אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

שליחה דורך קאך_לעפל »

פאריגע וואך האב איך אזוי מעביר סדרה געווען. און איך לייען אזוי אינעם בייבל ווי אזוי די תורה הק' הייסט אז מ'זאל דעם קרעציגען מסדר זיין.

ערשט דארף ער זיך אויסטאן די הויזן אין ווייזן דעם דאס.... פארן כהן, דאן ווערט ער פארשפארט אין פינסטערע טורמע. דאן שיקט מען אים ארויס פון די שטאט מיט די פארציקענדע שאקאלן, גענצליך אליינס אפגעזונדערט פון די מענטשהייט. די קליידער מיר ער זיך צופליקן אויף שטיקליך, די האר דארף ער זיך לאזן באוואקסן ווי א רעכטער יאפי. שטינקן דארף ער ווי דער קאץ וואס נישטערט אינעם מיסט קאסטן, ווארום ס'איז אים פארבאטן זין צו וואשן, ער ברויך זיצן איינגעהילט ביז צו די וואנצען און נאכאנאנד מורמלען: שטייט נישט לעבן מיר, יעך בין טמא, יעך בין טמא...

נעמליך, אפילו ביים רייניגען זענען זיינע קאשמארן ווייט פון פאריבער. ווארום דער כהן באשפריצט אים מיט פרישע טויטע פייגל בלוט. דאן ווערט ער געברענגט אינעם סאמע מיטן פונעם בית המקדש פאר די אויגן פון טויזענטער צושויער ווי מ'שמירט אן די אויערן מיט בוימל, דאן איז ער געצווינגן זיך אראפצושיילן די שטונקענדיגע זאקן בפני כל עם ועדה אז דער כהן זאל אים באזאלמירן די גראבן פינגער מיט די אריינגעוואקסטע ברוינע שימל-נאגל מיט בוימל . אזש ס'איז נישט צו באגרייפן די צרות יגון ואנחה און די חרפות און בושות וואס דער קרעציגער גייט אדורך, פאר אלע שונאים זיך געווינטשען....

פארוואס קומט זיך אים די אלע זאכן? ווייל ער האט פארציילט פארן חבר מיט קנאה, אז דער שיינער איד רבי חזקל מיטן גרויסן רעשוואלקע, האט אין די קאנטרי זיך פארליבט מיט רבי גד'לס גוט אויסקוקענדע פרוי, און ס'האט כמעט אויסגעבראכן צווישן זיי געשלעכטליכע באציאונגען.... שומי שמיים.....

בלעטער איך אזוי ווייטער אינעם בייבל אט איז מיט וואס איך האנקער מיך אן.

וְכִי-יְפַתֶּה אִישׁ, בְּתוּלָה אֲשֶׁר לֹא-אֹרָשָׂה וְשָׁכַב עִמָּהּ: מָהֹר יִמְהָרֶנָּה לּוֹ, לְאִשָּׁה. אִם-מָאֵן יְמָאֵן אָבִיהָ, לְתִתָּהּ לוֹ כֶּסֶף יִשְׁקֹל, כְּמֹהַר הַבְּתוּלֹת.

ווי באלד מיין רבי האט דאס אויסגעלאזט, מיטן אויסרייד אז ער קען נישט די טייטש פון די דאזיגע צוויי פסוקים, נעם איך אפיר דעם אלטען בית יהודה חימוש, און בליק אריין דארט אין די באבע טייטש איבער די באדייט פון די מאדנע פסוקים...

אט איז וואס ס'האט זיך מיר אנדעקט:

אויב א מאן ווען פאַרגוואַלדיקן לייען: (רעיפ''ן בלע''ז) אז אומפארהייראטע מיידל, דארף ער דאן איר אויסוועלן פאר זיין ליבליכע כלה, אויב דער פאטער פונעם וויקטעם וויל נישט אז זיין באליבטער טאכטער זאל הייראטען אזא באגאבונד ווי אים. קיין פראבלעים. גיב פארן פאטער 50 טאלער און די ביזט גוט צו גיין.. נישטא קיין נחום... וועד למשמרת... גארנישט... ווי ס'וואלט ווען גארנישט פאסירט.

פאר א זאפטיגע לשון הרע'לע, דארף מען דורך מארשירן די זיבן טויערן פון גיהינום. און פאר רעיפ, באצאלט מען פיפציג טאלער און מ'פארבלייבט געהעריג זיצן אויף מזרח וואנט ווי גלייך ס'וואלט ווען גארנישט פאסירט.

אלזא, כ'האב פארמאכט דעם חימוש אינגאנצען אן אנטוישטער.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

שליחה דורך א איד »

איך האב נישט געוואוסט א כי יפתה מיינט רעיפן?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

גערעכט:

דאס איז די פרשה פון אונס (רעיפן). אונס און מפתה האבן מער ווייניגער די זעלבע דין. נאר א אונס קען מען קיינמאל נישט גט'ן. משא''כ א מפתה קען מען יא. אזוי ליגט מיר עפעס אין קאפ.

כִּי יִמְצָא אִישׁ נַעֲרָה בְתוּלָה אֲשֶׁר לֹא אֹרָשָׂה וּתְפָשָׂהּ וְשָׁכַב עִמָּהּ וְנִמְצָאוּ. וְנָתַן הָאִישׁ הַשֹּׁכֵב עִמָּהּ לַאֲבִי הַנַּעֲרָה חֲמִשִּׁים כָּסֶף וְלוֹ תִהְיֶה לְאִשָּׁה תַּחַת אֲשֶׁר עִנָּהּ לֹא יוּכַל שַׁלְּחָהּ כָּל יָמָיו".
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די זאגסט אז ווען מען גיבט דער מאנס דער דין פין א מצורע וואלט עס געוועהן א דעטערענט?

דער מאנס אמאהל האט מען דן געוועהן אנדרעש, לויט דער מצב אין יענער דור. פונקט ווי מען קען מאדנע אנקוקן דער עונש אויף א אשת איש וואס איז מזנה בזמן הזה. ווען אין די אראבישע מדינות איז מען דן א א פרוי וואס האט כלומר'שט מזנה געוועהן למיתה איז די גאנצע וועלט אין א טומעל.

פרעגען קשיות אויף דינים פין די תורה פין אמאהל לויט די היינטיגע סטאנדארטן, איז כאילו פרעגען פארוואס מען האט אמאהל ליב געהאט פעשליכע פרויען מער ווי דינע, און פארוואס וואשינגטאן האט געטראגן ווייסע זאקן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שוין דן געווען דא כמה פעמים די נושא,

דער לשון הרע רעדנער האט אנגעמאכט מחלוקת און חרוב געמאכט שטובער, ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט, איז די איינציגסטע עצה בדד ישב און איהם משפיל זיין,

דער מפתה וואס האט גורם געווען אז (לויט יענע סטאנדארטן) וועט קיינער נישט וועלן חתונה האבן מיט איהר מוז ער אליין חתונה האבן מיט איהר אן קיין מעגליכקייט אויף פעראול (גט) פלאס א קנס פון 50 גאלד שטיקער, זייער שכל'דיג.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

׳תורה פון אמאהל׳, וואס דארף דאס צו מיינען? עס איז עפעס נישט אקטועל היינט? נאר די חיוב מיתה מוז קומען מיט א סנהדרין. און א סנהדרין קומט מיט א טראכטסגאנג וואס לייגט אידישע ווירדעס אין די ריכטיגע פלאץ. די גלות האט צושטערט אלסדינג, און דעריבער איז נישט דא די חיוב מיתה היינטיגע צייטען. אבער צו זאגען אז די תורה איז ׳פון אמטהל׳ איז א קורצזיניגע בליק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

שליחה דורך קל וחומר »

א איד האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט א כי יפתה מיינט רעיפן?
א יונג מיידל (אונטער צוועלף יאר) מפתה זיין איז רעיפ אין מיין דיקשענערי.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איבער צוועלף.

אין היינטיגע סטאנדארטן ווילסטו מחייב זיין א פופציגער?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:׳תורה פון אמאהל׳, וואס דארף דאס צו מיינען? עס איז עפעס נישט אקטועל היינט? נאר די חיוב מיתה מוז קומען מיט ט סנהדרין. און א סנהדרין קומט מיט א טראכטסגאנג וואס לייגט אידישע ווירדעס אין די ריכטיגע פלאץ. די גלות האט צושטערט אלסדינג, און דעריבער איז נישט דא די חיוב מיתה היינטיגע צייטען. אבער צו זאגען אז די תורה איז ׳פון אמטהל׳ איז א קורצזיניגע בליק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פין די תורה פין אמאהל, מיינט פין די תורה לויט די אמאליגע מציאות.

סארי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קל וחומר האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט א כי יפתה מיינט רעיפן?
א יונג מיידל (אונטער צוועלף יאר) מפתה זיין איז רעיפ אין מיין דיקשענערי.

קל וחומר: דאס איז די געזעץ אין אמעריקע. אבער די תורה מאכט א חילוק פון אונס און מפתה...! שטייט זייער קלאר ארויסגעשריבן...!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

שליחה דורך קל וחומר »

berlbalaguleh האט געשריבן:

ער האט געשריבן לויטן די היינטיגע סטאנדארטן כפי הבנתי.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען נעמט צוויי הלכות פין די תורה, וואס ביידע זענען נישט נוהג היינט, און מען פרעגט לויט די באגריפן פין היינט. ממש מרפסן איגרי.

די אלע הלכות וואס זענען נישט נוגע היינט, זענען נישט נוגע, א שאד צו חלומען ווי אזוי די וועלט וואלט אויסגעזעהן מיט שאריא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ר' [tag]קאך_לעפל[/tag] שיחי'
אנטשולדיגט פארן אויפמערקן א פשוט'ע עם-הארץ'ות
מוהר הבתולות איז היבש מעהר ווי פופציג טאהלער.
פרעג א יעדער [tag]גרוש[/tag] וויפהל זענען די מאה זקוקים כסף צרוף
(דאכט זיך מיר אז ס'איז ארום 15,000 טאהלער!)

דיין קשיא אויפ'ן בעל לשון הרע איז נישט קיין קשיא אויפ'ן אופן טהרת המצורע, נאר אויפ'ן הארבקייט פונעם דערציילן יענעם'ס (אמת'ע) עבירות.
איינמאהל דו וועסט פארשטיין דער איסור פון לשון הרע און די הארבקייט דערפון, וועסטו שוין פארשטיין די גאנצע טהרת המצורע אויכעט.

ביזדערווייל קענט איהר טאקע פארמאכן אייער בייבל... :twisted: ;) :lol:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

נקודת-אמת האט געשריבן:ר' [tag]קאך_לעפל[/tag] שיחי'
אנטשולדיגט פארן אויפמערקן א פשוט'ע עם-הארץ'ות
מוהר הבתולות איז היבש מעהר ווי פופציג טאהלער.
פרעג א יעדער [tag]גרוש[/tag] וויפהל זענען די מאה זקוקים כסף צרוף
(דאכט זיך מיר אז ס'איז ארום 15,000 טאהלער!)

דיין קשיא אויפ'ן בעל לשון הרע איז נישט קיין קשיא אויפ'ן אופן טהרת המצורע, נאר אויפ'ן הארבקייט פונעם דערציילן יענעם'ס (אמת'ע) עבירות.
איינמאהל דו וועסט פארשטיין דער איסור פון לשון הרע און די הארבקייט דערפון, וועסטו שוין פארשטיין די גאנצע טהרת המצורע אויכעט.

ביזדערווייל קענט איהר טאקע פארמאכן אייער בייבל... :twisted: ;) :lol:

די רעדסט פילייכט פון מאה זקיקין כסף פון וואס א מאן איז זיך מחייב פארן ווייב אין די כתובה, דאס ווערט טאקע אגערופן מוהר.

כ'האב מיר באצויגן צו די קנס וואס די תורה הק' איז מחייב צו געבן, וואס דאס איז די זעלבע ביי א אונס און ביי א מפתה. חמישים כסף. די רמב''ם אנפאנג הלכות שקלים זאגט, אז דאס מיינט די שקלים וועלכע זענען געווען בימי משה. וואס דאס איז 360 שעורים כסף...

און לאמיר אייך אויפמעקזאם מאכן א וויכטיגע נקודת אמת. ווען איר זעט א מאן אדער א פרוי, (לשון הערע קאמפיינען איז מער פארהאן אין די מאמע שול) ווערן מיטאמאל פארנומען מיט שמירות הלשון, זאלסטו וויסן אז זיי פארמאגן פיטער אויפן קאפ, און ווילן נישט ווערן דעם געשפרעך פונעם טאג... ודו''ק ותשכ''ח.

רעדן אויף רשעים און עוברי עבירה איז א גרויסע מצוה, ווי דער הייליגער רבינו יונה שרייבט פולצאליגע מאל. (זעלבסטפארשטענדליך אז מ'דארף ערשט פרעגן א דיין מבהק)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין א זייטיגען נאטיץ:
די קענסט באשיינפערליך נישט קיין איין גרוש וואס האט געצאלט מוהר פאר זיין גרושה.

דאס איז צוליב דעם וואס אין אלגעמיין היינטיגע צייטן באצאלט מען נישט קיין כתובה געלט, ווייל ביי א מורדות איז נישט פארהאן קיין כתובה געלט. און איין מאל די פרוי איז מסכים צו נעמען א גט,(דאס איז היינט נאכן חדח''ג א פליכט) באקומט זי אנגעבליך א דין מורדות. און זי גייט ארויס פונעם רשות פונעם מאן אן קיין רויטן פיאסטער.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

קאך_לעפל האט געשריבן: זי גייט ארויס פונעם רשות פונעם מאן אן קיין רויטן פיאסטער.

אזוי גאר??

קאך_לעפל האט געשריבן:די קענסט באשיינפערליך נישט קיין איין גרוש
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קאך_לעפל האט געשריבן:אין א זייטיגען נאטיץ:
די קענסט באשיינפערליך נישט קיין איין גרוש וואס האט געצאלט מוהר פאר זיין גרושה.

דאס איז צוליב דעם וואס אין אלגעמיין היינטיגע צייטן באצאלט מען נישט קיין כתובה געלט, ווייל ביי א מורדות איז נישט פארהאן קיין כתובה געלט. און איין מאל די פרוי איז מסכים צו נעמען א גט,(דאס איז היינט נאכן חדח''ג א פליכט) באקומט זי אנגעבליך א דין מורדות. און זי גייט ארויס פונעם רשות פונעם מאן אן קיין רויטן פיאסטער.

האסט מן הסתם געמיינט צו זאגן, אז איינמאל די פרוי פארלאנגט א גט, באקומט זי נישט כתובה. זי ווערט
נאך נישט א מורדת, אבער א כתובה באקומט זי נישט. רוב גיטין היינט פארלאנגט די פרוי.

אבער עס איז נאך אלץ דא כתובה ווען דער מאן שטארבט, דער באקאנטער הלכה אז דער פרוי בלייבט וואוינען אין דער הויז אדער דירה ביז זי מאנט איין דער כתובה, איז פין דער כתובה, און דאס קאסט אסאך מער ווי מאה זקוקין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

פארגאנגענע וואך הפטרה האט אביסל צוריקגעדרייט. מצורעים זענען נישט גוטפארגארנישטניקעס. זיי קענען נאך ברענגען די ישועה פאר גאנץ כלל ישראל. און עקשולי, דער שומר וואס איז פארנומען געווען זיי מרחק צו זיין, האט יעדער אויף טויט צעטרויטן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אפשר דערפאר איז דא מקומות וואס זענען מקפיד מען זאל נישט פארלענעהן דעם הפטרה הויעך ווען אלע זענען שטיל..

הפטרות זענען סאמטיימס רעוועלוציענעריש. דא אין ק"ש האט עמיצער אמאל אפגעשריבן א מאדערנע הפטרה אזאנס און אזעלכס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך וויל נאר קלאר מאכן איין זאך. אין די בייבל שטייט נישט אז א נגע האט עפעס מיט לשון הרע. די גאנצע לשון הרע ביזנעס איז א מארקעטינג טריק פון די רביס אין חדר. וואס שטייט יא איז אזוי: א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן על שבעה דברים נגעים באין: על לשון הרע, ועל שפיכות דמים, ועל שבועת שוא, ועל גילוי עריות, ועל גסות הרוח, ועל הגזל, ועל צרות העין (ערכין טז.)

על עשרה דברים נגעים באים: על ע"ז, ועל גילוי עריות, ועל שפיכות דמים, ועל חילול השם, ועל ברכת השם, ועל הגוזל את הרבים, ועל גוזל את שאינו שלו, ועל גסי הרוח, ועל לשון הרע, ועל עין רע. (ויקרא רבה יז ג)

כך שנו רבותינו על אחת עשרה דברים הנגעים באים על האדם: על עבודה זרה, ועל חלול השם, ועל גלוי עריות, ועל הגנבות, ועל לשון הרע, ועל המעיד עדות שקר, ועל הדיין המקלקל את הדין, ועל שבועת שווא, ועל הנכנס בתחום שאינו שלו, ועל החושב מחשבות של שקר, ועל המשלח מדנים בין אחים, ויש אומרים אף על עין רעה. (מדרש תנחומא יד ד)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וויל נאר קלאר מאכן איין זאך. אין די בייבל שטייט נישט אז א נגע האט עפעס מיט לשון הרע. די גאנצע לשון הרע ביזנעס איז א מארקעטינג טריק פון די רביס אין חדר. וואס שטייט יא איז אזוי: א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן על שבעה דברים נגעים באין: על לשון הרע, ועל שפיכות דמים, ועל שבועת שוא, ועל גילוי עריות, ועל גסות הרוח, ועל הגזל, ועל צרות העין (ערכין טז.)

על עשרה דברים נגעים באים: על ע"ז, ועל גילוי עריות, ועל שפיכות דמים, ועל חילול השם, ועל ברכת השם, ועל הגוזל את הרבים, ועל גוזל את שאינו שלו, ועל גסי הרוח, ועל לשון הרע, ועל עין רע. (ויקרא רבה יז ג)

כך שנו רבותינו על אחת עשרה דברים הנגעים באים על האדם: על עבודה זרה, ועל חלול השם, ועל גלוי עריות, ועל הגנבות, ועל לשון הרע, ועל המעיד עדות שקר, ועל הדיין המקלקל את הדין, ועל שבועת שווא, ועל הנכנס בתחום שאינו שלו, ועל החושב מחשבות של שקר, ועל המשלח מדנים בין אחים, ויש אומרים אף על עין רעה. (מדרש תנחומא יד ד)

נחמתנו... כ'מאך צוריק אויף דעם בייבל....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פון מיין זייט, קען שוין שליסן דעם אשכול....
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

שליחה דורך קל וחומר »

מעניין לעניין.

ס'באדערט מיך שוין לאנג דעם איסור פון רעדן לשון הרע.
ווי באקאנט טאמער איז דא א תועלת אינעם לשון הרע איז נישט אסור.

לשון הרע איז לכאורה די שטארקסטע זאך וואס האלט מענטשן אין די ראמען. (עכ"פ בזמה"ז שבטלה בי"ד ועונשים).
שטעלט אייך פאר א וועלט וואו קיינער רעדט נישט קיין לשון הרע, וויפול אידן וואלטן מזנה געווען, וויפול שלעכטס וואלטן מענטשן געטוהן וויסענדיג אז ס'נישט פארהאן קיינע קאנסעקווענצן.

לשון הרע איז דער יסוד צו מורא בשר ודם.
לפי"ז אין לך תועלת גדולה מזו.
פארשפארט