DotCom האט געשריבן:טאמבל, הלוואי ויהי' כדבריך, די ביטערע פאקט איז אבער אז רוב וועלט טראכט נישט, נישט קיין חילוק צו וועלכע רעליגיע מען בעלאנגט, ס'פעלט נישט קיין תענוגים מיט וואס דער איד זאל פארברענגען זיינע 120 יאר.
און אויב דער גוי טראכט יא דארף ער נאכאלס נישט אריינפאלן אין א מרה שחורה, ער האט זיך זיין תפקיד, זיינע שבע מצוות, דער באשעפער האט אים אויך באשאפן מיט א ציל, און אויב איז ער א גלויביגער און גלייבט אין שכר ועונש בעולם הבא דאן פעלט אים גארנישט אויף דעם וועלט.
איך רעד פון פראצענט.
רוב אידן, חסידישע און נישט חסידישע ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן פון די אלע סארט תענוגים. אסאך פון די וואס ווילן, קענען אבער דאך נישט צוליב משפחה, קאמיוניטי עטס.
און דעריבער טרעפסטו אסאך מענטשן העכער די פערציג פעסט פארמרה'שחורה'ט און אנגעגעסן, אזש זיי זענען ביזי אייביג מיט שטותים און קליינליכע מחלוקה'לעך, יענער אין ביהמ"ד האט אזוי געזאגט אויף מיר, און דער אנדערער האט מען געגעבן שישי, אבער מיך.. וכו'. אינטרעסאנטערע זאכן אינטערעסירט זיי נישט אין לעבן.
(וועסט טאקע זען, די עסקנים, און די וואס ארבעטן אומאויפהערליך, זענען ווינציגער בעצבות וויבאלד זיי האבן נישט קיין צייט צו טראכטן. האסט שוין אמאל געזען א גרעסערע עצבן ווי א כולל-ליידיגגייער?
יעצט וועגן דער גוי.
זאגמיר וויפיל גוים האסטו שוין געהערט טוען טאקע בלויז וואס זיי מעגן אלס בן נח?
און חוץ פונדעם גייען מיר דאך מיטן מסקנא אז אן תורה איז דער לעבן קיין לעבן,
סיידן מען קיפט זיך ביזי יעדן טאג מיט א צווייטע תאווה. לויט דעם וואלט דער גוי אויב טראכט ער, אויך געזאלט נמאס ווערן פון זיין לעבן... נאר וואדען, ער קומט נישט אן צו טראכטן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.