זר זהב האט געשריבן:קען טאקע זיין 'אור ישראל', איך דענק אז ס'געגאנגען פייער! אויב איינער קען עס פארשאפן וואלט געווען אינטערעסאנט עס אויסצושמועסן דא.
אויב ס'איז טאקע אור ישראל איז עס מסתמא דא אויף היברו בוקס.
יידל האט געשריבן:אה, כ'האב עס געטראפן, טאקע אין אור ישראל טבת תשס"ח (פיר יאר צוריק, נישט 2 ווי ז"ז האט געזאגט):
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=36
יידל האט געשריבן:הגרמ"ד סאלאווייטשיק
הגר"א שלעזינגער
הג"ר מרדכי ליב גארעליק
הרב יהודה ליבוש הלוי העלער
הרב חיים ראפאפורט
יאנקל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע קאנטראווערסיע איז אנטשטאנען נאך דעם מאמר פון הרב העלער, וועלכער דערמאנט אז הרב גארעליק'ס טאטע, הג"ר ירוחם גארעליק ז"ל איז געווען א מגי"ש אין ישיבה אוניווערסיטעט. אין דעם קומענדיגן נומער פון "אור ישראל" האט מען פרובירט צו מאכן א "קאווער אפ" אויף דעם היסטארישן פאקט, און מ'האט געלייקנט אז הרב גארעליק האט געגעבן שיעורים גפ"ת אין דעם אוניווערסיטעט.
קורץ און שארף האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.
לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן. למעשה איז דא א איד וועלכער האט געוואלט ווערן דער עורך ראשי ביי עוז והדר, אבער ער איז נישט געווארן, האט ער אנגעהויבן אליינס מיט דעם ש"ס לובלין, ווען ער האט נישט געקענט ממשיך זיין, האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור. אבער מיט יעדן פראיעקט איז עוז והדר געווען פריער. ווען דו רעדסט פון ושננתם קעגן שפה ברורה, האב איך דאס מיטגעהאלטן פון די ערשטע האנט, שפה ברורה איז געווען אין די פלענינג סטעידשעס און פריפעירינג סטעידשעס ווען המאור איז געווארן געווארן דערפון און אין די איילעניש זיך גענומען מאכן זייער אייגענעם אויפלאגע פון דעם. (זיי האבן אפילו געהייערט דעם זעלבן מארקעטער דא אין אמעריקע, זעענדיג וואסא גוטן דשאב יענער האט געמאכט פאר עוז והדר).
די אדווערטייזמענטס זענען ארויסגעקומען אין די זעלבע פאר טעג, אבער ווי געזאגט, עוז והדר (שפה ברורה) איז געווען פריער ווי המאור (ושננתם).
פון ווי נעמסטו אזעלכע נערישקייטן?
ש"ס לובלין האט אנגעפאנגען א גור'ער אינגערמאן, נאך פאר 'מתיבתא' איז געווען צוזאמען מיט עוז והדר!
הרב פאמעראנץ פון מתיבתא האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט עוז והדר, און ש"ס לובלין זיך צוזאמגעשטעלט מיט מכון המאור [בעיקר וועגן די געלט, המאור האט געברענגט די נדבנים].
יידל האט געשריבן:לעמיל, מיט די הערות אין ארטסקרול קענסטו אנקומען גאנץ טיף אבער ס'ווענד זיך אין וועלכע מסכתא. אין געוויסע (אזוי ווי יבמות) האבן זיי געמאכט א משונה'דיגע ארבעט, און אין אנדערע (אזוי ווי כתובות) איז עס גאנץ שוואך). איין מעלה אבער וואס ארטסקרול האט איבער מתיבתא איז אז עס איז גענצליך ריין פון טעותים.
קאווע טרינקער האט געשריבן:וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].
סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'
הדד בן בדד האט געשריבן:אין דעם פירוש און הגהות אונטן פון דעם דף האב איך שוין כמה טעותים געטראפן, איך האב זיי איינמאל אנגערופן זאגן אפאר טעותים, זאגן זיי מיר איך זאל עס אפשרייבן און אריינשיקן. האב איך זיי געענטפערט אז איך בין נישט אויף זייער פעיראלל, און דעריבער וועל איך עס נישט טאהן, אויב זיי ווילן קענען זיי מיך הייערן אלס מגיה.
הדד בן בדד האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].
סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'
סתם געהאקט אין קאפ אריין. אפשר ווילסטו מסביר זיין די דאזיגע אויפרייסערישע ווערטער.
יאנקל האט געשריבן:אין תשס"ג האט הרב לייבוש טייטלבוים ארויסגעגעבן א קונטרס - אונטער א שלייער "קובץ חידו"ת" - מיט'ן נאמען "האמת והשלום", וואס האט מבאר געווען "גודל המכשלה בהש"ס החדש הוצאת 'ארט-סקראל' בלה"ק". דער קונטרס פארמאגט פייערדיגע ארטיקלען קעגן דעם שוטנשטיין ש"ס פון הרבנים: ר' נתן יוסף מייזעלס, ר' אליקים שלעזינגער, ר' דוד מיכאל שמידל, ר' אברהם יצחק אולמאן, ר' הילל וויינבערגער, ר' יואל מארגענשטערן, ר' יחזקאל גאלד, און אן אנגעבליכע הוראה פון וויזניץ-מאנסיער רבי אז מ'זאל די גמרות נישט ארייננעמען אין ביהמ"ד.
ס'איז זייער אינטערעסאנט ווי די תורה איז ביי זיי כחומר ביד היוצר - ווי די אלע טעמים "לאיסור" זענען אויך נוגע דעם "ש"ס מתיבתא", נאר וויבאלד ס'איז א היימישע זאך האט מען פון אלעם פארגעסן.
קאווע טרינקער האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].
סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'
סתם געהאקט אין קאפ אריין. אפשר ווילסטו מסביר זיין די דאזיגע אויפרייסערישע ווערטער.
מיין שנאה צו עוז והדר (און קול מבשר) איז מקלקלת השורה
הדד בן בדד האט געשריבן:קורץ און שארף האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.
לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן. למעשה איז דא א איד וועלכער האט געוואלט ווערן דער עורך ראשי ביי עוז והדר, אבער ער איז נישט געווארן, האט ער אנגעהויבן אליינס מיט דעם ש"ס לובלין, ווען ער האט נישט געקענט ממשיך זיין, האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור. אבער מיט יעדן פראיעקט איז עוז והדר געווען פריער. ווען דו רעדסט פון ושננתם קעגן שפה ברורה, האב איך דאס מיטגעהאלטן פון די ערשטע האנט, שפה ברורה איז געווען אין די פלענינג סטעידשעס און פריפעירינג סטעידשעס ווען המאור איז געווארן געווארן דערפון און אין די איילעניש זיך גענומען מאכן זייער אייגענעם אויפלאגע פון דעם. (זיי האבן אפילו געהייערט דעם זעלבן מארקעטער דא אין אמעריקע, זעענדיג וואסא גוטן דשאב יענער האט געמאכט פאר עוז והדר).
די אדווערטייזמענטס זענען ארויסגעקומען אין די זעלבע פאר טעג, אבער ווי געזאגט, עוז והדר (שפה ברורה) איז געווען פריער ווי המאור (ושננתם).
פון ווי נעמסטו אזעלכע נערישקייטן?
ש"ס לובלין האט אנגעפאנגען א גור'ער אינגערמאן, נאך פאר 'מתיבתא' איז געווען צוזאמען מיט עוז והדר!
הרב פאמעראנץ פון מתיבתא האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט עוז והדר, און ש"ס לובלין זיך צוזאמגעשטעלט מיט מכון המאור [בעיקר וועגן די געלט, המאור האט געברענגט די נדבנים].
איך נעם נישט קיין נערישקייטן. איך האב אלעס מיטגעהאלטן פוירסט הענד. פאמעראנץ און פעפער (ביידע גור'ער חסידים) האבן ביידע געהאט שיינע איידיעס, און ביידע זענען געקומען לויפן צו הגר"י לייפער פון עוז והדר ער זאל עס נעמען אונטער זיין פארטוך און שאפן דאס געלט דערפאר. לייפער האט אבער נישט געוואלט ארבעטן מיט פעפער, און מיט פאמעראנץ איז ער יא געווען גרייט צו ארבעטן. אזוי האט זיך אנגעהויבן מתיבתא. נאכדעם וואס פאמעראנץ האט זיך צאמגעשטעלט מיט עוז והדר.
פעפער איז שנעל געלאפן און אנגעהויבן דעם ש"ס לובלין, אבער אן קיין פטרון. צו לאנג האט ער אבער נישט געקענט אנהאלטן אזוי, און נאך א קורצע תקופה האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור אלס געלט מענטש. אזוי איז געווען צוויי שס'ן המבוארים: מתיבתא און ש"ס לובלין.
ווען מתיבתא האט זיך אנגעהויבן אויסברייטערן, האט עוז והדר אנגעהויבן ארויסגעבן צוויי סארטן. א ברייטערע ווערסיע, מיט כמה כרכים פאר יעדן מסכתא, און דערנאך א קלענערע ווערסיע, מיט איינס אדער צוויי כרכים פער מסכתא. נאך א שטיק צייט איז עוז והדר ענדליך געקומען צום באשלוס וואס מען דארף צו טאן, נעמליך, צוויי ווערסיעס פאר יעדע מסכתא, איינס מיט אסאך בענדער, און איינס מיט איין באנד פער מסכתא (נישט צוויי, דוקא איין באנד פער מסכתא), דעם מהדורא פון איין באנד האט מען א נאמען געגעבן שפה ברורה.
יעצט איז געגאנגען המאור (פפר) און האט נאכגעמאכט דעם זעלבן געדאנק, אז אין צוגאב צו דעם ברייטן מהדורה האבן זיי אויך ארויסגעגעבן א שמעלערע מהדורה מיט איין באנד פער מסכתא, און דעם נייעם מהדורה האט מען א נאמען געגעבן ושננתם.
איך האף איך האב עס גענוג קלאר ארויסגעברענגט.