סענאטאר לויפט אויף שנאת ישראל פלאטפארמע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

סענאטאר לויפט אויף שנאת ישראל פלאטפארמע

שליחה דורך קומזיץ »

סאיז שוין קיין נייעס אבער מ'האט עס נאכנישט דערמאנט דא און שטיבל ,
און קאליפארניא לויפט איינער מיט'ן נאמען "little Patrick" פארן סענאט זיץ אויפן ריפאבליקאנער טיקעט און ווי אומגלובליך עס הערט זיך איז עס פארט א פאקט ,

זיין סלאגאן איז אז ער וועט זיין די העלד וואס וועט ראטעווען די ווייסע באקריווידעטע
פון די יודן וואס קאנטראלירן די רעגירונג , און ער שטיצט היטלער ימ"ש אפענערהייט
און ער זאגט אז ער וועט מאכן אמעריקא פריי פון יודן , וואס איז מייסטענס שאקירנד
דא איז אז ער באקומט די שטיצט פון די וויילער מיט א גרויסע מערהייט , ער איז נישט
די ערשטע אנטיסעמיט און ניאו נאצי עס פעלט נישט פון זיי דא און אמעריקא אבער
אזויפוהל מענטשען זאלן עם שטיטצען אלס קאנדידאט ברענגט א פחד.

דא איז א לינק ווי ער זידט און שעלט נאכן ווערן ארויסגעווארפען פונ'ם רעפאבליקאנער קאנווענטשאן.

https://youtu.be/Cz9WMK240ZQ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קומזיץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

טראמפ האט געגעבן די אלע פאריקטע פרינטש קאנדידאטן א פלאטפארמע. ס׳הייבט זיך אן קליינערהייט- אויף א קליינע פארמאט און צוביסלעך וואקסט עס מעהר און מעהר.

איך האב לעצטע וואך געהערט די ווערטער פון א גרויסע טראמפ שטיצערן:

״היטלער איז נישט געוועהן אזא שלעכטע מענטש. ער האט שטארק ליעב געהאט נאטור, חיות און באשעפענישן. ער איז פשוט געוועהן אויף דראגס...

(פארשטייט זיך סאיז געגעאנגען קולות וברקים דארט-איך בין נישט שטיל געבליבן- איך האב איר פארמאכט איר אנטיסמיטישע פיסק)

יא יא דאס איז די פירות פון ענקער ליבלינג טראמפ מיט זייערע פארביסענע אנטיסמיטישע רעכטע ריפובליקאנער רשעים ארורים... די גרעסטע וויץ איז נאך אז די ״פרומע אידן״ זענען ע״פ רוב טראמפ שטיצער...

נא וואס קען מען דען טוהן אז זיי האבן נישט קיין שכל און ווערן פארבלענדט פאר א פוסטע נואף אן קיין טראפ שכל און מענטשליכקייט!?...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך קען א גרויסע טראמפ קעגנער וואס האלט עולמות פון מענדל האגער פון בני ברק. האסטו געהערט א מין קוגל...

טראמפ איז א גרויסער אוהב ישראל. קענסט אים נישט אראפשלינגען? זוך אנדערע פעלערן ארויפצקלעבן, נישט אנטיסעמיטיזם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אבטולמוס האט געשריבן:טראמפ איז נישט קיין שונא ישראל אדער אן אוהב ישראל; ער איז אן אוהב את עצמו. אויב זיין זעלבסט-ליבע פארלאנגט ליב צו האבן אידן וועט ער ליב האבן, און אז עס פארלאנגט פארקערט וועט ער זיין פארקערט.


ער איז א ווייסע סופרעמיסיסט. און פארשפרייט האסע צו מינארטיס אין אמעריקע. אויב מקען רעדן אויף מעקסיקאנער קען א צווייטער מארגן רעדן אויף אידן. אלע נאציס אין אמעריקע זענען טראמפיסטן פאר א סיבה...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין טייערער שבת אחים שליט"א: איך ווייס נישט אויב איך זאלל לאכן אדער וויינען ליינענדיג דיין תגובה...! ווען דו וואלסט געווען א קאר אדער א טראק. אדער אפילו אן עראפלאן, וואלסטו געווען געפערליך מסוכן צו דרייוון און פארן מיט דיר. ווייל ווען מ'לייגט אריין די גיער אין דרייוו נעמט זיך עס פארן אין ריווערס...!. כן הדבר הזה. דו זאלסט מיר אנטשולדיגן. אבער דיין קאפ איז ארויפגעלייגט פארקערט. ערגעץ אין דיין מח איז די ווייערינג גוט פארדרייט. אז א מענטש זאלל זיין אזוי בלינד צו די מציאות . ווען די רעאליטעט פראסקעט דיר אין פנים אריין. דיין רבי בערני סענדערס האט מער אנטיסעמיטן און פארביסענע שונאי ישראל צווישן זיינע חסידים ווי די נאצי פארטיי פארמאגט אין אמעריקע...! לעומת זה איז מר. דאנאלד טראמפ פון די חסידי אומות העולם. ער איז ארומגענימען מיט אידן. און ער האנדלט מיט אידן מקטון ועד גדול. און ער איז גוט צו אידן. דער אייבישטער זאלל העלפן ער זאל מאריך ימים זיין אויף זיין מלוכה. און די אלע מזיקים זאללן נישט האבן קיין שום שליטה אויף איהם...! דו דארפסט געדענקען אזוי ווי אונז האמיר שוין איבערגעחזר'ט הונדערטער מאל. אמת, אז דו ביסט א סאציאליסט. אבער צו אלעם ערשט און צו אלעם לעצט ביסטו א איד. עי דזשו. א יאהודי. א זשיד. עדי זשידאו. אן כודיא. א יעוורעי...! דו זאלסט עס קיינמאל נישט פארגעסן. ווייל אויב וועסטו עס ח"ו פארגעסן וועללן דיינע גוטע סאציאליסטישע פריינט דיך דערמאנען...!

איך האב א מאל, בשעת א ויכוח מיט א גרויסן ליבעראלן אידעאליסט פון אידישן אפשטאם געזאגט אן אויספיהר ליניע. אז ער זאלל גוט געדענקען אז ער וועט פונקט אזוי שטיין אין די ליין (וועלכע ליין זאג איך נישט.) ווי אלע אנדערע אידן...! און זיין ליבעראליזם און אידעאליזם וועט איהם העלפן א מכה...!

נ.ב.: דו מאכסט מיין בלוט קאכן. איך מיין מ'קען דיך אריינלייגן אין די זעלבע קאטעגאריע ווי מנשה פליפ פלאפ...! וועלכער זעהט נישט קיין שונאי ישראל. נאר ציונים...זיי זענען פאר אלץ און אלעם שולדיג. נאר דו ביסט נעבעך א תינוק שנשבה. און ער איז א מזיד...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דו ווילסט טאקע דיין בלוט זאל קאכן גיי הער וואס אלע טראמפיסטן האבן צוזאגן וועגן די אידן. זיי זענען ע״פ רוב אנטיסמיטיש געשטימט... דאס איז א פאקט! קענסט זאגן וואס דו ווילסט.

דו רעשט פון דיין תגובה איז הוילע קינדערישע רייד... אלע ריפובליקאנער געווענטליך זענען אנטיסמיטן. אסאך מעהר ווי די לינקע. אויב ווילסטו עס לייקענען. קום מיט מיר אדורכפארן אין גאנץ אמעריקע-איך האב עס שוין געטוהן דריי מאל. ביסט געלאדענט מיט צוקומען.

בד״וו די KKK האט אינדארסירט דיין דאנאלד טראמפ פאר פרעזידענט. ער האט עס ניטאמאל פארדאמט. ממש אלע אידישע גרופעס האבן פארדאמט טראמפ זייט ער איז פרעזידענט. כ׳ווייס נישט צו די שלאפסט אדער דו ביסט ביזי מיט די בלעז״ן פון רש״י. אבער סקוקט אויס ווי דו לעבסט אין א באבל. א גרויסע באבל...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: אויב ס'וועט אויפשטיין א לינקע רעגירונג פון די טייפ וואס דיין רבי בערני סענדערס וויל פאר אמעריקע. און אונז וועלן מיר זיך (ח"ו) טרעפן אין אן אינטערנירונגס לאגער ערגעץ אין אייאווא אדער ווייאמינג. כרצון פעטריק ביוקענען ימח שמו וזכרו. וגם החסידים של בערני סענדערס. וועל איך דיך דערמאנען אז אין די גוטע און פרייע ציייטן ווען מיר האבן געשריבן אויף קאווע שטיבל. און אונז זענען נישט געווען אינטערנירט אין דעם קאנצענטראציע לאגער האביך דיך אייביג געווארנט אז דיינע גוטע סאציאליסטישע פריינט וועללן דיר נישט ביישטיין בעת צר.לאמיר נאכאמאל איבער חזר'ן אל"ף בי"ת...!

ס'זענען נישט געווען קיין גרעסערע און מער אידעאליסטישע קעמפער פאר די אונטערדריקטע מאסן פון די שווארצע באפעלקערונג דא אין אמעריקע, ווי די אידן. די אידן אלס יחידים און אלס גרופ האבן געקעמפט אויף אלע לעוולס און שטאפלען פאר די ציווילע רעכטן פון די טונקל הויטיגע איינוואוינערס. אנגעהויבן פון סופריעם קאורט ביז די אידישע בחורים וועלכע זענען געפארן צו די אנטי שווארצע און אנטי סעמיטישע סאוטה זיך אננעמען פאר יושר און צדק. זיי האבן צוזאמען מארשירט מיט די אונטערדריקטע מאסן און זייערע פיהרערס. 2 אידישע בחורים זענען אפילו געהרג'עט געווארן. זיי האבן זיך מקריב געווען אויפ'ן מזבח פון פרייהייט. און זיי האבן באצאלט מיט'ן לעבן...! און וואס האבן מיר באקומען אלס שכר. די גרעסטע אנטיסעמיטן און העצערס אקעיגן אידן קומען פון די שווארצע באפעלקערונג. מבכור השבי עד בכור השיפחה. פון שווארצע פאליטישן'ס ביז דראג דיעלערס אין דיש שווארצע , געוועזענע אידישע געגנטן...! אונז האמיר באקומען א קרוין הייטס. א שארפטאן. און אנדערע רוצחים ושונאי ישראל. וועלכע זוכן נאר און ווארטן אויף א געלעגנהייט היל"ת צו באפאלן און בארויבן און ח"ו אויסהרג'ענען די אידישע באפעלקערונג. ווען דער פארשאלטענער נעגערישער שייגעץ לעמ-ריק נעלסאן ימ"ש וזיכרו האט געשריגן צו זיינע חברים ווען יאנקל רויזנבוים הי"ד איז אריבערגעגאנגען די גאס...."קילל דהע דזשאא"...! איז דאס געווען א באצאלדונג פאר דעים אז דער שמוציגער בן האומה השפילה זאלל קענען גיין אויף די גאס מיט א געהויבענעם קאפ...?! איך לאז דעם ענטפער פאר דיר...!

נאך מער. וואו ס'איז דא אן אויפגייענדער שווארצער נעגערישער נידריגע בריאה וועלכער האט פאליטישע אמביציעס, איז די ערשטע זאך אז ער פארבינדט זיך מיט די נאציס, ימ"ש צו שעלטן, שימפן און העצן אקעיגן די אידן...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נאכאמאל ביסטו שטעקן געבליבן אין קראונהייטס!? 20 יאר צוריק? אבער פון שארלאטסוויל ווי דיינע טראמפיסטן/נאציס האבן די יאהר מארשירט און געשריגן אין די עפענטליכקייט אנטיסמיטשע סלאוגאנס וואס מהאט זיך נישט דערוואגט צוטוהן אין אמעריקע פאר אפאר דורות... און דיין טראמפ האט זיי נישט געהריג פארדאמט. פון דעם דערמאנסטו גארנישט?! ר׳ בערל קענסט פלאפלען וויפל שטותים דו ווילסט. קיינער אין בערני סענדערס טיעם זענען נישט קיין אנטיסמיטן-ווייט פון אנטיסמיטן (גאר אסאך פון זיי זענען אידן אדער אפשטאמיגע פון אידן) איך האב מיך געדרייט מיט זיי פאר חדשים לאנג-בשעת דו האסט געדרייווט דיין באס. איך האב נישט געטראפן קיינעם וואס האט פיינט איינעם. דו מישסט אויס אז געוויסע פון זיי זענען קעגענער פאר געוויסע זאכן וואס מדנ״י טוט פאר די פאלעסטינער וואס זיי האלטן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן (און ווען סקומט צו מדנ״י ווערסטו ווילד)

נאך אזאך די שווארצע אין אמעריקע זענען נישט בכלל סיסטעמאטיש אנטיסמיטיש געשטימט. איך האב מיך געדרייט מיט זיי אסאך מעהר ווי דיר. קענסט שרייען קרוינהייטס ביז מארגן...

ווייסט ווער זענען אפענע ראסיסטן און אנטיסמיטן לויט מיין עקספירענס איך האב באזוכט כמעט אלע שטעט אין אמעריקע און כבין גענוג ארומגעפארן אין אמעריקע:

די גרעסטע ראסיסטן אין אמעריקע זענען ליידער - היימישע חסידישע אידן.


די גרעסטע אנטיסמיטן אין אמעריקע זענען - די רעכטע ריפובליקאנער קריסטן- איך שאץ אז איבער 90 פראצענט פון טראמפיסטן זענען ראסיסטן, אנטיסמיטן און נאציס...

דאס איז מיינע אבזערוואציס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: סענאטאר לויפט אויף שנאת ישראל פלאטפארמע

שליחה דורך גר ותושב »

איך ווייס נישט וואס עינק מאכן אזא עיסק פון דעם פעטרישקע! סך הכל פלאפעלט ער נאך די עד'ס פון נטרונא!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די פאקטן וואס אונז ווייסן איז אזוי.

1. דאנעלד טראמפ איז נישט קיין ראסיסט. (איינער איז מחולק מיט דעם?)

2. דאנעלד טראמפ האט אסאך שטיצער וואס זענען ראסיסטן.

הקיש הכתוב דאנעלד טראמפ לתומכיו, מה תומכיו ראסיסטן אף הוא עצמו ראסיסט.

איי, אונז זעהן מיר קליפ און קלאר אז ער איז נישט קיין ראסיסט? אין משיבין על ההיקש!

ואיכא דמקישין להיפך, מה הוא אינו ראסיסט אף תומכיו אינם ראסיסטן. והא איקלע שבת אחים לעיירות הדרומיות וראה שהם ראסיסטן? החסידים של וויליאמסבורג ובארא פארק יוכיחו. והא קשה עיירות הדרומיות על וויליאמסבורג ובארא פארק. אלא לא קשיא, יש שהם ראסיסטן ויש שאינם ראסיסטן. והיקישא איצטריך לכדתניא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איין זאך נעם איך ארויס פון דעם גאנצן דזשיבעריש...! אז דו וואלסט געקענט משלים זיין די פעלנדע מסכתות אויף ש"ס. אין סדר קדשים. בעסער ווי דער מזייף אינדעהעים אין יוראפ...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס מ'דארף ארויסנעמען איז, אז ווייל איינער האט שטיצער וואס זענען אידן מיינט נאכנישט אז ער איז א איד. ווייל ער האט שטיצער ראסיסטן מיינט נאכנישט אז ער איז א ראסיסט. ווייל ער האט שטיצער גארבעדש קאלעקטערס מיינט נאכנישט אז ער איז א גארבידש קאלעקטער. פארשטאנען?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: אבער ווען איינער איז א סאציאליסט. (אדער יהיה מי שיהיה) און האט זיך נישט געלערנט פון די היסטאריע. (ר'האט אפשר געלערנט היסטאריע. אבער ר'האטציך נישט געלערנט "פון" די היסטאריע) דארף מען איהם אויפקלערן. און אפשר. אולי יחוס עם עני ואביון . אולי ירחם...! אפשר וועט עס איהם אויפוועקן צום פאקט אז ס'זענען שוין געווען אזאלכע גרויסע אידעאליסטן ווי ער . אין דייטשלאנד, פראנקרייך און פוילן. און ס'האטציי גארנישט געהאלפן....ווייל ס'שטייט אין פסוק..."הן עם לבדד ישכון. ובגוים לא יתחשב"... דאס זעלבע קענמען זאגן פאר די נטרונא אידן. (פון די נטורי חרתא רעד איך אפילו נישט). און פאר די איזראעלישע דיפלאמאטן. וועלכע קומען אייביג אויף מיט פשט'לעך צו פארשטיין און פארענטפערן די שנאת ישראל. דאס אנטיסעמיטיזם. די נטרונא אידן בלעימען די ציונים און מדינת ישראל. די איזראעלי דיפלאמאטן בלעימען אז זיי האבן נישט געטון גענוג אין הסברה. פאר דעים איז דא דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל...! אבער וואס ס'שטייט אין די תורה הק' קענמען נישט פארענדערן. דער הייליגער חפץ חיים זצ"ל. ווען מ'האט איהם פארציילט אז אין פאלעסטינע (בימים ההם)זענען דא אראבערס וועלכע גייען אנגעטון א סוט און נעקטיי. און זיי ארבעטן אין א באנק. האט ער געזאגט אויב ס'שטייט אין די תורה אויף ישמעאל אז ער וועט זיין א פרא אדם. דאמאלס מעג ער גיין אנגעטון א סוט און נעקטיי. און אפילו ארבעטן אין א באנק. איז ער נאכאלץ א פרא אדם...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די פאקטן וואס אונז ווייסן איז אזוי.

1. דאנעלד טראמפ איז נישט קיין ראסיסט. (איינער איז מחולק מיט דעם?)



טראמפ איז גאר א גרויסע ראסיסט. איך בין מחולק מיט דעם. און די שווארצע וואס האבן געארבעט פאר אים סיי אין די קאסינא און סיי עמעראוסא אין זיין קאבינאט זאגט אז ער רעדט אין ״ווייסע הויז״ ווי א ראסיסט. די ניו יארק טיימס האט געהאט א לאנגע ארטיקל וועגן זיין ראסיסיטשע לאזונגען איבער די יאהרן.
למשל ווען ער האט געשריגן אין זיין קאסינא ״פארוואס ציילט א שווארצער מיין געלט?״

כמעט יעדער וואס קען אים פון די נאנט האלט אז ער איז א ראסיסט, אדער לכה״פ ראסיסטיש געשטימט. און איז מחולק מיט דיר.

Donald Trump’s
Racism: The
Definitive List

https://www.nytimes.com/interactive/201 ... acist.html
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: אבער ווען איינער איז א סאציאליסט. (אדער יהיה מי שיהיה) און האט זיך נישט געלערנט פון די היסטאריע. (ר'האט אפשר געלערנט היסטאריע. אבער ר'האטציך נישט געלערנט "פון" די היסטאריע) דארף מען איהם אויפקלערן. און אפשר. אולי יחוס עם עני ואביון . אולי ירחם...! אפשר וועט עס איהם אויפוועקן צום פאקט אז ס'זענען שוין געווען אזאלכע גרויסע אידעאליסטן ווי ער . אין דייטשלאנד, פראנקרייך און פוילן. און ס'האטציי גארנישט געהאלפן....ווייל ס'שטייט אין פסוק..."הן עם לבדד ישכון. ובגוים לא יתחשב"... דאס זעלבע קענמען זאגן פאר די נטרונא אידן. (פון די נטורי חרתא רעד איך אפילו נישט). און פאר די איזראעלישע דיפלאמאטן. וועלכע קומען אייביג אויף מיט פשט'לעך צו פארשטיין און פארענטפערן די שנאת ישראל. דאס אנטיסעמיטיזם. די נטרונא אידן בלעימען די ציונים און מדינת ישראל. די איזראעלי דיפלאמאטן בלעימען אז זיי האבן נישט געטון גענוג אין הסברה. פאר דעים איז דא דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל...! אבער וואס ס'שטייט אין די תורה הק' קענמען נישט פארענדערן. דער הייליגער חפץ חיים זצ"ל. ווען מ'האט איהם פארציילט אז אין פאלעסטינע (בימים ההם)זענען דא אראבערס וועלכע גייען אנגעטון א סוט און נעקטיי. און זיי ארבעטן אין א באנק. האט ער געזאגט אויב ס'שטייט אין די תורה אויף ישמעאל אז ער וועט זיין א פרא אדם. דאמאלס מעג ער גיין אנגעטון א סוט און נעקטיי. און אפילו ארבעטן אין א באנק. איז ער נאכאלץ א פרא אדם...!


צום מיליאנעסטן מאל מאכסטו א קוגל פון היינטיגע סאושליזים און אמאליגע קאמיוניסטן... באשעפער אין הימל. דו האסט געלערנט גוט היסטאריע?
מוראדיג! אז די ביסט א חסיד פון טראמפ א וויסטע רשע מרושע, אפערטוניסט, ראסיסט, נער, טיפוש, שווינדלער, צודרייטער, נואף, גנב. דו האסט גוט געלערנט היסטאריע? פארדעם ביסטו א רעכטע-ווייסע סופרעמיסיסט???


איינמאל פאר אלעמאל! זאגזשע וואס איז שלעכט מיט היינטיגע סאושליזם? נישט קאמיוניזים! ר׳ בערל אינטערסאנט ווען איינער מאכט א קליינע ״ספעלינג מיסטעיק״ שפרינגסטו ווי א בהמה. דו מאכסט גראבע טעותים און דו מישסט אויס אידאלאגיעס און שיטות און דו ביסט נאך דער גרויסער חכם וואס האט גוט אפגעלערנט היסטאריע!?

טוה מיר א טובה? דו מישסט צאם קוגל מיט לאקשן קרויט מיטן חפץ חיים. רעדסט ווי א באבע אן קיין ציין.

וואס איז שלעכט מיט די היינטיגע סאושליסטישע לענדער??? זייערע בירגער שטייען בעסער ווי אין די קעפטיליסטישע ״רייכע אמעריקע״.
יעצט נעם דיך פארציילן מעשיות ווען די חפץ חיים איז געוועהן אין קראונהייטס און געגעסן לאקשן קוגל...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ידידי היקר ר' שבת אחים: פון אלפרעד דרייפוס האסטו געהערט. פון דעם העררן אדאלף שיקלגרובבער האסטו געהערט...?! און פון די מיליאנען פוילישע אנטיסעמיטישע רוצחים און אידן מערדערס האסטו געהערט...?! שוין דאס אלעס. אזוי ווי ס'שטיי אין די משנה'.."ואידך פירושא. זיל גמור...!. ס'ווערט שוין שפעט און איך דארף באלד (אין א 4-5 שעה ארום) גיין שלאפן. ממילא האביך נישט קיין צייט, כח און נערוון צו ענדלאזע ויכוחים. אונז עמיר זעך אי"ה טרעפן דארטן אין אייאווע. אינדרויסן פו די באראקן. וואו פרעזידענט בערני אדער פרעזידענט פעטריק וועללן אונז פארשיקן... איך האף נאר איין זאך. אז דארט וועט זיין פרישע ברויט. ווייל איך האב זייער שטארק ליעב צו עסן פריש ברויט פאר ברעקפעסט...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דו ביסט אינגאנצן נישט ביים זינען! דו ביסט אבסעסט מיט די קאמיוניסטן און מיט קראונהייטס און מיט דעם מאכסטו א גאנצע קוגל וואס האט גארנישט מיט ״היינטיגע פאליטיקס״.

און יא! דאנאלד טראמפ איז א סכנה פאר די וועלט און פאר אמעריקאנע אינטערעסן אין די וועלט. ווייל ער פירט זיך אויף ווי קליין קינד און מקען זיך אויף אים און זיין קאבינאט נישט פארלאזן. היינטיגע צייטן איז ער די גרעסטע סכנה. אזויווי די אמאליגע קאמיוניסטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: ווער האט גערעדט פון די קאמוניסטן...?! אלפרעד דרייפוס איז נישט געווען קיין קאמוניסט. און דער הערר שיקלגרובער איז אויכעט נישט געווען קיין קאמוניסט. און איך ווייס גאנץ גוט דעם חילוק פון א קאמוניסט און א סאציאליסט...! און אין פוילן און דייטשלאנד ושאר מדינות המלך האט מען אויך געזאגט די זעלבע..,מילא, אמאל. האט געהערשט אנטיסעמיטיזם. אבער נישט אין די היינטיגע מאדערנע צייט.

ביטע אינטרעסיר דיך א ביסל מער ווער אלפרעד דרייפוס איז געווען. און וואס זיין פאמיליע בעקגראונד איז געווען. אויך אין פוילן זענען די סאציאליסטישע פארטייען געווען זייער שטארק. און א גרויסער טייל פון זייערע אידעאליסטישע מעמבערס זענען געווען אידן. האמיר אפשר געהערט איין ווארט פן די סאציאליסטן אז זיי זאללן באשיצן זייערע אידישע מעמבערס...?! נו, ענטפער דו אליין אויף די פראגע...! יא. אין בעלגיע און האללאנד זענען אויכעט געווען גרויסע און שטארקע סאציאליסטישע פארטייען. וועלכע האבן געהאט אידישע מעמבערס. האט איינער פון די פארטייען געגעבן א פיפס ווען די נאציס האבן דעפארטירט די אידן...?!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב שוין פון די אלע זאכן געהערט. כ׳זעה נאכנישט וואס סהאט צוטוהן מיט די שמועס

ענטפער מיר פארוואס איז ״היינטיגע סאושליזים״ א מיאוסע ווארט ביי דיר? פארוואס גלייכסטו עס אגאנצן צייט צו די אמאליגע בארבארישע קאמיוניזם.

אויך וויל איך א ענטפער פון דיר פארוואס אלע אידישע גרופעס האבן פארדאמט טראמפ נאך שארלאטסוויל- אן קיין מנחם מנדל מעשיות... האלט דיך צו די נושא.

דו בעיסט אלע דיינע פאליטיקס אויף ״געוויסע מעשה׳לך״ און נישט אויף קיין ״הארטע דאטע״.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: ווייל די הארטע דעיטא איז אוועקגעפאללן בעת צר. ביום זעם...! מה שהיה, הוא שיהיה. אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס דאס אנטיסעמיטיזם האטציך נאכנישט אויפגעהערט. די רעפארמער האבן געטענה'ט אז דאס קומט צוליעב די ערליכע אידן. די ערליכע אידן האבן געטענה'ט אז דאס קומט צוליעב די רעפארמער און די ציונים. און צום סוף האט מען זיי אלע (אריינגערעכנט די משומדים) אריינגעלייגט אין דעם זעלבן גאז קאמער און קרעמאטאריום...!

שוין. דו ווילסט רעדן פון היינט. או. קעי. אין וועלכע מדינות. און פון וועלכע גרופעס זענען די גרעסטע און העסליכסטע דעמאנסטראציעס פון שנאה און פאטענציעלע רציחה אויף מדינת ישראל און ציוניזם...?! וואסי. זיי האבן געלערנט, דעם ויואל משה. און זיי גייען אין די שיטה...?! ....?!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שוין. דו ווילסט רעדן פון היינט. או. קעי. אין וועלכע מדינות. און פון וועלכע גרופעס זענען די גרעסטע און העסליכסטע דעמאנסטראציעס פון שנאה און פאטענציעלע רציחה אויף מדינת ישראל און ציוניזם...?! וואסי. זיי האבן געלערנט, דעם ויואל משה. און זיי גייען אין די שיטה...?! ....?!


איך ווייס נישט. סקען זיין די לינקע לענדער זענען די גרעסטע. מיינט נאכאלץ נישט אז זיי זענען אנטיסמיטן. אין די לינקע לענדער וואוינען 99 פראצענט פון די אידן אין חו״ל. סמיינט אז זיי האלטן אז די בלאקעיד איז אומליגעאל. פון דא זעהט מען אז דו קענסט נישט מבחין זיין צווישן איינעם וואס האלט אז מדנ״י באגייט א אומרעכט צו איינער וואס איז אנטיסמיט נישט קיין חילוק פארוואס-נאר וויבאלד יענער איז געבוירן א איד...

ר׳ בערל איר זענט א גרויסע שפראך-מייסטער. ספאסט נישט אז איר זאלט נישט וויסן די דעפענישאן פון א אנטיסמיט....

נאך א זאך פארוואס באדערט אייך נאר ווען סאיז דא פראטעסטן אין שוועדן צי האלאנד וועגן מדנ״י בשעת דא אין אמעריקע האבן די נאציס מיט ״געהויבנע קעפ״ פראטעסטירט קעגן ״אלע אידן״ און דיין טראמפ האט געזאגט אז ״ביידע זייטן״ זענען שולדיג?
נאכאמאל ווען באדערט דיך ווען מ׳פראטעסטירט קעגן אידן? נאר ווען סאיז אין סאושליסטישע לענדער? אבער אין אמעריקע מעגן די ״ריפובליקאנער רעדנעקס״ פראטעסטירן און הארגענען און שעדיגן אומשולדיגע מענטשען. און דו דער גרויסער אידן-ליבהאבער איז נאך א חסיד פון טראמפ? יא יא! דו מיט דער באוויסטע נאצי דעיווד דוק פון די KKK זענען די ״גרויסע טראמפ שטיצער״. און אלעס זענען שולדיג די סאושליסטן...

וואס נאך???????
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: סענאטאר לויפט אויף שנאת ישראל פלאטפארמע

שליחה דורך אונטער חכם »

קומזיץ האט געשריבן:סאיז שוין קיין נייעס אבער מ'האט עס נאכנישט דערמאנט דא און שטיבל ,
און קאליפארניא לויפט איינער מיט'ן נאמען "little Patrick" פארן סענאט זיץ אויפן ריפאבליקאנער טיקעט און ווי אומגלובליך עס הערט זיך איז עס פארט א פאקט ,

זיין סלאגאן איז אז ער וועט זיין די העלד וואס וועט ראטעווען די ווייסע באקריווידעטע
פון די יודן וואס קאנטראלירן די רעגירונג , און ער שטיצט היטלער ימ"ש אפענערהייט
און ער זאגט אז ער וועט מאכן אמעריקא פריי פון יודן , וואס איז מייסטענס שאקירנד
דא איז אז ער באקומט די שטיצט פון די וויילער מיט א גרויסע מערהייט , ער איז נישט
די ערשטע אנטיסעמיט און ניאו נאצי עס פעלט נישט פון זיי דא און אמעריקא אבער
אזויפוהל מענטשען זאלן עם שטיטצען אלס קאנדידאט ברענגט א פחד.

דא איז א לינק ווי ער זידט און שעלט נאכן ווערן ארויסגעווארפען פונ'ם רעפאבליקאנער קאנווענטשאן.

https://youtu.be/Cz9WMK240ZQ

אויף דעם ווידעאו זעהט אינגאנצן נישט אויס אז ער זאגט די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס, ארויסטרייבן אלע אידן און אפן שטיצן היטלער, ער רעדט נאר קעגן איזראעל און עיפאק, איך שטעל מיר פאר אז באמת מיינט ער דעיס צו זאגן, אבער איך מיין אז מען האלט נאך נישט דארט אז א מענטש וואס שטעלט זיך ארויס זאגן אפן אז ער וויל ארויסטרייבן אלע אידן זאל קענען באקומען שטיצע.

בדרך אגב , די לעצטע פאר וואכן איז די גאנצע מידיע פול געווען מיט באשולדיגונגען אז ביבי נתניהו האט אריינגעשלעפט אמעריקע אין די עיראק מלחמה, א באשולדיגונג וואס איז ביז לעצטנס נאר געווען נחלת דעיוויד דיוק וחביריו.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עקזאקטלי, די ליבעראלע זענען שונאי ישראל, האבן פיינט ארץ ישראל, ובראשם אבאמא קאקאש קעיק וואס האט פראבירט מיט אלע כחות צו לייגען ארץ ישראל אין דער ערד, מיט לאזען די יו ען דורכפירן רעזולוציעס קעגען ארץ ישראל, אבער טראמפ איז א נאצי, ווייל ער מופט די עמבאסי קיין ירושלים. דער טפשות פין די ליבעראלע אידען איז אין לשער.

טראמפ איז בעסער פאר אונז אידען, בעסער פאר ארץ ישראל, א פאקט.

טראמפ האט געבראכען נארט קארעא, א זאך וואס אבאמא האט נישט געקענט.

טראמפ וועט ברעכען איראן אם ירצה השם.

און די שבת'ל פאר דיר איין מיט דיינע ליבעראלע חברים אין בעט, און ג'יי פראטעטירען קעגען ארץ ישראל ווען זיין הרג'ענען אפאר אראבער.

אפילו דיין דערשעוויץ פארשטייט צו זיין מיט טראמפ ווייל ער איז בעסער פאר ארץ ישראל. מעגסט אויך אראפנעמען דיינע ליבעראלע מאסקעס און לאזען דיין אינערליכע איד אדורך ברעכן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט