שמעקעדיג האט געשריבן:הקטן און בערל
You're missing the point
קיינער זאגט נישט אז מען טאר נישט, ס'נישט קלוג, מ'איז חייב, וואטעווער.
פאקט: עס איז פלאגיאירט, פינטל! עס איז פשוט אן אינטרעסאנטע נייעסל; קיינער מיינט נישט צו ציען מסקנות, צו אריינמישן פאליטיק. קאמענטארן אדער אריינלערנען פשטים זענען איבריג.
שמעקעדיג: שוין. איך הייב הענט. איך געב אויף. נאר פלאגיאריזם איז שטארק פארשפרייט אין אלע צווייגן פון אונזער לעבן. למשל. איך האב די פארגאנגענע וואך מחדש געווען א ווערטל. געשריבן עס דא אויף קאווע שטיבל. און תיכף ומיד האביך עס געזעהן אויף טוויטער (ר"ל) געקאפיעט דורך האסידיק 1. ככתבו וכלשונו. אן געבן קרעדיט פאר קאווע שטיבל אדער פאר מיר.
אפילו אין ישיבה ביי בחורים איז אויך דא פלאגיאריזם. איך געדענק אין ישיבה, איז מיר איינגעפאללן עפעס א גוטע קשיא אויף תוס'. און איך האב עס ארויסגעמורמלט אזוי ביני לבין עצמי. איז געגאנגען מיין חבר/שכן און ער האט אויפגעהויבן די הענט און תיכף געפרעגט דעם מגיד שיעור די קשיא, אן זאגן בשם אומרו. דער מגיד שיעור האט געזאגט אז ס'איז טאקע א גוטע קשיא וועלכע די מפרשים פרעגן שוין. זעהט אויס אז ער האט געוואוסט אז א בעל עגלה קען נישט לערנען און קען נישט פרעגן קיין קשיות. ממילא האט ער געהאט א רעכט דאס צו טון...! יעצט וואס זאלל איך טון גיין צו דין תורה מיט האסידיק1 און מיט מיין חבר וועגן עפעס אין ישיבה. וואס איז געשעהן מיט 53 יאר צוריק אין פ--- ישיבה...!