כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: אויף ענגליש איז דא א גוטער אויסדרוק אויף דיינע מאמרים. למשל א געוויסע חיה/בהמה/דאמעסטיקעיטעד ענימל שרייט (בלשון המעטה) אויף דעם נישט ריכטיגן בוים...!

דו אדרעסירסט דיך צו מיר וועגן בארקלעי. מיך האט בארקלעי נישט געבאדערט בכלל. אדרבה. ס'איז שיין צו זעהן א כינוס פון אזויפיהל אידן בליעה"ר. אבער די אנגעגעבענע מטרה פון דעם כינוס איז געווען נישט ריכטיג. ס'איז געווען להעביר את רוע הגזירה. די גזירה פון גיוס. יא מיר דארפן מתפלל זיין אז ס'זאלל שוין זיין די גאולה שלימה. אבער ביזדערווייל. ווילאנג אונז זעמיר אין גלות דארף מען קוקן און טון פראקטיש. מ'טאר זיך אליין נישט פאפן. און די גזירת גיוס אזוי ווי מ'האט עס פארקויפט אין סאטמאר/זאלונים חדר איז נישט געווען ריכטיג. ווייל ס'זענען ב"ה דא פראקטישע אופנים פון ערלעדיגן די אלע פארמאלע עניינים. ס'זענען דא מענטשן כלל עסקנים און מנהיגים וועלכע האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות און א סאך געלט כדי אהערצושטעללן א פונקציאנירנ'דיגן מוסד וועלכער טוט בעז"ה אויף בענייני שתדלנות צו ערלעדיגן די לעגאלע פאפירן פאר בחורים און יונגעלייט. יא. די גזירה איז דא. אבער ס'איז אויכעט דא בעז"ה א וועג דאס צו ערלעדיגן. ממילא. דארף מען זעהן מחזק צו זיין דעם חלק. און נישט שרייען זאכן וועלכע די פאקטן באווייזן אז זיי זענען נישט ריכטיג...!

פארקערט. ביי דעם כינוס אין בארקלעי צענטער וואלט מען געדארפט רעדן צום עולם אז מ'זאלל מחזק זיין בגוף ובממון דעם מוסד מרכז עזרה ויעוץ. נישט פארלייקענען זייערע מעשים...!

אויך איז נאריש צו רעדן אז דער כינוס פון כ' סיון וואס מהר"א שליט"א רופט צוזאם אין די ארמארי איז נישט מער ווי קנאה. אנטשולדיגט מיר. ס'איז שטארק בעיביש אזוי צו רעדן...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

שליחה דורך אונטער חכם »

berlbalaguleh האט געשריבן:און איך דאנק דעם באשעפער אז איך טו מיך גרופירן ארום א איד א מנהיג ישראל וועלכער זעהט איין ...און זאגט ארויס דעם אמת... אן מורא און פחד. און אן פאליטישע חשבונות...! (והדברים ידועים. ואין צריך לפורטם כאן.)...!


וואס גייט פאר ר' בערל? איר האט פארגעסן אז איר פלעגט אייביג טענה'ן אז איר געהערט נישט צו קיין איין צד?
זעהט אויס עס איז אראפגעקומען אן השפעה פון אמת היינט , טראמפ האט מודה געווען על האמת , און , להבדיל, איר זענט שוין אויך מודה על האמת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' אונטער חכם: טאקע זייענדיג (מתחילה) א נייטראלער מענטש, האביך איינגעזעהן אז לויט ווי די פאקטן ווייזן זיך ארויס איז ר' אהרן גערעכט מיט זיין שיטה. סיי לגבי די גזירת גיוס. און א סאך אנדערע פון זיינע הנהגות/הוראות. אבער לגבי צו העלפן די אידן פון פראנקרייך אז זייערע קינדער זאללן האבן אן ערליכן חינוך איז מהרז"ל אויף די ריכטיגע זייט. אדרבה. ס'וואלט זייער שיין געווען ווען ס'זאלל זיין אחדות און אלע ערליכע אידן זאללן צו לייגן א פלייצע צו די גרויסע מצוה.

על כגון דא נאמר..."מי מעכב?! שאור שבעיסה...!...און וועגן דעם כינוס פון כ' סיון וואס מהר"א שליט"א האט פאררופן. זעה איך דערווייל פארקערט אז דער צד מהרז"ל זענען די אומפארגינערס. לאמיר זאגן דו האלטסט נישט ביי גיין אהין. דו ווייסט אז דו וועסט דארט גארנישט הערן קיין חידושים. פיין. אבער וואס שטערט דיך אז מ'מאכט דעם כינוס...?! אלא מאי. איז עס נישט מער ווי אומפארגינערישקייט און קנאה...!...אה...און בעיבישקייט...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בערל, ווי זעסטי אז איינעם שטערט די כינוס? איז געשטאנען עפעס אין "דער איד" קעגן דעם?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: אין דער איד איז טאקע (נאכנישט) געשטאנען בפירוש. אבער די ליינערס און סימפאטיקערס פונ'ם ..."איד"...שרייען אראפ מכל עץ רענן זייער התנגדות און חוזק פונ'ם כינוס...און די פאררופערס...!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

איך לייג דא ארויף א קאפיע פון א בריעף וואס א איד האט געשריבען צן הרה"ג לוחם מלמחת ד' הרב דוד שלמה עקשטיין שליט"א

בימי העומר ינצל מגזירת קל וחומר האי ראש מערכות קודש, בלהב אש ובמדה גודש, רב ומורה, ביתו מלא אורה, בהשקפה טהורה ונכונה, ידיו רב לו להרביץ תורה לעדרי צאן קדשים ולהשפיע בם תורה ויראת שמים, והוא דוד בכל דרכיו משכיל וד' עמו, ושלמה שמו ומשנתו, וכו' וכו'
ה"ה הגאון רבי דוד שלמה עקשטיין שליט"א מנהל בישיבה תורה ויראה בקרית יואל - מרבני חומתיך ירושלים
אחדהש"ט בכבוד הראוי, לת"ח גדול מעוז ומגדול, אשר בכוחך הגדול זכית להיות דרועא ימינא של מנהיגן של ישראל פאר הדור חכימא דיהודאי, וכו' כקש"ת מרן הגה"ק רבש"י וכו' בעל לב אהרן מסאטמאר שליט"א,
וכפי ששמעתי מנאמני ביתו של כ"ק הנ"ל זכה כ"ת לעורר לבב כ"ק לכנס ולקבץ רבבות תלמידים וחסידים של רביה"ק קוה"ק רשכבה"ג זי"ע לשנן מה שלמד את בני יהודא קשת בספרו הגדול ויואל משה ועל הגאולה ועל התמורה שכתבם בדם לבבו הטהור, וביום כ' סיון הבא עלינו לטובה נודעה הזמן והמקום לקבצם תחת קורות גג אחד שמעו לקחו של מרן שליט"א ושם ישמע ויתוודע לכל העם דעת תורה אמיתי של רבינו הקדוש מגן ומושיע של דורות הבתרא זכותו הגדול יגן באלף המגן לקדש שם שמו הגדול,
אבל בו בעת נפשי עגומה ואת צערי אכתוב לכ"ת אחר שאי אפשר לי ליכנס בקו"פ ולברר הדבר ולפרוש השמלה לכל פרטי' ודקדיקי', וכמובן אי אפשר עלי לכתוב או לדבר עם הרב שמואל שלמה טעללער שי' וכן להרב הגאון רבי נפתלי הערצקא צוויבעל שליט"א כי שנים כאחד, אינן יודעים ואינם מבינים שיחת חולין של כוונת קדשו של רביה"ק זי"ע, הן מפני שהם צעירים בשנים, ומעולם לא ראו מאורות, והן רתיחת הדמים עדיין רותח בם, ואינם יודעים בכלל שיטת קדשו של רביה"ק זי"ע,
אבל לכ"ת הן שיש כאן זקנה והן שיש כאן חכמה אבוא שלא כדת ולומר לך כי כוונתך הוא טובה אבל למעשה המעשים אינם טובים,
אחר ששמעתי כל הדרשות שנדברו על ידי רבינו הגדול בעל לב אהרן שליט"א, ניכר שם רבינו הגדול לא ירד לסוף דעתכם, ואם אינן נכונים דברי נא להעמינו על האמת,
בתחילה הבנתי, שסיבת התכנסות, הוא לעורר הציבור אחר שהנשיא של מדינת ארה"ב מאוד בידידות עם הממשלה של גיהנום, וחתנו מזרע ישראל מסית ומדיח העם של ארה"ב להעמיד הבית האמבאסדער לירושלים ובזה יצא חיזוק גדול למדינתם ולממשלתם, ומובן שהעם בארה"ב נגרור אחר דעות המנשבות בבית הלבן, נמצא שהממשלה והמדינה יצא מחוזק ונעשו מזה בלבול מוחות, צריכים לחזור היסודות ולשנן האיך למדו אותינו רביה"ק לא ליגרר אחר מחשבת פסולות ומחשבת מינות חס ושלום ולאור זה הי' כוונת האסיפה,
ואם כנים דברי אלה, הי' טובה ורצויה לכנס ולקבץ הציבור וכן למדו בויואל משה שצירכים לחזק המערכות קודש בכל עת וכל זמן שלא יגרר אחר כפירתם וטמאתם,
אבל בשבועות האחרונות נשמעו כמה דרשות של הלב אהרן שליט"א ובכל דרשה תחת לחזק המערכות קודש, ראיתי ומצאתי שאין תוכן האסיפה להעריך מערכה נגד הממשלה, רק מערכה נגד הלוחמים,
בדרשה א' דרש נגד צבור הקטון של סאטמאר חסידי אחיו הקטון המתנגדים נגדו ואינם משתתפים רק אם ידרוש נגד גזירות גיוס בנים ובנות, וביום ל"ג בעומר דרש האדמו"ר הלב אהרן נגד הפלג של הליטאים שהם ציונים בעצמם,
ולכן קשה מאוד מה הוא המטרה ללחום נגד אלו שהי' מאחד מהפארטייען ויצאו משם ובנו מוסדות בלי לקיחת תמיכה מהרשעים, על זה צריכים כעת הכינוס? לומר עוד הפעם שאין כוונתם לשמים? אתמהה?
צריכים עוד הפעם לומר שהאגדוסיטען והדגליסטען רק הן הם הקנאים באמת, כיון שאינם סוברים שיש כאן גזירה בנים ובנות, רק הפלג שלוחמים יום יום נגד הממשלה ואינם רוצים עוד תמיכה רק הם הציונים? וכי אין זה מהפך הקערה על פיה?
מובן מאיליו אם אפרוש השמלה אצל שש"ט יאמר פלפולים של הבל, אבל כ"ת שזכה עוד לשמוע דא"ח בהלו נרו על ראשי, האיך אתם מקשיבים לדברי חירוף וגידוף, בלי טעם וריח, ועדיין אתם רב וחבר בהארגון חומתיך ירושלים, שכל כוחום נראו לכל , רק לחזק מוסד חכמת לב, ולומר הגם שלקחו ממון מהממשלה עדיין נשאר בחזקתם הכשרות, לומר שבעלזא טוב, שאין כאן קברים בגלובענציץ, שאין כאן גזירת גיוס בנים ובנות, רק דופי יכולים לראות בחסידי אחיו, והפלג ירושלמי! אין זה רקבון בגדול? הזאת סאטמאר? הזאת קנאות?
הגע בעצך מארנים כינוס של כל תלמידי רבינו הק' בו בעת שבכל יום ולילה נהרגו ורצחו ואת גווים נתן למכים וחיים למורטים, ושפכו עליהם מי בואש, ובאבעס, מאות בתפיסות, ובאות זמן חסידי סאטמאר מתקבצים ומדברים דרשות יפוצת נגד עצם המדינה ואינן מזכירים מהצרות שכל הראוים אומרים אהה גם סאטמאר הוא חלק מגזירת ההשתקה!
בסאטמאר דורשים כמו שדרשו ישראל אייכלער בבעלזא כמו גפני בפאנוויעזש, מאזעס מוויזניץ,
אם כן טוב להיות חלק בהממשלה כמו שאמר שש"ט על הטעלפאון להלב אהרן למה לילחם מהחוץ ונמצא שויואל משה אינו אמת ותורתו אינו אמת!
ולכן באני לכ"ת בחכמתו הגדולה לבטל כינוס שמטרתו לבנות ציונות וכו' ויצא הפסד גדול חס ושלום, ופני רבינו יהא חפוי,
נא ונא לעשות בכל כוחך להפוך לבב רבינו לילך בדרך האמת וזכות הרבים יתלו בך ע"ע אנס"ו
ועל זה באתי על החתום
ישראל חיים האראוויטץ רב דקהל ויואל משה סאטמאר במאנשעסטער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די מאנטשעסטער רב איז פונקט די נישט גוטע נאמען ארויפצולייגן די פאשקעוויל אויף
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:די מאנטשעסטער רב איז פונקט די נישט גוטע נאמען ארויפצולייגן די פאשקעוויל אויף

מאכט טאקע נישט קיין סענס אז א רב זאל נישט קענען קיין לשוה''ק און נישט האבן קיין שרייבער עס צו טון פאר אים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: זייער שיין פון דיין זייט ארויפצולייגן א בריעף געשריבן בשם א רב אין מאנטשעסטער. אבער דער גאנצער בריעף איז איין שטיק פילפול של הבל. נאכ'ן איבערחזר'ן און איבערקייען די זעלבע מימרות פון די באקאנטע פראפאגאנדע, קומט מען ארויס צו די זעלבע מסקנא. אינטרעסאנט איז אז זיי (די אלע וועלכע ווערן געשטערט פון דעם קומענדיגן כינוס.) אלע קומען צו די זעלבע מסקנא. אז ר' אהרן ט"ב איז זיך מתנגד צו די אמת'ע לוחמי מלחמת ה'. און נאר די וועלכע זענען נאנט מיט די אגודיס'טן זיי גייען אויפ'ן ריכטיגן דרך.

מיין שאלה איז פון וואו ווייסן זיי אלע וואס ר' אהרן גייט זאגן ביי די דרשה ביי דעם כינוס. זיי שפעקולירן און בויען שוין אויף גאנצע פשט'לעך און פשט'לעך אויף די פשט'לעך גג על גג. האטס געדולד און ווארטס אויס ביז נאכ'ן כינוס. נאכדעים וועט עטץ זאגן ענקער קריטיק...ניין...זיי אלע זאגן פשט'לעך און דרייען און ווייזן אויף בק"ן טעמים פארוואס דער כינוס טויג נישט...וואס שטערט ענק...?!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בערעל, ביסט אויך אריין געפאלען? הרב האראוויץ איז דער ראש האהרוינעם, די בריוו איז פרי דמיונו פון די בחורים וואס זענען געבליבען אין סענדז סט. און ווייסען נישט אז די ישיבה איז שוין נישט דארט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק ון בודאפעסט: איך קען נישט דעם הרב הארכאוויטץ. אבער איך רעד בכלליות ףון דעם דרך פון די זאלונים. זיי מאכן גאנצע שפעקולאציעס וואס ר' אהרן גייט זאגן. און אויף דעם שרייבן זיי זייער קריטיק...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: אין דער איד איז טאקע (נאכנישט) געשטאנען בפירוש. אבער די ליינערס און סימפאטיקערס פונ'ם ..."איד"...שרייען אראפ מכל עץ רענן זייער התנגדות און חוזק פונ'ם כינוס...און די פאררופערס...!

איך האב געהערט כמה זלונים רעדן וועגן די כינוס און קיינער רייסט עס נישט אראפ. דער עולם ברעכט זיך נאך קאפ צו פארשטיין וואס די ציל דערפון איז, עכ"פ וואס מ'וועט פארקויפן פאר'ן עולם אז די ציל איז. ס'קומען קאנפליקטינג מעסעדזשעס און מ'ווארט זאכן זאלן זיך אויסקלארן און נאכדעם קען מען טראכטן פון עס ארינטעררייסן.
דערווייל האלט מען זיך אינטער מיט די געשמאקע תהילים שיעורים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק ון בודאפעסט: איך קען נישט דעם הרב הארכאוויטץ. אבער איך רעד בכלליות ףון דעם דרך פון די זאלונים. זיי מאכן גאנצע שפעקולאציעס וואס ר' אהרן גייט זאגן. און אויף דעם שרייבן זיי זייער קריטיק...!
זיין טאטע האט געהייסען ראחובער רב פון לוגאנא. ער איז געווען א זוהן פון דער ליקוטי מהרי"ח. ער וואוינט אין מאנטשעסטער מיט זיין לאנגע רויטע בארד (מסתמא שוין ווייס) און ער איז א גרויסע פארנעם דארט, נישט נאר ביי סאטמארער נאר ביי עולמ׳שער אויך. ער רעדט זייער איידעל און רואיג און ער איז נישט קיין סאטמארער טיפ. אבער זיין אפשטאם איז טאקע מחסידי סיגוט\סאטמאר, נישט קוקענדיג אויף זיין הויכער הוט. ער זאגט אז זיין טאטע האט איהם פארציילט אז דער ר׳ אהרן, אלס יונגערמאן, דערמאנט איהם פון זיין רבי דער ייטב לב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מענין לענין ראחובע רב זצ"ל איז געווען פון די שענסטע חסידישע רבניםפונעם פריערדיגן דור, ער האט זיך זייער נאנט געהאלטן מיט סאטמאר רב ז"ל און סאטמאר רב ז"ל האט זייער געהאלטן פון אים ער איז נסתלק געווארן נישט לאנג נאך די הסתלקות פון סאטמאר רב און מ"מ פון סאטמאר רב דעמאלט סיגעט סאטמאר רב ז"ל האט אים זייער באוויינט און מספיד געווען כראוי ער האט געזאגט אויף אים גאר שטארקע ווערטער

עכ"פ די סאטמאר מאנטשעסטער רב שליט"א האט אמאל דערציילט ברבים אז ס'האט זיך געמאכט אמאל ווען זיי זענען געווען דאהיא אין נוי יארק זענען זיי געגאנגען באזוכן דעם סיגעטע רב ז"ל הברך משה און דאן האט די רבי ז"ל געשיקט בנו הגדול דער היינטיגער סאטמאר רב שליט"א רעדן מיט'ן ראחובע רב אין לערנען

פארציילט דער מאנטשעסטער רב אז שפעטער האט ער געפרעגט דעם זיידן ז"ל וואס ער זאגט צום סיגעטע רב'ס זון ר' אהרן ? האט דער זיידע מיט א געוואלדיגע התלהבות וואס איך זאג דער עצי חיים (דאס איז געווען דעם ראחובע רב'ס רבי, מיט וועם דער ראחובע רב האט געאטעמט און געלעבט) דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל

נ.ב. @ליטוואק איר מאכט א טעות דעם מאנטשעסטער רב'ס טאטע לעבט נאך עד מאה ועשרים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אפשר מאך איך א טעות און הרב י"ח האראוויץ איז נאר אן אייניקעל פון דער ראחובער רב פון לוגאנא? איך געדענק א מלמד אין חדר וואס איז א לוגאנא אפשטאמיגע, הרב ארלנגר, וואס פלעגט רעדען פון זיין רב מין בענקשאפט, און איך גלויב נישט אז ער האט נאך געלעבט דעמאלס, מיט מער ווי פינף און צוואנציג יאר צוריק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

יא יא ער איז א אייניקל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

זעי איך יעצט אין אייוועלט די גאר מרוגשדיגע און גרויסע נייעס אז צום כנוס וועט ערשיינען דער פוסק הדור מרן ראבד ירושלים שליטא און וועט באשיינען דעם מעמד

כנוס לצדיקים נאה להם ולעולם

אוי גייט זיין פראטעסטן פון די שלעכטע
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

גאנצל האט געשריבן:זעי איך יעצט אין אייוועלט די גאר מרוגשדיגע און גרויסע נייעס אז צום כנוס וועט ערשיינען דער פוסק הדור מרן ראבד ירושלים שליטא און וועט באשיינען דעם מעמד

כנוס לצדיקים נאה להם ולעולם

אוי גייט זיין פראטעסטן פון די שלעכטע


דעי ארונישקייט שרייט........ ער איז מער העפי אז ער טראכט אז זאליס גייען נישט אויסהאלטן. ווי די עצם מציאות אז ער קומט צום מעמד........ #נעבעך
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

סארי איך גלייך צו שרייבן מציאות

אינטערסאנט ווי דו האסט באמערקט די לעצטע שורה פאר די ערשטע ?........

פון ווי האט ער בכלל געכאפט וועם איך מיין דא........

די נער זאל ארויסגיין
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

גאנצל האט געשריבן:סארי איך גלייך צו שרייבן מציאות

אינטערסאנט ווי דו האסט באמערקט די לעצטע שורה פאר די ערשטע ?........

פון ווי האט ער בכלל געכאפט וועם איך מיין דא........

די נער זאל ארויסגיין


בלאז עס אויף וועלכע וועג די ווילסט. סגעפעלט מיר פשוט ווי דעיס איז די שפיץ פון די גרויסע נייעס אז די ראב"ד קומט..... אז ממיז שוין אינעם ערשטען מעסידזש קלארשטעלן אז די שונאים גייען פלאצן...... כה לחי די ארונישע פארגערבטקייט איז באכשעם מוסיף והולך
.....
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אויף סאמארע חסידים שרייבט מען נישט אזעלעכס

און ביי ז"ל פארטיי/סיקריקים איז דאס א טייל פון די נייעס וואלסט געוואלט ס'זאל זיין פארקערט דאס וואס דיר באדערט ברענגסטו עס ארויס אויף א אנדערע וועג

מ'האף מיר אז דער פירער פון די ז"ל פארטיי וועט נאכטון דעם דיין פון מאנטריאל און אוועק נעמען זיינע בחורים אין קעמפ

און אז עס באדערט דיר די מציאות ווי אזוי אזא נייעס ווערט געדעקט מיט די מציאות דאן וויש דיך דעם נאניע און ברענגט אריין נארמאלניזים אין אייער מחנה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאנצל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

דרייען זיך שמועות אז נאך חברי בי"ד גייען קומען

גדול יהי' כבוד המעמד הזה
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

גאנצל האט געשריבן:אויף סאמארע חסידים שרייבט מען נישט אזעלעכס

און ביי ז"ל פארטיי/סיקריקים איז דאס א טייל פון די נייעס

מ'האף מיר אז דער פירער פון די ז"ל פארטיי וועט נאכטון דעם דיין פון מאנטריאל און אוועק נעמען זיינע בחורים אין קעמפ

און אז עס באדערט דיר די מציאות ווי אזוי אזא נייעס ווערט געדעקט מיט די מציאות דאן וויש דיך דעם נאניע און ברענגט אריין נארמאלניזים אין אייער מחנה


ביי רז"ל פארטיי איז דעיס און די נייעס? אינטערסאנט אז די פילסט פאר וויכטיג עס צו דערמאנען און די ערשטע מעסידזש........
און אגב ממעג נישט זאגן אז ענק זענען פארגרעבט. אבער ענקער ...... אלייןס מעג זאגן סקריק אויף וועם סגעפלט אים נישט......
פארשפארט