דאס באשאף פון א יאנטעף

מחשבה, השקפה ועיון
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך גדליה »

עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען אין מיינע בחור'שע אמנון יצחק פאזע האב איך אמאל צוגעהערט א טעיפ פון דעם גדול מחזירי התשובה בדורינו. "מתי היה פסח?" פרעגט הרב חג'בי מיט'ן מאדנעם היטל און פארשלייערטע קליידער פון דעם טראציגן אויבער חכם. "לפני חודשיים." ענטפערט יענער מיט זיכערקייט, נישט חלומ'נדיג אין וואסארא פאסטקע ער לאזט זיך אריין.
"מתי היה פסח לפני זה?"
"לפני שנה."
"ולפני זה?"
"שנתיים." אנטווארטירט ער אומפארגאפט, נאכאלס נישט כאפנדיג ווי ער גייט אלס טיפער אין נעץ.
"גם לפני עשרה שנים היה פסח?"
"כן בוודאי."
"גם לפני מאה שנה?"
"כן."
"גם לפני אלף שנה?"
"כן."
דא הייבט דער יונג מיט די צעלאזטע האר אן כאפן בערך אז עפעס טויג נישט, אבער ער באשליסט צו גיין ווייטער.
"גם לפני אלפיים." לייגט ער צו אומבאוויסטזיניג ווי די מיקראפאן אין זיינע האנט איז אין געפאר פון פארשוואונדן ווערן אויף אייביג.
"אז מתי התחיל פסח!" פירט הרב יצחק אויס מיט א טרומפייטערנדע שטימע, נישט ווי א שאלה נאר ענדערש ווי א זיכערע תשובה. ווי קען מען דען אנהייבן אזא גאנצע פסח מיט אלע מצוות? ערגעץ מוז זיך דאך עס אנהייבן! איז ווי האט מען פלוצלינג געקענט דערציילן א מעשה בוידעם פון יציאת מצרים? הא?
שאך מאט, אטעאיסט. געגאנגען צום נעקסטן קאנדידאט וואס טענה'ט אז די וועלט האט זיך אליין באשאפן.

פאר אלע וואס האבן געלערנט נ"ך און ווייסן אז מען קען בודה זיין מלבו נישט נאר א יום טוב, נאר אויך א גאנצע חודש, צו זיי דארף מען בכלל נישט רעדן. אמער, זיי ווייסן דאך פון מערערע פלעצער ווי דער תנך אליין איז אונז מגלה אז פאר הונדערטער יארן האט מען בכלל נישט געהאלטן פסח און סוכות האט מען גענוצט די לולבים פאר די סוכות ברעטער.
אבער פאר די וואס ווייסן דאס נישט, האב איך ענדליך א תשובה פאר אייך. פון ל"ג בעומר האט איר שוין געהערט? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן? הא? פאר צען יאר צוריק איז געווען פייערס איבעראל? פאר דרייסיג יאר צוריק איז איינער געפארן קיין מירון? פאר פופציג יאר צוריק איז געווען מער ווי א מנין ביי רבי שימענען? די אלע פרויען וואס ער האט מעבר געווען זענען פלוצלינג ערשינען צוואנציג יאר צוריק. פאר צוויי הונדערט יאר צוריק האט נאך דער תנא אלקי נישט געהאט עקסעס צום נשמות שבגוף?
אויב איר מיינט אז מיר האלטן שוין ביים קלימאקס, האט איר א טעות. ביז צוואנציג יאר ארום גייען אלע גייען בגדי שבת. אלע זיבן סאטמארס גייט האבן א פייער ל"ג בעומר, אויסער אפשר א הייפעלע בני יואלער וואס זייערע ברכיים זענען עצי שיטים עומדים און פאלן נישט כורעים צום בעל. יעדער איד וועט מוזן האבן געווען כאטש איינמאל אין לעבן אין מעקארון. איינער וואס וועט פרעגן פארוואס מען גייט ווייסע זאקן ל"ג בעומר וועט מען פארשרייען אלס אפיקורס.

אין פופציג יאר גייען זיך יאווען ספרים מיט מנהגים און הלכות איבער ל"ג בעומר. אין סקווער האט מען געצינדן מיט קאטאטן סיד אויל, אבער די סחורה איז געווען לויטערע ווארעך. משא"כ אין סאטמאר האט מען געצינדן מיט שטאף אבער די אויל איז געווען קלארע שמן זית זך.
דאס איז נאך א קלייניקייט קעגן די עכט הארבע שאלות. ווי הויך דארף זיין די הדלקה? וויפיל טפחים ברייט? שיעור חזון איש אדער רבי חיים נאה? דער צינדער דארף זיין פון זילבער אדער פשוט האלץ איז אויך גוט? אין בעלז האט מען זיך אלס אנגעלאדנט אויפ'ן צוים אדער נאר אין מאנטריאל איז געווען אזוי דער מנהג. רבי גבריאל ציננער שארפט זיך שוין די ציינער פאר נאך צוויי דיקע בענדער.

די וואס קענען די לשון הרע'לעך וועלן וויסן צו דערציילן אז ווען דער רבי ר' אהר'לע פון סאקמער האט אנגעהויבן די מנהג הדלקה זענען געווען מתנגדים דערצו וואס האבן געפלאקערט ווי דעם פייער אליין.
די ידענים וועלן וויסן אז מ'פלעגט אריינצווארפן סמארטפאונס אין פייער לג בעומר נאר מ'האט אויפגעהערט משום מעשה שהיה.
די אויפגעקלערטע וועלן זיך אנטון א דינע גארטל פאר די הדלקה און אפילו נישט טאנצן געהעריג, סתם שפאצירן. אויך זאגן זיי שלשים ושתיים נתיבות אנשטאט למד בית נתיבות.

הרב יצחק, איך האב א שאלה פאר אייך. "מתי התחיל ל"ג בעומר?"
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך mevakesh »

בתחילה ביקש גדליה לעקור את פסח [URLביקש גדליה לעקור את פסח ]http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=12180 [/URL]
ולסוף כל המועדות כולם

דו האסט דיר טאקע לעצטנס איינגעשריבן מיט דעם ניק אין שטיבל אבער מען דערקענט אז דו ביסט שוין אנאלטער געלערנטע פוקס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום mevakesh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שכח פאר'ן ארטיקל, ס'איז כמים קרים ווען אינדרויסן איז 88 דעגריס.
דאס וועל איך ארויספרינטן און צוקלעבן צו מיין צוואה למען ידעו דור אחרון.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ס'וועט זיין א שאלה צו מען דארף דאווענען מעריב פאר די הדלקה צו נישט אדער איז עס מעכב
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך פליקער »

גוט גוט

אבער מיין גרויסע הארץ (קרעדיט רעש מ'לימבע) זאגט מיר אז פילע אנדערע ימים טובים שלא היה כמותם בישראל וועל פארגעסען מאכן די יום טוב לג בוימר, דהיינו די פילגרימעס צו ר' שייעלע און זיין ברידער, און צו ריבניץ, אומאן מיט ליזענק, און לעצטענס אווך ר' נפתלטשע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך גר ותושב »

גראדע האבאיך געזעין נעכטן א בריוו פון ר' יצחק בן מוהרנ"ת מברסלב וואס שרייבט ער איז געוועין אין מירון ווי אנשים נשים וטף זענען מיט מסירות נפש ארויף געגאנגען די בארג צו מאכן אן הדלקה דאס איז לכאורה א מעשה פון הונדערט פופציג יאר צוריק.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך mevakesh »

גר ותושב האט געשריבן:גראדע האבאיך געזעין נעכטן א בריוו פון ר' יצחק בן מוהרנ"ת מברסלב וואס שרייבט ער איז געוועין אין מירון ווי אנשים נשים וטף זענען מיט מסירות נפש ארויף געגאנגען די בארג צו מאכן אן הדלקה דאס איז לכאורה א מעשה פון הונדערט פופציג יאר צוריק.
מערסטנס צוויי הונדערט יאר
די ערשטע מקור אז עס איז ר' שמעון'ס יארצייט איז פונעם חידא

Sent from my XT1060 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די גאנצע יום טוב פון ל"ג בעומר האט זיך אנגעהויבן אלץ א יום טוב פון גיין אויף קברי צדיקים, און לאו דוקא צו רשב"י, בערך פון פסח שני ביז ל"ג בעומר. ס'דא וואס ווילן עס מקשר זיין מיט צום יהושע, אדער מיט פרוס העצרת.

איז אזויווי דער מנהג איז אריבערגעגאנגען אזויפיל גלגולים, פון שמואל הנביא, הלל ושמאי, ר' עקיבה, ר' מאיר, ועוד ועוד ביז וואו ס'האלט היינט ביי רשב"י. ווער ווייסט, אפשר איין טאג וועט מען קומען צופארן צו ר' נפתל'טשע פון ארץ ישראל אויך. און איך מאך עס נישט אוועק, ס'איז זיכער אז דער מנהג פון גיין אויף קברי צדיקים אום ל"ג בעומר איז נישט סתם אזוי. אויב ישראל קדושים פירן זיך שוין אזוי פאר טויזענט יאר, ליגט זיכער עפעס אונטער דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

mevakesh האט געשריבן:
די ערשטע מקור אז עס איז ר' שמעון'ס יארצייט איז פונעם חידא

פארקערט. די חיד"א זאגט אז דאס וואס שטייט אין פע"ח אז ס'איז יום שמת רשב"י, איז א טעות הדפוס. און די אמת'ע גירסא איז יום שמחת רשב"י. ווייל יענע טאג איז ער מוסמך געווארן דורך רבי עקיבא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער מנהג ישראל איז בכלל נישט קיין באשטעטיגטע זאך. דער חזו"א טוט פאנאנדערטיילען צווישען ׳מנהג דלת העם׳ און מנהג תלמידי חכמים. אין א"י ׳אלע דורות׳, זענען די גאונים וגדולים געגאנגען קיין מירון אום ל"ג בעומר? הרב יהושע לייב דיסקין, הרב שמואל סאלאנט, דער בריסקער רב, דער חזו"א, דער טשעבינער רב, דער פרעשבורגער רב, חכם עזרא עטייה, חכם עובדיה יוסף, הרב שך, הרב שטיינמן, הרב אלישיב, דער בית ישראל, דער בעלזער רב?
יא, די צווייטע לעוועל פון רבי׳ס, וואס זענען נישט געווען אנגענומען אלס גדולי הדור, זענען מאנכע פון זיי געגאנגען. אבער דאס אנצורופען א מנהג, ווען די עיקר איז נישט פון גדולי חכמי הדור, איז נישט אין איינקלאנג מיט כללי המנהגים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך פראובירן צאמצושטעלן א ליסטע פון גדולי עולם וואס זענען געפארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון, כ'על אנפאנגען מיט'ן אריז"ל און דעם אוה"ח.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: נאכמער. אין די פארצייטישע יארן איז די נסיעה קיין מירון געווען פארבינדן מיט גרויסע שוועריגקייטן. און אפילו מיט מסירות נפש. ווייל מירון איז דאך אויף א בארג. און די מאדערנע טראנספארטאציע מיטלען האבן נאך דאמאלס נישט עקזיסטירט. און אפילו ווען מ'איז שוין אנגעקומען אהין האט מען זיך נישט געקענט גרינג פלאצירן. סיי מיט אכסניא און סיי מיט עסן און מניינים. ס'איז געווען אזוי ווי גיין אין א מדבר...! און דאך זענען געווען מענטשן מיט א סאך גבורה און א שטארקן רצון וועלכע זענען געגאנגען...! נאר מ'איז נישט געגאנגען אין די מאסן. אזוי ווי היינט.

לגבי דאס מאכן מער און מער פאר אן אפיציעלן יום טוב. איז אינטרעסאנט צו באמערקן. אז מיט א סאך יארן צוריק. ווען כ'האב דאס ערשטע מאל געזעהן יונגעליייט גייען אנגעטון בבגדי שבת אום שושן פורים האביך מיך געוואונדערט וואספארא יו"ט ס'איז היינט. ווייל בימים ההם איז נאך שושן פורים אין חוץ לארץ נישט געווען אנערקענט אלס א יו"ט. מ'האט נאר געוואוסט אז ס'איז דער פורים אין ירושלים. חדרים און ישיבות האבן געהעריג פונקציאנירט. און ס'האט קיינער נישט געחלומ'ט נישט צו לערנען אין יענעם טאג..אדער גיין צו די ארבעט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך פראובירן צאמצושטעלן א ליסטע פון גדולי עולם וואס זענען געפארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון, כ'על אנפאנגען מיט'ן אריז"ל און דעם אוה"ח.
דאס איז א פיינעם אויסרייד, אבער צווישען דער אריז"ל און אונז שטייען דריי הונדרעט יאר פון גדולי ישראל. דאס כיפערען דורות צו פאבריצירען א מסורה איז נישט קיין אויפריכטיגע זאך.
האבען די אלע גדולי ישראל פון די לעצטע הונדרעט יאר נישט געוואוסט די אלע מעשה׳לעך פון די ביכער? פארוואס האבען זיי נישט גענומען קיין לעקציע פון די זאכען?
נאר דער דלת העם האט עס אנגעהאלטען, בשעת אז תלמידי חכמים און אויסגעהאלטענע מענטשען האבען עפ"י רוב נישט גורס געווען די גאנצע מעשה. קינדער האבען געמאכט פייערס, ווייל קינדער זענען קינדער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך אונטער חכם »

איך זעה גראדע נישט דעם נקודה פונעם פותח האשכול, ביזדערווייל איז נאך נישט געשעהן קיין שום צומישעניש ביי כלל ישראל, מען דארף נישט מער ווי עפענען א משנה ברורה צו זעהן פונקטליך וועלכע יו"ט איז מעיקר הדין און וועלכע איז בלויז א מנהג, און יעדע יו"ט וואס איז מעיקר הדין איז שוין זיכער געווען ביי כלל ישראל ווייניגסטנס די לעצטע צוויי טויזנט יאר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אונטער חכם: בעצם ביסטו גערעכט. דער פותח האשכול האט עס א ביסל דראמאטיזירט. אבער ס'איז דאך א פאקט אז די אלע טעג וועלכע זענען אמאל (מיט בערך 40 יאר צוריק) ניטאמאל געווען פאררעכנט פאר א יומא דפגרא, ווערן היינט מער און מער געפראוועט אלס א יו"ט בבחינת חוה"מ. הויפטזעכליך דורך גרופ פרעשור פון איין חסידות צום צווייטן...!

די אונטערשטע שורה איז אז ס'איז א גוטע זאך. סוכ"ס צו פראווען די יארצייט פון א רעבי'ן וועלכער האט אויפגעטון פעולות נשגבות. ס'איז א שיינע זאך צו טון ברב עם הדרת מלך. לויט די טעכנישע מעגליכקייטן פון יאר 2018. נאר ווען דאס גשמיות. בעיקר די מגושם'דיגקייט ארום וועגט איבער די רוחניות'דיגן חלק, דאמאלס טויג עס נישט...!
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער מנהג ישראל איז בכלל נישט קיין באשטעטיגטע זאך. דער חזו"א טוט פאנאנדערטיילען צווישען ׳מנהג דלת העם׳ און מנהג תלמידי חכמים. אין א"י ׳אלע דורות׳, זענען די גאונים וגדולים געגאנגען קיין מירון אום ל"ג בעומר? הרב יהושע לייב דיסקין, הרב שמואל סאלאנט, דער בריסקער רב, דער חזו"א, דער טשעבינער רב, דער פרעשבורגער רב, חכם עזרא עטייה, חכם עובדיה יוסף, הרב שך, הרב שטיינמן, הרב אלישיב, דער בית ישראל, דער בעלזער רב?
יא, די צווייטע לעוועל פון רבי׳ס, וואס זענען נישט געווען אנגענומען אלס גדולי הדור, זענען מאנכע פון זיי געגאנגען. אבער דאס אנצורופען א מנהג, ווען די עיקר איז נישט פון גדולי חכמי הדור, איז נישט אין איינקלאנג מיט כללי המנהגים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ביטע נעם ארויס דעם ''הר'' שך פון דארט. עס איז א בושה פאר די אנדערע דערמאנטע, צו ווערן דערמאנט אינאיינעם מיט דעם שך
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

berlbalaguleh האט געשריבן:אונטער חכם: בעצם ביסטו גערעכט. דער פותח האשכול האט עס א ביסל דראמאטיזירט. אבער ס'איז דאך א פאקט אז די אלע טעג וועלכע זענען אמאל (מיט בערך 40 יאר צוריק) ניטאמאל געווען פאררעכנט פאר א יומא דפגרא, ווערן היינט מער און מער געפראוועט אלס א יו"ט בבחינת חוה"מ. הויפטזעכליך דורך גרופ פרעשור פון איין חסידות צום צווייטן...! !

די פאקט איז אויך אז דו אין איך ווייסען גאנץ גוט אז פאר 40 יאר ציריק איז דאס ביי א גרויס טייל נישט פארעכענט גאווארן אלס א יומא דפגרא
דאס אז "ס'איז דא, אדער געווען, א הייפעלע בני יואלער וואס זייערע ברכיים זענען (געווען) עצי שיטים עומדים, און פאלן נישט כורעים צום בעל" וועט אייביק פארבלייבן אן היסטארישע פאקט.

דער פותח האשכול ווייסט אויך פין תנ"ך ווען מיר האבן יא און ווען נישט געהאלטן פסח.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

מ'דארף נעמען אין חשבון אז ס'פלעגט זיין זייער שווער אנצוקומען קיין מירון, ס'געווען א לאנגע שווערע נסיעה ממילא איז אוטאמאטיש נישט געווען קיין ריזיגע געפארעכטס, הגם ס'געווען וואס האבן זיך נאכאלץ מוסר נפש געווען דארט צו זיין יעדע יאר.

אלץ א משל נעמט די נסיעה צו ר' אלימלך כ"א אדר וואס אינדערהיים איז געווען א גרויסע געפארעכטס אבער נאך די קריג וויבאלד די פלאץ איז געווען חרוב אין נסיעות זענען געווען שווערער ווי היינט איז מען נישט געפארן, ביז ס'געקומען מענדל רייכבערג אין איבערגעמאכט דאס פלאץ אין צוגעשטעלט באקוועמע נסיעות אין ס'איז צוריק געווארן א גרויסע געפארעכטס.
דוד בן ישי עבדך משיחך
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אויך איז מיר אביסל שווער אויף דעם פותח האשכול וואס דארף ער ברענגן פין תנ"ך אז א חלק פין פאלק איז נישט געווען ערליך אין האבן עובר געווען אויף א חלק פין תורה, ווען היינט איז די זעלבע זאך און אפשר אסך ערגער, רוב כלל ישראל האלט נישט קיין פסח וואו עס דארף צי זיין.

היינט קען גאר געמאלן זיין ס'זאל זיין אזאלעכע וואס זאלן נישט וויסען בכלל פין קיין "תורת משה" און נ"ך האבן די נביאים אלץ פארגעווארפען פאר די זינדיגע אידען ווארוואס זיי זענען עובר אויף תורת משה, זִכְרוּ תּוֹרַת מֹשֶׁה עַבְדִּי אֲשֶׁר צִוִּיתִי אוֹתוֹ בְחֹרֵב עַל־כָּל־יִשְׂרָאֵל חֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים: מיר טרעפען נישט קיינמאל אין נ"ך אז ס'איז געווען אזאלכע וואס האבן געזאגט אז ס'איז נישטא קיין תורת משה - היינט איז יא דא וואס זאגן דאס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:
די ערשטע מקור אז עס איז ר' שמעון'ס יארצייט איז פונעם חידא

פארקערט. די חיד"א זאגט אז דאס וואס שטייט אין פע"ח אז ס'איז יום שמת רשב"י, איז א טעות הדפוס. און די אמת'ע גירסא איז יום שמחת רשב"י. ווייל יענע טאג איז ער מוסמך געווארן דורך רבי עקיבא.


אין עבודת הקודש שרייבט דער חיד"א אויף ל"ג בעומר, אלס "הילולא" דרשב"י.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ר' גדליה
איך בין אינגאנצן נישט מסכים מיט דיין פוינט
אבער איך האב דיר געלייקט וועגן הרב חג'בי'ס נוסח :lol:
:דאבללייק: :like
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: דאס באשאף פון א יאנטעף

שליחה דורך מי אני »

פון הרב נתן סליפקין׳ס רעצענזיע אויפ׳ן ביך Who Stole my Religion פון Dr. Richard H. Schwartz.
IMG_4355.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט