יעקב מענטש האט געשריבן:@סמבטיון
ביזט געווען ביי די רעבעצינ'ס טיש אויך?
פון וועלכע טיש רעדט מען ?
קומזיץ האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:@סמבטיון
ביזט געווען ביי די רעבעצינ'ס טיש אויך?
פון וועלכע טיש רעדט מען ?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:@סמבטיון
ביזט געווען ביי די רעבעצינ'ס טיש אויך?
פון וועלכע טיש רעדט מען ?
https://www.youtube.com/watch?v=TpVWMZxdfZo
סמבטיון האט געשריבן:ניין ר' יעקב, איך בין נישט געווען, און קיין טיש איז עס אויך נישט געווען, זי איז געקומען מכיר טובה זיין משפחת גרינוואלד ווואס זיי האבן אהערגעשטעלט די לאגיסטישע חלק פינעם שבת, די אלע וואס זיצן ביים טיש זענען ברידערס פון משפחת גרינוואלד פון די מאנטריאלע מצה בעקעריי.
גאנצל האט געשריבן:רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת
היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול
אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן
צוריק צום שבת
@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין
שבת אחים האט געשריבן:די פאלגענדע קשיות האב איך. איך לאז ענק לאכן פון מיינע שווערע דאגות וואס איך טראג.
1)איז די מסיבה געוועהן פאר בעלזער אדער וויזניצער קינדער
2)וועלכע קינדער האבן געהאט די זכי׳ אריינצוגיין?
3)האט עס געקאסט געלט אריינצוגיין?
4)פארוואס האט מען נאר געזינגען צוויי ווינזיצער ניגונים?
בן ישי האט געשריבן:@LabinJoel
It's refreshing to see the beautiful development of putting a Rebitzin in center. Belzer Rebitzin with her leadership and influence is renewing a tradition of special צדקניות leaders, including the Rebitzin Malkah, the first Belzer Rebitzin and the satmar Rebitzin Alta Feiga A"H
שבת אחים האט געשריבן:און דער אינגערמאן זאגט דארט מ׳וועט זינגן די ניגון וואס די הייליגער רבי זצ״ל האט געזינגען שבועות (ס׳מוז לכאורה זיין אז ער מיינט איר טאטע ר׳ מוישלע, ווייל די ניגון איז נאך נישט געוועהן ביים בעלזער רב זצ״ל און ער האט אויך לכאורה נישט געזינגן קיין וויזנצער ניגונים)
תורה ומדע האט געשריבן:פון ערשט האנטיקער מקורות און פון אייגענעם איבערלעבעניש און אנאליזע איז ביי מיר קלאר אז בעלזער חסידים האבען גאר א טיעפער און שטארקער פערזענליכער רילעישינשיפ מיטן רב זאל מאריך ימים זיין. דער רב פארמאגט גאר א ווארימע הארץ מיט א טיעפע פארשטאנד צו מענשען. אויך האט ער אן עלוי׳שען זכרון און א פיעלפארביגע מח וועלכער קען שייכות האבען צום ברייטען ציבור עם כל צורותיהן. זיין 50 יאהר עקספיריענס אין רביסטעווע גיט איהם אן אויבערהאנט איבער אללע רביס און גדולי ישראל אין הנהגת הכלל והפרט אז ער היט זיך גאר גאר שטארק פון זיך אריינמישען אין ענייני הפרט וכדו׳ אדער הייסען זיינע חסידים זיך נוהג זיין זאכען וואס זיי האלטען ניט ביי דערביי.
א חלק פון זיין כח המושך איז זיין אמת׳דיקייט און שארפער צונג וועלכער איז שנעל, פלינק, און צום פאוינט, אז לפעמים נאך א פאהר מינוט וואס דער חסיד גייט אוועק פון א באגעגעניש מיטן רב נעמט איהם נאך צייט צו כאפען ס׳כוונה פונעם רב.
לייגט צו צו דעם זיין רבי׳שקייט אין זאגען תורה מיט א העכערקייט שוין איבער פופציק יאהר, דוגמת די של״ס תורה דעם שבת אין מונטריאול, אין וועלכער דער חסיד, אויב איז ער א שטיקעל בעל השגה, האט נישט געקענט נאר לעכצען אויפן לעת״ל׳דיקער געהויבענעם צייט, ווען עס וועט זיין א ריינער פיורער וועלט אהנע חטא און יצה״ר. א חלק פון די שעהנקייט איז טאקע דאס אז דער רב האט איינגעפיהרט אן הנהגה פון זיך נישט שרעקען פון די פאלשע קנאים און אונגארישער חסידים יוצאי וויליאמסבורג, און זאגט די תורה אויף א מייק נאכן זמן מיט ריזיקען סקרין אז יעדעס יונגעל זאל קענען זעהן און איינזאפען דאס קדושה פונעם טיש און די תורה.
א חסיד וועלכער איז געווען דערביי דערציילט מיר נעכטען אז בשעת ער האט געזעהן אויפן סקרין ס׳צורה פונעם רב ווען ער האט נאכגעזאגט דעם פסוק אין ירמי׳ י״ג ״כי כאשר ידבק האזור אל מתני איש כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל ואת כל בית יהודה נאם ה׳ להיות לי לעם ולשם ולתהלה ולתפארת״ איז ער ארומגענומען געווארען מיט אן אויסטערלישען געפיעל פון אהבת הבורא אז ער איז ממש צוגאנען פון דביקות.
צו דעם אלעם קומט נאך צו דאס גאלדענע אויסגעטרויטענם מסורה פון בעלז מיט די הייליגע רביס און די געהויבענע יושבים וועלכער גייט שוין אהן פונעם שר שלום עד ימינו. בעלז האט א מסורה פון תורהדיגקייט, הלכה, מנהגים, תפילה, מעשיות, מופתים, גרונטליכע דברי תורה און מוסר, שארפקייט, ליבליכקייט. און אלץ אהן קבלה און זוהר, נאר מיט א גרונטליכקייט און צווי-פיס-אויף-די-ערד׳יגער צוגאנג צו תורה, יראה און חסידות.
א וואונדער אז די חסידים זענען גרייט אין פייער צו גיין פארן רבי׳ן?
יוסף יוזפא האט געשריבן:ה. נאכאמאל, אפשר פאר דיר איז דאס א גלויבינג, פאר יעדע בעלזע חסיד איז דאס נישט קיין אמונה, נאר א ידיעה, מען זעהט עס בחוש און מען קען זיך נישט לייקענען צו דעהם, מען דארף נישט גלויבן ווייל יעדער זעהט מיט די פליישיגע אויגן.
גאנצל האט געשריבן:רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת
היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול
אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן
צוריק צום שבת
@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין
איש חזון האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:פון ערשט האנטיקער מקורות און פון אייגענעם איבערלעבעניש און אנאליזע איז ביי מיר קלאר אז בעלזער חסידים האבען גאר א טיעפער און שטארקער פערזענליכער רילעישינשיפ מיטן רב זאל מאריך ימים זיין. דער רב פארמאגט גאר א ווארימע הארץ מיט א טיעפע פארשטאנד צו מענשען. אויך האט ער אן עלוי׳שען זכרון און א פיעלפארביגע מח וועלכער קען שייכות האבען צום ברייטען ציבור עם כל צורותיהן. זיין 50 יאהר עקספיריענס אין רביסטעווע גיט איהם אן אויבערהאנט איבער אללע רביס און גדולי ישראל אין הנהגת הכלל והפרט אז ער היט זיך גאר גאר שטארק פון זיך אריינמישען אין ענייני הפרט וכדו׳ אדער הייסען זיינע חסידים זיך נוהג זיין זאכען וואס זיי האלטען ניט ביי דערביי.
א חלק פון זיין כח המושך איז זיין אמת׳דיקייט און שארפער צונג וועלכער איז שנעל, פלינק, און צום פאוינט, אז לפעמים נאך א פאהר מינוט וואס דער חסיד גייט אוועק פון א באגעגעניש מיטן רב נעמט איהם נאך צייט צו כאפען ס׳כוונה פונעם רב.
לייגט צו צו דעם זיין רבי׳שקייט אין זאגען תורה מיט א העכערקייט שוין איבער פופציק יאהר, דוגמת די של״ס תורה דעם שבת אין מונטריאול, אין וועלכער דער חסיד, אויב איז ער א שטיקעל בעל השגה, האט נישט געקענט נאר לעכצען אויפן לעת״ל׳דיקער געהויבענעם צייט, ווען עס וועט זיין א ריינער פיורער וועלט אהנע חטא און יצה״ר. א חלק פון די שעהנקייט איז טאקע דאס אז דער רב האט איינגעפיהרט אן הנהגה פון זיך נישט שרעקען פון די פאלשע קנאים און אונגארישער חסידים יוצאי וויליאמסבורג, און זאגט די תורה אויף א מייק נאכן זמן מיט ריזיקען סקרין אז יעדעס יונגעל זאל קענען זעהן און איינזאפען דאס קדושה פונעם טיש און די תורה.
א חסיד וועלכער איז געווען דערביי דערציילט מיר נעכטען אז בשעת ער האט געזעהן אויפן סקרין ס׳צורה פונעם רב ווען ער האט נאכגעזאגט דעם פסוק אין ירמי׳ י״ג ״כי כאשר ידבק האזור אל מתני איש כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל ואת כל בית יהודה נאם ה׳ להיות לי לעם ולשם ולתהלה ולתפארת״ איז ער ארומגענומען געווארען מיט אן אויסטערלישען געפיעל פון אהבת הבורא אז ער איז ממש צוגאנען פון דביקות.
צו דעם אלעם קומט נאך צו דאס גאלדענע אויסגעטרויטענם מסורה פון בעלז מיט די הייליגע רביס און די געהויבענע יושבים וועלכער גייט שוין אהן פונעם שר שלום עד ימינו. בעלז האט א מסורה פון תורהדיגקייט, הלכה, מנהגים, תפילה, מעשיות, מופתים, גרונטליכע דברי תורה און מוסר, שארפקייט, ליבליכקייט. און אלץ אהן קבלה און זוהר, נאר מיט א גרונטליכקייט און צווי-פיס-אויף-די-ערד׳יגער צוגאנג צו תורה, יראה און חסידות.
א וואונדער אז די חסידים זענען גרייט אין פייער צו גיין פארן רבי׳ן?
שטארקע דיבורים.
דאס וואס דו שרייבסט ''אהן קבלה און זוהר'' מיינסטו אוודאי ''ברבים'' און ''אפן''.
תורה ומדע האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין ווערטער זענען ממש טערקיש צו מיר. דו רעדסט פון א געפיל וואס האט גארנישט מיט די מענטשליכע ערפארונג, נאר פארקערט, פון דאס דערדריקען דער מענטשליכע וויכטיגקייט און שיין דורך זיך אונטערגעבען עפעס וואס דו קענסט ניטאמאל אויפווייזען. ווען דו גלויבסט אז ער איז צדיק הדור, ביסטו אפשר א נער, אבער פון דארט און ווייטער פארשטייט מען. אבער ווען דו אליינס ביסט מודה אז דאס איז נישט אמת, וואס דארף עס צו מיינען? סתם נעמען א קלאטץ און קלאטשען אין פראנט פון איהם?
איך האף נאר אז דו לייגסט דאס נישט אן אויף אידישקייט, ווייל מיט די סברא ישרה פון אונזער תורה האט עס נישט.
עס דערמאנט מיר נאר די ווערטעל 'אן אונגארישער דארף א רבי, ווי א שוואנץ דארף א קאפ'. עס איז שוין לאנג באשטעטיגט אז דאס האט נישט דוקא מיט אונגארען, נאר אסאך אנדערע אויך.
ווייזט אויס פון דיין רעספאנס אז דו פארשטייסט גאנץ גוט מיינע ווערטער. יעדער איד דארף א רבין. די ליטווישער וועלט איז אויך היינט מסכים צו דעם. וואס האט דאס מיט שוואנץ?