אישתישבי האט געשריבן:דער שמועס פארט פין פארדינען געלט צו שפארען געלט. ווי ויכטיג דער מדובר איז, האט עס נישט מיט פארדינען.
און צו יעקבמענטש
די האלסט אין איין איבערגעקייען דער טעות, פין מדמה זיין גברא לגברא, די קענסט נישט ענגליש, און די פארדינסט מער פין דער פלעטבושער וואס קען נאר ענגליש.
אוודאי, עס וועט אייביג זיין דביקים און פארדינערס, אבער נעם דיר אליין פאר א משל, די וואלסט פארדינט מער און גרינגער ווען די קענסט א פערפעקט ענגליש, און די פארשטייסט בעסער צו דיין פאך, נישט קיין חילוק כמעט וועלכע פאך, אפילו ווען די ביסט א קאר סערוויס דרייווער.
זיי נישט מדמה גברא לגברא.
בכלל זעה איך אויף טוויטער ווי זיי פראבירן צו ברענגען א ראי' פין איזי ענגלענדער, וואס האט געלערנט אלץ אינגעל אין באבוב.
וואס ווי באקאנט האט מען דעמאלס אין באבוב געלערנט העווי ענגליש, און ער איז ארויס און געגאנגען אין א עמטליכע היי סקול און אפשר אפילו קאלעדזש.
מען זעהט אז די וואס פארענטפערן די חינוך, וועלען זיין גרייט צו זאגען כל מיני שקרים פאר דעם.
און דאס איז א עוון בל יכופר, נישטא קיין תירוץ צו זייער עצלות און די פאר אידיאטען וואס איז געלונגען פאר די יושבי חושך זיי זאלען שרייבען בריוו וכו'.
איך קען גראדע גאנץ א גוטע ענגליש, (עפ"י עדותו פון מיין ווייב...)
איך האב גראדע נישט געזוכט צו ברענגן א ראיה פון איינצעלנע פעלער, אבער דער פותח האשכול האט יא אנגעהויבן מיט דעם מיטן ברענגען א ראיה פון זיין קאלעגע וואס פארדינט קרוב צו צויי מאות א יאר, האב איך געברענגט א ראיה פון פארקערט.
אבער אז דו ווילסט קוקן אויף די עוורידזש, פוק חזי וועסטו זעהן אז אונז חסידים פארדינען נישט ווייגער ווי דער דורכשניטליכער גוי (איך רעד אינדיוודואלי, נישט אויב ביידע ארבעטן), די סטאטיסטיקס זענען עוועיל אויפ געוועב, און אויב ווילסטו דיך אראפלאזן אין די אידישע ענגליש רעדענדע קאמיוניטיס גלייב איך אויך אז דו וועסט נישט זעהן קיין גרויסע חילוק, כאפ א שמועס מיט עני לויער וואס קען שוין יא א גוטן ענגליש און
א) האט שוין יא אינוועסטירט אין זיין עדיוקעישאן,
ב) האט שוין יא גראדואירט מיט סוקסעס.
ג) האט שוין יא מצליח געווען צו טרעפן א פאסיגע פאזיציע.
וועסטו געוואויר ווערן אז די עוורידזש סעלערי פאר אזא איינעם איז קרוב צו 130k א יאר
https://www.glassdoor.com/Salaries/new- ... O14,20.htm איך האט געלינקט דערצו, נאר כדי צו ברענגן פראף, אבער איך ווייס שוין די אינפאו פון די מענטשען אן די גראונד.
ריאליסטיקלי, גלייב איך נישט אז די רעכנסט אז 100 פראצענט פון די חרידים וואס דו פלאנסט שיקן שטודירן זאלן מצליח זיין, און זיין געאייגענט צו ווערן א לויער, איך ווייס פון איינעם וואס האט געפעסט די עקזעם מיט פלייאינג קאלארס, און האט נישט מצליח געווען צו טרעפן א נארמאלע דזשאב.
איף כאפ נאר אן געזעץ אלץ א דוגמא, אבער כמעט אין יעדע פראפעשאן שפילט זיך אפ די זעלבע.