געוואלדיג האט געשריבן:שמעתי, אין מגילה שטייט אז עס זענען געווען שבעת הסריסים, נו אויב אזוי וואו האט מען געלייגט דעם זיבעטן, עס שטייט דאך פריער שש מטות, נאר אלא מאי מוז מען זאגן אז שבעת מוז נישט מיינען זיבן נאר עס קען מיינען זעקס, מנא אמינא לה? ווייל די וואך אין די פרשה ווערט געברענגט ''והם יקחו 1) את הזהב 2) ואת התכלת 3) ואת הארגמן 4) ואת תולעת השני 5) ואת השש'' עס איז דאך נאר פינעף זאכן און דאך רופט עס די תורה אן שש, נו אויב שש קען מיינען 5, קען שבעת מיינען 6, ודפט''ט.
געוואלדיג האט געשריבן:שמעתי, אין מגילה שטייט אז עס זענען געווען שבעת הסריסים, נו אויב אזוי וואו האט מען געלייגט דעם זיבעטן, עס שטייט דאך פריער שש מטות, נאר אלא מאי מוז מען זאגן אז שבעת מוז נישט מיינען זיבן נאר עס קען מיינען זעקס, מנא אמינא לה? ווייל די וואך אין די פרשה ווערט געברענגט ''והם יקחו 1) את הזהב 2) ואת התכלת 3) ואת הארגמן 4) ואת תולעת השני 5) ואת השש'' עס איז דאך נאר פינעף זאכן און דאך רופט עס די תורה אן שש, נו אויב שש קען מיינען 5, קען שבעת מיינען 6, ודפט''ט.
איינמאל מ'האלט שוין ביי פינף און זעקס איז שוין אלעס אייניג. אזוי ווי מ'זעהט ביי אן אמה אין פרק לולב הגזול, וואס א אמה האט אין זיך 6 טפחים כידוע, און אויף דעם זעלבע אמה איז אפילו דא א מאן דאמר אז ס'האט גאר 5 טפחים בשעת וואס דער אמה בלייבן די זעלבע לענג.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מען דארף פארשטיין, המן איז דאך געווען פון די געטרייסטע מענטשן צום קעניג, וויאזוי האט זיך אלעס איבער געדרייט בין יום היה ובין יום אבד?
נאר וואזשע דען, המן איז דאך געווען א חציו עבד חציו בן חורין א בן גרושה וחלוצה, בקיצור א סיקריק, איז ער געגאנגען צו אחשוורוש און גע'טענה'עט "הער מיר אויס ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים, דאס איז אוודאי די אידעלעך, זיי זענען מלוא הגוים און אסאך געלט ליגט ביי זיי, וויאזוי קענסטו לייגן דיין האנט אויף זייער געלט? זייער פשוט, יעצט איז די מצב אז ודתיהם שונות מכל עם, זיי האבן ספעציעלע געזעצן זיי דארפן נישט גיין אין מיליטער וכדו', ולמלך אין שוה להניחם פארן קעניגליכן קאסע אין גארנישט ווערד אז מען לאזט זיי אזוי, אם על המלך טוב אויב ווילסטו מאכן אפאר טאלער, יכתב לאבדם מיט א א' אדער א ע' מאכט נישט אויס, דער עיקר עפעס א שריפט זאל אויסזעהן ווי א גזירה, און איך זאג דיר צו אז איך וועל מאכן אזא מהפכה מחאות והפגנות איך בין מבטיח אז איך קען אריינברענגען צו די עקאנאמיע עשרת אלפים כיכר כסף, וועלן מיר מאכן חצי לי וחצי לך וסוד קדוש, אז דאך אלעס גוט געווען, און אחשורוש האט איהם גרויס געמאכט,
אבער עס גייט אדורך א שטיקל צייט האט דער קעניג זיך אפגערעדט הכסף נתון לך געלט מאכסטו טאקע אבער מיין חלק געבסטו נישט, מיינסטו טאקע אז עס וועט בליבן והעם לעשות בו כטוב בעינך? אויב געסטו נישט מיין חלק וועל איך זיך נוקם זיין, וכך הוה זכותו יגול ואנחה, ולנו הישועה.
און לאמיר ווייטער געבן געלט פאר די ברכיים וואס דארפן נייע הויזן וואס זענען צוריסן געווארן ביי די הפגנות צו אנהאלטן די געלט פלוס פון די אמעריקאנער אונגארישע נארנים...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
געוואלדיג: איך בין שטארק באליידיגט...! אין ענגלאנד וואוינען אויך ב"ה א שיינע צאל פון די זעלבע נאראנים. און זיי האבן אויכעט א גרינגע קעשענע. פארוואס האסטו אויסגערכעכנט נאר די אמעריקאנער...?! די אלע חוב'ע ארגאניזאציעס האבן שוין געפרינט נייע, שיינע קאלירפולע בראשורן. און זייח זענען שחוין גרייט ארומצוגיין אין די הייזער און די בתי מדרשים איינרייסן וועלטן. אז נאר זיי זענען די ביי וועמען דאס אידישקייט האלטציך...!
פארציילט מיר איינער אז ער איז אריין צו די נייע וויזשניצער רבי (איינע פון די 8) מיט א קוויטל און די רבי רופט זיך אן מיט עניוות דו ווייסט דאך אז איך קען נישט ליינען קיין קוויטלעך, רופט זיך די חסיד אָן איין זאך ווייס איך יא אז תפיסת מחשבה האט די רבי זיכער.
ווייל אזוי האט געשריבן:פארציילט מיר איינער אז ער איז אריין צו די נייע וויזשניצער רבי (איינע פון די 8) מיט א קוויטל און די רבי רופט זיך אן מיט עניוות דו ווייסט דאך אז איך קען נישט ליינען קיין קוויטלעך, רופט זיך די חסיד אָן איין זאך ווייס איך יא אז תפיסת מחשבה האט די רבי זיכער.
די וועלט'ס בארימטע בדחן ר' בצלאל אלטער הכהן דים שליט"א פון בני ברק האט פארציילט פאר בערך 10 יאהרן צוריק ווען עפעס א צדיק איז אוועק און ס'איז אויפגענומען געווארן א נייע רב/רבי (אין ב"פ אויף 48/15) וואס ר' בצלאל האט עם גאנץ גוט געקענט פון די צוויי יאהר אין ארץ ישראל (בת-ים) און ר' בצלאל איז אריין מיט א קוויטל מיט אן ערנסטע פנים און דער רב האט זיך אנגערופן ברוב ענוותנותו המפורסמת: "ר' בצלאל, איהר קענט מיר דאך, וואס קומט איהר אריין מיט א קוויטעל, בשלמא די חסידים דארפן דאך האבן א רבי אבער דו..." ר' בצלאל האט זיך גע'עקש'נט און דעם רב האט געליינט דעם קוויטל. ארויסקומענדיג פון צימער פרעגט דעם גבאי: "נו ר' בצלאל, וואס זאגסטו צו אונזער נייע רב?" האט ר' בצלאל געזאגט: "רוח-הקודש ווייס איך נישט אויב דער רב האט, אבער תפיסת מחשבה האב איך אליין מיט-געהאלטן..."
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
איינער וואקט אריין אין בית הכסא און זעהט אן אלטע איד זאגט אשר יצר. מאי האי? פרעגט ער. זאגט דער אלטע איד אז ער האט געהערט ס'איז א סגולה צו זאגן אשר יצר אינעווייניג