האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
סמבטיון האט געשריבן:טייערע שבת אחים, איך האב געבעטן א קליינע טובה, נישט צו מישן פאליטיק און טענות אין דעם אשכול , עס באדערט דיר געפערליך אז איינער האט אים געצאלט א פרייוועט פליגער
יא ס׳באדערט מיך זייער שטארק. אז א רב געט אויס פיר הונדרעט אלפים פאר זיינע באקוועמליכקייטן בשעת רוב פון זיינע חסידים זענען בלוטיגע ארימלייט. יעדע רעכטדענקיגע מענטש וואס האט א טראפ שכל און געפיל דארף דעס באדערן.
האסט געוואלט ער זאל קומען מיט א שיף דורך טערקיי?
ניין! ער זאל קומען מיט א פליגער ״כאחד האדם״, פונקט ווי יעדער פשוטע מענטש פארט פון אר״י קיין מאנטריאל.
צדיקל. איך עפען כמעט נישט קיין אשכולות, ספעציעל נישט אין צימעס. אז איינער האט געשריבן אין די דאזיגע אשכול אז די רב האט געשפענט הונדערטער אלפים פאר א פריוואטע פליגער. דארף איך יעצט עפענען ״נייע אשכולות״ ווייל די בעלזער מיינען אז ס׳וועט שטיין אין צימעס איז שוין מותר זיך צו ווארפן מיט אלפים ורבבות אויפן חשבון פון די ארימע חסידים. קיין נארמאלע תירוצים האבן ענק נישט. פארדעם שרייען ענק ׳צימעס׳.
די אשכול איז נאר פאר מעלות און פראפאגאנדע? אז איינער וויל פארשטיין פארוואס פעלט אויס צו שפענדן אזויפיל געלט פאר שטותים ענטפערט מען אים צימעס!? מוראדיג...!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: זיי נישט ברויגז. וואס אהרט דיך אז די בעלזא'ער רב איז געפארן אויף א פלעין וואס האט געקאסט $400,000 דאללער. כ"ז ער האט נישט געבעטן ביי דיר.
סירעסלי????????????????????!?!!!!!!!!!!!!!?????????!!!!!!
בד״ו וואס אהרט דיך וואס י.מ. סופר שרייבט אין דער איד?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- יוסף יוזפא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
שבת אחים! איהר קוקט אויס א גרויס שוחר צדק, האט איהר פראבירט אפשר אריין צו קלערן ווי רייך בעלז וואלט געקענט זיין ווען נישט די רב פארט מיט א פליגער פון 400,000$?
מ'וואלט נישט געדארפט צאמנעמען יעדן יאהר געלט פאר די מוסדות, מען וואל אויסגעצאלט אלא חתונות, אלא חובות אין דראסערי, און אלא וואלטן געוון גליקלעכע עשירים.
....
אגב, איך האב שוין געשריבן, בעלזע רב האט נישט קיין פראבלעם פארן מיט א גהעריגן פליגער, און אזוי איז ער געפארן מיט א יאהר צוריק קיין בעלזא אול לאנדאן, אזוי איז ער געפארן מיט דריי יאהר צוריק קיין בעלזא, און אזוי איז געפארן זיין גאנצע לעבן, יעצט ספציפיש האט זיך נישט אויסגעשטעלט א וועג צו פארן מיט א גהעריגע פליגער ביי די טאג וואס ער האט געוואלט פאהרן!!!
[נ.ב. בסודי סודות זאג איך דיר אויס אז אלע בעלזע זענען שטארק ברוגז אויפן נוצן די טייערע פליגער, און מ'האט געבעטן (געצווינגען) יעדע בלוטיגע ארעמאן און ארץ ישראל, אז ער איז מחויב זיך משתתף זיין מיט די הוצאות און צאלן 5 טויזנט דאלער פאר די הוצאות]

- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
יוסף יוזפא האט געשריבן:אגב, איך האב שוין געשריבן, בעלזע רב האט נישט קיין פראבלעם פארן מיט א גהעריגן פליגער, און אזוי איז ער געפארן מיט א יאהר צוריק קיין בעלזא אול לאנדאן,
פאראיאר פון בעלזא קיין לאנדאן איז ער געפארן מיט א פריוואטע פליגער
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
אז איך געדענק גוט פאריאר איז ער געפארן מיט א טשארטערד פלייט מיט אלע זיינע חסידים קיין אוקריינא און פון דארט קיין לאנדאן. דאס בין איך זיכער אז פון לאנדאן קיין א"י איז ער געפארן פריוואט. און א יאר אדער צוויי יאר פריער איז ער אויך געפארן קיין אוקריינא און צוריק פריוואט.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
גאנצל האט געשריבן:@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח
פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
זייענדיג אין די זעלבע שיך ווי סמבטיון הערט זיך אינטערסאנט דיין שאלה, כאטש וואס כ'פארשטיי וואס דו מיינסט אז עס זעהט אויס ווי דער רב איז א שטייפער. וואס זאל איך דיר זאגן, דאס לויטערקייט + די אחריות'דיגע מנהיגות, ציהט!
וקרב פזורינו מבין הגויים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
איש חזון האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח
פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
זייענדיג אין די זעלבע שיך ווי סמבטיון הערט זיך אינטערסאנט דיין שאלה, כאטש וואס כ'פארשטיי וואס דו מיינסט אז עס זעהט אויס ווי דער רב איז א שטייפער. וואס זאל איך דיר זאגן, דאס לויטערקייט + די אחריות'דיגע מנהיגות, ציהט!
די חסידות ציט אדער די רבי? (איך וויל נישט אראפרייסן ח"ו, איך פרעג ערנסט ווייל איך בין באמת נייגעריג)
די רבי זעהט נישט אויס ווי ער ווייזט עפעס ליבשאפט צו די חסידים ער זעהט אויס מער א שטייפע מענטש וואס פירט א מלוכה אין האט טאקע געשטעלט צענדליגע דיינים זיי זאלן זיך אראפלאזן צום עולם.
צו מסביר זיין בעסער וואס איך מיין, די רבי קען דיין ערשטע נאמען? אדער כאטש די לעצטע? (פארשטייט זיך איך מיין די נאמען פון א פשוטע יונגערמאן וואס איז נישט פון א משפחה פון געלט אדער יחוס וכו')
לויט ווי איך האב עס אייביג פארשטאנען האט מען נישט קיין פרעזענליכן נאנטע קשר מיטן רבי'ן - הגם מ'שיקט אלעס מזכיר זיין - איך גלייב נישט אז ער גדענקט ווער ס'האט א שידוך געטוהן אין ווער ס'האט געעפנט א נייע ביזנעס אין וועמנס מאמע דארף א ישועה.
קען זיין אז איך בין מיך טועה אבער איך קיק אן די ברען וואס בעלזער האבן צו די חסידות אז ס'איז צו די מצב אין די חסידות נישט די רבי (אוודאי איז די רבי דער וואס פירט די חסידות אבער די זאך וואס ציט זיי צו בעלז איז די מצב נישט די רבי)
פארשטייט זיך אז מ'איז אויך צוגעבינדען צום רבי'ן ווייל ער איז דאך די מנהיג פון די חסידות אבער ס'זעהט נישט אויס ווי קיין נאנטשאפט.
אין אנדערע ווערטער די געפוהל איז צו כבוד בית בעלזע נישט צו אדמו"ר מ'בעלזא.
דוד בן ישי עבדך משיחך
- יוסף יוזפא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
וחלופיהן האט געשריבן:אז איך געדענק גוט פאריאר איז ער געפארן מיט א טשארטערד פלייט מיט אלע זיינע חסידים קיין אוקריינא און פון דארט קיין לאנדאן. דאס בין איך זיכער אז פון לאנדאן קיין א"י איז ער געפארן פריוואט. און א יאר אדער צוויי יאר פריער איז ער אויך געפארן קיין אוקריינא און צוריק פריוואט.
פון לונדון קיין ארץ ישראל איז טאקע גיווען פריוואט, טאקע נישט אזוי טייער ווי יעצט אבער עס איז גיווען א פריוואטע, איך מיין בעיקר ארויסצוברענגען די נקודה אז די בעלזע רב שליט"א פארט נישט נא רמיט אייגענע פליגערס, נאר בד"כ פארט ער מיט א גהעריגע פליגער.
פאר צווי יאהר צוריק איזגי ווען א נסיעה פון נאר 30 מענטשן קיין בעלזא דעמאלס איז ער טאקע געפארן מיט א פריוואטע פליגער (אגב, די פלעצער דארטן זענען ערגער ווי אויף א באס, מהאט בקושי געקענט שטיין גראט, א צוקוועטשטע קליינע פליגער) היות ס'איז גיווען פון מינוט אויף מינוט.
- יוסף יוזפא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
בן ישי האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח
פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
זייענדיג אין די זעלבע שיך ווי סמבטיון הערט זיך אינטערסאנט דיין שאלה, כאטש וואס כ'פארשטיי וואס דו מיינסט אז עס זעהט אויס ווי דער רב איז א שטייפער. וואס זאל איך דיר זאגן, דאס לויטערקייט + די אחריות'דיגע מנהיגות, ציהט!
די חסידות ציט אדער די רבי? (איך וויל נישט אראפרייסן ח"ו, איך פרעג ערנסט ווייל איך בין באמת נייגעריג)
די רבי זעהט נישט אויס ווי ער ווייזט עפעס ליבשאפט צו די חסידים ער זעהט אויס מער א שטייפע מענטש וואס פירט א מלוכה אין האט טאקע געשטעלט צענדליגע דיינים זיי זאלן זיך אראפלאזן צום עולם.
צו מסביר זיין בעסער וואס איך מיין, די רבי קען דיין ערשטע נאמען? אדער כאטש די לעצטע? (פארשטייט זיך איך מיין די נאמען פון א פשוטע יונגערמאן וואס איז נישט פון א משפחה פון געלט אדער יחוס וכו')
לויט ווי איך האב עס אייביג פארשטאנען האט מען נישט קיין פרעזענליכן נאנטע קשר מיטן רבי'ן - הגם מ'שיקט אלעס מזכיר זיין - איך גלייב נישט אז ער גדענקט ווער ס'האט א שידוך געטוהן אין ווער ס'האט געעפנט א נייע ביזנעס אין וועמנס מאמע דארף א ישועה.
קען זיין אז איך בין מיך טועה אבער איך קיק אן די ברען וואס בעלזער האבן צו די חסידות אז ס'איז צו די מצב אין די חסידות נישט די רבי (אוודאי איז די רבי דער וואס פירט די חסידות אבער די זאך וואס ציט זיי צו בעלז איז די מצב נישט די רבי)
פארשטייט זיך אז מ'איז אויך צוגעבינדען צום רבי'ן ווייל ער איז דאך די מנהיג פון די חסידות אבער ס'זעהט נישט אויס ווי קיין נאנטשאפט.
אין אנדערע ווערטער די געפוהל איז צו כבוד בית בעלזע נישט צו אדמו"ר מ'בעלזא.
אזוי קען שרייבן איינער (איך מיין נישט דיר אישית) איינער וואס זעט נאר בילדער און קליפ'ס און איז נאך קיינמאל גיווען בפועל ביי א טיש.
גיי זיי מסביר, אבער יעדער חסיד איז ענדערש האבן א קשר מיט א מלאך אלוקים וואס כמעט יעדער איינער האט געזעהן ביי איהןם תפיסת מחשבה/ רוח הקודש/ מופתים בגלוי (איך בעט אלע ניק'ס זאלן שנעל אריבערקומען חויזק מאכן...), א קשר וואס יעדער איינער שפירט בכל ליבו, א רוחניותדיגע קשר צווישן א חסיד און א רבי וואס איז מקושר אין ביידע וועלטען.
מער ווי קשר מיט א מענטש וואס טיילט טענטשען (צומי בלע"ז) פאר ווער עס צאלט אפאר דאלער.
און בפרט אז די בילד וואס מלייגט אראפ אז די בעלזע רבי קען נישט קיין נעמען און פרטים איז נישט אמת.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
צ"ל האלבע שיךאיש חזון האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח
פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
זייענדיג אין די זעלבע שיך ווי סמבטיון הערט זיך אינטערסאנט דיין שאלה, כאטש וואס כ'פארשטיי וואס דו מיינסט אז עס זעהט אויס ווי דער רב איז א שטייפער. וואס זאל איך דיר זאגן, דאס לויטערקייט + די אחריות'דיגע מנהיגות, ציהט!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
- האט שוין געלייקט: 381 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צ"ל האלבע שיךאיש חזון האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח
פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
זייענדיג אין די זעלבע שיך ווי סמבטיון הערט זיך אינטערסאנט דיין שאלה, כאטש וואס כ'פארשטיי וואס דו מיינסט אז עס זעהט אויס ווי דער רב איז א שטייפער. וואס זאל איך דיר זאגן, דאס לויטערקייט + די אחריות'דיגע מנהיגות, ציהט!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
חחחחח יוש ביסטו פאני!!!
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
יוסף יוזפא האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח
פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
זייענדיג אין די זעלבע שיך ווי סמבטיון הערט זיך אינטערסאנט דיין שאלה, כאטש וואס כ'פארשטיי וואס דו מיינסט אז עס זעהט אויס ווי דער רב איז א שטייפער. וואס זאל איך דיר זאגן, דאס לויטערקייט + די אחריות'דיגע מנהיגות, ציהט!
די חסידות ציט אדער די רבי? (איך וויל נישט אראפרייסן ח"ו, איך פרעג ערנסט ווייל איך בין באמת נייגעריג)
די רבי זעהט נישט אויס ווי ער ווייזט עפעס ליבשאפט צו די חסידים ער זעהט אויס מער א שטייפע מענטש וואס פירט א מלוכה אין האט טאקע געשטעלט צענדליגע דיינים זיי זאלן זיך אראפלאזן צום עולם.
צו מסביר זיין בעסער וואס איך מיין, די רבי קען דיין ערשטע נאמען? אדער כאטש די לעצטע? (פארשטייט זיך איך מיין די נאמען פון א פשוטע יונגערמאן וואס איז נישט פון א משפחה פון געלט אדער יחוס וכו')
לויט ווי איך האב עס אייביג פארשטאנען האט מען נישט קיין פרעזענליכן נאנטע קשר מיטן רבי'ן - הגם מ'שיקט אלעס מזכיר זיין - איך גלייב נישט אז ער גדענקט ווער ס'האט א שידוך געטוהן אין ווער ס'האט געעפנט א נייע ביזנעס אין וועמנס מאמע דארף א ישועה.
קען זיין אז איך בין מיך טועה אבער איך קיק אן די ברען וואס בעלזער האבן צו די חסידות אז ס'איז צו די מצב אין די חסידות נישט די רבי (אוודאי איז די רבי דער וואס פירט די חסידות אבער די זאך וואס ציט זיי צו בעלז איז די מצב נישט די רבי)
פארשטייט זיך אז מ'איז אויך צוגעבינדען צום רבי'ן ווייל ער איז דאך די מנהיג פון די חסידות אבער ס'זעהט נישט אויס ווי קיין נאנטשאפט.
אין אנדערע ווערטער די געפוהל איז צו כבוד בית בעלזע נישט צו אדמו"ר מ'בעלזא.
אזוי קען שרייבן איינער (איך מיין נישט דיר אישית) איינער וואס זעט נאר בילדער און קליפ'ס און איז נאך קיינמאל גיווען בפועל ביי א טיש.
גיי זיי מסביר, אבער יעדער חסיד איז ענדערש האבן א קשר מיט א מלאך אלוקים וואס כמעט יעדער איינער האט געזעהן ביי איהןם תפיסת מחשבה/ רוח הקודש/ מופתים בגלוי (איך בעט אלע ניק'ס זאלן שנעל אריבערקומען חויזק מאכן...), א קשר וואס יעדער איינער שפירט בכל ליבו, א רוחניותדיגע קשר צווישן א חסיד און א רבי וואס איז מקושר אין ביידע וועלטען.
מער ווי קשר מיט א מענטש וואס טיילט טענטשען (צומי בלע"ז) פאר ווער עס צאלט אפאר דאלער.
און בפרט אז די בילד וואס מלייגט אראפ אז די בעלזע רבי קען נישט קיין נעמען און פרטים איז נישט אמת.
איך וויל חלילה נישט חוזק מאכן אין איך האב שוין מיטגעהאלטן בעלזע טישן אין דאס איז געווען מיין געפוהל.
די האסט א נאנטע קשר מיטן רבי'ן? אדער איז עס נאר ווי די זאגסט א הימלישע געפוהל פון נאנטשאפט צו א צדיק?
דוד בן ישי עבדך משיחך
- יוסף יוזפא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
(איך האב געשריבן אז איך מיין נישט דיר)
איך קום נישט אריין יעדע צווי וואכן צו איהם, אבער ווען איך פאהר אויף א שבת איז מיר גענוג די בליק וואס אלעס ליגט און דעם.
די קשר איז נישט נאר רוחני נאר די מ'טאפט עס בגשמיות
און נישט איינמאל און נישט צווי מאל ווען איך ין צוגעגאנגען פרעגן א שלאה וכדו', אין איך בין נשתומם גיווארן פון א תפיסת מחשבה און נאך מעשיות וואס איך האב גהערט מכלי ראשון.
ממילא ווען ענטשן קומען פארציילן פוסטע משעיות אויף פליגערס יא פריוואט אדער נישט, מאכט מיר דאס פשוט לאכן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יוסף יוזפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
יוסף יוזפא האט געשריבן:(איך האב געשריבן אז איך מיים נישט דיר)
איך קום נישט אריין יעדע צווי וואכן צו איהם, אבער ווען איך פאהר אויף א שבת איז מיר גענוג די בליק וואס אלעס ליגט און דעם.
די קשר איז נישט נאר רוחני נאר די מ'טאפט עס בגשמיות
און נישט איינמאל און נישט צווי מאל ווען איך ין צוגעגאנגען פרעגן א שלאה וכדו', אין איך בין נשתומם גיווארן פון א תפיסת מחשבה און נאך מעשיות וואס איך האב גהערט מכלי ראשון.
ממילא ווען ענטשן קומען פארציילן פוסטע משעיות אויף פליגערס יא פריוואט אדער נישט, מאכט מיר דאס פשוט לאכן.
אויב מעגליך ביטע ברענג ארויס בעסער מיט וואס די פוהלסט א גשמיות'דיגע נאנטשאפט
דוד בן ישי עבדך משיחך
- יוסף יוזפא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
בן ישי האט געשריבן:יוסף יוזפא האט געשריבן:(איך האב געשריבן אז איך מיים נישט דיר)
איך קום נישט אריין יעדע צווי וואכן צו איהם, אבער ווען איך פאהר אויף א שבת איז מיר גענוג די בליק וואס אלעס ליגט און דעם.
די קשר איז נישט נאר רוחני נאר די מ'טאפט עס בגשמיות
און נישט איינמאל און נישט צווי מאל ווען איך ין צוגעגאנגען פרעגן א שלאה וכדו', אין איך בין נשתומם גיווארן פון א תפיסת מחשבה און נאך מעשיות וואס איך האב גהערט מכלי ראשון.
ממילא ווען ענטשן קומען פארציילן פוסטע משעיות אויף פליגערס יא פריוואט אדער נישט, מאכט מיר דאס פשוט לאכן.
אויב מעגליך ביטע ברענג ארויס בעסער מיט וואס די פוהלסט א גשמיות'דיגע נאנטשאפט
איך האב געשריבן אז די קשר טאפ איך בגשמיות, דאס מיינט אז די מעלה פון א קשר כגון שפירן אגאנצן צייט א זדי רבי טראכט פן דיר מורא האבן פון א עבירה ווייל איך דארף ווייזן מיין פנים פארן רעבין, טראכטן ביי געוויסע מצבים וואס וואלט די רבי געטון ביי די מצב, און כדומה וכדומה. וואס מען לעבט ממש מיט, און מ'שפירט אלעס, און ווען דו גייסט אריין מיט א קוויטל און די רבי כאפט נישט א שמוע'ס מיט דיר אויף א האלבע שעה פרעגן ווי די ארבעסט און וויטאזוי הייסט די בוס און ווער זענען דיינע חברותות, די רבי פרעגט איין שאלה וואס מיט די עצם שאלה פארשטייסטו שוין אז ער ווייסט אלעס.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
וויאזוי ווייסטו וואס דער רבי וואלט געטוהן אין א מצב?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
בן ישי האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:@סמבטיון שיין געשריבען ישר כח
פון צווישן די שורות דערקענט זיך א געוואלדיגע אמתע טיפע קשר און אהבה וואס איר האט צו דעם רב שליט"א אפשר קענסטו דאס מסביר זיין ווי אזוי דער קשר איז געוארן אין אלגעמיין זעיט נישט דער רב אויס ווי איינער וואס איז געבינדן און אראפגעלאזט צו אנדערע (מיין כונה איז בכלל נישט צו טשעפען חלילה ווי עס קען אויסקוקן ...איך מיין עס באמת די איינדרוק וואס די רב געט -אלס דרויסענדיג געבט ער ניט די אימפרעשאן פון אזא איינער וואס מ'קען זיין צוגעבינדן צו אים)
זייענדיג אין די זעלבע שיך ווי סמבטיון הערט זיך אינטערסאנט דיין שאלה, כאטש וואס כ'פארשטיי וואס דו מיינסט אז עס זעהט אויס ווי דער רב איז א שטייפער. וואס זאל איך דיר זאגן, דאס לויטערקייט + די אחריות'דיגע מנהיגות, ציהט!
די חסידות ציט אדער די רבי?
אויסדריקליך דער רבי
און גערעכט, ער קען נישט מיין נאמען.
וקרב פזורינו מבין הגויים
- יוסף יוזפא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
פון די ענטפערט פוהל איך אז ס'איז טאקע וויאזוי איך האב מיך אלץ פארגעשטעלט אז די געפוהל איז צו די מצב אין די חסידות, נאר מ'דארף צולייגן א נקודה אז ס'איז אויך דא א שטארקע יראת הכבוד צום רבי'ן וואס א חלק פון דעם קימט טאקע פון דעם וואס די רבי האלט זיך נישט נאנט מיט די חסידים.
איך מיין אין גור איז די זעלבע זאך.
נאך איין זאך, איך מיין אז דאס וואס די בעלזער האלטן אז זיי האבן יא א נאנטע קשר מיטן רבי'ן קימט פון דעם אז זיי דרייען זיך כמעט נישט ביי אנדערע אין ממילא פארשטייען זיי נישט די קשר וואס די חסידים האבן מיטן רבי'ן אין אנדערע פלעצער (אין איך מיין אפילו אין די פלעצער ווי ס'איז אויך דא א שטארקע יראת הכבוד אין מ'פוהלט ווי די רבי איז תופת מחשבות וכו' נאכאלץ קען זיך די רבי אראפלאזן צום חסיד אין אדרבה דאס קען נאך שטערקער מאכן די יראת הכבוד וואוסענדיג אז די רבי וואס מ'האלט אזוי שטארק פון עם אז ער איז ממש במדריגת מלאך קען זיך אראפלאזן צו עם פשוטער מענטש).
עכ"פ דאס איז וואס איך פוהל איז די חילוק צוויישן בעלז (און גור) מיט אנדערע חסחדות'ן

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
פון ערשט האנטיקער מקורות און פון אייגענעם איבערלעבעניש און אנאליזע איז ביי מיר קלאר אז בעלזער חסידים האבען גאר א טיעפער און שטארקער פערזענליכער רילעישינשיפ מיטן רב זאל מאריך ימים זיין. דער רב פארמאגט גאר א ווארימע הארץ מיט א טיעפע פארשטאנד צו מענשען. אויך האט ער אן עלוי׳שען זכרון און א פיעלפארביגע מח וועלכער קען שייכות האבען צום ברייטען ציבור עם כל צורותיהן. זיין 50 יאהר עקספיריענס אין רביסטעווע גיט איהם אן אויבערהאנט איבער אללע רביס און גדולי ישראל אין הנהגת הכלל והפרט אז ער היט זיך גאר גאר שטארק פון זיך אריינמישען אין ענייני הפרט וכדו׳ אדער הייסען זיינע חסידים זיך נוהג זיין זאכען וואס זיי האלטען ניט ביי דערביי.
א חלק פון זיין כח המושך איז זיין אמת׳דיקייט און שארפער צונג וועלכער איז שנעל, פלינק, און צום פאוינט, אז לפעמים נאך א פאהר מינוט וואס דער חסיד גייט אוועק פון א באגעגעניש מיטן רב נעמט איהם נאך צייט צו כאפען ס׳כוונה פונעם רב.
לייגט צו צו דעם זיין רבי׳שקייט אין זאגען תורה מיט א העכערקייט שוין איבער פופציק יאהר, דוגמת די של״ס תורה דעם שבת אין מונטריאול, אין וועלכער דער חסיד, אויב איז ער א שטיקעל בעל השגה, האט נישט געקענט נאר לעכצען אויפן לעת״ל׳דיקער געהויבענעם צייט, ווען עס וועט זיין א ריינער פיורער וועלט אהנע חטא און יצה״ר. א חלק פון די שעהנקייט איז טאקע דאס אז דער רב האט איינגעפיהרט אן הנהגה פון זיך נישט שרעקען פון די פאלשע קנאים און אונגארישער חסידים יוצאי וויליאמסבורג, און זאגט די תורה אויף א מייק נאכן זמן מיט ריזיקען סקרין אז יעדעס יונגעל זאל קענען זעהן און איינזאפען דאס קדושה פונעם טיש און די תורה.
א חסיד וועלכער איז געווען דערביי דערציילט מיר נעכטען אז בשעת ער האט געזעהן אויפן סקרין ס׳צורה פונעם רב ווען ער האט נאכגעזאגט דעם פסוק אין ירמי׳ י״ג ״כי כאשר ידבק האזור אל מתני איש כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל ואת כל בית יהודה נאם ה׳ להיות לי לעם ולשם ולתהלה ולתפארת״ איז ער ארומגענומען געווארען מיט אן אויסטערלישען געפיעל פון אהבת הבורא אז ער איז ממש צוגאנען פון דביקות.
צו דעם אלעם קומט נאך צו דאס גאלדענע אויסגעטרויטענם מסורה פון בעלז מיט די הייליגע רביס און די געהויבענע יושבים וועלכער גייט שוין אהן פונעם שר שלום עד ימינו. בעלז האט א מסורה פון תורהדיגקייט, הלכה, מנהגים, תפילה, מעשיות, מופתים, גרונטליכע דברי תורה און מוסר, שארפקייט, ליבליכקייט. און אלץ אהן קבלה און זוהר, נאר מיט א גרונטליכקייט און צווי-פיס-אויף-די-ערד׳יגער צוגאנג צו תורה, יראה און חסידות.
א וואונדער אז די חסידים זענען גרייט אין פייער צו גיין פארן רבי׳ן?

קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)