האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

וואס איז די מעשה מיט די הכנסת ספר תורה ווי די רבי האט זיך נישט משתתף געווען?
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

בן ישי האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די הכנסת ספר תורה ווי די רבי האט זיך נישט משתתף געווען?

ביזדערווייל האט ער נישט פארציילט פאר קיין איינעם וואס די סיבה איז.
[נ.ב. השמועות השונות בענין זה אינן נכונות משני הצדדים]
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

בן ישי האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די הכנסת ספר תורה ווי די רבי האט זיך נישט משתתף געווען?

פשוט געווען אויסגעמוטשעט פון וועג, נעקסטע מאל וועט ער מוזן פליען מיט אן עיר פארס וואו. נישטא קיין ברירה.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

האט עס געהייסן פון פריער אז ער גייט זיך יא משתתף זיין?
וועלכע טאג איז עס געווען?
דוד בן ישי עבדך משיחך
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

בן ישי האט געשריבן:האט עס געהייסן פון פריער אז ער גייט זיך יא משתתף זיין?
וועלכע טאג איז עס געווען?

ל''ג בעומר. מ'האט געהאלטן אין איין אויסרופן אז אט אט קומט ער ארויס. מ'האט שוין געהאט געמאכט גענוג פלאץ פאר אים.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

איסר האטלקי האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:האט עס געהייסן פון פריער אז ער גייט זיך יא משתתף זיין?
וועלכע טאג איז עס געווען?

ל''ג בעומר. מ'האט געהאלטן אין איין אויסרופן אז אט אט קומט ער ארויס. מ'האט שוין געהאט געמאכט גענוג פלאץ פאר אים.


קיינער ווייסט נישט די סיבה סאיז געקומען א מעסידז אז די רב קומט נישט ממילא איז אויס די גאנצע זאך אין די עולם האט אונגעהויבן זיך צוגיין. 20 מינוט שפעטער איז אהרן מרדכי געקומען בשליחות פינעם טאטען אין פרייטאג צו נאכטס פאר קבלת שבת האט מען ממשיך געוועהן מיט טאנצען אין די רב האט געזאגט די פסוקים.


אגב דעס איז נוסח בעלז

די מיטאג טיש האט מען אויך נישט געוויסט צו די רב וועט פירן אדער נישט למעשה האט ער געפירט.
דאס מענטשעלע שפילט........
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך נאך א מיינונג »

לכבוד cinco de mayo? אדער פיהרט ער יעדער שבת מיטאג?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ס'איז נישט בכוונה אזוי, דער רב איז נישט אזוי געזונט, ברוך השם ער איז געפארן און עס איז געוועהן א כבוד בעלזא, נישט קיין חילוק צו ער האט מיטגעהאלטן יעדעס קליינע זאך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

סמבטיון האט געשריבן:ממש יעצט אנגעקומען אהיים, עס איז פשוט נישט מעגליך ארויסציברענגן די געפיהלן, איך האף אראפציברענגן א שטיקעל באריכט אביסעל שפעטער אויב איינער איז אינטרעסירט.

ס'איז יא מעגליך. והא ראי' אויף אן אנדערע בלאג איז געווען א שיין באשרייבאכץ פונעם שבת
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

א גוט יאהר אלע מיינע טייערע חבירים אין שטיבל.
ביפאר איך הייב אן אראפצישרייבן מיינע הרגשים , וויל מוסר ומודיע זיין, אז איך בין נישט דער בעלזע ספאוקס מאן, איך גיי נישט פארענפערן יעדעם'ס בויך וויי און אלטע איינגעגעסענע שנאה, ווער עס וויל קען עס טוהן אין די אפטיילונג וואס איז מיועד פאר מענטשן וואס ווייקן זיך אין די זאכן. איך בין דא בלויז ארויסצישרייבן מיינע שטורימישע געפילן וואס האט מיר ארוםגענימען דעם פארלאפענעם ל"ג בעומר אין שבת קודש פרשת אמור. על כן ביטע זיך האלטן צום נושא, א דאנק.

ארויסגעפארן בין איך 9 אזייגער דאנערשטיק אינדעפרי מיט מיין קאר, איך האב מיט גענימען מיין 9 יעהריגע זוהן און נאך 2 בעלזע יונגעלייט, אויפן וועג האבן מיר געמאכט א סטאפ אין די בעלזע ישיבה אין סאראטאגע ווי עס איז געווען ציגעשטעלט צו עסן און טרינקן אויף גאר א ברייטן פארנעם, ממש הינדערטע קארס האבן זיך דארט אפגעשטעלט, די גאנצע גאס דארט האט געווירבעלט מיט טויזענטע יודן אזש עס האט זיך געפילט ווי מען איז אין קערעסטיר ביי ר' ישעיהלע, פון דארט איז מען ווייטער געפארן ביז די בארדער, און עס מיז ארויסגעברענגט ווערן די געוואלדיגע ארבעט פון די עסקנים וואס האבן מסדר געווען צו עפענען אסאך מער לעינס ווי נארמאל, די גאנצע גרעניץ האט מיר גענימען נישט מער ווי 6 מעניט, לעצטע מאל ווואס איך בין דארט געווען האט עס גענימען כאטש א שעה. מען איז ממש אריבער אין מעניטן, אבער ביים שאמפלעין ברידזש האט זיך אנגעהויבן די צרות, די הייוועי איז ממש געווען ווי א פארקינג לאט, 2 שעה זעמער געשווימען אין טרעפיק, מיין קאפ האט געשאסן, איך בין געווען מיד און הינגעריג, און אינמיטן קומט אריין א מעסעדזש די רב איז אריין צו מנחה צום שאטער, איך האב געמיינט איך פלאטץ , בחסדי השם האט זיך די וועג ערגעץ ווי געפענט, און איך בין אנגעקומען בערך 7 אזייגער צו מיין ברידערס הויז אויסגעמארדעוועט און אויסגעמאטערט, אינצווישן איז שוין אנגעקומען נאך א מסעדזש אז די רב וואשט זיך שוין , איך האב אראפגעווארפן מיינע געפעק אין זיך גענימען לויפן מיט מיין זוהן צום שאטע, עפעס א אינערליכע קראפט האט מיר געהאלטן אין איין יאגן, איך ווייס נישט צו עס איז בענקשאפט אדער נאנטקייט, ווי נישט ווי בין איך דאך געווען אין בעלזא אויף ר"ה, אבער דאך האב איך געפילט ווי איך קען נישט פארפאסן קיין מעניט פון די היסטארישע וויזיט, על כל פנים בין איך געלאפן צום שאטער, עפעס טועם געווען אין די ריזיגע חברה זאל, און ארויף געלאפן אויף מיין באשטימטע פלאץ וואס איך האב געקויפט פאר אפאר נישטיגע דאלער, מיטאמאל איז די מידעקייט אוועק, די קאפ האט אויפגעהערט שווינדלען, איך האב שוין גארנישט געדארפט, אלעס האט זיך געסעטעלט ביז א מעניט, איך האב אויסגעדרייט מיין פנים צום רב און איך האב געפילט וווי איך שוועב אין א העכערע וועלט, איך האב אנגעהויבן מיטזינגן די ווארעמע נגינום, איי ואטהר ואתקדש בקדושתך העליונה, די מעכטיגע קאפעליע האט געבאמבעט מיט די באגלייטונג פון ירמיה דמן, מיט די בארימטע שפילער מיין ידיד שמילי שפירא , ווי קען מען ארויסברענגן די געפילן אויף טינט, די הרגשה פון זיין אינטער איין דאך מיט מיין ליבע רבי און מיט טויזענטע חסידים וואס זינגן ציזאמען איז אום באגרייפבאר, מיין זוהן וואס איך האב געהאלטן נעבן מיר איז געווען ממש ציגענאגעלט צום אויבן אן, איך האב אים אלעס שיין ערקלערט וואס אלעס מיינט און וואס קומט נעקסט. נאכן טיש בין איך אריבער מיט מיין זוהן שלום נעמען, עס האט גענימען א גיטע 45 מעניט ביז איך בין אנגעקימען צום אויבן אן, אבער פאר די איין בליק אין די אויגן אריין האט זיך אויסגעצאלט די גאנצע טריפ, די קשר צווישן א חסיד און זיין רבי, ווער עס פארשטייט ווייסט וואס איך מיין, און ווער נישט, ווייסט נישט וואס ער פארפעלט.

עס מיז באטאנט ווערן די אפנארמאלע סדר און אויסגערעכענטקייט פון די מאנטריאלע עסקנים, קודם כל די גאנצע וועג ביז צום שאטע איז געווען באהאנגן מיט ריזיגע סיינס מיט קלארע אנווייזענגען ווי צו גיין, שפעטער אויפן פארענטשע איז געווען אזוי פינקטליך אויסגערעכנט יעדע פלאץ צו קענען שטיין ברחבת, יעדע פאר שטאק האט געהאט איין שורה אינמיטן ווי די קינדער האבן געקענט שטיין, מיט נאך א טרעפל אינמיטן אז די קינדער זאלן קענען זיצן, אינטער יעדע פאר שורות איז געליגן גאלאנען מיט וואסער און קאלטע סאדא מיט טויזענטע גלעזלעך צו קענען טרינקן ווע אימער מעדארף, איך האב זיך אזוי ארים געקוקט אינמיטן טיש און פרובירט צו פארשטיין וויאזוי האט מען דאס אלעס צאם געשטעלט אין א קארגע דריי וואכן? די תירץ איז פשוט אחדות, ממש יעדער האט ציגעלייגט א האנט, אפשר שפעטער וועל איך ציברענגן אפאר פיקטשערס, סיי אין חברה האבן בעלי בתים געשיילט קארטאפל מיט וועטשטעבעלס, או סתם אזוי ווער עס איז אריבער האט ציגעלייגט א האנט מיט וואס מעדארף, סיי ביים אנגרייטן די טויזענטע נייע בעטן און נעגל וואסער שיסלעך, בענקלעך, האנטעכער, אינפארמעישן ביכלעך, און וואס נישט, אלטס האט געקלאפט ווי א שווייצע זייגער, אלעס איז ציגעגאנגען בדרכי נועם אן קולות, אלעס האט געהאט א סדר, ביים אריבערגיין שלום נעמען, איז געווען א פינקטליכע סדר ווער עס גייט ערשט און וועכע פארענטשע גייט נאך דעם, אלעס איז געפארן אזוי געשמירט, יעדע יונגערמאן האט זיך געהאט זיין תפקיד, און געשטאנען ביי זיין פאוסט, אבער אלע האבן געהאט איין מטרה, עס זאל זיין צוגעשטעלט פאר די טויזענטע געסט אויפן העכסטן ניווא, איך וועל אנכאפן א נארישע דוגמא, נארמאל ביי ידער גרויסע ציזאמקום לייגט מען ארויס טוילעטס וואס איז ליבערשט צו ארויסגיין ערגעץ אין א ווינקעל, ווי איידער אריינגיין אין דעם פארשטינקענעם בודקע, דא איז געווען הערליכע קאראוואנען מיט שפאגעל נייע טוילעטס, מיט א ריזן שטאב פון קלינינג גוים, וואס האבן נישט אויפגעהערט צי רייניגן און און וואשן, אז עס האט זיך געדאכט ווי יעדער איז די ערשטע וואס ניצט די ביה"כ, ווער רעד פון די חברה, וואס האט אנגעגרייט גזמאות מיט עסן פאר די פילע געסט אויפן העכסטן סטאנדארט וואס איז נאר שייך, די אכסניות, אלעס אויפן שענסטן פארנעם, און לאמיר נישט פארגעסן אז פאר די מאנטריאלע עולם וואלט מען קיין שאטע נישט געדארפט בויען, פאר זיי וואלט געניג געווען זייער גרויסע שוהל, אלטס וואס מען האט אנגעגרייט און געהארוועט איז בלויז געווען פאר די טויזענטע געסט פון ניו יארק, איך האף אז מיר ניו יארקע חסידים וועלען קענען צוריק באצאלן די חסד וואס עטס האטס געטוהן מיט אונז ווען די רב זאל זיין געזינט וועט אהער קומען.

נאך א נקודה וואס האט זיך שטארק ארויסגעזען אין שטאט איז די אחדות פון אלע אנדער חסידותער, וואס האבן אונז אזוי שיין אויף גענימען, און געלאזט ניצן זייערע בתי מדרשים און מקוואות, ציגעלייגט הינדערטע האנטיכער מיט מזונות און טרינקן, ממש געווען א קידוש השם, מען האט געקענט זעהן ערב שבת ווי אין אלע (חוץ איין ) בתי מדרשים פון שטאט זענען געווען פיל מיט בעלזע געסט וואס האבן זיך ציגעגרייט צום שבת מיט א בלעטעל גמרא צו מיט ספרי חסידות, איך בין איינגעשטאנען נעבן וויזניץ (מרכז) אויף פארק עוועניו, א ריזיגע סיין האט געהאנגן פון דאך אינדרויסן מקבל פנים צי זיין די רב שליט"א אזוי אויך סקווירא האט זיך זייער שיין ציגעשטעלט, גראדע ביים טיש פרייטיג צינאכטס זענען געשטאנען נעבן מיר צוויי סקווירא יונגעלייט, און מיטגעזינגן מיט א געשמאק, איך בין ממש אימפרעסעד געווען פון די אטמאספעהר אין שטאט. אשריך מאנטריאל וואס עטס לעבטס ענק אזוי שיין.

אויב די עולם דא איז אינטרעסירט וועל איך ממשיך זיין בע"ה, א גיטע נאכט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שכוח סמבטיון פאר'ן שיינעם באריכט.
צוויי שאלות:
1. וואס מיינט "חברה"
2. אין אלגעמיין רופט מען א טענט "שאטער". פארוואס זעה איך אז בעלז ריפט עס שאטע? איז דאס א קפידה?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

חברה איז די וואס גרייטן צו די עסן פאר אלע אורחים און אלע זמנים פון יאר ימים טובים אדער שמחות אאז"וו,
שאטע איז א טענט, איך בין אזוי אויפגעוואקסן געווארן מיט די נאמען שאטע, איך ווייס נישט פון ווי דאס קומט אדער די אפטייטש דערפון. אבער אזוי הייסט עס אין בעלזא.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיין שאלה איז געווען פארוואס עטץ ריפטס עס שאטע נישט שאטער מיט א רי"ש
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

לא יודע
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

וואס טיט זיך מיט טאהש, גייט זיין א באזיך?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח

פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

טאמער האקט מען אריין פון יונגווארג אן אז די רב/רבי איז א צדיק און אלע חסידישע ספרים וואס רעדן פון התקשרות לצדיקים מיינען טאקע כדוגמת די רב/רבי, ברענגט עס אויטאמאטיש א גיפילישע קשר נישט קיין נפק"מ וואספארא סארט מענטש די רב/רבי איז.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין חדר, האט א טענט געהייסען ׳א געצעלט׳. נאר בנוגע מלכות׳דיגע וויזיטען, ווערען זיי פלוצלונג פארוואנדעלט אין א שאטער. אזוי ווי א טייג ביים מצה באקען ווערט פלוצלונג א מיירע ועוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך אונטער חכם »

איך וואלט דיר בעצם געוואלט פאלגן און נישט שרייבן קיין פאליטיק אבער אזויווי איך זעה אז דו שרייבסט "חוץ איין " וויל איך פרעגן צו אין די אנדערע סאטמאר האבן זיך די בעלזע יא געהעריג געדרייט?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

יא, חלק זענען געקומען צום טיש אויך. and lets leave it at that
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וחלופיהן האט געשריבן:איך הער אז זיין פריוואטער פליגער האט געקאסט $ 400 אלפים.


אויב איז דאס אמת קען מען היליכיג אויסשרייען ״אשרינו מה טוב חלקנו, ומה נעים גורלנו, ומה יפה ירושתנו״...

אונז האבן זוכה געוועהן צו האבן מנהיגים אזויווי להבדיל יאסיר אראפאט און אלע אנדערע דיקטעטארס ווי די המון עם מוטשעט זיך אויף ברויט און די וואס זיצן ביים שיסל לעבן א שוואוילטאג ווי פריצים... :cry:

מיר האבן דערלעבט...

די גרעסטע חרבן איז נאך אז די אלע קיען כאפן נישט אז מ׳רייט אויף זיי...




קען איינער וואס ווייסט מעהר פרטים באשטעטיגן צי סאיז טאקע אמת? די בעלזער רב איז געווארן מיט א פריוואטע פליגער קיין מאנטריאל פאר פיר הונדרעט אלפים???
א דאנק.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: זיי נישט ברויגז. וואס אהרט דיך אז די בעלזא'ער רב איז געפארן אויף א פלעין וואס האט געקאסט $400,000 דאללער. כ"ז ער האט נישט געבעטן ביי דיר. ביי מיר האט ער אויכעט נישט געבעטן. און ווען ער בעט, ווען ואלט איך אויך נישט געגעבן. ווייל איך וואלט איהם געזאגט. כל הכבוד כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. ס'איז מיר א גרויסער תענוג און כבוד צו געבן אייך געלט אז איהר זאלט קענען פליען ווי א מלך ישראל. אבער איך דארף צוערשט באצאללן רענט אין מיין דירה. און קויפן אין גראסערי. נאכדעים דארף איך קויפן א נייע רעזשוואולקע מיט א ווייסן שאל. די אלטע שאל איז שוין געל. און ס'העלפט נישט דאס אויס וואשן. יא. אויך א נייע ווייסע וועסטל לכבוד שבת קודש ויום טוב דארף איך קויפן. און ווער רעדט נאך פון א נייע פור קאוט פאר מיין רעבעצין. (נישט פאר מיר אזוי ווי די רב שליט"א.). פאר די רבעצין שליט"א מחברתו הטהורה פונ'ם רב שליט"א וועללן זיך זארגן די ערליכע אידענעס פון מאנטריאל, ניו יארק און לאנדאן. דאס איז א פרשה פאר זיך ואכמ"ל)...אשר על כן טוט עס מיר זייער שטארק לייד אבער איך קען מיך נישט משתתף זיין...! ערלעדיגט. און איך גיי ווייטער. איז, וויל איך וויסן פארוואס דאס צושטערט דיין מנוחה...ביטע געב מיר א הסבר. פון מיינעט וועגן מעג די רב שליט"א פארן מיט א דזשעט וואס קאסט א מיליאן דאללער אויך. אויב ער האט דאס געלט דערפאר. יאכלו ענוים וישבעו. וואס האט דאס מיט מיר.איך דארף פונקט אזוי גיין אין דזשאב צי ער איז יא געפארן צי ער איז נישט געפארן מיט א טייערן פלעין...!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

טייערע שבת אחים, איך האב געבעטן א קליינע טובה, נישט צו מישן פאליטיק און טענות אין דעם אשכול , עס באדערט דיר געפערליך אז איינער האט אים געצאלט א פרייוועט פליגער? האסט געוואלט ער זאל קומען מיט א שיף דורך טערקיי? פיין, פליז טוה עס אין צימעס דארט קענסטו אים באשייגעצן וויפיהל דיין הארץ באגערט, פליז לאז די אשכול פארן פאר נייעס און אפדעיטס, איך מיין אז רוב מעמבערס וואלטן אזוי געוואלט, יישר כח
פארשפארט