אן ענטפער פאר שמעון ראלניצקי
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
אן ענטפער פאר שמעון ראלניצקי
לכבוד האי ספרא רבה מוה"ר ר' שמעון ראלניצקי הי"ו, עורך עיתון דער שטערן ודער שפאקטיוו.
ראה ראיתי דיין ארטיקל (פון מיין קוק ווינקל, דער שטערן, אייר תשע"ח) איבער לימודי חול אין די היימישע מוסדות, וואס דינט ווי א שטיקל ענטפער אויף מיין בריוו צו מורי ורבי דער סאטמאר רבי שליט"א.
דיין ארטיקל איז א געמיש פון אראפרייס און חוזק מאכן, עס נוצט ליידיג פראזן און האלבע פאקטן. בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל האט זיך עס געפילט ווי איך ליין שרייבאכטצער וואס דו ביסט גאנץ באקאנט מיט, דער איסור אויפן שטערן און שפאקטיוו.
"כתבי עת אלו מסוכנים הם מאוד לנפש ישראל," שרייבן די רבנים פון סערדאהעלי, קאשוי און איבראן שליט"א. "והם בבל יראה ובבל ימצא," זענען זיי ממשיך. זיי שרייבן אז ס'איז מכשיל את הרבים און זיי וואונטשן "כי ה"א מתהלך בקרב מחניך להצילך מכל אויביך והי' מחנך קדוש."
נאך דרייצן רבנים, בתוכם די חברי בד"ץ פון סאטמאר ובראשם דער ראב"ד שליט"א, זענען זיך מצרף צו דעם און לייגן צו אז די מאגאזינען "מכניסים את דרכי הגוים ותהלוכותיהם עם כל תאוותיהם ושפלותם לתוך בתי בני ישראל, במקום אשר בית ישראל צריך להיות מובדל ומופרש מכל דרכי הגוים וכו', ועוברים בזה משום לאו דלא תחנם וכו', ומסיר אותם משמוע תורה."
זעכצן מנהלי המוסדות, די וואס דער שליסל פון די חינוך פון אונזערע קינדער ליגט אין זייער האנט, שרייבן אז דיינע מאגאזינען "רייסט ארויס דעם גאנצן חינוך, דאס קינד פארלירט דעם חשק צו לערנען און דאווענען, און ווערט אינגאנצן אפגעקילט פון אידישקייט ה"י." זיי שרייבן אז מיטן ליינען דיינע מאגאזינען קען מען "ח"ו אנקומען צו דאס ארגסטע"!
קהל יטב לב פון קרית יואל שרייבט "אז דאס טוט ל"ע פארדארבען דעם גאנצן חינוך וואס מען לייגט אריין אין די טייערע קינדער'לעך רח"ל."
איר הערט רבי שמעון? דיינע מאגאזינען זענען אן איסור דאורייתא! א לאו ממש! א סכנה פאר'ן חינוך. מ'קען אנקומען צו דאס ארגסטע. בנוסף צו דעם וואס עס ברעכט דעם חומת ההתבדלות.
ווי קאמיש איז מיר געווען צו זעהן ווי דו נוצט די זעלבע הויך-קלינגעדע, גארנישט-מיינענדע ווערטער. אויך דו נוצט דעם חתם סופר און דעם טענה אז "התבדלות פון דער גוי'אישער גאס איז איינע פון די גרונט-פרינציפן"! ווען איז שיטות החתם סופר גילטיג און ווען נישט? ווען איז די טענה אז מ'וויל אז אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן א גוטער טענה און ווען מאכט מען עס אוועק כלאחר יד?
מ'קען שרייבן בלעטער פון אלע איסורים, דרשות און פאשקעווילן וואס מ'האט געשריבן אויף דיינע מאגאזינען, פון א פאשקעוויל וואס שרייט אז ס'איז השכלה ביז הרב שלעזינגער וואס שרייט אז ס'איז גאר מינות און אפיקורסות. הצד השוה שבהם אז מיט שארפע לשונות האט מען אראפגעריסן דיינע מאגאזינען אויפן ערגסטן. יעצט קומסטו מאכן קאפי/פעיסט און דו נוצט די זעלבע טאקטיקן און לשונות אויף אנדערע. דו אליין ווייסט ווי די אלע לשונות מיינען גארנישט, והא ראיה, דיינע מאגאזינען ערשיינען נאך. איז ביטע פארקויף אונז נישט די זעלבע לאקשן.
שמעון, בשעת די רבנים שליט"א האבן געלייגט אן איסור צו פארקויפן דיינע מאגאזינען, האסטו פארלאנגט פון דיינע לייענער צו בעטן און פארדערן "ביי אייער גראסערי מאן אז ער זאל ווייטער פארקויפן דעם 'שטערן' און דעם 'שפאקטיוו.'" "אייער שטימע מוז אויך דערהערט ווערן!" האסטו געשריבן (ווענדונג צו אונזערע חשוב'ע לייענערס, שפאקטיוו, ניסן תשע"ב). ווי אזוי גייט דאס צוזאמען מיט דיין יעצטיגער וויי-געשריי אז מ'וויל "ארויפצווינגען די אייגענע מיינונג אויפן מוסד"? ווען מעג א איד יא פארלאנגען אז זיין רצון זאל דערהערט ווערן און ווען הייסט דאס צווינגען? מאי חזית דדמך סומק טפי? פארוואס איז פאר דיין פרנסה דאס מותר און פאר די פרנסה פון אסאך אנדערע אידן נישט? פארוואס דארף יעדער צווינגען זיין גראסערי מאן פאר דיר אבער קענען נישט פארלאנגען פאר זיך און זייערע אייגענע קינדער עפעס? שוין נישט גערעדט פון דעם אז דער גאנצער הנחה אז מ'צווינגט ארויף איז פאלש, ווי כ'וועל שפעטער שרייבן.
אנטשולדיג מיר פאר'ן שרייבן אביסל שארף, אבער אין אדם נתפס על צערו. דמי ודמי בני ובנותי שרייען ארויס פון מיר. מיין ווייטאג און פלאג ווערט אוועקגעמאכט מיט אויסגעדראשענע לויזונגען.
[center]***[/center][center][/center]
לאמיר זיך באציען צו אפאר נקודות וואס זענען ווערט אויסצושמועסן: מסורת אבות/התבדלות, טוהן טאקע יחידים ארויפצווינגען זייער מיינונג אויפן ציבור מיט פארלאנגען לימודי חול על טהרת הקודש, און העלפט טאקע לימודי חול פאר פרנסה.
מסורת אבות/התבדלות: דער גאנצער הנחה אז לערנען א פאך אז קעגן מסורת האבות איז, לכאורה, נישט אויסגעהאלטן. ס'איז גאר א חיוב פון גמרא ללמדו אומנות! חז"ל האבן דען נישט געוויסט פון דעם דרך פון לערנען נאר תורה? אוודאי האבן זיי געוויסט דערפון. אבער ברוחב בינתם ובגודל קדושתם האבן זיי פארשטאנען אז דער עמך ישראל צריכים פרנסה, און ארויף געלייגט א חיוב ללמדו אומנות פונקט ווי דער חיוב פון לימוד התורה. ווי אזוי מאכט מען אוועק א חיוב חז"ל מיט ווערטער ווי מסורת האבות?
די אבות פון וואס מ'רעד מיר האבן געלערנט זייערע קינדער די אומנות פון זייער צייט, אקערן און זייען. היינטיגע צייטן האבן זיך די אומנות געטוישט. און דאס דארף מען אדרעסירן.
ווי כ'האב שוין געשריבן אין דעם מכתב צום רבי'ן, די מיידלעך זענען א גוטער איקזעמפאל ווי אזוי לימודי חול על טהרת הקודש שאדט נישט פאר אידישקייט. ווי איז דער שיטות החתם סופר ווען עס קומט צו די מיידלעך? ווי איז געווען דער שיטות החתם סופר ווען רביה"ק זי"ע האט איינגעפירט אז מ'זאל לערנען לימודי חול אין חדר אויף אסאך שטערקער'ן אויפן ווי מ'לערנט היינט?
רביה"ק זי"ע האט געהאלטן אז "דאס ביסל ענגליש וואס מ'לערנט ביי אונז אין די חדרים, נישט נאר אז מ'מעג דאס לערנען נאר מ'מוז דאס לערנען... און קענען!" (הרב חיים משה שטויבער, צייטשריפט, אלול תשס"ט). רבי יונה לאנדא האט אמאל דערציילט אין א שמועס אויף קול מבשר (בערך צוויי יאר צוריק) אז ווען ער האט געלערנט אין חדר האט מען געלערנט צוויי אין א האלב שעה לימודי חול. מ'האט געלערנט אזאלעכע לימודים ווי אלגעברע, דזשיאגרעפי און דזשיאמעטרי, אלעס על פי הסכמות רביה"ק זי"ע. היעלה על הדעת אז ער האט זיך אוועקגערירט פונעם הייליגן דרך החתם סופר? אויב עפעס, האבן מיר משנה געווען פון דעם דרך הלימוד וואס רביה"ק זי"ע האט איינגעפירט.
בכלל, ווען מ'לערנט חשבון איז מען זיך מדבק מיט די גוים? דער חתם סופר האט דאס נישט געלאזט לערנען? ווי אין ווארד איז דא השכלה? ווי אזוי שאדט איקאנאמיקס צו אידישקייט? מען איז זיך מתבדל פון וועמען אויסער פון זיך אליין?
דער גאנצער ווארט "התבדלות" איז געווארן א ווארט וואס מען נוצט יעדער כפי רצונו. התבדלות פונעם חתם סופר האט געמיינט זיך אפטיילן פון רשעים. ערליכע אידן מיט רשעים זאלן נישט האבן קיין שייכות. היינט מיינט עס נישט ליינען דעם שטערן, נישט לערנען קיין מאטעמאטיקס, און אן איסור אויף יעדע זאך וואס דו ווילסט נישט דיין חבר זאל טוהן. ס'איז א ווארט ווי שגץ, כופר, רבי ז"ל, וכולי וכולי וואס מען נוצט כפי רצון איש ואיש. מיט דעם ווארט האלט מען אפ טויזענטער אידן פון האבן פרנסה.
לימודי חול על טהרת הקודש ברעכט דעם חומת ההתבדלות פונקט ווי דער שטערן און שפאקטיוו. אויב טאר מען נישט לערנען קיין לימודי חול, טאר מען נישט ליינען דיינע מאגאזינען.
[center]***[/center][center][/center]
טוהן טאקע יחידים ארויפצווינגען זייער מיינונג אויפן ציבור מיט פארלאנגען לימודי חול על טהרת הקודש: דו שרייבסט אז "א גאר קליינער הייפעלע אידן ... א קומץ קטן, יחידים שביחידים" פארלאנגען אז מ'זאל לערנען מער לימודי חול על טהרת הקודש. דו שרייבסט אז יחידים ווילן "ארויפצווינגען די אייגענע מיינונג אויף דעם מוסד." מהיכן דנתנו?
האסט עפעס הוכחות אז ס'איז יחידים שביחידים אדער איז עס גלאט אזוי אויסגעזויגן פון די פינגער?
איך ווייס נישט וואס ס'מיינט יחידים שביחידים. אבער מאך אליין א סורוועי אין דיין שול. גיי פרעג שטילערהייט פונעם עולם: ווילסטו אז דיינע קינדער זאלן קענען א זאכליכן ענגליש? אז זיי זאלן קענען חשבון? אז זיי זאלן קענען די יסודות פון ביזנעס? אז זיי זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן לעגאל? פון יחידים שביחידים וועט זיך דיר צוזאם זאמלען א גאנץ שיינער ציבור. איך האב א גרויסער חשד אז דיין אייגענער ענטפער דערויף וועט דיר לייגן צווישן די יחידים שביחידים.
שמעון טייערער, במשך אלע יארן וואס דו גיבסט ארויס דיינע מאגאזינען זענען שוין געשריבן געווארן צענדליגער טויזנטער, אויב נישט הונדערטער טויזנטער, ארטיקלען אנליין. מאך א חשבון, וויפעל פון די אלע ארטיקלען האסטו געשפירט אז דו דארפסט דיך באצוען דערצו? פארוואס האט דווקא דער בריוו זוכה געווען צו אן ענטפער?
אונז ווייס מיר אלע דעם ענטפער. דער בריוו איז געפארווארד געווארן אויף וואטסעפפ נאכאמאל און נאכאמאל. טויזנטער אידן האבן עס געשיקט ווייטער (וויפעל מאל האסטו עס באקומען?) אזש אז ס'האט זיך אויסגעפעלט אן ענטפער. שכל זאגט אז דער סיבה פארוואס ס'איז געגאנגען וויירעל איז ווייל טויזנטער אידן האבן זיך געזעהן אינעם בריוו. טויזנטער אידן זענען מסכים צו וואס דארט שטייט, אויב נישט אינגאנצן עכ"פ למחצה ולשליש. כמעט יעדער וואס האט עס געפארווארד איז נישט צופרידן פונעם מצב. ס'זעהט זיך שוין גארנישט אויס ווי ס'איז נאר יחידים שביחידים. אדרבה, אויב איך בין נישט גערעכט, פארוואס האסטו געפינען פאר וויכטוג אפצוענטפערן יחידים שביחידים?
גאר אסאך היימישע אידן ווילן מ'זאל לערנען לימודי חול על טהרת הקודש אויף א נארמאלן אופן. זיי זענען גרייט צו צאלן מער שכר לימוד אויב ס'וועט פירן אז זייערע קינדער וועלן האבן א
בעסערן שאנס אין האבן פרנסה. דו שרייבסט טאקע אז איך פארלאנג א ביליגערן שכר לימוד אבער א הארוועאד עדיוקעישאן פאר מיינע קינדער. שתי תשובות בדבר. חדא, איך בין גרייט זיך מער צו פלאגן און באצאלן טייערער אויב דאס וועט העלפן מיט די פרנסות פאר מיינע קינדער. ועוד, אונז האמיר שוין א סיסטעם וואס לערענט א גאנץ פיינעם לימודי חול און דער שכר לימוד איז גארנישט טייערער: בית רחל. אדרבה, מיידל שולעס זענען גאר א פראפיט ביזנעס בשעת חדרים לויפן אויף א דעפעציט.
דו לייגסט עס אראפ ווי גלייך א פארלאנג איז צווינגען. ווי גלייך האבן אן אפענער שמועס איבער אן ענין איז ארויפצווינגען א מיינונג. אויב צווינגען איז עס די וואס לאזן דאס אפילו נישט אויפברענגען. פארוואס ווערט מען אן אויפגעקלערטער ווען מען האלט אז לימודי חול על טהרת הקודש איז וויכטיג? פארוואס דארף מען אראפרייסן די וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן האבן א שטיקל ידיעה אין ביזנעס? פארוואס נוצסטו לשונות של גנאי אויף היימישע, ערליכע אידן וואס האלטן אנדערש פון וואס דו שרייבסט?
אז מ'רעדט פון צווינגען, לאמיך דיר נאכאמאל דערמאנען פון דיין פרשה. ווער האט וועם געצווינגען? דו וואס דו שרייבסט איבער עף-15s און דעם פענטאגאן אדער די וואס האבן דיר באגאסן מיט קיתונות של שופכין אזש אז ס'קען זיך גאר דאכטן אז מיט דיין יעצטיגען ארטיקל פראבירסטו זיך אפצוזייפן פון די צואה רותחת וואס מ'האט געגאסן אויף דיר? ווי אזוי האסטו דעמאלטס געשריבן אויף די מענטשן, "יחידים, אנשי דלא מעלי" (ווענדונג צו אונזערע חשוב'ע לייענערס, שפאקטיוו, ניסן תשע"ב). שוין דעמאלטס האסטו מיחד געווען יחידים.
[center]***[/center][center][/center]
העלפט טאקע לימודי חול פאר פרנסה: ס'איז גאנץ אינטערעסאנט ווי אזוי דו באנוצט דיך מיט געקונצעלטע ווערטער אין דעם ענין. דו ברענגסט סטאטיסטיקס וויפעל דער אלגעמיינער אמעריקאנער מאכט, און דערנאך שרייבסטו, "איך גלייב נישט אז ס'איז פאראן עמיצער וואס איז מקנה א משפחה וואס מאכט זעכציג טויזנט דאלאר. א חרדי'שער פאמיליע, מיט עטליכע קינדער וואס מאכט אזא סומע געלט, מוז שוין באקומען שבת-פעקלעך." שפעטער נוצטו דעם זעלבן טענה, "רוב מענטשן וואס האבן אן 'עדיוקעישאן' אין ניו יארק סיטי מאכן אפילו נישט נאענט אזויפיל געלט וויפיל ס'פעלט זיך אויס אויסצוהאלטן א חרדי'שע משפחה."
גאנץ שיין פארמישט די יוצרות. אנשטאט ברענגען סטאטיסטיקס וויפעל אלגעמיינער אמעריקאנער מאכט און אויף ווייזן אז היימישע איינגעלייגט מאכן מער, שרייסטו אז דאס געלט וואס מ'מאכט שוין נאך אן עדיוקעשאן איז נישט גענוג פאר'ן היימיש'ן עולם.
דער טענה אז דאס געלט וואס מ'מאכט נאך אן עדיוקעשאן איז נישט גענוג פאר'ן היימיש'ן עולם, איז אמת. אבער דאס מיינט נישט אז אן קיין עדיוקעישאן מאכט מען מער אדער דאס זעלבע. דיין ריכטיגע טענה איז אז צוליב דעם וואס אפילו נאך אן עדיוקעשאן ווען מ'פארדינט שענער מאכט מען נישט גענוג, זאל מען אפילו די בענעפיטן פון אן עדיוקעשאן אויך נישט האבן. אבער פארוואס נישט? אויב דארף איך האבן 100 טויזנט דאלאר צום לעבן און קען, לאמיר זאגן, מאכן 80 טויזנט מיט עדיוקעישאן און 50 טויזנט אן עדיוקעשאן, זאל איך נאר מאכן 50 טויזנט ווייל איך קען סיי ווי נישט מאכן 100 טויזנט?
נאך מער אינטערעסאנט איז ווי אזוי דו ברענגסט סטאטיסטיקס אויפצוווייזן אז עדיוקעישאן און פרנסה האבן נישט קיין שייכות, ווען אט די זעלבע סטאטיסטיקס דערציילן גאר אן אנדערע מעשה. דו ברענגסט א סטאטיסטיק פונעם ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס אז איינער וואס האט נישט געענדיקט היי סקול פארדינט בערך 26 טויזנט, איינער וואס האט יא געענדיקט פארדינט בערך 35 טויזנט, בשעת איינער וואס האט געענדיגט קאלעדזש פארדינט 59 טויזנט. ממקום שבאת. די סטאטיסטיקס וואס דו ברענגסט צייגן אז ווי מער עדיוקעישאן איינער האט, אלץ מער פארדינט מען! אזוי ווייט אז איינער מיט א קאלעדזש דעגרי מאכט מער פון דאפלט פון איינעם אן קיין היי סקול דיפלאמע.
טאקע דערפאר ווייל עדיוקעישאן און פרנסה גייען צוזאמען!
ברענגען די סטאטיסטיקס אויפצוווייזן אז עדיוקעישאן און פרנסה האבן נישט קיין שייכות, טוט - - צו אויסבארגן אן אויסדרוק פון דיר - - "באליידיגן דעם מענטשליכן אינטעליגענץ."
לאמיר גיין אביסל ווייטער און זיך אביסל פארטיפן אין די סוגיא. צום אלעם ערשט דארפן מיר אפטייטשן "מידיען אינקאם" (median income): מידיען אינקאם איז דער אינקאם וואס האלב מענטשן מאכן ווייניגער דערפון און האלב מענטשן מאכן מער דערפון. לדוגמא, ווען מען זאגט אז דער מידיען אינקאם איז 50 טויזענט דאלער, מיינט עס אז האלב מענטשן מאכן ווייניגער פון 50 טויזענט און האלב מאכן מער פון 50 טויזענט.
ווען דו שרייבסט איבער דעם אינקאם פון די יוצאי הקאלעדזשעס, מיינט דאס אז האלב מענטשן מאכן ווייניגער פון 60 טויזענט און האלב מענטשן מאכן מער דערפון. 50 פראצענט מאכן מער!
טראכט אריין, איז דא 50 פראצענט פונעם היימישן עולם וואס מאכן מער פון 60 טויזענט דאלער? איך מיין אז נישט.
לאמיר גיין א טריט ווייטער. ווען מען נעמט א גאנצן קאלעדזש, רעדט מען פון תלמידים וואס לערנען אלע ערליי לימודים. פון ארטס ביז דאקטעריי. ארטס, למשל, צאלט נישט אפילו נאנט צו וואס דאקטעריי צאלט. ווען מען נעמט פראפעשאנס עקסטער, ווערט די זאך קלארער.
לאמיר נעמען דאקטעריי און לויעריי. דער מידיען אינקאם פאר לויערס איז 118 טויזענט דאלער, אין ניו יארק איז עס 161 טויעזנט. געדענק, דאס מיינט אז האלב מאכן גאר מער פון דעם. זעה דא
https://money.usnews.com/careers/best-j ... yer/salary
דער מידיען דאקטער אינקאם איז 196 טויזענט. זעה דא
https://money.usnews.com/careers/best-j ... ian/salary
אפילו נאר א דענטיסט מאכט 154 טויזענט. זעה דא
https://money.usnews.com/careers/best-j ... ist/salary
לערנען א פאך האט יא זייער אסאך צו טאן מיט וויפעל מען מאכט. דו נומערן רעדן פון זיך אליין. מ'דארף זיך ווארפן זאמט אין די אויגן צו שרייען אז עדיוקעישאן העלפט נישט.
וועט יעדער ווערן א לויער אדער דאקטער אויב מען וועט לערנען לימודי חול אין די מוסדות? זיכער נישט. און לאמיר אפילו אננעמען דיין טענה אז ס'איז "לעכערליך" און "זינלאז" צו דערווארטן אז תלמידים פון אונזערע מוסדות זאלן ווערן דאקטוירים און לויערס. איז עס אבער לעכערליך און זינלאז צו זאגן אז אונזערע קינדער קענען אויסוואקסן, לדוגמא, ספעשאל עיד טיטשערס, אקאונטענטס און ארכיטעקטס?
דער מידיען אינקאם פון ספעשאל עיד טיטשערס אין ניו יארק איז 64 טויזנט פלאס בענעפיטס. זעה דא
https://www1.salary.com/NY/New-York/Spe ... alary.html
אן אקאונטענט מאכט 95 טויזנט. זעה דא
https://www.bls.gov/oes/current/oes132011.htm
אן ארכיטעקט מאכט 101 טויזנט. זעה דא
https://www.bls.gov/oes/current/oes171011.htm
איך האב אנגעכאפט א דוגמא פון די דריי פארפעשאנס ווייל ס'איז נישט "לעכערליך" און "זינלאז" אז היימישע אינגעלייט זאלן דאס אויסוואקסן. והא ראיה, מ'האמיר היימישע ספעשאל עיד טיטשערס, אקאונטענטס און ארכיטעקטס. לערנען לימודי חול על טהרת הקודש וועט צוהעלפן אז מער אינגעלייט זאלן קענען האבן די פרנסות. און ס'איז נישט נאר די פארפעשאנס, קוק אויפן bls וועבסייט איבער אנדערע פראפעשאנס וויפעל זיי פארדינען. פראפעשאנס וואס זענען געאייגנט פאר היימישע אינגעלייט.
נאכאמאל. די אלע סטאטיסטיקס ווייזן אז קענען א פאך העלפט גאר אסאך מיט מאכן פרנסה.
שוין נישט גערעדט פון דעם אז א מענטש וואס קען ענגליש, אפילו ער האט זיך נישט משלים געווען אין א פראפעשאן, קען באקומען א בעסערן דזשאב פון איינער וואס קען נישט. איינער וואס קען אביסל אקונטינג און קוויקבוקס ווערט באפארצוגט איבער איינעם וואס איז א גרינער. ס'איז א דבר המובן מאליו.
שמעון, ס'קומט דיר א ספינינג מעדאל. דו חידושים וואס דו טוסט אויף איבער דעם מצב הפרנסה ביים היימישן עולם איז עפעס געוואלדיג.
דו שרייבסט אז "לויט אלע באווייזן" פארדינען היימישע אינגעלייט "פיל מער געלט" פונעם גוי. גראד נאכן אפזאגן דיין פזמון, גייסטו אריין חוקר צו זיין דעם פאקט. א פאקט וואס דו האסט א מינוט צוריק באשאפן. דו פארלאנגסט גאר אז וויסנשאפטלער (טאקע די זעלבע וויסנשאפטלער וואס דו האלטסט אינאיין אוועק מאכן) זאלן דאס שטודירן. דו ספק'סט אויב ס'איז א הימלישע זאך צו ווייזן פאר די וויסנשאפטלער.
לא בשמים אני ולא בשמים אתה. איז לאמיר זעהן וואס די פליישיגע אויגן דערציילן. ניתי ספר ונחזה.
געדענקסט אפשר די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס וואס דו האסט געברענגט? פאר עפעס א סיבה האסטו אינגאנצן פארגעסן דערפון ווען ס'קומט צום היימישן עולם. איז לאמיר עס אפיר נעמען און זעהן וואס ס'דערציילט.
לאמיר נעמען קרית יואל פאר אן עקזעמפאל. קרית יואל איז א שטאט פון לויטער היימישע אידן. לויט דיר וואלט דער מידיען אינקאם געדארפט זיין "פיל מער" פון די אלגעמיינע גאס. און פאקט אבער, איז עס דער ארעמסטער פלאץ אין אמעריקע! זעה דא
https://mobile.nytimes.com/2011/04/21/n ... place.html
דער מידיען פאמיליע אינקאם פאר יאר 2005-2009 איז געווען 18 טויזענט דאלאר בשעת דער מידיען פאמיליע אינקאם אין ניו יארק יענע יארן איז געווען צווישן 73 און 75 טויזנט! זעה דא
https://www.deptofnumbers.com/income/new-york
און ווען מ'רעדט פון דעם מידיען אינקאם, לאמיר נישט פארגעסן אז דאס נעמט אריין אלע ערליי מענטשן ווי אימיגראנטען, אפריקען אמעריקאן'ס און פרויען וואס מאכן ווייניגער אינקאם. לדוגמא, די מידיען אינקאם פון אפריקען אמעריקאן'ס איבער גאנץ אמעריקע איז 43 טויזענט, בשעת ביי ווייסע איז עס 71 טויזענט. זעה דא
http://money.cnn.com/2016/06/27/news/ec ... index.html
דער גרעסטער עולם פונעם היימישן ווארק פארס זענען מענער. אונז אלס ווייסע, נישט אימיגראנטען, מענער וואלט מיר געדארפט האבן א מידיען אינקאם פון איבער 73 טויזענט! רוב פון אונזער עולם מאכט אפילו נישט נאנט צו דעם.
איך ווייס אלע תירוצים. מ'מאכט געלט אונטערן טיש אד"ג. אבער אפילו אויב ס'איז אמת, הא גופא קשיא. פארוואס דארפן מיר מאכן געלט אונטערן טיש? פארוואס קענען מיר נישט זיין איינשטעדיגע בירגער וואס לעבן א נארמאל לעבן? בנוסף צו דעם וואס די אלטע טאקטיקן ווערן ווייניגער און ווייניגער מעגליך, ודי בזה.
און מיט די אלע תירוצים זעה איך נאך נישט אז מיר זאלן מאכן "פיל מער" פונעם גוי. אפילו גלייך צום גוי מאכן מיר נישט. אויב עפעס, ווייזן די סטאטיסטיקס, די זעלבע סטאטיסטיקס וואס דו ווילסט נוצן פאר דיין צורך, אז מיר מאכן פיל ווייניגער פונעם גוי.
דער מציאות איז אז רוב עולם איז ארעם. רוב עולם מאכט נישט קיין זעכציג טויזנט א יאר (אן גאווערמענט פראגראמען).
דו שרייבסט איבער די היימישע אינגעלייט וואס האבן אייגענע ביזנעסער און פארדינען שיין. איבער היימישע גבירים וואס האבן מצליח געווען נאר ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין עדיוקעישאן. מעגליך. אבער ווי כ'האב געשריבן אינעם בריוו צום רבי'ן, נישט יעדער האט די כשרונות צו פירן אן אייגענעם ביזנעס. נישט יעדער קען פארנעמען ריסק וואס יעדע ביזנעס האט. נישט יעדער האט לידערשיפ סקילס. איך וואלט געזאגט אז רוב האבן נישט די כשרונות דערצו, והא ראיה אז רוב האבן נישט קיין אייגענע ביזנעס.
ולדבריך קשיא. דיין טענה איז אז מ'זעהט אסאך וואס גייען אין קאלעדזש און מאכן עס נישט, ממילא איז עס נישט דער ריכטיגער דרך, אפילו ווען אסאך מאכן עס יא. אבער דא שרייסטו אז ווייל ס'זענען דא וואס מאכן עס יא מיט אייגענע ביזנעסער, אפילו ווען רוב עולם מאכט עס נישט, איז דאס דער ריכטיגער דרך!
דו ברענגסט טאקע א שטארקער באווייז. א איד וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש וואס מאכט ווייניגער פון זיין פאטער וואס איז נישט געגאנגען אין קאלעדזש. איין מענטש. אלע סטאטיסטיקס זענען פלוצלינג כלא היה. והא ראיה, האסט געטראפן איין מענטש. דאס זענען דיינע "אלע באווייזן." דו גיבסט אזוי בהבלעה א ווארף אריין אז "עדיוקעיטעד מענטשן" נעמען נישט אן מסקנות באזירט אויף איין משל, ווי צו זאגן אז די "עדיוקעיטעד מענטשן" זענען נאריש פאר'ן נישט אננעמען אזאלעכע מסקנות. הזאת נעמי? ווילסט אונז טאקע פארקויפן אז דו נעמסט יא אן אזאלעכע מסקנות? ווער עס קען אביסל סטאטיסטיקס ווייסט אז מ'דארף א גרויסען סעמפאל צו צוען מסקנות. דו וואלסט נישט גענומען קיין מעדיצין וואס האט נאר געהאלפן איין מענטש, בפרט אויב ס'האט געשאדט פאר איין אנדערע מענטש. דא אבער, ווייל דו האסט געטראפן איין מענטש, ביסטו גאנץ פיין דערמיט אפילו ווען די סטאטיסטיקס מיט גרויסע סעמפאלס ווייזן אנדערש. דו אליין גלייבסט נישט אין וואס דו שרייבסט, איז ביטע פארלאנג נישט אז איך זאל עס גלייבן.
[center]***[/center][center][/center]
צום לעצט איבער דיין פארשלאג פון טוישן אונזער משוגע-טייערע לייף-סטייל. מי יתן והיה! הלוואי הלוואי.
אבער לאמיר עס אביסעל צונעמען. אונזער לעבן, אן די לוקסוס, קאסט א געוואלד מער פונעם גוי. שכר לימוד. מיר צאלן טייער פאר כשרות. כשר פלייש קאסט א געוואלד. מצות קאסט בערך 28 דאלער איין פונט. מיר דארפן ד' מינים. תפילין ומזוזות. מיר צאלן מעמבערשיפ, מקווה, זיצן, עליות. ימים טובים. שבתים. צדקות.
מיר אלע מוזען לעבן קאנצענטרירט. מיר דארפן א בית המדרש, מוסדות, וכו'. צוליב דעם איז אין אלע אידישע געגנטער טייער די רענט.
מיר האבן א מצווה פון פרו ורבו. מיר מוזן האבן אסאך קינדער. יעדעס קינד דארף מען פיטערן און אנקליידן. יעדעס קינד ברענגט מיט שמחות. יעדן קינד דארף מען חתונה מאכן. יעדעס קינד קאסט א געוואלד.
רוב פון דאס טייערקייט פון אונזער לעבן זענען הכריחיות'דיג. דאס אידיש לעבן קאסט טייער. א משפחה מיט קינדער קאסט די הויזן. מ'קען און מ'דארף טאקע שניידן די לוקסוס. אבער אפילו אן די אלע לוקסוס איז עס נאך אלץ טייער.
והוא הנותנת. טאקע דערפאר וואס דאס לעבן פון אן ערליכן איד קאסט טייער, דארף מען טאקע לערנען דעם עולם ווי אזוי צו מאכן געלט. דער יעצטיגער מצב פון דארפן לעבן א טייער לעבן אבער נישט אויסלערנען דעם עולם ווי אזוי צו מאכן געלט לייגט אריין דעם עולם אין א ראד פון עניות. זה וזה גורם. שניידן הוצאות וועט אביסל העלפן, דער עיקר וואס מ'דארף איז פארגרעסערן די הכנסות. עדיוקעשאן איז דער ענטפער.
זאל דער אייבערשטער עפענען די ארבות השמים ואצרו הטוב און זאל משפיע פרנסה בכבוד וברווח פאר אחינו בני ישראל.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דאס איז פראבלעם, אז מ'כאפט אפילו נישט אז די אלע זאכן זענען בכלל נישט הכריחיות'דיגבעל בעמיו האט געשריבן:אבער לאמיר עס אביסעל צונעמען. אונזער לעבן, אן די לוקסוס, קאסט א געוואלד מער פונעם גוי. שכר לימוד. דאס איז גראדע פיל ביליגער ווי אנדערע פריוואטע שולעס
מיר צאלן טייער פאר כשרות. מאך עס נישט מער ווי ס'איז
כשר פלייש קאסט א געוואלד. מיט דעם ביזטו גערעכט
מצות קאסט בערך 28 דאלער איין פונט. מיר דארפן ד' מינים. תפילין ומזוזות. מיר צאלן מעמבערשיפ, מקווה, זיצן, עליות. ימים טובים. שבתים. צדקות. פון דעם ווערט מען נאכנישט ארעם
מיר אלע מוזען לעבן קאנצענטרירט. וואו שטייט די מצוה?
מיר דארפן א בית המדרש, מוסדות, וכו'. צוליב דעם איז אין אלע אידישע געגנטער טייער די רענט. און וואס טוען די אלע מאדערן ארטעדאקס אידן? גייען זיי נישט אין שול? שיקן זיי זייערע קינדער אין פאבליק סקול?
מיר האבן א מצווה פון פרו ורבו. מיר מוזן האבן אסאך קינדער. וואו שטייט די מצוה?
יעדעס קינד דארף מען פיטערן און אנקליידן. די שאלה ווערט נאר וויפיל געלט מ'גיבט אויס אויף דעם
יעדעס קינד ברענגט מיט שמחות. יעדן קינד דארף מען חתונה מאכן. יעדעס קינד קאסט א געוואלד. ס'קאסט טאקע א געוואלד טאקע וועגן די משוגענע לייפסטייל
רוב פון דאס טייערקייט פון אונזער לעבן זענען הכריחיות'דיג. דאס אידיש לעבן קאסט טייער. א משפחה מיט קינדער קאסט די הויזן. מ'קען און מ'דארף טאקע שניידן די לוקסוס. אבער אפילו אן די אלע לוקסוס איז עס נאך אלץ טייער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
א ענטפער פארן ענטפער.
מענטשן קאמפלעינען אויף דער סעקולערער עדיוקעישאן פון סאטמאר (וכדו'), אבער זיי האלטן ווייטער די קינדער אין סאטמאר (וכדו'). נישטא א גרעסערער וויץ פון דעם.
רעב יוד, לייג דיין געלט וואו דיין מויל איז. פאר נאך צוויי-דריי הונדערט דאלאר א חודש קענסטו באקומען אן עקסעלענט עדיוקעישאן מיט א גוטן קוריקולום. ווילסטו דאך אבער נישט. דו ווילסט באצאלן סאטמאר שכר לימוד און באקומען אן אמרי שפר אדער חתן סופר עדיוקעישאן (דיסקלעימער, איך שיק נישט צו קיינעם פון זיי). וועל, דאס איז זייער א מצומצמ'דיגער וועג פון טראכטן.
ליוו ענד לעט ליוו. צווינג נישט ארויף דיינע דיעות אויף אן אנדערן.
דאס איז אל"ף.
והשנית: ווער פון די קאמפלעינערס האט געטאן די מינימום צו אויסלערנען זייערע קינדער ענגליש? קיינער פון זיי.
סאטמאר גיט א שוואכע סעקיולער עדיוקעישאן. גרענטעד. דו ווייסט ווער ס'גיט נאך שוואכער? חב"ד. עקשועלי, חב"ד גיט בכלל נישט קיין סעקיולער עדיוקעישאן. דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געלאזט איינפירן קיין סעקיולערער פראגראם. ער איז געווען פרומער ווי דעם סאטמארער רב אין דעם הינזיכט, און קוק אהער, ליובאוויטשער יונגעלייט קענען זיך בעסער אומגיין אין דער סעקולערער וועלט ווי סאטמארער יונגעלייט.
פארוואס? זייער פשוט, ליובאוויטשער קינדער רעדן ענגליש פון אלס קליין קינד. א גרויסער חלק פון זיי זענען ביי-לינגוועל, אנדערע רעדן אידיש אלס א סעקנד לענגווידזש, און אנדערע קענען נאר ענגליש.
אין אונזערע מוסדות פאנגט מען אן צו לערנען מיט די קינדער ענגליש ווען זיי זענען זעקס יאר אלט, דאס איז ביטער שפעט צו לערנען א קינד ענגליש, ווער רעדט נאך פון אים לערנען אן אקצענט.
און וואס געשעט נאכדעם ווען דאס קינד קומט אהיים? ער רעדט א ווארט ענגליש? א נעכטיגן טאג. דו קאמפלעינער רעדסט מיט אים נישט קיין מילה אחת ענגליש. נישט נאר דו, נאר אפילו דיין ווייב אויך נישט.
סטאטיסטיקס זענען גוט צו מאלן לופט און קייען וואסער. לאמיר לייגן אלע סטאטיסטיקס און א זייט און רעדן פאקטן.
דער פאקט איז אז מענטשן וואס האלטן אז זיי זענען וויקטימס פונעם סיסטעם טוען נישט דעם מינימום, דעם מינימום טוען זיי נישט, צו געבן פאר זייערע קינדער וואס זיי האבן לטענתם נישט באקומען.
דער פאקט איז אז רוב רובם טאטעס וואס שיקן זייערע קינדער צו די מוסדות קעגן וועמען ס'זענען פאראן טענות, זענען העכסט צופרידן מיט'ן סעקולער עדיוקעישאן וואס זיי באקומען [נישט]. א יונגערמאן וואס האט געדינט אלס א טיטשער אין קרית יואל, האט מיר דערציילט אז ער האט אויפגעגעבן זיין דזשאב נאך בלויז א חודש ווייל די קינדער פון זיין קלאס, רובם ככולם, האבן אים געזאגט אז די עלטערן זאגן זיי אז מען דארף נאר לערנען ענגליש ווייל "די שטאט זאגט אזוי", אבער דאס איז נאר יוצא צו זיין. איך האב גערעדט צו א חבר ההנהלה פון דעם מוסד האט ער מיר דערציילט וויאזוי מען האט שוין כמה וכמה פעמים געוואלט פארבעסערן די סעקולער עדיוקעישאן, אבער רוב טאטעס זאגן, צו וואס פעלט עס אויס? סתם וועיסטן געלט, אז מען זאל קענען העכערן שכר לימוד?
דער פאקט איז אז רוב פון די קאמפלעינערס (אדער כמעט אלע פון זיי) טרעינען נישט זייערע קינדער צו זיין ביי-לינגוועל פון די סעקונדע ווען די קינדער פאנגען אן צו רעדן, וואס דאס איז די צייט ווען מען דארף לערנען קינדער א צווייטע שפראך, לויט אלע מומחים.
דאס זענען מיינע טענות אויף די קאמפלעינערס. אלעס ארום און ארום איז לופט.
איך בין זייער א שטארקער גלייביגער אין דעמאקראטיע. איך גלייב אז יעדער איינער איז בארעכטיגט צו געבן פאר זיין קינד דעם חינוך וואס ער וויל, און אויב רוב סאטמארער אידן האבן אפגעמאכט אז דאס איז דער חינוך וואס זיי ווילן באקומען, און דו ביסט נישט איינשטימיג מיט זיי, דארפסטו ארויסנעמען דיינע קינדער פון סאטמאר (צי וועלכער ענליכער מוסד ס'זאל נאר זיין) און זיי אריינשטעלן אין א מוסד וואס שטעלט צו גענוי דעם עדיוקעישאן וואס דו זוכסט.
לעבן זאל דעמאקראטיע! לעבן זאל פרייהייט!
נ"ב, איך האב נישט אדרעסירט דעם וויקטים-מענטאליטי פון די קאמפלעינערס. געוויסע מענטשן האבן ליב צו בלעימען דעם טאטן, דעם רבי'ן, דעם מוסד, די קהלה, פאר זייערע פראבלעמען. אנדערע טוען צו דער זאך.
“You relinquish your power when you blame others for situations in your life. The blame does not change the situation and only keeps you in a victim mentality. Accept that the situation occurred and find a way to transcend it and you will reclaim your power and become the victor.”
― Nanette Mathews
ק.פ.

טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
צו ליפא
א. די מישט קענען רעדן ענגליש, און קענען רעכענען ליינען און שרייבן, ועוד.
רעדן ענגליש איז איין זאך, און לערנען אנדערע לימודים איז נאך א זאך.
ב. איך וויל נישט שיקען אין חתן סופר, ווייל איך האב ליב סאטמאר, איך האב ליב ווי אזוי מען לערנט לימודי קודש, און איך בין אויך איינשטימיג מיט דער סאטמארער שיטה. פארדעם שיק איך קיין סאטמאר.
ג. די זאגסט אז רוב סאטמאר וויל ענגליש אזוי ווי עס איז יעצט, ווי אזוי ווייסטו דאס? האט די ישיבה אמאהל אהיים געשיקט א פראגע בויגן פרעגן? איך זאג אז רוב ווילען יא לימודי חול אויף א העכערע סטאנדארט, נאר די מנהלים און די וואס מאכען דער דעסיזשען, זיי האלטען נישט פון ענגליש פאר איין סיבה, ווייל זיי זעלבסט דארפען עס נישט פאר פרנסה.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
נישט דורכגעליינט דעם גאנצן בריוו, אבער דו פרעגסט צו 50 פראצענט פונעם עולם מאכט מער פון 60 אלפים? איך מיין אז יא, און אויב רעכנסטו אריין די רעגירונגס בענעפיטן קעסטו רואיגערהייט זאגן אז ארום 70-80 פראצענט מאכט אזויפיל.
נאכמאמאל מיט די אויסגעדראשענע טענה פון פרנסה, ווי כאילו לערנען לימודי חול גייט סאלוון דעם ארימקייט פראבלעם, ערעב איד! וועק דיך אויף, אונז האבן מיר נישט קיין 'אינקאם' פראבלעם, אונז האבן א ספענדינג פראבלעם, און ווי דו האסט אזוי שיין ארויסגעברענגט איז עס לאו דוקא מותרות נאר אפילו הכרחיות איז א פראבלעם!, פשוט אויף צו צאלן שכר לימוד (שוין די נידעריגע שכ"ל, נישט דאס וואס גייט קאסטן אויב מ'וויל געהעריגע איינפירן פראפעסיאנאלע לימודי חול ווי דו ווילסט), גראסערי, רענט, געז און לעקטער (איך רעכן אפי' מ'האט מעדיקעד אדער מ'באקומט פון די ארבעט) פאר א שטוב מיט 8-10 קינדער אין וויליאמסבורג, איז ביטער שווער אפי' יעדער איינער זאל האבן דעגריס מיט דעפלאמעס פון דא ביז קאנארסי.
האוזינג, מינימום פון $2500/חודש = 30 אלפים א יאר.
שכל" פאר 6 קינדער אריינגערעכנט קעמפ, מינימום 35 אלפים.
גראסערי, מינימום 25 אלפים.
איך האב נאכנישט בארירט די יטיליטיס און די גויטע און איך האלט שוין ביי 90 אלפים!
וויפיל מיינסטו גייט מען מאכן אין דורשניט?, 100 אלפים, אויב מ'איז שוין מזלדיג 120 אלפים, און איך האב שוין געטראפן לויערס וואס מאכן 60-70 אלפים, יא!
און דאס קומט שוין נאכן שטודירן 3-6 יאר אין קאלעדזש און באצאלן א גוטע הונדערט אלפים פאר קאלעדזש, און מצליח זיין מיט די לימודים. סתם א גוטע ענגליש מיט קענען מעטה באקומט א דזשאב אלץ דזשעניטער.
איך האב נישט קיין טענות אויב דו ווילסט טוישן די סיסטעם, אבער ביטע זיי אויפריכטיג, סתם שרייבן א לאנגע תגובה באזירט אויף א ליגנט, גראבט נאר אונטער דיין קרעדיביליטי.
איך וואלט נאך צוגעלייגט, אז די פיינענשאל סטרעס ביישטייערט היבש צו די לעצטע אויפשטייג פון או טי די פעלער, ווי א פשוטע אינגערמאן א טאטע פון קינדער גייט א גאנג פון איין טאג ביזן צווייטן איז

אישתישבי האט געשריבן:די לויערס וואס ארבעטן פאר ליגעל עידס פארדינען בערך 90 טויזנט, און ווען זיי זענען חסידים וואלטען זיי געשניטן האלץ אין דער לאמבער.
די גוים וואס ארבעטן פאר די אטוירני דזשענעראל הייבן אן ביי ארום 50 אלפים. און די וואס ארבעטן פאר אנדערע קליינע פירמעס מאכן אין די הונדערט אלפים רעיינדש, און וויפיל מיינסטו די אלע וואס פראקטיצירן אליינס? מיינסט יעדער איינער מאכט וואס בראפמאן אדער דערשאוויץ מאכן?
און פארגעס נישט אז דאס קומט שוין נאכן גראדואירן געזעץ שולע ארום 3 יאר וואס קאסט א מינימום פון 100 - 120 אלפים, דאס האט גארנישט צו טוהן ווי פארגעשריטן די לימודי חול זענען ביי אונז אין די מוסדות.
זייער א קליינע פראצענט גראדואירטע באקומען א 180 טויזנט דאלערדיגע דזשאב ביי עפעס א פראמינענטע אינטערנאציאנאלע פירמע.
סך הכל דארף מען צוריק גיין מיט ספענדינג רעספאנסיביליטי וויאזוי דער עולם האט געלעבט 25 יאר צוריק, א פערטל וועידזשעס גייט פאר האוזינג (און חק ולא יעבור מ'צאלט נישט מער, העכסטענס ציהט מער זיך ארויס פון שטאט), און קיינער ספענדט נישט מער ווי ער קען זיך ערלויבן, אויב איינער קען זיך נישט ערלויבן קיין קעמפ, זאל זיין די ברירה נישט צו שיקן וכו'
איך קען רעדן און רעדן, אבער ס'גייט נישט אויסמאכן אויפן ברייטערן ציבור, מ'דארף נישט מער ווי עטליכע רעספאנסיבעל עלטערן זאלן אפמאכן אז ער מאכט נישט קיין בר מצוה אין א זאל (אויף זיין שוואגערס פיקעל), נאר ער מאכט א - כאילו - יארצייט סעודה ביי זיך אינדערהיים מיט א מנין קרובים אויף זיין אייגענע דיים.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
די עצם פאקט אז שמעון ראלניצקי אדרעסירט בכלל די נושא איז אזוי פורים'דיג ווי עס קען נאר זיין. הייסט אז דער שטעלפארטרעטער פאר די חרדי'שע סיסטעם איז א מענטש וואס זיצט איין האלב טאג אויף פעיסבוק און די אנדערע האלב טאג אויף טוויטער און אין די איבריגע חלק טאג קוקט ער נאך דאקומענטעריס אויף יו טוב נאכצושרייבן אין זיין קאלירפולע אויסגאבע. דער שיצער פון דעם חסידישן חינוך איז גאר א איד וואס זיינע קינדער גייען אין בית דוד. איך ווייס נישט פון וועמען ער מאכט דא ליצנות. און אפשר זאל ער מיר מוחל זיין מודיע זיין ווי ער האט געטראפן דעם מעסעדזש אויב נישט אויף דעם גע'אסר'טן וואטסעפפ. א מין ביליגע ליצנות.
שמעון ראלניצקי, ביי דיין מערכה פאר דער שטערן האב איך דיר פארטיידיקט. איך האב געקויפט דיינע מאגאזינען. אין דעם איינעם ארטיקל האסטו מיר פארראטן און הונדערטער פון דיינע ליינער. דו מיינסט אז מיט דיין חנופה גייסטו זיך לעקן צו די פרומע. וויסן זאלסטו אז זיי וועלן דיר שליידערן צו די כלבים ווען זיי וועלן נאר האבן א געלעגנהייט. ווען עס זאל זיין א צד הוה אמינא אז דו מיינסט עס ערנסט, החרשתי. אבער סתם אויסשיסן סטאטיסטיקס פון גוגל אן די מינדעסטע מחשבה, סתם פארטיידיגן א סיסטעם ווי די קינדער באקומען נישט קיין שום אנווייזונגען אין די יסודות'דיגע מענטשליכע ידיעות, און נאך עס פארטיידיקן אין נאמען פון 'ליבעראליזם' איז א חטא בל יכופר.
שמעון, האסט פארלוירן א שטיצער. איך וועל מער נישט צאלן קיין פרוטה פאר דיינע מאגאזינען. גיי קאלעקט געלט פון די רובאשקין עסקנים.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
מיט דעם וואס ער האלט אנדערש ווי דיר אין עפעס א נושא דארפסטו עם נאכנישט אזוי ביליג אראפרייסן.
האסט קריטיק אויף זיין ארטיקל, פיין, האסטו געטוהן צום זאך און אפגעשריבן א שיינע לענגערע תירוץ, אבער ביטע אטאקיר עם נישט פערזענליך, ס'קומט נישט דא אריין צו ער האט א סמארטפאון און ווי לאנג ער זיצט יעדן טאג אויף סאושעל מידיע אדער זיין שייכות מיט די רובאשקין באפרייאונג.

דוד בן ישי עבדך משיחך
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אישתישבי האט געשריבן:די לויערס וואס ארבעטן פאר ליגעל עידס פארדינען בערך 90 טויזנט, און ווען זיי זענען חסידים וואלטען זיי געשניטן האלץ אין דער לאמבער.
ווען זיי זענען ווען חסידים וואלטן זיי זיך אליינס גענומען אין די הענט אריין. די חברה זענען נישט פון די וואס פאלאוען די קראוד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- דער שכן
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
- געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
- האט שוין געלייקט: 635 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
בן חכמוני האט געשריבן:אוי איז דעיס געוואלדיג גוט געשריבן. ואמרתם כה לחי!
אזוי אין איינוועגס בטוב טעם שוין געברענגט די אנדערע זייט פון יעקב מענטש׳ס פירקלערייען אין די אנדערע אשכולות.
עי וואן! סופער דזשאב!
זייטס מוחל און נוצט דעם [ציטיר] קנעפל אז מען זאל וויסן צו וועם איר טוט זיך באַציען.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
גדליה האט געשריבן:די עצם פאקט אז שמעון ראלניצקי אדרעסירט בכלל די נושא איז אזוי פורים'דיג ווי עס קען נאר זיין. הייסט אז דער שטעלפארטרעטער פאר די חרדי'שע סיסטעם איז א מענטש וואס זיצט איין האלב טאג אויף פעיסבוק און די אנדערע האלב טאג אויף טוויטער און אין די איבריגע חלק טאג קוקט ער נאך דאקומענטעריס אויף יו טוב נאכצושרייבן אין זיין קאלירפולע אויסגאבע. דער שיצער פון דעם חסידישן חינוך איז גאר א איד וואס זיינע קינדער גייען אין בית דוד. איך ווייס נישט פון וועמען ער מאכט דא ליצנות. און אפשר זאל ער מיר מוחל זיין מודיע זיין ווי ער האט געטראפן דעם מעסעדזש אויב נישט אויף דעם גע'אסר'טן וואטסעפפ. א מין ביליגע ליצנות.
שמעון ראלניצקי, ביי דיין מערכה פאר דער שטערן האב איך דיר פארטיידיקט. איך האב געקויפט דיינע מאגאזינען. אין דעם איינעם ארטיקל האסטו מיר פארראטן און הונדערטער פון דיינע ליינער. דו מיינסט אז מיט דיין חנופה גייסטו זיך לעקן צו די פרומע. וויסן זאלסטו אז זיי וועלן דיר שליידערן צו די כלבים ווען זיי וועלן נאר האבן א געלעגנהייט. ווען עס זאל זיין א צד הוה אמינא אז דו מיינסט עס ערנסט, החרשתי. אבער סתם אויסשיסן סטאטיסטיקס פון גוגל אן די מינדעסטע מחשבה, סתם פארטיידיגן א סיסטעם ווי די קינדער באקומען נישט קיין שום אנווייזונגען אין די יסודות'דיגע מענטשליכע ידיעות, און נאך עס פארטיידיקן אין נאמען פון 'ליבעראליזם' איז א חטא בל יכופר.
שמעון, האסט פארלוירן א שטיצער. איך וועל מער נישט צאלן קיין פרוטה פאר דיינע מאגאזינען. גיי קאלעקט געלט פון די רובאשקין עסקנים.
יא, ראלניצקי? א כהן? ווער האט אמאל געהערט אזא נאמען ביי חסידים? מסתמא איז ער אויפגעוואקסן אין לאנג איילענד.
נישט שיין, שפיי נישט אין די בור פון וואס דו האסט געטרונקען. שמעון איז ווארשיינליך מודה צו דיר אבער ער שטעלט אן א פרומע פנים כדי צו שלעפן מער לייענער פון די פרומע עולם, כדי קאליע צו מאכן וואס מער. ס'איז נאר א שאד, ווייל ארבעטנדיג אין די גרויסע וועלט זע איך אז אזעלכע טאלאנטפולע מענטשן ווי ער וואלטן געקענט מאכן פיהל א בעסערע פרנסה מיט אסאך א לייכטערע אנשטרענגונג..
כ'גלייב נישט אז די סטאטיסטיקס זענען מעלה ומוריד ווייל ביי אונז נעמט קיינער נישט קיין סטאטס. איז במילא איז עס נאר אנעקדאטעל, אויב אזוי קען איך אויך רעדן אנעקדאטעל. בעפאר איך האב מיך עדיוקעיטעד און געקריגן א געהעריגע דזשאב האב איך געמאכט פעניס אין פארגלייך צו וואס איך מאך יעצט און צו וואס איך זע מיינע קאלעגן און קאלעגע סטודענטן מאכן. קיינער פרעגט זיי נישט וויפיל קינדער זיי האבן אין שטוב און צו זיי קריגן נישט שטיצונג פון זייערע משפחות.
אבער למען האמת, שמעון טענה'ט אז ס'איז נישט אז מ'מאכט צו ווייניג, נאר אז מ'פאטשקעט צו סאך. די צוויי קען מען נישט ממש אפטיילן. וויבאלד דאס וואס מען איז מרוויח איז נאר צוליב'ן זיין אזוי אנגעוויזן אויף אלע ארום, דערפאר מוז מען פאטשקען ווען יעדער פאטשקעט ווייל אז נישט שפילסטו נישט מיט די געים. משל למה הדבר דומה, א באנטש מיט חבירים גייען ארויס פארברענגען אבער יעדער מוז ספענדן פאר יעדעם. אבער כסף מנלן? סאוי מען איז מחליט אז פאר מען הויבט אן ספענדן מאכט מען א גראבע גניבה צוזאמען, און דא אויך איז די תנאי אז יעדער מוז נעמען א חלק... די נמשל איז פארשטענדליך. קיינער האט נישט עכט קיין סעט פון טעקניקעל סקילס וואס זיי קענען נעמען און אפלייען ערגעץ אנדערש. מען איז אזוי אנגעוואנדן אינעם רבים אז מען שפירט מען מוז איר פארטיידיגן. דאס איז א גוטע סימן פאר א מענטש צו וויסן ווען ער איז שוין גענוג תלוי אין זיין קהילה אז אליינס קען ער מער נישט פונקציאנירן. אויב פילט ער א דראנג איר צו פארטיידיגן אין ענינים וואס ער האט מעגליך א גראבע נגיעה און ער שעמט זיך נישט דערמיט. דעמאלס זאל ער וויסן אז ס'מעגליך אז ער פארזעט שוין גראבע חסרונות וואס שטייען אים פארנט פון די נאז נאר צו אנווייזן אויף חסרונות פון אנדערע קהילות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:די לויערס וואס ארבעטן פאר ליגעל עידס פארדינען בערך 90 טויזנט, און ווען זיי זענען חסידים וואלטען זיי געשניטן האלץ אין דער לאמבער.
די גוים וואס ארבעטן פאר די אטוירני דזשענעראל הייבן אן ביי ארום 50 אלפים. און די וואס ארבעטן פאר אנדערע קליינע פירמעס מאכן אין די הונדערט אלפים רעיינדש, און וויפיל מיינסטו די אלע וואס פראקטיצירן אליינס? מיינסט יעדער איינער מאכט וואס בראפמאן אדער דערשאוויץ מאכן?
און פארגעס נישט אז דאס קומט שוין נאכן גראדואירן געזעץ שולע ארום 3 יאר וואס קאסט א מינימום פון 100 - 120 אלפים, דאס האט גארנישט צו טוהן ווי פארגעשריטן די לימודי חול זענען ביי אונז אין די מוסדות.
זייער א קליינע פראצענט גראדואירטע באקומען א 180 טויזנט דאלערדיגע דזשאב ביי עפעס א פראמינענטע אינטערנאציאנאלע פירמע.
סך הכל דארף מען צוריק גיין מיט ספענדינג רעספאנסיביליטי וויאזוי דער עולם האט געלעבט 25 יאר צוריק, א פערטל וועידזשעס גייט פאר האוזינג (און חק ולא יעבור מ'צאלט נישט מער, העכסטענס ציהט מער זיך ארויס פון שטאט), און קיינער ספענדט נישט מער ווי ער קען זיך ערלויבן, אויב איינער קען זיך נישט ערלויבן קיין קעמפ, זאל זיין די ברירה נישט צו שיקן וכו'
איך קען רעדן און רעדן, אבער ס'גייט נישט אויסמאכן אויפן ברייטערן ציבור, מ'דארף נישט מער ווי עטליכע רעספאנסיבעל עלטערן זאלן אפמאכן אז ער מאכט נישט קיין בר מצוה אין א זאל (אויף זיין שוואגערס פיקעל), נאר ער מאכט א - כאילו - יארצייט סעודה ביי זיך אינדערהיים מיט א מנין קרובים אויף זיין אייגענע דיים.
איך געב דיר רעכט מיט די נקודה אז אונזער פראבלעם איז א ספענדינג פראבלעם (עכ״פ איינע פון די הויפט פראבלעמען).
איך וויל אבער וויסן לדעתך. וואס באדערט דיר אז מ׳וועט יא אויסלערנען די קינדער אביסל מעהר ענגליש און רעכענען. פארוואס זאלן אונזערע אינגלעך קענען ווייניגער ענגליש ווי די מיידלעך? כ׳זאג נישט אז מזאל אוועקגעבן 50 פראצענט פון די קריקיולעם אבער פארוואס נישט לכה״פ 20 פראצענט פאר לימודי חול? ס׳וועט דאך נאר העלפן די קינדער שפעטער אין לעבן. כ׳געדענק ווען איך האב באקומען וויכטיגע בריווען נאך מיין חתונה האב איך געבעטן מיין (געוועזענע) ווייב זאל מיר עס אפליינען...
וואס האבן אונז אזוי מורא אויסצולערנען די קינדער אביסל לימודי חול? זיי גייען אויפהערן צו שאקלן לולב און עסען פאטעטא קוגל ווייל זיי קענען די שפראך פון די לאנד?
איך וויל פשוט פארשטיין ווער בענעפיט פונדעם אז אונזערע קינדער זענען אזוי אומוויסענד? וואס איז די משוגעת פון וואוינען אין א לאנד און ניטאמאל קענען די שפראך??? וואס האבן ענק אזוי מורא???
בד״וו איך האלט נאך אינמיטן שרייבן א תגובה פאר דיר, פשוט פארגעסן עס צו ענדיגן. איך האף עס צו ענדיגן בקרוב.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן דא אין שטיבל אז איך האב גארנישט קעגן קענען א בעסערע ענגליש, און איך האלט אז 90 פראצענט עלטערן האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט (נאר ענדערש זעהן זיי נישט איין די בענעפיטן דערפון), אבער איך בין קאטעגאריש מחולק אז דאס גייט סאלוון דעם קריזיס.
יעדער איינער וואס פראבירט צו לינדערן דעם קריזיס דורך דעם סטאטיסקלי אפגעפרעגטע מהלך, מיינט נישט באמת צו לינדערן דעם קריזיס נאר פארמאגט אינגאנצן א אנדערע אגענדע.
צו מאכן אפי' א קליינעם דענט אין דעם וואקסענדן קריזיס פארלאנגט זיך ריזיגע שינויים. אנגעהויבן ביי האוזינג, און פון דארט וואלט איך געגאנגען ווייטער צו מותרות וכו'.
אבער איך ווייס אז קיינער גייט עס נישט טוישן פאר מיר, און די אלע תקנות וואס זענען שוין און גייען נאך ארויסקומען האבן סאך הכל עטוואס אפגעהאלטן דעם וואקסענדען פראצענט עניים, אבער האט ניטאמאל אנגערירט די קלאמקע פון העלפן די 70 פראמענט מענטשען וואס דארפן נאך אלעם צוקומען צו אנדערע בעת שמחתם.
די מערסטע אפעקטיווע מהלך איז צו האבן ווייניג קינדער, אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט אויסגעהאלטן.
איך ווארט אויף דיין תגובה
יעדער איינער וואס פראבירט צו לינדערן דעם קריזיס דורך דעם סטאטיסקלי אפגעפרעגטע מהלך, מיינט נישט באמת צו לינדערן דעם קריזיס נאר פארמאגט אינגאנצן א אנדערע אגענדע.
צו מאכן אפי' א קליינעם דענט אין דעם וואקסענדן קריזיס פארלאנגט זיך ריזיגע שינויים. אנגעהויבן ביי האוזינג, און פון דארט וואלט איך געגאנגען ווייטער צו מותרות וכו'.
אבער איך ווייס אז קיינער גייט עס נישט טוישן פאר מיר, און די אלע תקנות וואס זענען שוין און גייען נאך ארויסקומען האבן סאך הכל עטוואס אפגעהאלטן דעם וואקסענדען פראצענט עניים, אבער האט ניטאמאל אנגערירט די קלאמקע פון העלפן די 70 פראמענט מענטשען וואס דארפן נאך אלעם צוקומען צו אנדערע בעת שמחתם.
די מערסטע אפעקטיווע מהלך איז צו האבן ווייניג קינדער, אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט אויסגעהאלטן.
איך ווארט אויף דיין תגובה
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:די מערסטע אפעקטיווע מהלך איז צו האבן ווייניג קינדער, אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט אויסגעהאלטן.
פארוואס נישט?
שטייט אין די הייליגע משנה אזוי: לא יבטל אדם מפריה ורביה אלא א"כ יש לו בנים ב"ש אומרים שני זכרים וב"ה אומרים זכר ונקבה שנאמר זכר ונקבה בראם: זאגט די הייליגע גמרא אויף דעם: הא יש לו בנים בטיל מפריה ורביה (יבמות סא:). פארשטאנען?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:די מערסטע אפעקטיווע מהלך איז צו האבן ווייניג קינדער, אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט אויסגעהאלטן.
פארוואס נישט?
שטייט אין די הייליגע משנה אזוי: לא יבטל אדם מפריה ורביה אלא א"כ יש לו בנים ב"ש אומרים שני זכרים וב"ה אומרים זכר ונקבה שנאמר זכר ונקבה בראם: זאגט די הייליגע גמרא אויף דעם: הא יש לו בנים בטיל מפריה ורביה (יבמות סא:). פארשטאנען?
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=97 קרעדיט ליטוואק אין מאחורי.
בטיל מפריה ורביה קאן פשט זיין, נישט האבן קיין חיוב צו זיין חתונה געהאט, צו בלייבן וואוינען מיט די כדורים ברויך א היתר משום סכנת הוולד.
שטימט?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
כדורים/כוס של עקרין איז מותר בכל אופן.
קאנדאם/מוך האט מען מתיר געווען משום סכנת הוולד.
קאנדאם/מוך האט מען מתיר געווען משום סכנת הוולד.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=97 קרעדיט ליטוואק אין מאחורי.
בטיל מפריה ורביה קאן פשט זיין, נישט האבן קיין חיוב צו זיין חתונה געהאט, צו בלייבן וואוינען מיט די כדורים ברויך א היתר משום סכנת הוולד.
שטימט?
די גמרא דארט האט צוויי צדדים. איינס, אז מ'דארף נישט זיין חתונה געהאט בכלל. צוויי, אז מ'דארף זיין חתונה געהאט נאר מ'דארף נישט האבן מער קיין קינדער.
אוי ווי ס'שטימט!