און ר'האט געזאגט צו זיי לאמור. אזוי צו זאגן. עטץ זעהטץ דאך אז אידיש בלוט איז נאכאמאל הפקר. טאקע דא אין דעם גרויסן, גוטן און פרייען אמעריקע. די פאליציי געלונגט אייביג אנצוקומען נאכדעים וואס די פארברעכערס האבן שוין אפגעטון זייערע מעשי רציחה. און זיי כאפן קיינמאל נישט קיין פארברעכער און ארעסטירן זיי. אונז וועללן מיר זיך מוזן באנוצן מיט דעם מיטל פון די ידי עשיו. זיך אויסלערנען צו שלאגן פיזיש מיט די רישעות'דיגע פארברעכער. און ס'האבן זיך צוזאמגעקליבן א גרופע פון אידישע בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן. און וואו ס'איז געווען א פאל וואס די גויים, ימ"ש האבן זיך פארלייגט אויף די אידן, זענען אנגעקומען ר' מאיר כהנא'ס גרופ, די דזשואיש דיפענס ליעג. אדער דזשעי. די. על. און זיי האבן קאנפראנטירט די גויים און געזאגט. אונז זעמיר גרייט זיך צו שלאגן מיט ענק. לאמיר זעהן וואספארא גיבורים עטץ זענטץ. זייי זענען געווען געלערנט אין די מלאכה פון הענט שלעגעריי. און אויך געווען באוואפנט מיט טשעינס (קייטן) און שלעסער. פארשטייצעך אז די ..."העלדישע"... גויים האבן אפגעפוצט תיכף ומיד. דער שרייבער פון די שורות האט אמאל אליינס צוגעזעהן א סצענע אין וויליאמסבורג וואס די גויים זענען אנגעקומען און זיי האבן געמאכט א ראיאט אויף א אידישע גראסערי ביי קארנער בעדפארד און דיוויזשן. זיי האבן ארויסגעווארפן די גאנצע סחורה אויף די גאס. און זיי האבן אויך געסטראשעט די אידן. ביז...ס'איז אנגעקומען א קאר מיט בחורים פון די דזשעי. די. על.. און ווען די בחורים זענען ארויסגעקומען און אויסגערופן צו די מערדערישע שקצים..."ווער וויל פייטן?"...האבן די שקצים אפגעפוצט איינס ביי איינס. ולא נשאר מהם עד אחד. פארשטייצעך, נאך די גאנצע אקציע זענען אנגעקומען די פאליציי מיט די גרויסע סירענעס (לעלוס, בלע"ז) און רויטע, בליטשקעדיגע לייטס. און געפרעגט וואס ס'גייט פאר... (מוחל טובות)...הקיצור ר' בערל איז אויכעט געווען א מעמבער אין די חשוב'ע ארגאניזאציע פון הצלת ממונם וגופם של ישראל.

שפעטער איז ער אויך אריין אין פאליטיק. ער איז געווארן אן אסעמבלימאן. ער האט רעפרעזענטירט די אידישע געגנט בארא פארק. און ער איז געוון עומד על המשמר אז געזעצן וועלכע זענען נישט לטובת די אידישע באפעלקערונג זאללן נישט אדורכגיין אין אלבאני. און אויב ס'איז געווען א פאל וואס די פארשידענע שונאי ישראל אדער סתם פארברעכער האבן זיך פארלייגט אויף א אידישע געגנט, איז ער דארט געווען און פראטעסטירט אויף די עוולה. און געמאכט זיכער אז די שטאטישע אינסטאנצן וועללן טון זייער ארבעט און כאפן די פארברעכער.
עד כאן ההקדמה:

(ס'איז דא נאך א חלק. אבער איך ווייס אז דאס וועט נישט שמעקן פאר הרב שמעקעדיג און נאך אנדערע חשוב'ע ניקס פון דעם זעלבן קאליבער, וועלל איך עס בעסער נישט שרייבן. ווייל זיי וועללן האבן א תירוץ אז פארדעים איז דער אשכול אפגעשטארבן פריצייטיג. ווייל בערל בעל עגלה ברענגט אייביג אריין יענעם סאבדזשעקט אין א יעדן שמועס.... :D ):

דער איצטיגער פייער קאמישאנער פון די אדמיניסטראציע פון מעיאר בילל דע בלאזיא ירום הודו, דען ניגרא (אדער נייגרא), זעהט אויס צו זיין אן ארנטליכער מענטש. האט ער אבער א זוהן א צולאזטן שייגעץ וועלכער איז א גרויסער אנטיסעמיט און שונא ישראל. אט דער שייגעץ האט געשריבן אין א טוויעט אז ער האט אזוי שטארק ליעב אידן ווי היטלער האט זיי ליעב געהאט. און דער שייגעץ, ימ"ש איז געווארן א פייערלעשער. יעצט הערט און שטוינט. אין וועלכע געגנט פון אלע געגנטער אין ניו יארק סיטי האט מען איהם צוגעטיילט אז ער זאלל דינען אין פייער דיפארטמענט. נישט ערגעץ אנדערש נאר אין די עיר ואם בישראל בארא פארק.

ווען ר' דוב הייקינד הי"ו האט אנגערופן די שטאטישע אדמיניסטראציע און געפרעגט...היתכן מ'האט איהם צוגעטיילט צו ארבעטן אין בארא פארק...? האבן זיי איהם געענטפערט אז..."דאס איז דער סיסטעם"...אבער דער קנאת ה' צבקות וקנאת עמו בית ישראל ברענט אין איהם. האט ר' דוב זיי געזאגט אז אויב דער רשע ימ"ש וועט קומען דא אהער , וועט ער אנפיהרן פראטעסטן ביי די פייער סטאנציע...! לאמיר איהם ווינטשן הצלחה. און זיך אויך באטייליגן אין די דעמאנסטראציעס אויב זיי וועללן פארקומען...יישר כח ר' דוב...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: די קומענדיג מחאה פון ר' בערל הייקינד, הי"ו

שליחה דורך גראף »

רעב בערל א שטיקל טעות. ער איז דער זוהן פון דער געוועזענע קאמישענער.בילד

Sent from my XT1096 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף: ייש"כ. אבער פון דיין תגובה איז נישט קלאר ווער ס'איז דער איצטיגער פייער קאמישאנער. און ווער ס'איז דער געוועזענען פייער קאמישאנער. און ווער ס'איז דער אנטיסעמיטישער שייגעץ...!

נאר גוגל, (ווואו איך האב נאכגעקוקט די אינפארמאציע), זאגט אז דען נייגרא איז דער איצטיגער פייער קאמישאנער. און לויט ווי מיין זיכרון דינט מיר, האביך איהם אויך געזעהן ביי עטליכע פייער טראגעדיעס, ל"ע , וועלכע האבן באטראפן די אידישע געמיינדע...!

אדרבה. קלאר מיר אויס די גאנצע סוגיא. און איך וועלל דיר שטארק מכיר טובה זיין...!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: די קומענדיג מחאה פון ר' בערל הייקינד, הי"ו

שליחה דורך גראף »

קוק אין די בילד.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: די קומענדיג מחאה פון ר' בערל הייקינד, הי"ו

שליחה דורך החוקר »

בערל, דיין טעות איז אז מען רעדט נישט פון נייגרא'ס זון, מען רעדט פונעם זון פון סאלוואטאר קאסאנא, דער געוועזענע קאמישאנער.

אגב איז ער געווען אן EMT אין 2013 און מען האט אים דאן אויפגעזאגט צוליב זיינע טוויט'ס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

החוקר: ייש"כ. דו ביסט גערעכט. קאססאנא'ס שייגעץ איז געווען דער וואס האט געטוויעט די אנטיסעמיטישע שטיקלעך. יא. כ'האב מיטגעהאלטן די גאנצע פרשה מתחילתה. נאר איך האב פארטוישט די נעמען. וטעות לעולם חוזר. און א טעות חזר'ט זיך אייביג איבער... :lol:
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בערל, ביסטי אפשר א קרוב מיט בערל הייקינד?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב געווארט אז איינער זאלל פרעגן די שאלה...! יא. א שטיקל קרוב. אונז האמיר געהאט איין זיידן. אברהם אבינו...! ועוד. ער איז אן עכטער בערל. איך בין נאר א בערל, דא אין קאווע שטיבל. ביי די געז קאמפעני הייס איך נישט בערל. אין ביהמ"ד אויך נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: מזל טוב. א סאך נחת. לכבוד דיין באקומען דעם כתר, חבר הכבוד 2000. השי"ת זאלל העלפן אז סיי דו און סיי קאווע שטיבל זאללן האבן אריכות ימים ונשים. און דו זאלסט אי"ה באקומען דעם כתר פון חבר הכבוד 20,000...אכיה"ר...!
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

און ס'איז געלונגען ער גייט אין ב"פ נישט ארבעטן\דינען
https://www.facebook.com/assemblymandov ... 6956255801
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ביידע בערעלעך קענען אפ אטעמען..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סקרן: ייש"כ פאר די גוטע בשורה...!

וכאן המקום. דא איז דאס פלאץ צו דערמאנען ר' דוב בערל הייקינד הי"ו לטוב. ער איז אן עסקן וועלכער טוט אויף בעזהשי"ת, סיי פאר יחידים און סיי פאר'ן כלל. און סיי ווי מ'דארף צו לייגן א פלייצע לטובת הציבור איז ער דארט. נאר איינס פון זיינע מערערע פעולות לטוב. ווען קרית יואל/מאנרא האט געהאט צו טון מיט די שכנים איבער די אנעקסעישן אישו, איז ער אויך דארט געווען און געגעבן חיזוק. ער האט מיט זיין שולט זיין אויף די ענגלישע שפראך אפגעענטפערט פאר אלע שונאי ישראל. און גאר לעצטנס. ווען ס'האטציך געהאנדלט איבער דעם ערליכן חינוך הבנים והבנות וואס איז געווען אין געפאר ח"ו צו פאללן אונטער די גזירה פון פון די יאפפעד, גרופ, האט ער אויך צוגעלייגט א פלייצע אויף די זייט פון די ערליכע אידן...!

נאר אמאל, מיט א לאנגע צייט צוריק האט איהם דער ארגאן פון אומאפהענגיקן ארטאדאקסישן אידנטום, נאך פאר זיי זענען געווארן ביזנעס מיינדעד אזוי ווי דער בלאט, שטארק אראפגעריסן און פארדאמט אלס שייגעץ, פושע ישראל און ציוני, כדרכם...! נאר זינט זיי זענען געווארן ביזנעס מיינדעד. נאכטאנצנדיג דעם בלאט, האבן זיי א ביסל נאכגעלאזט פון די גיפטיגע רעטאריק א יעדן צו פארדאמען און אויס צו שפעטן. אנגעהויבן פון גדולי ישראל, ביז וואוילע אידן בעלי בתים, עסקנים וועלכע טוען אויף לטובת יחידים און דעם ציבור...!
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

סקרן האט געשריבן:און ס'איז געלונגען ער גייט אין ב"פ נישט ארבעטן\דינען
https://www.facebook.com/assemblymandov ... 6956255801

איך ווייס נישט וואס די אויפטוה איז, כטראכט אפשראיז עס א גוטע סימן סווייזט אז סאיז נישט דא וויכטיגערע דאגות ווי דעס..
...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאמענטירער: ב"ה אז ס'איז נישט דא קיין מער ערנסטע דאגות ווי דעיס. און ב"ה אז מ'האטציך געקענט ספראווען מיט דעים פראבלעים אויך. דו וואלסט נישט געוואלט (איך זיכער נישט) אז א יונג וואס האט אפן דערקלערט אז ער האט פיינט אידן, זאלל ארבעטן אין א אידישע געגנט וואו ער קומט כמעט טעגליך אין קאנטאקט מיט די אידישע באפעלקערונג. און מ'דארף זיך פארלאזן אויף זיין ..."יושר"... און צומאל אויספאלגן זיינע באפעלן...!

בכל אופן. זאלל ער גיין ארבעטן אין א געגנט פון ווייסע גויים. וואו ער וועט זיך שפירן ..."היימיש"...! ומח שמו וזכרו. ונמח זכורו מלהזכירו בזיכרון, קדוש...!

נאכאמאל. א יישר כח ר' דוב...!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די פראבלעם מיט ר' בערל הייקינד איז אז ער טוהט טאקע אסאך טובות פאר יחידים אין פירט אויס זאכן לאקאל אבער אין אלבעני איז ער זייער שוואך, א מענטש אין זיין פאזיציע - 30 יאר אין אלבעני - וואלט געדארפט קענען האבן אסאך א גרעסערע כח.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן ישי: די ביסט טיילווייז גערעכט. אבער פון די צווייטע זייט איז בעסער אז א איד פארנעמט נישט אזא מאכטפולע פאזיציע, לעיני העמים והשרים (כלשון קדשו של רביה"ק מהר"א שליט"א.). אונז האמיר געזעהן ווען שעלדאן סילווער, וועלכער איז נישט געגאנגען מיט א קאפל, טראץ זייענדיג אן ארטאדאקסישער יוד. וואס ר' דוב הייקינד גייט יא, אייביג. אפילו ווען ער איז געגאנגען קאמפיינען אין די גוי'אישע געגנטן. אעפ"כ האט ער (שעלדאן סילווער) זיך באגעגנט מיט זייער א סאך שטילן אנטיסעמיטיזם. ספעציעל פון דעם הויפט פון סענאט, וועלכער איז לכאורה געווען זיין פאליטישער קעגנער. האבן זיי זיך אייביג ארומגעריסן. און די קעגנערשאפט צו מר. סילווער האט אייביג געהאט אן אונטערטאן פון ..."אומ-טאלעראנץ"...און קנאה צו איהם, אלס איד...!

לאידך גיסא, האט ר' דוב (בערל) הייקינד זיינע לאנג-יעריגע קאנטאקטן און גוטע פריינט אין אלבאני. און צוזאמען מיט אנדערע עסקנים שטייען זיי על המשמר, ארויפצו ברענגען גינסטיגע געזעצן לטובת דעם אידישן ציבור. און פארהיטן, עד שידם מגעת, פון אריינברענגען א סאך פון די חוקי תועבה, מיט וואס דאס לאנד איז ליידער פארפלייצט...!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

berlbalaguleh האט געשריבן:בן ישי: די ביסט טיילווייז גערעכט. אבער פון די צווייטע זייט איז בעסער אז א איד פארנעמט נישט אזא מאכטפולע פאזיציע, לעיני העמים והשרים (כלשון קדשו של רביה"ק מהר"א שליט"א.). אונז האמיר געזעהן ווען שעלדאן סילווער, וועלכער איז נישט געגאנגען מיט א קאפל, טראץ זייענדיג אן ארטאדאקסישער יוד. וואס ר' דוב הייקינד גייט יא, אייביג. אפילו ווען ער איז געגאנגען קאמפיינען אין די גוי'אישע געגנטן. אעפ"כ האט ער (שעלדאן סילווער) זיך באגעגנט מיט זייער א סאך שטילן אנטיסעמיטיזם. ספעציעל פון דעם הויפט פון סענאט, וועלכער איז לכאורה געווען זיין פאליטישער קעגנער. האבן זיי זיך אייביג ארומגעריסן. און די קעגנערשאפט צו מר. סילווער האט אייביג געהאט אן אונטערטאן פון ..."אומ-טאלעראנץ"...און קנאה צו איהם, אלס איד...!

לאידך גיסא, האט ר' דוב (בערל) הייקינד זיינע לאנג-יעריגע קאנטאקטן און גוטע פריינט אין אלבאני. און צוזאמען מיט אנדערע עסקנים שטייען זיי על המשמר, ארויפצו ברענגען גינסטיגע געזעצן לטובת דעם אידישן ציבור. און פארהיטן, עד שידם מגעת, פון אריינברענגען א סאך פון די חוקי תועבה, מיט וואס דאס לאנד איז ליידער פארפלייצט...!


מהר"א האט שטארק אויסגעלויבט ר' שמחה פעלדער פארן יא ניצן זיין שטארקע כח אין אלבעני דעם ערב פסח.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אין דוב הייקינד איז גארנישט אזא שטילע גלות יוד ווען ס'קימט צו זיינע זאכן (צווייטע וועלט מלחמה, מדינת ישראל...) נאר אין זאכן וואס מ'דארף פאר די כלל איז ער נישט גענוג שטארק אין אלבעני.
דוד בן ישי עבדך משיחך
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בעת די באקאנטע ראיאטען איך זעכצענטע עוועניו אין בארא פארק, האט ר' בערל (נישט דער בעל עגלה) גלייגט דער פאליס קאמישענער אין הייס וואסער, ווייל ער האט געזאגט, לעצט טעטיק קער אוו דאז פאקען (מחילה וסליחה) דזשאס, און ער האט דאס טראמפאטירט אין גרויסן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

אנטשולדיג פאר די עם-הארץ'ות אין פלעיינע אמעריקאנע זאכן
אבער איינער קען מיר ביטע מסביר זיין וואס איז די "אלבעני"?
עכ"פ א לינק ביטע מסביר צו זיין וואס דאס איז.
ייש"כ
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

דוב היקינד וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג
viewtopic.php?f=3&t=12255
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: די שטאט אלבאני (נישט די מדינה אלבאניע, אין אייראפע.) איז די עיר הבירה פון דעם מחוז וואס רופטציך ניו יארק סטעיט. דארט זיצן די אלע מחוקקים פון די געגנט. און זיי פיהרן אדורך געזעצן וועלכע זענען נוגע דעם טאג טעגליכן לעבן . דער קאנגרעס, לעומת זה, פארהאנדלט נאר איבער געזעצן וועלכע זענען נוגע פאר גאנץ אמעריקע. אדער פאר אמעריקע'ס האנדלען מיט די וועלט....! אין ארץ ישראל, אדער אין די מדינה הטמאה, פאר די מענטשן וועלכע מאכן פון עיקר א טפל, און פון טפל אן עיקר, איז נישטא קיין כנסת המחוז. ס'נאר דא אן עירייה. און די גרויסע כנסת (המינים), רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אלבעני איז די הויפט שטאט פון נוי יארק סטעיט, גוגל ותשכח
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט