ארי נוהם האט געשריבן:קיין בעלזער בין איך נישט, און פארט ווייס איך אז בעלזא פארמאגט די סאמע בעסטע דיינים, און טאקע איבעראל.
דער בעלזער דיין אין מאנטריאל, הגאון רבי וואלף לערנער, איז אויך א דערהויבענע פערזענליכקייט און דמות דיוקן פון א פארצייטישע חסידישע איד, און אויך א גאון מופלג.
ארי נוהם: דעם בעלזער דיין הרב יוסף לערנער שליט"א קען איך פערזענליך. איך געדענק איהם נאך פון אלס יונגל. ר'איז אייביג געווען אן איידעלער. איבער זיין גאונות ווייס איך נישט. כ'האב איהם נישט פארהערט. זיין טאטע ע"ה איז געווען פון די חשוב'ע, אלטע בעלזא'ער חסידים אין ביהמ"ד. אן ענוותן ושפל ברך. און א גרויסער ת"ח...!
בעלזע רב האט איינגענומען מאנטריאל מיט טויזענטער אורחים און דער בעל דרשן ווי א ים דערטראנקענער מ'קען אים נישט געפונען.......
די בעלזע חסידים דארפן צו האבן א גוטע לאך פון די חברה (איך פארגין זיי עס נישט......)
וואס פונקטליך האסטע געוואלט, אז דער בעל דרשן זאל אויך אנברענגען טויזנטע מענטשן די וואך און אפהאלטן א עפענטליכע פארמעסט ווער עס האט מער, ווייסט דען נישט קיין איין סאטמארע חסיד אז בעלז פארמאגט טויזנטע אנהענגער? האט ער אמאל געטראכט אז זיין דרשה וועט צוריקהאלטן איין בעלזער פון קומען?
איך קען ר' משה מנחם גאר גוט, און ווי שטארק איך קען נישט דולדן זיין עקסטרעמיזם האט ער נאך א שטערקערע רעכט צו פארקויפן זיין מיינונג פאר שומעי לקחו און שוין, ער מעג זאגן פאר זיינע אינגעלייט אז זיי זאלן זיך נישט משתתף זיין אין א מעמד וואס גיבט חיזוק פאר איינער וואס איז א מסית ומדיח לשיטתו איך גראטוליר זיין מאוו ארויסצושיקן די ישיבה אין די קאנטרע און לאמיר האפן אז איין טאג וועט ער קומען צום שכל און אויפהערן מיט די עקסטרעמיזם אדער וועל איך קומען צום שכל און איינזעהן אז ער איז גאר גערעכט.
פון מאנטריאלע אידן האב איך געהערט אז מען האט מורא געהאט אויב עס וועט ווערן אנגעהיצט וועט מען אריינקומען דארט איבערדרייען, האט מען געלייגט דעם צעטל אויף ענגליש , אבער למעשה האט מען עס אראפגענומען נאך אפאר שעה ווייל מענטשן האבן געהאט טענות.
אויך הער איך אז בעלז נוצט דעם נייעם בית אסתר בילדינג וואס איז גלייך נעבן די גרויסע שאטער.
דער פאקט אז בעלזא באנוצט זיך מיט'ן בית אסתר בילדינג איז זייער א שיינע זאך. דאס דערווארעמט דאס הארץ. אונז זעמיר פארט אידן. אבער דער קעגנגעוויכט איז אז די סאטמאר'ע קהילה אין מאנטריאל פארמאגט אזא בהמה אן אקס ווי ר' משה מנחם טירנויער. וואס מ'דארף איהם געבן גראז צו עסן. נישט פאטעיטא קוגל..!
על כגון דא נאמר...ווען א נאר ווארפט אריין א שטיין אין וואסער, קענען 10 חכמים עס נישט ארויסשלעפן...!
איך האב אייך שוין כמה פעמים געוואלט אויפמערקן אז מען ברויך נזהר זיין וויאזוי מען רעדט אויף א תלמיד חכם. איך מיין נישט דוקא רב טירנויער, עס איז די זעלבע זאך ביי רב שך אדער ביי הגר"ש אויערבאך, ר' עמרם בלויא, וכו' וכו'.
דאס איז א סאטמארע תכונה נישט צו קענען מבחין זיין צווישן די גדלות פון א מענטש און צו ער האלט איין שיטה מיט מיר. איר האט גענומען די זעלבע מדה אראפצורייסן ר' ז"ל פילאפף אדער ר' משה בער בעק.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז א מנהג און א מסורה אין בעלזא צו האבען די בעסטע דיינים. ווער וועט זיך דינגען מיט א מסורה?
עס איז א מנהג פון בעלזא צו פראקלאמירן און פראפאגאנדירן אז זיי האבן די ״בעסטע דיינים״...
ווען זיי האבן טאקע די בעסטע דיינים איז איין זאך. למעשה זענען זייערע דיינים גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע...
מיט וואס איז הרב ר׳ טובי וועטטענשטיין מעהר ווי הרה״ג הצדיק ר׳ משה שנעבאלג (מטשערנאוויץ) און זיינע ברודער הרב ר׳ חיים פייבל און הרב ר׳ אייזיק. הרה״ג ר׳ ירמי גאלדהירש. הרה״ג ר׳ בנימין זאב פליישער, הרה״ג ר׳ שלמה אליעזר ברוינשטיין, הרה״ג ר׳ יוסף באב״ד, הרה״ג ר׳ נפתלי שפירא, הרה״ג ר׳ ישראל ראזנבערג (ברי״ע) וכו׳ וכו׳
די איינציגסטע חילוק איז זיי זענען ווינזיצער און די אנדערע זענען בעלזער.
הרה״צ ר׳ משה שנעבאלג און הרה״צ ר׳ זושע רוב פון מאנסי זענען טויזנט מאהל מעהר חשוב ווי ר׳ טובי וועטטענשטיין און עני אנדערע דיינים פון בעלזא... איך קען זיי ביידע גאר גוט. נאר וואס דען וויזניץ מאכט נישט קיין טראסק פון יעדע מו״צ. משא״כ בעלזא אז איינער איז א ת״ח מאכט מען פון אים א גאנצע מרא דאתרא.
זיי זענען אייביג ביזי אז זיי האבן ארויס געגעבן די בעסטע און חשובסטע יונגעלייט. כ׳זעה אין וויזניץ און אין אלע אנדערע חסידות די זעלבע חשובע יונגעלייט. סאיז דא אין וויזניץ-מאנסי אליינס אפאר הונדערט ר׳ טובי וועטטענשטיין׳ס אן קיין אפיציעלע לעדערהעטס און פאמפע. דרייטס נישט קיין קאפ!
נישט נאר דיינים האבן זיי די בעסטע נאר אלעס, אריינגערעכענט שוחטים, מוהלים, חזנים, בדחנים, רעבעצין, פעינטער, פלאמבער, מאלעסטער (קידינג) וכו'. איך האב שייכות מיט אפאר בעלזע און איך האלט אין איין הערן פון זיי ווי געלונגן זייער קהילה איז. יענע וואך האט איינער פון זיי געברענגט הערינג און זיך אויפגעטון אז א בעלזע יונגערמאן מאכט עס און ס'איז די בעסטע הערינג אין בארא פארק. באמת זענען אסאך חסידות אזוי אבער די בעלזע זענען די מערסטע געשלאגן דערמיט