סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

יש ויש. ס׳דא אזעלכע און אזעלכע. בעלז און אנדערע ישראלישע חסידיות זענען גראדע לענ”ד מער איכותדיג ווי די היגע קאמפאניעס.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:יש ויש. ס׳דא אזעלכע און אזעלכע. בעלז און אנדערע ישראלישע חסידיות זענען גראדע לענ”ד מער איכותדיג ווי די היגע קאמפאניעס.


וואס טוט א בעלזער חסיד וואס האט א ערענסטע פראבלעם? ער שיקט א פאקס קיין ירושלים און ווארט אז עפעס א ״גבאי״ זאל אים ענטפערן אין די נעקסטע סעיווע״ן ביזנע״ס דעי״ס!?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ווען א בעלזע חסיד ווי איך האט א פרבלעם, האט א רבין צו וועם ער קען זיך ווענדן, און איך רעד פון אייגענע עקספיריענס, די שאלה איז וואס דו טוסט ווען די האסט א פראבלעם, צו וועם גייסטו? דו גלייבסט דאך אין קיינעם נישט, און צום באשעפער ווייס איך אויך נישט דיין פינקליכע אמונה סטאטוס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס האט הילף מיט גלויבען? ווען איך האב געהאט א פראבלעם, האב איך געבעטען די וואס קענען העלפען, ונושעתי. איך האב עפעס אין זיי געדארפט גלויבען? ווען עס איז נישט קיין זאך וואס אנדערע מענטשען קענען העלפען, בעט איך זיי נישט. וואס האט עס מיט א רבי אין ירושלים?

עס גייט פארקערט. קודם באלאנגט אלסדינג צו איהם, און דערנאך קען מען איהם בעטעו עפעס צוריק צו געבען. און דערנאך מוז גאר עס אזוי זיין!

און דאס אלס האט גארנישט מיט שחצנות׳דיגע ׳דערהויבענע וויזיטען׳. די זיינען, אויפ׳ן בעסטען אופן, אבי צייט און געלט פארשווענדעניש, און אין אמת׳ן אריין, האבען זיי א שטארקע שלעכטס אונטער די שלייער פון ׳ענטערטעינמענט׳. דאס ווייס איך כלי ראשון וויאזוי די בעלזער באאמטע האבען זיך געפיהרט מיט פרעמדע וואס שיקען צו זייער מוסדות אין לאנדאן, נאך די וויזיט. פלוצלונג הרימו ראש און מ׳האט זיך גענומען רודפ׳ן. איך האב געווארענט פאר יענעם פאר דער וויזיט אז קיין גוטס איז נישט דא צו האפען דערפון, און יענער האט געלאכט מיט די זעלבע אויסרייד פון ׳קאושער ענטערטעינמענט׳, ביז ער האט עס געשפירט אויף די אייגענע הויט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

שבת אחים האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:נו אז רבי'ס פוהרן שפילן איז עפעס א שלעכטע זאך?
זאלן די בחורים אין יונגעלייט האבן כשר'ע אינטערטעימענט!


די רביס מאכן געלט פון ״די שפילערייען״ אויף די חשבון פון די קעלבלעך. זיי נוצן זייערע ארימע חסידים צו ספאנסערן אלע זייערע משגעותן, פאלאצן און זייערע קינדערס פרנסה. סאיז בערך וואס אלע דיקטעטארס אין היסטאריע האבן געטוהן. זיי מאכן די מענשטען פיהלן אז זיי באלאנגן צו א געוויסע גרופע. און מיט דעם פיהלן זיי א ״עטנישע שטאלץ״ (איך בין א בעלזער, וויזניצער, באבובער, סקווירער, סאטמארער וכו׳) און יענער און יענער איז מיין ״אפגאט״ און דעריבער איז מיר נישט קיין חילוק וואספארא שגעון אדער שייגעץ שטיק דער פירער/רבי וועט טוהן וועל איך אים נאכאלץ אפלאדירן ווייל איך בין דאך א חלק פו די גרופע...

גיי רעדט צו אלע רוסאקן וועגן זייער פירער פוטין. זיי זענען אזוי שטאלץ מיט אים אז נאר... איי וועסטו פרעגן וואס האט פוטין וואס איז איינער פון די רייכעסטע און פאוערפולסטע מענטשן אויף די וועלט געטוהן פאר די עוורידזש רוסאק???? די תירוץ איז ער טוט פאר זיי פונקט וואס די רע-בנים טוהן פאר זייערע בהמות... גארנישט!

די רבנים זענען גאר ווייניג נייגעריג אז אין זייערע מוסדות קומען ארויס בהמות איינס נאכן צווייטן. אן קיין שום חינוך, און א נארמאלע וועג וויאזוי צוברענגן פרנסה. זיי זענען גאנץ ווייניג נייגעריג אז אין די שטעט ווי זייערע חסידים וואוינען קאסט א לעכל דריי טויזנט דאללער און רוב עולם קראצט זיך די יענקלעך יעדע חודש צובאצלן די הויכע רענט. זיי זענען נישט נייגעריג אז די חרדישע לייף-סטייל קאסט אפ שווערע געלטער און רוב פון די קעלבלעך קענען עס נישט אפפאדערן. זיי זענען נישט נייגעריג אין גארנישט. זייערע משפחות האבן אלעס וואס זיי דארפן. זיי זענען נישט דא צוהעלפן קיינעם, נאר זיך אליינס.

און בד״וו רוב פון זייערע ענטערטעינמענט זויגט אויף כוח... סאיז בכלל נישט אינטערסאנט. סאיז פאלש! און באורינג! קומטס אויף מיט בעסערע ענטערטעינמענט פאר די קינדער. אונזער קינדער פארדינען בעסערע כשרע ענטערטעינמענט ווי זיצן ביי טישן פון ״פריצים״, ליידיגע-שטרויזעק און צוקוקן וויאזוי זיי פרעסן סעלמאן פיש און קוגל. מוראדיגע ענטערטעינמענט... גיוו מי א ברעיק!

נו האסטי דאך שוין געזאגט אז זיי זענען אזויווי ספארטס שויס, אין פארשטייט זיך אז די שפילער מאכן געלט פון די פענס וואס גייען ארום זאגן אז דאס איז זייער פארטיי וכו'..
איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט דעם?
אז מענטשן זענען גרייט צו צאלן צו האבן אינטערטעימענט נאכדערצו אז מ'רעדט פון כשר'ע אינטערטעימענט אין מ'הערט נאך אביסל תורה אין די זייט אין מ'זינגט שיינע ניגונים איז עס א שיינע זאך.
וואס באדערט עס דיך?
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טראמפ איז אין דעם שולדיג? וואס פארא שאלה איז דאס ׳וואס איז שלעכט מיט שקר?׳? מ׳דארף עס נאך אויסרעדען?

כשר ענטערטעינמענט איז א שם נרדף פאר שקר. דאס איז ביי מיר גענוג צו פיהלען אן אפשיי.

מ׳זאגט אז עס איז התקשרות צדיקים, דערהויבענע עבודה, כבוד בית בעלזא. און דאס איז אלס שקר ביודעים. די פרעדיגערס ווייסען אליינס אז זיי רעדען שקר און זיי גלויבען נישט דערין. נאר אז אזוי דארף דער זאך קלאפען אז די ענטערטעינמענט זאל קלאפען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טראמפ איז אין דעם שולדיג? וואס פארא שאלה איז דאס ׳וואס איז שלעכט מיט שקר?׳? מ׳דארף עס נאך אויסרעדען?

כשר ענטערטעינמענט איז א שם נרדף פאר שקר. דאס איז ביי מיר גענוג צו פיהלען אן אפשיי.

מ׳זאגט אז עס איז התקשרות צדיקים, דערהויבענע עבודה, כבוד בית בעלזא. און דאס איז אלס שקר ביודעים. די פרעדיגערס ווייסען אליינס אז זיי רעדען שקר און זיי גלויבען נישט דערין. נאר אז אזוי דארף דער זאך קלאפען אז די ענטערטעינמענט זאל קלאפען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אין ווען מ'אדווערטייזט א שוי אין מ'שרייבט מגוזם'דיגע ווערטער שטערט עס דיך אויך אזוי שטארק?
זיי זאגן ליגנט? נו נו
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זייער גוט. זאג דאס צו זיין קינדער אויך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איך רעדט נישט יעצט וואס איך טוה מיט מיינע קינדער אין וואס איך האלט וועגן רבי'ס.
איך זעה פשוט נישט וואס עס שטערט אזוי שטארק פאר מאנכע דא אז ס'דא מענטשן וואס צאלן פאר דעם אין זיי האבן עס ליב.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן ישי, וואלסט געזאגט פאר דיינע קינדער אויף איינעם וואס מאכט מעדזשיק-טריקס (magician בלע״ז) אז ער איז א ״גדול הדור״?

וואלסט אפשר גערעכט געוועהן ווען א טאטע נעמט זיינע קינדער צו א טיש און זאגט זיי אז זיי זאלן נישט אנטציקט ווערן פון די רבנים ווייל זיי זענען נישט קיין אמתע צדיקים נאר פשוטע ״שוי שפילערס״
אבער למעשה זאגן אונז דאך נישט אויס פאר די קינדער אז זיי זענען ״שוי שפילערס״, פארקערט גאר אונז זאגן פאר די קינדער אז זיי זענען ״הייליגע מענטשען״ אדער לכה״פ ״ערליכע איינשטענדיגע מענטשען״. און למעשה פארקויפן זיי גארנישט.

איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן זיך אפלערנען פון די פאלשע סעלפיש רבנים. זיי זענען נביאי שקר! אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, גוד פאר יו. אין אדם מוריש שקר לבניו...

סאיז טאקע נישט געזאגט געווארן אויף ״אלע״ היינטיגע רבנים. סאיז זיכער דא געוויסע רבנים וואס זענען יא ערליך און מיינען עס אמתדיג. אבער בדרך כלל רוב פון די ״גרויסע קאמפעניס״ היינטיגע צייטן זענען פול מיט בול... איין שטיק שקר! און זיי זענען נישט ווערט אז איך זאל שלעפן מיינע קינדער צו זייערע מסיבות.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון א שוי ביז א טיש?

זיי כאפן אליינס נישט ווי מ׳שלאגט כפרות מיט זיי. זיי פרייען זיך צובאצלן.

בקיצור די גאנצע חסידות איז אזויווי זיין א ספורטס-פען-גארנישט אנדערש!

1)מ׳בלאנגט צו עפעס א טיעם און מ׳פרייט זיך מיט זייערע געווינסן, מ׳טרויערט אויף זייערע פארלוסטן.
2)מ׳באצאלט געלט אריינצוקומען אין די סטאדיום צוקענען מיטהאלטן ״די שוי״. מקען קויפן בעסערע טיקעטס פאר מעהר געלט...
3)פונקט ווי די ספורטס שפילערס זענען ע״פ רוב מיליאנערן און רוב מיטהאלטערס זענען ארימלייט. די זעלבע ביי די רביסטיוועס.
4)פונקט ווי די ספורטס שפילערס געבן נישט קיין שי״ן פאר די פענס געבן די רבנים אויך נישט די מינדעסטע שי״ן פאר די חסידים.
5)פונקט ווי יעדע ספורטס טיעם איז ״א ביזנעס״ אזוי אויך ״רביסטיווע״.

מאי שנא?

ס׳ליגט גארנישט מעהר אינטער דעם. ליידער...

שבת אחים: איך וויל וויסן פארוואס דו זאגסטנישט די אלע זאכן ביי א וויזשניצער טיש. ניין. מיין קשיא איז פארקערט...פארוואס דו..פון אלע מענטשן, וועלכער טענה'ט אז ער האט אהבת ישראל, און ער געיט אין די דרכים פונ'ם סבא קדישא, דער אהבת ישראל, זאגט די אלע נעגאטיווע זאכן איבער א צווייט חסידות...!

מילא, די פארדארבענע יונגען, וועלכע האבן געטרונקען די מים הרעים. זיי זענען דאך שוין אין א בחינה תינוקות שנשבו. אבער, דו...?!.


כ׳פארשטיי נישט דיין קשיא?

איך האב נישט פיינט קיין איין חסידות איך האלט נאר אז זיי זענען קאראפטירט. און אט דאס באדערט מיך. ווען איך וואלט באמת פיינט געהאט אידן וואלט עס מיך בכלל נישט אנגעגאנגען. דאס איז סגייט מיך אזוי אין לעבן מיינט אז איך האב א געפיל צו אידן.



איך האלט פון אסאך רבי׳ס. און אסאך זענען ליידער פאלש. דאס איז די מציאות. אלזא דארף מען מאכן זיכער אז אונזערע קינדער זאלן וויסן די חילוק פון די אהבת ישראל, אמרי חיים, ר׳ יודלע זצ״ל, ר׳ אהרן בעלזער זצ״ל, ר׳ יואל מסאטמאר זצ״ל, קלויזנבורגער זצ״ל, ר׳ הערשלע ספינקער זצ״ל, פאפא זצ״ל, צעהלים זצ״ל, טאהש זצ״ל, סקלענער זצ״ל, ריבניצער זצ״ל, סקווירא זצ״ל, ר״ש מבאבוב וכו וואס זענען געוועהן ריינע מענשטען-ערליכע אידן וואס האבן אלעס געמיינט ״לשם שמים״ ביז צו די היינטיגע פארדארבענע קאראפטירטע רבנים וואס מיינען אלעס ״לשם ביזנעס״ און צובויען זייער ברענד וואס זיי האבן באקומען בירושה. און זיי קימערן זיך בכלל נישט מיט די אלגעמיינע ציבור׳ס געברויכן. דעטס אלל...

דעס וואס דו טענהסט אז איך רעדט נישט אויף וויזניץ איז פשוט נישט אמת.
איך רעדט פונקט אזוי אויף וויזניץ. קוק וואס כהאב געשריבן אין די אנדערע אשכולות אויף ר׳ מענדל פון גיבערס. ר׳ מענדל פון אר״י. ר׳ ישראל פון מאנסי. וועלכע פון די ווינזיצער רביים זענען פאלש און וואס מיינען נאר זיך טוה איך טאקע פארדאמען, נישט קיין חילוק וואס זייער לעצטע נאמען איז... איך האב אפילו געשריבן אלע חסרונות פון ר׳ מאטעלע איינער פון וועמען כ׳האלט גראדע יא. ווידער דער אהבת ישראל האט דאך נאר געהאט מעלות. איז שרייב איך טאקע אלע זיינע מעלות...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אישתישבי האט געשריבן:צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.


מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: דו ביסט גערעכט מיט די מערסטע נקודות. נאר אזויפיהל איז יא דא א חילוק. אויב מ'רייסט נישט אויס געלט פון די מענטשן פאר'ן רעבי'ן. ווייל אויב יא. איז דאס געהעריגע גזילה. איך האב מיט א סאך יארן צוריק באגעגנט א יונגערמאן. א חסיד פון א געוויסן רעבי'ן. און בשעתו האט מען געהייסן פאר א יעדן איינעם וואס באלאנגט צו יענע חסידות צו געבן $2,000 דאללער פאר'ן רעבי'ן. און דער וואס האט נישט האט געדארפט נעמען א גמ"ח. יענער יונגערמאן איז געווען אן ארימאן א שלעפער. האביך איהם אנגעשריגן און געזאגט. בעסער קויף א פאר שיך פאר דיינע קינדער.נישט געב פאר דעם רייכן רעבי'ן געלט...!

אבער ווען מ'בעט נישט קיין געלט איז דאס נישט שעדליך. ס'איז פונקט אזוי ווי גיין קוקן א טעאטער שפיהל...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בן ישי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.


מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.
די ניגונים אין בעלזא זענען געמאכט געווארען דורך פריערדיגע צדיקים? למשל וועלכע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

וואסי פשט אין דער שווארצע ׳ביסט׳ אין וואס דער אדמור קומט אן צו זיין אכסניא? ווי איז דער ראלס ראיס וואס מ׳האט אונז צוגעזאגט? ועוד, פארוואס מוז ער ארויס טרעטען מיט א בלויזען קאפ, ביז ער טוט אן דער הוט? האט מען דען נישט געקענט פועלן א העכערע קאר, אז ער זאל קענען ארויסטרעטען מיט די הוט פלאצירט פונקט ווי עס באלאנגט? און זייט ווען רייזעט מען מיט א הוט? אויף וואס איז דער קאלפיק געמאכט?
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.


מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.
די ניגונים אין בעלזא זענען געמאכט געווארען דורך פריערדיגע צדיקים? למשל וועלכע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


האסט מיך געכאפט...
בעלז זינגט טאקע אסאך היינטיגע ניגונים אנדערש ווי רוב אנדערע טישן אבער ס'איז נאכאלץ שיינע ניגונים מיט וואס מ'קען זיך אנווארעמען דאס הארץ אדער ארויס געבן אביסל שמחה אויף א כשר'ע אופן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן ישי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

קענסט מיר מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל פארוואס געווענליך שרייבסטי נישט אנליין?
אין וואס גייט אריין בגדר אויסערגעווענליך אז די שרייבסט יא?
לעצטענס איז דא אסאך אויסערגעווענליכע פאלן אדער די גייסט יעצט דורך אומגעווענליכע זמנים?
קלאר מיך אויס וואס דא גייט פאר...
אפשר איז עס גאר ווי א בחינה פון אייביג האבן פאר זיך די פסוק שויתי...
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בן ישי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:צו די וואס זאגן כשר ענטערטעינמענט, איז די שאלה, ווער זאגט אז עס איז כשר? וואס איז ווייניגער כשר פין א בעיסבאל געם צו שטיין און קוקען ווי איינער עסט אכילה גסה?

און דו ניגונים? גיי אין אפערא קענט איר הערן פיל שענערע און הארציגע ניגונים.

פראבירט אליין אויס, גיי צו א טיש פין אנהייב ביז'ן סוף, און אויף די וועג אהיים טראכט גוט איין שאלה, מיט וואס גייסטו אהיים מער ווי בעפאר דער טיש!!!! טאמער האסטו עפעס מער, און די האסט עס ליב, אדרבה, גיי. טאמער דער מער איז אז מען האט יענעם געזעצט העכער און יענעם נידריגע, צו מען האט יענעם מכבד געווען און יענעם משפיל געווען, זוך דיר בעסערע כשר ענטערטעינמענט.


מ'שטייט אפגעזונדערט מענער און פרויען מ'זינגט ווארימע חסידישע ניגונים וואס מקורתם פון פריעדיגע צדיקים אין מ'הערט תורה.


בערך ווי די אינטערן פלעיס. דארט זיצט מען אויך אפגעטיילט, ווארימע ניגונים, מ'הערט א מעשה מיט א מוסר השכל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סמבטיון האט געשריבן:ווען א בעלזע חסיד ווי איך האט א פרבלעם, האט א רבין צו וועם ער קען זיך ווענדן, און איך רעד פון אייגענע עקספיריענס, די שאלה איז וואס דו טוסט ווען די האסט א פראבלעם, צו וועם גייסטו? דו גלייבסט דאך אין קיינעם נישט, און צום באשעפער ווייס איך אויך נישט דיין פינקליכע אמונה סטאטוס.


וואס הייסט איך בין דאך אליינס א רבי ממילא גיי איך צו מיר אליינס. אדער בעט איך דעם אהבת ישראל זאל שוין רעדן צום אייבערשטען פאר מיינעט וועגן, ער שטייט דאך גלייך נעבן די כסא הכבוד....

גענוג מיט די שטותים. למעשה האבן די בעלזער נישט קיין רבין צו וועמען זיי קענען זיך ווענדן און גראד אריינגיין אדער רופן אינמיטן די נאכט על כל צרה שלא תבוא אזויווי מיין טאטע פלעגט רופן/לויפן צו ר׳ מאטעלע דירעקט פאר יעדער קלייניקייט אזויווי א קינד לויפט צו זייערע עלטערן׳ס שטוב. ביי ענק איז עס א אפעציעלע פראסעס אזויווי די פוד סטעמפס אפיס. אזא ביוראקראסיע.

לדעתי ווייסן ענק בעלזער נישט וואס ס'האט געמיינט "א אמאליגע רבי". ביי ענק איז אלעס סיסטעמייזט געווארן אין א גרויסע קאמפעני. נישט ווי יעדער חסיד קען זיך גיין דורכרעדן מיט זיין רבין ווען און וואו אימער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ס'איז אמת אז בעלז האט נישט קיין נאנטע קשר מיט זייער רבי, זיי זעהן עם בערך איינמאל אין צוויי יאר אין אפילו דעמאלטץ גייט מען אריין אויף א קוויטל דרייסיג מענטשן אויפאמאל.
אבער טאקע דערפאר האט ער איינגעפירט אז בעלז זאל האבן אסאך בתי מדרשים אין יעדע שטאט אין יעדער ביהמ"ד האט זיין אייגענע דיין אזוי האבן זיי א נאנטע קשר מיטן דיין וואס ער איז זייער מורה דרך.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן ישי האט געשריבן:ס'איז אמת אז בעלז האט נישט קיין נאנטע קשר מיט זייער רבי, זיי זעהן עם בערך איינמאל אין צוויי יאר אין אפילו דעמאלטץ גייט מען אריין אויף א קוויטל דרייסיג מענטשן אויפאמאל.
אבער טאקע דערפאר האט ער איינגעפירט אז בעלז זאל האבן אסאך בתי מדרשים אין יעדע שטאט אין יעדער ביהמ"ד האט זיין אייגענע דיין אזוי האבן זיי א נאנטע קשר מיטן דיין וואס ער איז זייער מורה דרך.


זעהסטו. אמאל האט מען געמיינט אז סאיז א מעלה אז די רבי האט נאר איין זוהן. אזוי וועט מען זיך נישט ארומקריגן. למעשה זעהט זיך אויס אז נישט. די רב קען נישט הענדלן אזויפיל טויזנטער מענטשען. בעלזא האט זיך אין די לעצטע פאר הונדערט יאהר קיינמאל נישט צוטיילט. פארדעם זענען זיי אזוי גרויס. ווען וויזניץ בלייבט ווען איין גרויסע חסידות וואלט זיך דער רבי אויך נישט געקענט קיין עצה געבן, אפילו צוטיילטערהייט זענען זיי צו גרויס. אלזא פון דא איז געדרינגן אז סאיז בעסער פאר די המון עם ״קלענערע חסידות׳ן״ ווי איידער איין גרויסע פאוערפולע חסידות ווי יעדער איז א נומבער. נישט אזוי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט