האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גר ותושב האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:איז דא נאך פלעצער וואס מען מאכט א קבלת פנים פארן אשת חבר ? אדער נאר אין בעלז מאכט מען דאס?

https://youtu.be/7wwBlRhzXqI

איז דא א מקור אין בעלז פאר די אלע רעבעצינס משוגעתן אדער קומט עס אפשר פון ויז'ניץ?


סאיז נישט פון וויזניץ ווי ווייט איך ווייס. (אפשר נעמט זי עס פון איר ברודער ר׳ מענדל :roll: )

בד״וו וואספארא משגעותן? אז זי פירט טיש? און וויינט ביים נעמען חלה. דאס איז נישט אזוי געפערליך? ניין? דאס קען מען נאך דילדען. זי מיינט עס גראדע אמתדיג.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך: איך האב ליעב דעם צודרייטן יונג .."הרב"...טירנויער פונקט אזוי שטארק ווי דו. אבער איך קען דיר זאגן איין זאך. די מעשה מיט דעם צעטל ..."מעמבערס אנלי"... איז נישט אזוי פשוט. כ'ווייס נישט וואס . אבער ס'איז נישט כפשוטו. ווייל סאטמאר, נישט טירנויער, וועט קיינמאל נישט טון אזא זאך. נקודה...!

פון מאנטריאלע אידן האב איך געהערט אז מען האט מורא געהאט אויב עס וועט ווערן אנגעהיצט וועט מען אריינקומען דארט איבערדרייען, האט מען געלייגט דעם צעטל אויף ענגליש , אבער למעשה האט מען עס אראפגענומען נאך אפאר שעה ווייל מענטשן האבן געהאט טענות.

אויך הער איך אז בעלז נוצט דעם נייעם בית אסתר בילדינג וואס איז גלייך נעבן די גרויסע שאטער.

דער פאקט אז בעלזא באנוצט זיך מיט'ן בית אסתר בילדינג איז זייער א שיינע זאך. דאס דערווארעמט דאס הארץ. אונז זעמיר פארט אידן. אבער דער קעגנגעוויכט איז אז די סאטמאר'ע קהילה אין מאנטריאל פארמאגט אזא בהמה אן אקס ווי ר' משה מנחם טירנויער. וואס מ'דארף איהם געבן גראז צו עסן. נישט פאטעיטא קוגל..!

על כגון דא נאמר...ווען א נאר ווארפט אריין א שטיין אין וואסער, קענען 10 חכמים עס נישט ארויסשלעפן...!


הרב בעלעגאלע קוקט אויס האסט געלערנט פקחות און נימוס פון די בהמה גסה וואס די פירסט.......... איך גלייב אז קיינער דא גייט נישט זוכה זיין צו זעהן דיין גיהנום פארן רעדן מיט אזא זילזול אויף ערליכע יודן וואס האלטן נישט פינקט ווי דיר........ ווי אזוי זאגט דיין רעבע אז מהאלט אז מגראבט נישט און בית שמש ווערט מען נאך נישט קיין ציוני......וד"ל
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

גר ותושב האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:איז דא נאך פלעצער וואס מען מאכט א קבלת פנים פארן אשת חבר ? אדער נאר אין בעלז מאכט מען דאס?

https://youtu.be/7wwBlRhzXqI

איז דא א מקור אין בעלז פאר די אלע רעבעצינס משוגעתן אדער קומט עס אפשר פון ויז'ניץ?


מען זאגט אז רעבעצין מלכה פלעגט פראווענען.
.I got voices in my head.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך אונטער חכם »

אבער וואס איז פשט פון דעם מעמד הפרשת חלה ?
און וואס זענען די אלע שיסלעך ארום?
האט זי איבערגעמאכט די גאנצע פראצעדור פאר יעדן שיסל עקסטער?
און איך הער נאך אז מען האט געדאקפט צאלן טויזנט דאללער אריינצוגיין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גר ותושב האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:איז דא נאך פלעצער וואס מען מאכט א קבלת פנים פארן אשת חבר ? אדער נאר אין בעלז מאכט מען דאס?

https://youtu.be/7wwBlRhzXqI

איז דא א מקור אין בעלז פאר די אלע רעבעצינס משוגעתן אדער קומט עס אפשר פון ויז'ניץ?

גר ותושב: איך מיין אז די בעלזא רביצין תליט"א וואלט געקענט שטיין אין בית המדרש ביי די מזרח וואנט און ציילן ספירה פאר'ן עולם. מיט די זעלבע כוונות וואס זי האט געמאכט די ברכה אויף הפרשת חלה...!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך גר ותושב »

berlbalaguleh האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:איז דא נאך פלעצער וואס מען מאכט א קבלת פנים פארן אשת חבר ? אדער נאר אין בעלז מאכט מען דאס?

https://youtu.be/7wwBlRhzXqI

איז דא א מקור אין בעלז פאר די אלע רעבעצינס משוגעתן אדער קומט עס אפשר פון ויז'ניץ?

גר ותושב: איך מיין אז די בעלזא רביצין תליט"א וואלט געקענט שטיין אין בית המדרש ביי די מזרח וואנט און ציילן ספירה פאר'ן עולם. מיט די זעלבע כוונות וואס זי האט געמאכט די ברכה אויף הפרשת חלה...!

איך וויל טאקע וויסן וועלכע כוונות האט זי אינזין ווען זי דרייט די חלה העכערן טייג, די כוונות פון כפרות? אדער אפשר פון פדיון הבן?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

דאס איז זיכער, אויב שטארבט דער רבי בעפאר דעם רעביצין, קען אהרן מרדכי פארגעסן פון זיין רביסטעווע, לכה''פ ביז נאך איר לויה.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מ'ווארט מיר אויף א באריכט פונ'ם שבת. ווי זענען אונזערע בעלזע ניקים?
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

שמעון וואלף האט געשריבן:מ'ווארט מיר אויף א באריכט פונ'ם שבת. ווי זענען אונזערע בעלזע ניקים?


בעלזא חסידים זענען מיט די קאפ אינדערהייך נאך אזא שבת זיי דארפן נישט קיינעם׳ס חיזוק יעצט.

א חוץ די פאר מאל וואס די רבי האט געכאפט נערווען אין נישט ערשיינען ביים הכנסות ספר תורה.
דאס מענטשעלע שפילט........
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און איך האב מיר איינגערעדט אז דיין ניק איז דיין עכטע נאמען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

איך הער אז זיין פריוואטער פליגער האט געקאסט $400 אלפים. איינער א נגיד דארט קריגער האט בשום אופן נישט געוואלט באצאהלען ביז ווי לאנג יצתה בת קול אז מען וויל דעם רבין קען ער נישט אנדערש קומען. איז מען געפלויגן פון תל אביב קיין מאנטרעאל און אפגעשטיגן אונטערוועגנס אין שאנאן אין אירלאנד אויף בענזין און מען האט מן הסתם געזאגט הושע נא נוה שאנן. דער פליגער רוהט זיך אפ אויף א גאנצער וואך לעבן דעם רבין אין פאל אז ער וויל מאכן א ויברח. דערנאך פארט מען דערמיט קיין אוקריינא און פון דארט אהיים צו זינגן ובאו כולם. אמת מה נהדר...
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ער קען מן הסתם טאקע נישט פארען אנדרעש, ער איז דאך נישט געזונט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך וחלופיהן »

זיי מסביר. אז ער איז אביס, דאס זעט מען. פארוואס קען ער אבער נישט פארן לאמיר זאגן ערשטע קלאס און אים רעזערווירן 2 זיצן? וויאזוי הייסט די מחלה וואס מען דארף אויף דעם א פריוואטער פליגער פאר קרוב צו א האלבן מיליאן?
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

וחלופיהן האט געשריבן:איך הער אז זיין פריוואטער פליגער האט געקאסט $400 אלפים. איינער א נגיד דארט קריגער האט בשום אופן נישט געוואלט באצאהלען ביז ווי לאנג יצתה בת קול אז מען וויל דעם רבין קען ער נישט אנדערש קומען. איז מען געפלויגן פון תל אביב קיין מאנטרעאל און אפגעשטיגן אונטערוועגנס אין שאנאן אין אירלאנד אויף בענזין און מען האט מן הסתם געזאגט הושע נא נוה שאנן. דער פליגער רוהט זיך אפ אויף א גאנצער וואך לעבן דעם רבין אין פאל אז ער וויל מאכן א ויברח. דערנאך פארט מען דערמיט קיין אוקריינא און פון דארט אהיים צו זינגן ובאו כולם. אמת מה נהדר...


די פליגער האט געקאסט מער ווי 400.

איך ווייס נישט וואס עקיבא קרוגער האט געזינגעגט אז מניצט זיין נאמען פין די ערשטע מינוט אן.
( פאר ווער סע געדענקט האט מען אונגעהויבן אז ער באצאלט 250,000 צו קענען דרייווען די רב)

כזאג נישט שבת האט ער געשנאדערט 100,000.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

וחלופיהן האט געשריבן:זיי מסביר. אז ער איז אביס, דאס זעט מען. פארוואס קען ער אבער נישט פארן לאמיר זאגן ערשטע קלאס און אים רעזערווירן 2 זיצן? וויאזוי הייסט די מחלה וואס מען דארף אויף דעם א פריוואטער פליגער פאר קרוב צו א האלבן מיליאן?



די מחלה הייסט כבוד בית בעלז!!!!!
דאס מענטשעלע שפילט........
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך נאך א מיינונג »

אינטרעסאנט. כל זמן אז קנאים האבען געפראוועט געמיינזאמע שנאה אויף דער בעלזער, איז עס געווען א בזיון חוזק צו מאכען פון זיין פריצישע וויזיטען. בעלזער ניקים האבען מוחה געווען, און אלגעמיינע ניקים האבען צוגעשטימט אדער זיך דערווייטערט. יעצט וואס די קנאות איז מער ווייניגער שטיל, קען דער עולם איינזען וואס פארא פוסטקייט ליגט אונטער די אלע ויהי בנסוע הארון טריפס. אפילו נישט קנאים טרייבען שפאס פון דער גבירישע אויפפיראכץ וואס האט נישט קיין שום תוכן, ניטאמאל א מענטשליכע תוכן, וכ"ש א יידישע.

איך מיין עס זאל הייסען א וויזניצער וויזיט, ווייל דער ׳וויי וויי וויי וויי׳ ביים חלה נעמען איז בכלל נישט אין איינקלאנג מיט ׳די באקאנטע בעלזער תנועה׳, און דאס איז דאך די הויעכפונקט פון די וויזיט.
אחוץ די ׳סינקאו די מאיו׳ טיש, פארשטייט זיך.

זעט זיך אויס אז די קנאות איז גוט פאר בעלזא.
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
וחלופיהן האט געשריבן:זיי מסביר. אז ער איז אביס, דאס זעט מען. פארוואס קען ער אבער נישט פארן לאמיר זאגן ערשטע קלאס און אים רעזערווירן 2 זיצן? וויאזוי הייסט די מחלה וואס מען דארף אויף דעם א פריוואטער פליגער פאר קרוב צו א האלבן מיליאן?



די מחלה הייסט כבוד בית בעלז!!!!!

נו, פארוואס די מחלה האט נישט אויסגעשפראצט פאר א יאהר אויפן וועג קיין לונדון?
עס איז פשוט נישט גיווען טעכניש און די טעג קיין אנדערע וועג צופארן אויף א נארמאלע אויפן אן קיין סטאפ אויפן וועג.

נ.ב. עס איז שיין נאכצוקוקן ווי די אויגן פון מענטשען גייען ארויס.... פלוצלינג זארגט מען פאר די געלט פון בעלזא, פאר די כולל יונגעלייט...
קיינער דא איז נישט מצליח צו פארשטיין אז מענטשן מיט מעגליכקייטן פריוון צו פאטשקען ווי מער געלט ווען זייער רבי קומט נאך איבער צוואנציג יאהר צו זייער געגענט, און לאז זיך קאסטן.
מ'טיילט איין פאר מענטשן וואס איז א ריכטיגע צוועק פאר זייער געלט...
ווען די מענטש וואלט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר מיט א אייגענע פליגער פאר א האלבע מיליאן און געדינגען א דירה נעבן ציון פון ר' שמעון פאר נאך 200,000 דאלער, און וואלט גווארפן זיין געלט אויף א נסיעה וואס איינער אנדערש מאכט מיט פאקראצטע 1,500 דאלער, וואלט מען איהם אפי' נישט אנגעקוקט, אבער ווען איינער צאלט אויס געלט פאר מכבד זייןו זיין רבי, און לאזט זיך קאסטן פאר די מצוה (פון טירונואר) "כבוד בעלזא"... וואס פאטשקעסטו? די ווייס נישט אז עס איז דא כולל יונגעלייט? די קענסט נישט קיין ארמעלייט?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אויב מענטשן מיט מעגליכקייטן זוכן אויסצוגעבן געלט פארן הייליגן רב זאך מאריך ימים זיין,

פארוואס זאל קאסטן א פלאץ אויף די פארענטשעס?
פארוואס נישט צאלן אומזיסטע באסעס פאר אלע רייזנדע?
פארוואס שטעלט מען נישט צו כאטש אכסניה בחינם??
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך אונטער חכם »

יוסף יוזפא האט געשריבן:

ווען די מענטש וואלט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר מיט א אייגענע פליגער פאר א האלבע מיליאן און געדינגען א דירה נעבן ציון פון ר' שמעון פאר נאך 200,000 דאלער, און וואלט גווארפן זיין געלט אויף א נסיעה וואס איינער אנדערש מאכט מיט פאקראצטע 1,500 דאלער, וואלט מען איהם אפי' נישט אנגעקוקט, אבער ווען איינער צאלט אויס געלט פאר מכבד זייןו זיין רבי, און לאזט זיך קאסטן פאר די מצוה (פון טירונואר) "כבוד בעלזא"... וואס פאטשקעסטו? די ווייס נישט אז עס איז דא כולל יונגעלייט? די קענסט נישט קיין ארמעלייט?[/size]

דאס איז טאקע די גאנצע וואס מען וויל דא ארויסברענגען, אז די גאנצע געלט שווענדעריי איז פונקט אזוי מיאוס ווי יענער וואס פאטשקעט אויס זיין געלט פאר אייגענע תאוות.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ממש יעצט אנגעקומען אהיים, עס איז פשוט נישט מעגליך ארויסציברענגן די געפיהלן, איך האף אראפציברענגן א שטיקעל באריכט אביסעל שפעטער אויב איינער איז אינטרעסירט.
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

איסר האטלקי האט געשריבן:אויב מענטשן מיט מעגליכקייטן זוכן אויסצוגעבן געלט פארן הייליגן רב זאך מאריך ימים זיין,

פארוואס זאל קאסטן א פלאץ אויף די פארענטשעס?
פארוואס נישט צאלן אומזיסטע באסעס פאר אלע רייזנדע?
פארוואס שטעלט מען נישט צו כאטש אכסניה בחינם??

ווער דארף אויסצאלן די פארענטשעס? די ריזיגע זאל? זי ברייטע סעודות פארן עוילם?
איז דאס אויך א פאטשקעריי?
ווער דארף אויסצאלן די בעטן און די אכסניות?
עס א פארשטענדליכע זאך, אז ווער עס האט הנאה דערפון - די אלע געסט זאלן צאלן דערויף וויפל עס קאסט (איך גלייב אז די סומע וואס מ'האט געבעטן איז נאך אלץ ביליגער פון די הוצאות).
לגבי האט איינער טענות אויף פארשידענע זאכן וואס קוקט אויס איבעריג, צו לעקטערס קארס, אדער לעמפלעך, דאס האט מען נישט געצווינגען קיינער זאל דאס אויסצאלן.
אבי מ'רעדט....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

האסט געשריבן אז מענטשן האבן געזוכט מיט לעכט וואו צו פארשווענדן זייער געלט לכבוד די נסיעה, ביז מען איז אויסגעלאפן פון איידיעס האט מען געמוזט נעמען א פריוואטע פליגער. אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט מיינע קשיות.
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מרדכי ישראל »

איסר האטלקי האט געשריבן:אויב מענטשן מיט מעגליכקייטן זוכן אויסצוגעבן געלט פארן הייליגן רב זאך מאריך ימים זיין,

פארוואס זאל קאסטן א פלאץ אויף די פארענטשעס?
פארוואס נישט צאלן אומזיסטע באסעס פאר אלע רייזנדע?
פארוואס שטעלט מען נישט צו כאטש אכסניה בחינם??

פארענטשעס איז געווען בחינם מען האט יא פארקויפט די ערשטע פארענטשע אויף ביידע זייטען אכסניה זענען הונדערטער מענטשן איינגעשטאנען ביי קרובים און אפילו ביי פרעמדע בחינם די וואס האבן זיך נישט א עצה געגעבן האט מען ציגעשטעלט אכסניה פאר א מינימאלע פרייז וואס האט ניטאמאל אויסגעצאלט די הוצאות
פארשפארט