עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

זוכער האט געשריבן: דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.


פאר בערך די זעלבע סיבה פארוואס די בריאה איז אנגעגאנגען די 2500 יאר ביז מתן תורה.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

סודני האט געשריבן:וויל איך אייך פרעגן דער עוואלאשניסט איז מסביר אז אלעס וואס איז דא איז פערצופאל אזוי געלונגען, ס׳האט נישט געהאט קיין שום פלאנירער, וועגן דעים וועט ער פרובירן אנוויזן כסדר אז געוויסע נבראים זענען נישט פערפעקט, אין דאס איז די פאדאמענט פין עוואלוציעניסטן. אינטעלג׳נט דיזיין זאגט אז וואס די זעסט איז פלאנירט במחשבה תחילה ער איז אויך מודה אז דאס האט גיקענט האבן א פראסעס אויפן וועג, וויל איך אייך פרעגן ווען איר זאגט אז עס איז דא גאט אין גאט האט באשאפין די נאטורן זענט איר נישט שוין אויפן פלאץ מחולק מיט די פאדאמענט פין די עוואלאשניסט, וויל די רגע איר זאגט אז איינער האט באשאפין די נאטורן איז דאך שוין דא א פלאן צי די גאנצע בריאה. אין די tools צי דעים פלאן איז די נאטור, איז ווי פונקטליך זאגט איר אנדערש פין די וואס האלטן אינטעלגט דיזיין .


כ'ווייס אז מאטי האט שוין געענפטפערט, אבער כ'וויל אביסל פארברייטערן ווייל דא ליגט באהאלטן א טעות, וועלכע ווערט נאכאמאל און נאכאמאל איבערגעחזרט. עוואלושען האט אין זיך צוויי חלקים. איינס איז common descent, דאס הייסט אז אלע באשעפענישן און געוואוקסן שטאמען פון די זעלבע אריגינעלע צעל. די צווייטע איז natural selection וואס זאגט אז די וועג וויאזוי עוואלושען ארבעט איז דורך די נאטור וואס "קלויבט" אויס די גוטע טוישונגן אין באשעפענישן אזוי אז דער גוטער טויש זאל האבן א קיום.

intelligent design קריגט זיך נישט אויף common descent. זיי קריגן זיך נאר אויף natural selection. מיט וואס קריגן זיי זיך? עוואלושינסטס - אדער בעסער געזאגט: דארוויניסטן - האלטן אז נעטשורעל סעלעקשאן איז די פראצעדור וויאזוי נייע ספישיס ווערן באשאפן. לאמיר פאר א רגע מדייק זיין. זיי רעדן נישט פון ווער עס האט דיזיינד דעם פראצעדור. מען קען רואיגערהייט זיין א גלויביגער דארוויניסט און גלייבן אז גענוי ווי דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט א נאטור אינעם קערל וואס מאכט אז עס זאל וואקסן, אזוי האט דער רבוש"ע אריינגעלייגט א נאטור אינעם צעל וואס מאכט אז עס זאל זיך איבערקאפירן מיט מיוטעישאנס און די נאטור זאל "אויסקלויבן" די גוטע קאפיעס.

איי וועסטו פרעגן, וויאזוי קען א גלויביגער דארוויניסט אנווייזן אויף געוויסע נבראים אז זיי זענען נישט פערפעקט אלס ראיה לשיטתו? דער תירוץ איז, גענוי ווי געוויסע ביימער קענען ארויסוואקסן פעלערהאפטיג, און ס'פאלט קיינעם נישט איין אז דאס איז א פירכא אז דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט די טבע אינעם קערל צו וואקסן, נאר יעדער פארשטייט אז דער קערל האט א טבע, און דער טבע האט אויך אין זיך דעם כלל אז ווען עפעס טויג נישט מיטן קערל וואקסט ארויס א פעלערהאפטיגער בוים - גענוי דער זעלבער וועג איז מיט נעטשורעל סעלעקשאן: דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט א טבע אינעם צעל און דער טבע האט א כלל אז עס קען אויך ארויסקומען נישט פערפעקט פראדוקטן.

לעומת זאת זענען די אינטעלידזשענט דיזיינערס וואס האלטן אז יעדער איינציגסטער מין האט דער רבוש"ע באזונדער פארמירט און דיזיינד - נישט נעטשורעל סעלעקשאן. דער אינטעלידזשענט דיזיינער האלט אז דער רבוש"ע האט נישט אריינגעלייגט א טבע פון נעטשורעל סעלעקשאן, און ווען לאזט ווען דער רבוש"ע דער טבע צו נעטשורעל סעלעקשאן וואלטן מיר נאך אלץ געהאלטן ביים ערשטן צעל, נאר דער רבוש"ע טוט יעדע מאל ער וויל באשאפן א נייע ספישיס ווידער אויספארמירן און מחדש זיין דעם נייעם ספישיס.

דער חילוק לגבי אמונה אין רבוש"ע צווישן ID און natural selection איז נאר, אז מיט ID *מוז* מען צוקקומען צו דיזיינער, בעת natural selection *קען* שטימען מיט א באשעפער, עס קען אבער אויך שטימען אן א באשעפער, און ס'טאקע דא גלויביגע דארוויניסטן און אומגלויביגע דארוויניסטן.
הוספה: לעצטנס איז יא נתחדש געווארן אז מען קען האלטן פון ID און נישט גלייבן אין גאט. מ'האט אויבן דערמאנט טאמעס נעגל, טאמעס נעגל איז א יחיד במינו. ער איז א פילאזאף אן אטעאיסט. ער האלט פון עוואלושען אבער ער האלט נישט פון נעטשורעל סעלעקשאן און ער האט א גאנצע פילזאפישע תורה וויאזוי ID שטימט אן א באשעפער.

סודני האט געשריבן:אין בכלל וויל איך פרעגן דעים עוולושניסט. ער לאזט נישט פרעגן ווער עס האט באשאפין די נאטור אין ער זאגט כסדר איך רעדט נאר נאכדעים וואס נאטור האט שוין דיקטאקטירט. פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען אנהייבן זאגן יא פלאנירט נישט פלאנירט ווען מיר ווילן נישט קוקן אויף די כלים מיט וואס די בריאה איז באשאפין גיווארן, וויל דאס איז דאך קלאר אויב האט מען די כלים געמיזט באשאפין איז דאך אוטימאטיש מוכרח אז עס האט יא געהאט א פלאן מתחילה איז ווי אזוי קען מען באמת דן זיין די בריאה צי עס איז מיט א פלאן אויב. מיר ווילן נישט דן זיין אינאיינעם פין ווי נאטור קומט.
איך וועל איבער חזר׳ן מיין שאלה מיר פרעגן דעים סייענטיסט איז די בריאה צישטאנד געקומען ביי עקסידענט ענטפערט ער אז יא , פרעגן מיר עים ווער האט באשאפן נאטור זאגט ער אז מיר ווייסן נאכנישט אין דאס איז די שיינקייט פין סייענס מ׳קען אין מ׳מעג ענטפערן אונז ווייס מיר נישט. אז איר ווייסט נישט צי די נאטור איז באשאפין גיווארן צי. נישט ווי אזוי קענט איר זאגן אז די גאנצע בריאה איז א צי פילג אז די סייענטיסט ווייסט נישט פין ווי נאטור קען מען דעיס אויך נישט ווער עס קען זאל. מר ביטע ארויס העלפן


כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו פרעגן, אויב פארשטיי איך ריכטיג פרעגסטו אויף דעם אומגלויביגן דארוויניסט וויאזוי קען ער זאגן אז די בריאה איז אומאויספלאנירט ווען ער וויל נישט רעדן פון וואס איז געשען בעפאר בריאת העולם. דאס האט נישט בעצם מיט עוואלושען, עס איז א שאלה פאר אטעאיסטן וואס גלייבן נישט אין א גאט און האלטן אז דער נאטור דיקטירט די וועלט, שטעלט זיך די שאלה ווער האט באשאפן די נאטור? איך מיין אז נישט דא, עכ"פ נישט אין דעם אשכול איז דער פלאץ דערפאר, וכבר דשו בזה רבים וטובים, סברות לכאן ולכאן, ואולי יבואו הפילאזאפים ויסבירו.

כ'וויל נאר אבער מדגיש זיין אז דאס איז נאר א שאלה צו אן אומגלויביגער. אויף א גלויביגער סייענטיסט איז דאס נישט שווער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זוכער האט געשריבן:
אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).

און אויב דו האסט נישט דורכגעליינט די לייברערי אוו קאנגרעסס איז א שאד צו רעדן מיט דיר.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו בעטסט דיך ברחמים שוין אפאר טאג מ'זאל דיר ענטפערן דיינע אכט באמבע קושיות און קיינער האט זיך נישט געקימערט, ענדליך האב איך רחמנות באקומען אויף דיר קענסטו מיר נישט שיקן צו א דרשה, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ. אדרבה, דו האסט דאך אינפארמאציע ביי דיר וואס וועט מיר מאכן חרטה האבן און אויסמעקן מיינע תגובות, אלץ אל תמנע טוב מבעליו וואלט געווען א שיינע זאך ווען דו ענטפערסט.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יידל האט געשריבן:
intelligent design קריגט זיך נישט אויף common descent. זיי קריגן זיך נאר אויף natural selection. מיט וואס קריגן זיי זיך? עוואלושינסטס - אדער בעסער געזאגט: דארוויניסטן - האלטן אז נעטשורעל סעלעקשאן איז די פראצעדור וויאזוי נייע ספישיס ווערן באשאפן
בלויז א קליינע הערה; די I D גלויביגער זענען מודה אז נאטורליכע סעלעקציע האט געהאט א חלק אינעם לעבן צוזאמשטעל, זיי טענה'ען אז "בלויז" דאס, איז נישט גענוג, און ס'דא געוויסע אירעדוסאבל קאפלעקסיטיס (Blood clotting, bactirial flagellum) וואס וואלט נישט געקענט צושטאנד קומען דורך נאטורליכע מעטאדן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).

און אויב דו האסט נישט דורכגעליינט די לייברערי אוו קאנגרעסס איז א שאד צו רעדן מיט דיר.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו בעטסט דיך ברחמים שוין אפאר טאג מ'זאל דיר ענטפערן דיינע אכט באמבע קושיות און קיינער האט זיך נישט געקימערט, ענדליך האב איך רחמנות באקומען אויף דיר קענסטו מיר נישט שיקן צו א דרשה, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ. אדרבה, דו האסט דאך אינפארמאציע ביי דיר וואס וועט מיר מאכן חרטה האבן און אויסמעקן מיינע תגובות, אלץ אל תמנע טוב מבעליו וואלט געווען א שיינע זאך ווען דו ענטפערסט.


אויב דיין ענטפער אויף אלעם איז "פאדלס", האסטו מסתם נישט פארשטאנען די פראגעס, און ביי דיר איז די וועלט בכלל נישט "פיין-טונד". - הער ביטע אויס איין קעסעטע INSANITY OF EVOLUTION
אויב דו וועסט עס הערן, און פארשטיין, וועסטו מסתם אפמעקן אלע דיינע פריערדערמאנטע קאמענטארן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זוכער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ביבער האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן: דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.


פאר בערך די זעלבע סיבה פארוואס די בריאה איז אנגעגאנגען די 2500 יאר ביז מתן תורה.


א דאנק [tag]ביבער[/tag] פאר'ן ארויסשטעלן דיין מיינונג. די פראגע איז דא געווען איז געווען וואס די גלויביגע-דארווניסטן טוען מיט דעם פסוק "וישבות ביום השביעי מכל מלאכתו אשר עשה". לויט זיי האבן זיך שוין געענדיגט די ששת ימי המעשה. יא / ניין. אויב יא, ווען?
בתודה מראש.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

באמת איז דער ענין פון שמירת שבת א וויכטיגע פראגע לויט שיטת עוואלוציע, וואס איז פשט אז מ'רוהט דעם זיבעטן טאג ווייל השם האט גערוהט? די בריאה - לויטן עוואלוציאנסט - איז בכלל נישט געווען אין זעקס טעג? נאר גייט ווייטער מיט אן אימפעט עד היום הזה.

ס'איז דא כמה תירוצים דערויף, איינע דערפון איז ווי פאלגענד: לכאורה אויב מיר האלטן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" איז ממש יעדע רגע א חלק פון נאך בריאה, השם כביכול רוהט קיינמאל נישט, אויב יא! ווערט די וועלט חרוב.

נאר דער ענין איז אזוי: לויט ביידע שיטות איז ביים אנהייב פון וועלט באשאף נישט געווען ראוי פאר מענטשן צו לעבן דערין, בלויז  שפעטער הערשט, איז דאס געווארן ראוי אז לעבן זאל קענען עקזיסטירן אויף אונזער פלאנעט און מיט דעם איז צושטאנד געקומען א נייע עפאכע: לעבן אויף אונזער פלאנעט.

א וואך, זיבן טעג, איז אויך א חשוב'ע צייט אפשניט פון א געוויסע זמן אין מענטשנס לעבן. די 6 טעג פון די וואך, איז ווי צוזאגן אז כמעט די גאנצע צייט פון די עפאכע איז די בריאה נישט געווען אין א מצב וואס לעבן האט געקענט עקזיסטירן, און מיט דעם וואלט די בריאה נישט געווען ראוי אז אירע איינוואונער זאלן אפילו אנערקענען אין איר. אבער די זיבעטע טאג; דאס הייסט ביים סוף פון די עפאכע, האט גאט גערוהט, דהיינו, געענדיגט דעם פראזדשעקט, דעם עפאכע, און א נייער עפאכע פון לעבן, וואס גייען יא האבן די מעגליכקייט צו אנערקענן און דאנקן השם פאר די הערליכע בריאה, האט זיך אנגעהויבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שיין געשריבן מאטי.
לויט גאלד'ס punctuated equilibrium קען מען מפרש זיין אז די שביתה גייט ארויף אויף די צייט ווען די human species איז אריין אין equilibrium.
האדם לא נברא אלא להתענג
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

מאטי האט געשריבן:באמת איז דער ענין פון שמירת שבת א וויכטיגע פראגע לויט שיטת עוואלוציע, וואס איז פשט אז מ'רוהט דעם זיבעטן טאג ווייל השם האט גערוהט? די בריאה - לויטן עוואלוציאנסט - איז בכלל נישט געווען אין זעקס טעג? נאר גייט ווייטער מיט אן אימפעט עד היום הזה.

ס'איז דא כמה תירוצים דערויף, איינע דערפון איז ווי פאלגענד. לכאורה אויב מיר האלטן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" איז ממש יעדע רגע א חלק פון נאך בריאה, השם כביכול רוהט קיינמאל נישט, אויב יא! ווערט די וועלט חרוב.

נאר דער ענין איז אזוי: לויט ביידע שיטות איז ביים אנהייב פון וועלט באשאף נישט געווען ראוי פאר מענטשן צו לעבן דערין, בלויז  שפעטער הערשט, איז דאס געווארן ראוי אז לעבן זאל קענען עקזיסטירן אויף אונזער פלאנעט און מיט דעם איז צושטאנד געקומען א נייע עפאכע: לעבן אויף אונזער פלאנעט.

א וואך, זיבן טעג, איז אויך א חשוב'ע צייט אפשניט פון א געוויסע זמן אין מענטשנס לעבן. די 6 טעג פון די וואך, איז ווי צוזאגן אז כמעט די גאנצע צייט פון די עפאכע איז די בריאה נישט געווען אין א מצב וואס לעבן האט געקענט עקזיסטירן, און מיט דעם וואלט די בריאה נישט געווען ראוי אז אירע איינוואונער זאלן אפילו אנערקענען אין איר. אבער די זיבעטע טאג; דאס הייסט ביים סוף פון די עפאכע ף, האט גאט גערוהט, דהיינו, געענדיגט דעם פראזדשעקט, דעם עפאכע, און א נייער עפאכע פון לעבן, וואס גייען יא האבן די מעגליכקייט צו אנערקענן און דאנקן השם פאר די הערליכע בריאה, האט זיך אנגעהויבן.


1) איך קלער ליבערשט אז המחדש בטובו איז בעצם א חלק פון שבח וואס הייבט זיך אן ביי המאיר לארץ ולדרים עליה ברחמים און ענדיגט זיך המחדש בטובו. עס מיינט נישט אז גאט באשאפט היינט עפעס. ווייל נאכן זיבעטען טאג איז מער גארנישט באשאפן געווארן.
2) ווידעראום פון דיינע ווערטער איז משמע אז גאט האט גערוהט דעם זיבעטען טאג, כאטש וואס לויט די עוואלושינסטן איז דעמאלט אפילו נישט געווען קיין איינציגע סימן פון לעבן איבער די וועלט (פלאנט ערד רעדן מיר יעצט), טראצדעם וואס די בריאה האט ארויסגעגעבן א מענטש האט געדויערט בערך 13.5 ביליאן יאר. וואס הייסט אז ביז ממש לעצנטס ווען מענטשן האבן איוואלווד, (בערך 40 טויזנט יאר צוריק לויט דארוויניסטן) זענען קיין "האומו סעפיענס" נישט געווען - האט זיך די בריאה ממש יעצט געענדיגט, ממש יעצט. - צי גייט עס גאר ווייטער, און עס וועלן אפיר-קומען א פיל-בעסערע ווערסיע מענטשן פון אונז, דאון די ראוד?

אחרי ככלות הכל איז די מיליאן דאלאר קוועסטשען: וויאזוי א -גלויביגער דארוויניסט (אויז ס'איז בכלל דא אזא באשעפעניש) לערנט אפ אין וועלכן זיבעטען טאג גאט האט גערוהט?
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
סודני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:46 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך סודני »

יידל מוטי .עוולאשניסט א חוץ וואס ער איז מסביר די פראסעס, זאגט זייער קלאר אז די זאכן זענען געשען ביי עקסידענט עכ״פ די גרויסע סייענטיסטן זאגן אלע אזוי .
וויל אייך איבערפרעגן די שאלה אזוי , איך האף אז אייער געדולד וועט אויס האלטן,
דער וואס האלט אז גאט האט באשאפין נאטור, איז נאך שייך נאכדעים צי זאגן אז די נבראים אין די בריאה איז א פערצופאל עס איז אזוי געלונגען ?
אדער ניין איין מאל איך זאג אז די נאטור האט גאט געמאכט בין איך אוטימאטיש מוכרח צי זאגן אז עס האט געהאט א פונקטליכן פלאן ווייל דער וואס האט געמאכט די נאטור האט פונקטליך געוויסט ווי אזוי זאכן וועלן די וועלעפט ווערן ביים סוף.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

סודני: אויב איך האלט אז השם איז בורא ומנהיג לכל דבר אפילו קאר עקסידענטס, מעג איך דאס נאך רופן עקסידענט?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

[left]ac·ci·dent
ˈ
noun
1.
an unfortunate incident that happens unexpectedly
synonyms: mishap, misadventure, unfortunate incident, mischance, misfortune, disaster, tragedy, catastrophe, calamity; technicalcasualty
"an accident at work"

2
a crash involving road or other vehicles, typically one that causes serious damage or injury.
"four people were killed in a car accident"

synonyms: crash, collision, smash, bump, car crash;
3.
an event that happens by chance or that is without apparent or deliberate cause.
"the pregnancy was an accident"[/left]
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הקטן וואס איז דיין פאינט?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

מאטי האט געשריבן:סודני: אויב איך האלט אז השם איז בורא ומנהיג לכל דבר אפילו קאר עקסידענטס, מעג איך דאס נאך רופן עקסידענט?


פון דיין פרעספעקטיוו איז עס אן עקסידענט. (כאטש וואס אין הימל איז עס געווען פלאנירט).
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
[NAMELESS]

עוואלוציע

שליחה דורך [NAMELESS] »

א טיפיקל סצענע אין די עוועלושן דיבאטע איז ווען רב מילר וחביריו טיען זיך אן די reading glasses אין נעמען זיך אויסליינען פין די 'גרעסטע' ספעציעליסטן אויף עוועלושן ווי זיי זאגן 'אז עס איז נישט געטראפן געווארן קיין טראזישינאל פאסיל'ס!' , אין דער עוועלושיניסט שרייט ציריק עס איז יא דא אין נעמט זיך אויסליינען א ליסטע, אין דערנאך הייבט מען זיך אן צי טענ'ן אויף די דגמאות צי איז עס יא טראנזישענעל אדער נישט, אין איך פאל אינגאנצן ארויס,

בעט איך יעצט חבירינו וחכמינו אלע מביני דת ודין בתורת האבולוציה, ביטע נעמט אראפ פין אייער צייט אין פרובירט צי מסביר זיין דעם אמת ווי קלאר עס איז מעגליך,

א, איז אמת אז עס דא וויניגער טראנזישענעל פאסילס וואס דארפן צי קאנעקטן איין species צום צווייטן, ווי פאסילס אין איין species אליין?

ב, אויב יא פארוואס איז דאס נישט א גרויסע קשיא אויף די עוועלושן טעאריע אין ריאה אז עס איז געווען עפעס אנדרעש וואס האט געפירט צום באשאף פון נייע ספישיס?

ביטע ענטפערן קלאר אין דייטלעך אין זיך נישט באגניגען מיט בלויזע לינקס צי וויקיפידיע,
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:א טיפיקל סצענע אין די עוועלושן דיבאטע איז ווען רב מילר וחביריו טיען זיך אן די reading glasses אין נעמען זיך אויסליינען פין די 'גרעסטע' ספעציעליסטן אויף עוועלושן ווי זיי זאגן 'אז עס איז נישט געטראפן געווארן קיין טראזישינאל פאסיל'ס!' , אין דער עוועלושיניסט שרייט ציריק עס איז יא דא אין נעמט זיך אויסליינען א ליסטע, אין דערנאך הייבט מען זיך אן צי טענ'ן אויף די דגמאות צי איז עס יא טראנזישענעל אדער נישט, אין איך פאל אינגאנצן ארויס,

בעט איך יעצט חבירינו וחכמינו אלע מביני דת ודין בתורת האבולוציה, ביטע נעמט אראפ פין אייער צייט אין פרובירט צי מסביר זיין דעם אמת ווי קלאר עס איז מעגליך,

א, איז אמת אז עס דא וויניגער טראנזישענעל פאסילס וואס דארפן צי קאנעקטן איין species צום צווייטן, ווי פאסילס אין איין species אליין?

ב, אויב יא פארוואס איז דאס נישט א גרויסע קשיא אויף די עוועלושן טעאריע אין ריאה אז עס איז געווען עפעס אנדרעש וואס האט געפירט צום באשאף פון נייע ספישיס?

ביטע ענטפערן קלאר אין דייטלעך אין זיך נישט באגניגען מיט בלויזע לינקס צי וויקיפידיע,


דו פרעגסט זייער גוט, אבער למעשה זעה איך אז די דארוויניסטן האבן נישט צו ענטפערן אויף קיין איינס פון די 3 שיעורים וואס זענען ארויפגעשטעלט געווארן פונעם חכימי דיהודאי רבי אביגדור מילער.

שיעור 2 און 3 זענען א נעיל אין די קאפין פאר נעטשרול סעלעקשאן און דזשין מיוטעישאן.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

זוכער

לאמיר דיר פרעגען, כ'זעה ביסט גאר שטארק איבערגעגעבען פאר די "קשיות" אויף די דארוויניסטען וואס ר' אביגדור פרעגט.

ווער זאגט אז דארוויניסטען האלטען עס איז נישטא קיין קשיות?

אבער די חלקים וואס דארווין זאגט וואס מאכט יא סענס, איז דען אוועקצומאכען?

און די אליין, די האלסט אין איין זאגען ר' אביגדור מיט אינטעליגענטער דיזיין, איז נישט דא א שלל קשיות און גאר שטארקע באווייזונגען אז די וועלט איז עלטער פין זעקס טויזענט יאר?

איז נישטא גאר שטארקע קשיות אויף די מעשה פין די מבול ווי אזוי עס שטייט?

ווען עס איז דא אפאר קשיות פרעגט עס נישט אפ אלעס.

אז די ווילסט גלייבען אאז די וועלט שטייט זעקס טויזענט יאר, געזונטערהייט, אבער עס מאכט ווייניגער סענס ווי אלע קשיות אויף דארווין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איז מעגליך צו זאגן א אינגע וועלט און נאך אלץ גלייבן און עוואלוציע?
אדער אפשר אויב וויל זיך מיר גלייבן עוואלוציע מיז איך אנענמען א ביליאן יארינגען וועלט
וואס איז קודם געקימען אין סייענס די וועלט age אדער עוואלוציע?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הקטן האט געשריבן:איז מעגליך צו זאגן א אינגע וועלט און נאך אלץ גלייבן און עוואלוציע?


ניין.
הקטן האט געשריבן:אדער אפשר אויב וויל זיך מיר גלייבן עוואלוציע מיז איך אנענמען א ביליאן יארינגען וועלט
וואס איז קודם געקימען אין סייענס די וועלט age אדער עוואלוציע?

מ'האט שוין געהאט פארדאכטן איידער דארווין אויף אן עלטערן וועלט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

איחוד פעלד האט געשריבן:זוכער

לאמיר דיר פרעגען, כ'זעה ביסט גאר שטארק איבערגעגעבען פאר די "קשיות" אויף די דארוויניסטען וואס ר' אביגדור פרעגט.
ווער זאגט אז דארוויניסטען האלטען עס איז נישטא קיין קשיות?

אבער די חלקים וואס דארווין זאגט וואס מאכט יא סענס, איז דען אוועקצומאכען?
און די אליין, די האלסט אין איין זאגען ר' אביגדור מיט אינטעליגענטער דיזיין, איז נישט דא א שלל קשיות און גאר שטארקע באווייזונגען אז די וועלט איז עלטער פין זעקס טויזענט יאר?
איז נישטא גאר שטארקע קשיות אויף די מעשה פין די מבול ווי אזוי עס שטייט?

ווען עס איז דא אפאר קשיות פרעגט עס נישט אפ אלעס.

אז די ווילסט גלייבען אאז די וועלט שטייט זעקס טויזענט יאר, געזונטערהייט, אבער עס מאכט ווייניגער סענס ווי אלע קשיות אויף דארווין.


@איחוד פעלד ראשית מ'רעדט דא נישט פון די עידדש פון די וועלט. דער תפארת ישראל רעדט ארום דערפון באריכות, ואין כאן מקומו.
יעצט אז דו רעדסט איבער קשיות ווי די מבול וכדומה - איך פארשטיי אז דו האסט א קשיא אויף א ספעציפישע געשעעניש וואס מאכט דיר נישט קיין סענס. די מעשה פון קרח מאכט יא סענס? די ערד עפענט זיך ספאנטאן און שלינגט איין נאר קרח ועדתו און זיי ווענישן פראם די פעיס אוו די ערד?
סאו, אז דו פראוויידסט א פעקטאר, וואס הייסט גאט. א כל יכול. פאלן אוועק אלע קשיות, שכל לייגט זיך אוועק. ווייל א גאט טוט זאכן אפילו ווען שכל און די לאוס אוו נעטשור זאגן אנדערש.

אבער די וועלכע גלייבן יא אין עוועלושן, אויף זיי קען מען זייער גוט פרעגן. אויב גלייבסטו אין די LAWS OF NATURE און דו פארשטייסט אז שעיקספיער'ס העמלעט קען נישט געטייפט ווערן דורך טריליאן מאנקיס אין הונדערט טריליאן יאר פוירפעקט, פארוואס טוט דאס נישט ווייאלעיטאן די לאוס אוו נעיטשור? גאט מעג ברעכן, אבער דארווינס' טעאריע קען עס נישט ברעכן, אנלעס ער צייגט אויף אז עס פאסירט טאקע היינט אזעלכע פאני מעקראו עוואלושנס, אז פון א היינטיגע פיש זאל ארויסשפראצן אן עלעפאני. דערווייל נישט מ'האמיר די טריליאנען טראנזישאנעל פאסילס, נישט מיר האבן די היינטיגע פרוף, ממילא איז די טעאריע דיבאנקד.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Richard Dawkins on Islam, Jews, science and the burka - Newsnight
https://www.youtube.com/watch?v=YAV_0s1c2V4
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט