קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?
איך בין א מאנסי געבוירענער, ווי פארן מיט א בייק איז מותר לכתחילה פאר בחורים און יונגעלייט, איך פלעג פארן צו ישיבה יעדן טאג מיט מיין בייק א מהלך פון א גוטע צעהן מינוט, דורך פארנדיג די איינציגסטע גוי'שע געגענט וואס איז דא אין מאנסי, פיר מאל א טאג בין איך געפארן, און איך האב כמעט קיינמאל נישט געזעהן אן אשה, נישט קיין גוי'שע נישט קיין יודישע, פשוט קודם כל ווייל עס איז גענוג אויסגעשפרייט אז דו מוזט נישט טרעפן איינעם, און אויכט רוב פרויען סיי יודישע און סיי גוי'שע האבן א קאר.
און אויכעט די גוים זענען נישט אזעלכע נידריגע גוים ווי אין שטאט, און ווען איך האב שוין יא באגעגענט א גוי'שע פרוי איז זי געגאנגען מער צניעות'דיג ווי מען זעהט דא אין שטאט.
און כ"ש זעהן ווי א זכר און א נקבה כאפן זיך אן, געדענק איך נישט אזא זאך, און קישן וכו' מאן דכר שמיה.
איך האב חתונה געהאט קיין וויליאמסבורג, מיין ערשטע דירה איז געווען אין בעדפארד גארדענס, פון די ערשטע טאג האב איך נישט געקענט גלייבן וואס מען זעהט, יעדע מאל מען גייט אריין און ארויס פונעם בנין, צו זומער צו ווינטער, קען מען זעהן מאן און ווייב, יונגלעך און מיידלעך, אנגעפאנגען מיט סתם זיך אנכאפן ביז.. איך מיין עס איז נישט געווען אזא זאך עס זאל דורך גיין א טאג אן זעהן חיבוק ונישוק, איך האב זיך געוואונדערט אז עס הייסט נישט קיין אפגעפרעגטע זאך אין ווילימסבורג צו וואוינען אין בעדפארד גארדענס... איך האב געכאפט א שמועס וועגן דעם מיט מיין ווייב, זאגט זי אז זי זעהט נישט אזעלכע זאכן, איך האב זיך גענומען טענה'ן מיט איהר, ביז עס ארויסגעקומען אז א יליד וויליאמסבורג באמערקט שוין נישט די זאכן ווייל זיי זענען צוגעוואוינט עס צו זעהן פונעם געבוירן.
און דאס איז נאך גאלד אקעגן וואס מען קען זעהן אין די פראדזשעקס. מיין שווער וואוינט אין די פראדזשעקס אויף הויכע שטאקן, און עפ"ר ווען מען גייט ארויף אויף די הויכע שטאקן זעהט מען.. ממש... און אפי' מען קומט לאחר המעשה קען מען נאך צומאהל טרעפן די איבערבלייבניש..
און ביי דעם האב איך זיך אויכעט איבערצייגט אז מיין ווייב האט עס קיינמאל נישט באמערקט פאר איך האב איהר עס געוויזן די ערשטע מאל.
נאך מיין חתונה ווען איך האב געהערט אז מען פארפירט קעגן די ארטיסטן האב איך נישט פארשטאנען וואס מען וויל פין זיי, די ספאנישע זענען סאך ערגער און מען וואוינט נאך מיט זיי אין איין בנין.
ווען איך האב געלערנט אין כולל האט מיך א יונגערמאן פארציילט בשם איינע פון די גרויסע סאטמערע דיינים (איך האב שוין פארגעסן וועלכע) אז זיין חבר האט געדארפט זיך אריבערציען א דירה און האט געהאט אן אויסוואל פון צוויי דירות, איינס אין די גוי'שע פראדזשעקס אין איינס אין א גרויסע יודישע בנין, וועלכע זאל ער נעמען, האט איהם דער דיין גענטפערט, בעסער אין א גוי'שע, ווייל אין א יודישע בנין אויב מען האט א שלעכטע שכן קען מען זיך אפלערנען, משא"כ פון א גוי'שע שכן לערנט מען זיך נישט אפ, ודפח"ח..
צו די מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער איין זאך ווייס איך זיכער, אז א 27 יעריגע יונגערמאן האט מיך עס איבער דערציילט מיט א תמימות און ער גלייבט דערין, און דאס איז א נארמאלע השקפה אין וויליאמסבורג..
און אפילו איינער וואס וואוינט אין א אייגענע הויז, זאגטס מיר ווי אזוי זעהט אויס לי עוו. בעדפארד עוו. אין מאנסי קענסט נישט טרעפן איין גאס אין די מערסטע ביזי סיזען וואו עס זעהט אויס די וויליאמסבורגע גאס אין א טויטן זומערדיגן זונטאג. חוץ פון דעם וואס די נשים רוקן זיך נישט פאר קיין מענער, עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך, די אומ'צניעות'דיגע מאנסי פרוי האט מער בושה אין זיך..
נאך וואוינען אפאר יאר אין וויליאמסבורג האב איך פארשטאנען די מאמר אז וויליאמסבורג איז ירושלים ד'אמעריקא, וויליאמסבורג'ע לי עוו. זעהט אויס ווי ירושלים'דיגע גאולה גאס..
איכא דרכא אחרינא רשע הוא.
יעצט פרעג איך אייך, קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין וויליאמסבורג? און דאס איז שוין חוץ אלע אנדערע פראבלעמען..

- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
chosen people האט געשריבן:חוץ פון דעם וואס די נשים ריקן זיך נישט פאר קיין מענער עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך
You lost me there...
וואסערע בושה דארפן זיי האבן? זיי דארפן זיך שעמן אז די באשעפער האט זיי באשאפען נקיבות?
chosen people האט געשריבן:יעצט פרעג איך אייך קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין ווילימסבורג? און דעס איז שוין חוץ אלע אנדערע פרעבלעמען..
לשיטתך גיי וואוין אין א מדבר...
מען קען זיין אן ערליכע איד אין פאריז אויך, א איד דארף זיך קענען באהערשן, אויב נישט, מוף דיר צוריק קיין מאנסי.
ווילאמסבורג איז טאקע א גרויל, נישט נאר פון אידישען פוינט אוו וויוא, אבער נישט דאס איז מכריע אויב מ'איז א ערליכע איד.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
נאכן נישט זיין אין וומ"ס פאר א פאר יאר, האב איך געשפירט ממש דאס וואס די זאגסט,
אבער ווען איך האב עס אויפמערקזאם געמאכט, פאר א וומ"ס איינוואוינער, האט ער מיר אנגעקוקט ווי א שנה ופירש'ניק, אז איך רעדט אויף ירושלים דאמעריקא, און נאך מיר געזאגט אז מיין נייע שטאט האט מיר פארדארבן,
אבער געדענקט מיר האבן נישט קיין
עירוב
גל פז
ביוטי סאלאן
ווייל דאס איז ערגער ווי אלע דריי עבירות
לאמיר אלע זינגען
וויליאמסבורג גאר א שיינער שטאט וואוינען אידן אזוי צופרידן....{יו"ט ערליך}

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:chosen people האט געשריבן:חוץ פון דעם וואס די נשים ריקן זיך נישט פאר קיין מענער עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך
You lost me there...
וואסערע בושה דארפן זיי האבן? זיי דארפן זיך שעמן אז די באשעפער האט זיי באשאפען נקיבות?chosen people האט געשריבן:יעצט פרעג איך אייך קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין ווילימסבורג? און דעס איז שוין חוץ אלע אנדערע פרעבלעמען..
לשיטתך גיי וואוין אין א מדבר...
מען קען זיין אן ערליכע איד אין פאריז אויך, א איד דארף זיך קענען באהערשן, אויב נישט, מוף דיר צוריק קיין מאנסי.
ווילאמסבורג איז טאקע א גרויל, נישט נאר פון אידישען פוינט אוו וויוא, אבער נישט דאס איז מכריע אויב מ'איז א ערליכע איד.
ווען איך האב געשריבן בישה האב איך נישט ח"ו געמיינט אז זיי דארפן זיך שעמען מיט עפעס איך האב געמיינט צו
זאגן אז א יודישע איידלקייט וואס א צניעות'דיגע פרוי האט.
איך האב דעס געשריבן נאכן זעהן די ארטיקעל ווי קען מען זיין אן ערליכער יוד ווילימסבורג אדער בארא פארק.
הייסט די גמרא איכא דרכא אחרינא איז געזאגט געווארן נאר אויב מען קען זיך נישט באהערשן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
און וואס האט צניעות מיט זיך רוקן פאר דיר? אפשר זאלסטו זיך רוקן פאר איר משום צניעות? זי שטיפט אליין א טריפל קערידזש מיט פינף וויינעדיגע בעיביס אונטער דריי, שלעפט זיך אליין ווייל איר מאן איז צו ביזי אין כולל טרינקען קאווע, זי דארף זיך רוקן פאר דיר ווייל דו מוזט זייער שנעל אנקומען אין גראסערי צו זען די נייע דעקל פון די לעיטעסט שטערן. (איך מיין נישט דיר, נעם עס נישט פערסענאל).
ווייז מיר ווי ס'שטייט אז א פרוי דארף זיך רוקן פאר א מאן, און זאג נישט יסלקנה לצדדים, ווייל ס'מיינט נישט אז דו זאלסט איר רוקן...
איכא דרכי אחרינא גייט נישט ארויף אויף וועלכע שטאט מ'זאל וואוינען.
ווייז מיר ווי ס'שטייט אז א פרוי דארף זיך רוקן פאר א מאן, און זאג נישט יסלקנה לצדדים, ווייל ס'מיינט נישט אז דו זאלסט איר רוקן...
איכא דרכי אחרינא גייט נישט ארויף אויף וועלכע שטאט מ'זאל וואוינען.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
געפילטע איך האב מורא אז איר וואוינט נישט אין ווילימסבורג, ווען איין פרוי שפאצירט מיט א קערידש אפי' מיט א דאבעל קערידש איז דא נאך גענוג פאלאץ פאר ביידע צו וואקן, און קיינער דארף נישט גיין אויפן גאס, איך רעד ווען אפאר פרויען שפאצירן ארויף ליע עוו. און זיי נעמען אויף די גאנצע סייד וואק,יא וואלטן זיי זיך געמעגט אביסל ריקען, און יא דעס האט מיט צניעות, און מיט מענטשליכקייט..
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
ר' טשאסען איך פארשטיי נישט אייער טענה אז ווייל מען זעט די גוים מאכן חיבוק ונישוק קען מען נישט זיין אן ערליכער איד ממה נפשך א מאנסי איד וואס וויל קוקן געמיינע זאכן האט דען נישט ווי צו קוקן בעסערע סצענעס ווי די יפי תואר אין די פראזשעקס? וויל מען נישט קוקן און מען זעט וואס איז דער עולה. און איך קען נישט מאנסי אבער עס איז עפעס באוואוסט אז עס איז אן עיר שכולה משוגעים, איז עס אמת? כ'האב פונקט געהערט א מעשה עפעס איינער פון די משוגעים וואס דרייט זיך ביי שומר שבת אין ב"פ לויפט ארום פרעגן יעדן ווי ער קען חאפן א מאנסי באס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
chosen people האט געשריבן:געפילטע איך האב מורא אז איר וואוינט נישט אין ווילימסבורג, ווען איין פרוי שפאצירט מיט א קערידש אפי' מיט א דאבעל קערידש איז דא נאך גענוג פאלאץ פאר ביידע צו וואקן, און קיינער דארף נישט גיין אויפן גאס, איך רעד ווען אפאר פרויען שפאצירן ארויף ליע עוו. און זיי נעמען אויף די גאנצע סייד וואק,יא וואלטן זיי זיך געמעגט אביסל ריקען, און יא דעס האט מיט צניעות, און מיט מענטשליכקייט..
מיט דעם איז וויליאמסבורג שרעקליך
פרויען קענען שטייען אין שמיעסן אויף די גאנצע ברייט פין די גאס אין אפי' ווען א מאן קומט וועלן זיי נישט פארשטיין אז זיי דארף זיך רוקן
ווער רעדט נאך פין ד' אמות, ווי עס ווערט געברענגט - דאכט זיך אין שו''ע טאר מען נישט גיין ד''א מאחורי האשה אין נישט צווישן 2 נשים
אפגערעדט פין די יונגערע וועלכע מאכען אזא אויסדרוק, 'ווי איך בין יעצט ביזי קענסט זיך דורכשטופן',
וואס זאל איך אייך זאגען, מען דארף נישט זיין קיין גרויסע יר''ש צו פארשטיין אז עס איז עקעלדיג
אין מאנסי אדער ק''י וועט א פרוי ארויפטאנצען א בארג שניי ווען א מאן קומט
(דארט זענען שמאלע גאסען, אין ווען ס'דא א שניי זענען ביידע זיידן פונעם סיידוואק אנגעלייגט מיט הויכע בערג שניי אין די קעגן קומענדיגע האבען נישט ווי צו גיין)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:מיר האט א פרוי געזאגט, זי איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג און געמופט קיין מאנסי, אז זי פארשטייט נישט וויזוי מ'קען בלייבן א איד אין מאנסי, די מענער רוקן זיך נישט פאר די פרויען, עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך...
What are you all complaining about. I know a BIG REBBE that walks up & down lee ave in the middle of day every single day. No eekeh darkeh ahcrina?
- חכם מחוכם
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
העי העי, איך וואוין אין וויליאמסבורג 18, יאהר, איך ווייס איין זאך, ווען איך גיי אויף בארא פארק, אדער אויף מאנסי, קען איך נישט פארנעמען די מאדערנע פרויען, וואס זעהען נאך אויס אזויווי די גויטעס אין וויליאמסבורג, ליידער, אבער יונגערמאן, פארוואזשע זעהסטו די זאכן?, פארוואס קען איך וואוינען אין דא אזוי לאנג, און איך זעה נישט גארנישט?, מיך האט מען אויסגעלערנט אז אויף א גוי קוקט מען נישט!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
chosen people האט געשריבן:איך בין א מאנסי געבוירענע..........................
יעצט פרעג איך אייך קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין ווילימסבורג? ..........
איך פארשטיי דיר 100%.
לאז-דיך נישט קלאפן.
סך הכל זאגסטו אז די "טויש" האט דיר צושאקעלט.
אבער דער עצם זאך פון וואוינען אין וומ"ס שאדט דאך נישט, ואשת-חילך תוכיח.
נו, דו ברענגסט ארויס אז אויפוואקסן אויף איין פלאץ, מאכט שוועריגקייטן ווען מ'גייט אריבער אויף אן אנדערע פלאץ. אמת.
די זעלבע מיט איינעם וואס וואקסט אויף אין וומ"ס, האט חתונה קיין מאנסי, ער ווערט ווילד ווען ער זעהט פרויען דרייווען כאילו-לא-היה....
ווען ער זעהט נשים כשרות מיט שערות מחוץ לצמתן (אזויווי די אמהות)
און ווען ער האט חתונה קיין ב"פ, און זעהט אלע סארט נשים פון א שפיצעל ביז...
יא, ס'איז אמת, אז מ'וואקסט אויף ISOLATED ווערן די חידושים SHOCKING
Under influence
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דער תירוץ פאר דעם קשיא פון דער קעפל אויף דעם אשכול איז... ניין
א ערליכע יוד ניין,
מ'קען זיין מער חסידיש, דהיינו אנגעטוהן חסידיש, אזוי אז מען פאסט זיך אריין אין דעם געגענט, אבער דאס האט גארנישט צו טוהן מיט זיין א יוד. אזא איינער וואס וואקסט אויף אין ווילימסבורג קוקט אראפ אויף רוב רובא פון כלל ישראל אויב זייער לעבנס שטייגער איז נישט זייערס גלייכען.
זיין א ערליכע איד איז כולל סיי וואס פאר א איד, אין ווילימסבורג לאזט מען דיר נישט דאס זיין.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- שמיטה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
בנוגע צו מען קען זיין אין וויליאמסבורג אן ערליכע איד, איז די תירוץ, אוודאי! אינעם גאנצן כדור הארץ קען מען מיט רצון ויגיעה זיין אן ערליכע איד.
אבער בנוגע די מצב הצניעות אין וויליאמסבורג, איז ווידער נישט קיין שום פראגע, אז די מצב איז אין די לעצטע יארן געפאלן שרעקליך.
אמת אז אין מאנסי און ב"פ איז די מצב ביים אידישן ציבור פיל שוואכער ווי ביים ציבור אין וויליאמסבורג. אבער די נידריגקייט און אויסגעלאסענקייט וואס הערשט אין וויליאמסבורג מצד די גוים און גויטעס, ארטיסטן, היפסטערס, טוריסטן, וכו', איז שרעקליך און עקלהאפטיג ביז גאר. אין מאנסי אדער ב"פ וועט איר דאס קיינמאל נישט געפינען. ס'איז נישט קיין ספק, אז דאס האט ליידער אן אפעקט אויף אונז אידן אויך...

געפילטע פיש האט געשריבן:און וואס האט צניעות מיט זיך רוקן פאר דיר? אפשר זאלסטו זיך רוקן פאר איר משום צניעות? זי שטיפט אליין א טריפל קערידזש מיט פינף וויינעדיגע בעיביס אונטער דריי, שלעפט זיך אליין ווייל איר מאן איז צו ביזי אין כולל טרינקען קאווע, זי דארף זיך רוקן פאר דיר ווייל דו מוזט זייער שנעל אנקומען אין גראסערי צו זען די נייע דעקל פון די לעיטעסט שטערן. (איך מיין נישט דיר, נעם עס נישט פערסענאל).
ווייז מיר ווי ס'שטייט אז א פרוי דארף זיך רוקן פאר א מאן, און זאג נישט יסלקנה לצדדים, ווייל ס'מיינט נישט אז דו זאן.
און וואס דארף איך צו טוהן ווען איך קום אן מיט די דאבל קעריטש צו די טיר פון די בילדינג שטייט דארט א גרופע נשים צדקניות וואס פארנעמן די ברייט פון די טיר בעיקר איין פרוי גראדע א מאנדרויער זי זעהט מיר שטיין אזוי אומבאפארעט אינעם רעגן און גארנישט זי האלט זיך נישט באם ריקן ווייל איר מאן וואס האלט זיך אויפגעקלערט האט איר מסביר געווען אז פרויען ריקן זיך נישט פאר מענער... אפילו נאכדעם וואס א איידעלע פרוי האט איר עטליכע מאהל געבעטן זי זאל זיך ריקן האט זי א טובה געטוהן און שטאטערהייט אריין שפאצירט פארשטעלן מיר די וועג אז איך זאל דארפן ווארטן ביז זי קלעטערט אריין מיט אירע מוטשעדיגע קינדער אין די עלעוועטר.... ווען זי איז ווען א אשה נאה שוין מיילע טוט זי מיר כאטש מהנה זיין אבער דא עקא זי איז מיעס ווי די גלות פאר די באנדענע עפאכע פלעגט זי נאך גיין מיט די שייטל זייענדיג א בעסערע... אבער היינט גייט זי שוין מיט די באנדענע אין גראסערי אויך, נעבעך....
טייערע מענער איר קלערט אויף אייערע ווייבער פיין אבער מאך זיכער זי פירט זיך אויף מענטשליך!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
עמעזאן האט געשריבן:און וואס דארף איך צו טוהן ווען איך קום אן מיט די דאבל קעריטש צו די טיר פון די בילדינג שטייט דארט א גרופע נשים צדקניות וואס פארנעמן די ברייט פון די טיר בעיקר איין פרוי גראדע א מאנדרויער זי זעהט מיר שטיין אזוי אומבאפארעט אינעם רעגן און גארנישט זי האלט זיך נישט באם ריקן ווייל איר מאן וואס האלט זיך אויפגעקלערט האט איר מסביר געווען אז פרויען ריקן זיך נישט פאר מענער...
האסט געטראכט פון איר בעטן זי זאל זיך רוקן? עקסקיוז מי? אדער דו ווילסט זי זאל זיך אליינס רוקן ווען ס'פאסט דיר ניטאמאל צו פרעגן שיינערהייט?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרעגן שיינערהייט???!!! אין וויליאמסבורג (און היינטיגע צייטן אין די טרייפענע בארא פארק אויך.) פרעיגט מען נישט שיינערהייט אפילו ווען מ'וויל אז א מאן זאל זיך ריקן! מ'זעצט אריין אין יענעם. דאמאלס פארשטייט ער אז מ'האט געוואלט ער זאל זיך רוקן!...!
נ.ב.: מיט א סאך יארן צוריק איז געוועין ביי די וויליאמסבורגער אידן (אפשר אין "דער איד"? אזא מין אויסדרוק: "דער זאטער בארא פארקער בעל הבית".
האביך פונקט נעכטן געקוקט אביסל די פיקטשערס פון כ"ק אדמו"ר מדאבשינא שליט"א וחבריו. ס'זעהט מיר נישט אויס אז אין וויליאמסבורג יצ"ו הונגערט מען, ח"ו. אדרבה. די אידן (און אידענעס) תושבי וויליפעסט קענען גאנץ רואיג נוצן א ביסל דייעט און עקסערסייז. דער עולם דערמאנט מיך פון אן אנגעיורן טייג פאר חלות נאכדעם ווי ס'קומט ארויס פונ'ם "באש" מיקסער/קנעיטער...

געפילטע פיש האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:און וואס דארף איך צו טוהן ווען איך קום אן מיט די דאבל קעריטש צו די טיר פון די בילדינג שטייט דארט א גרופע נשים צדקניות וואס פארנעמן די ברייט פון די טיר בעיקר איין פרוי גראדע א מאנדרויער זי זעהט מיר שטיין אזוי אומבאפארעט אינעם רעגן און גארנישט זי האלט זיך נישט באם ריקן ווייל איר מאן וואס האלט זיך אויפגעקלערט האט איר מסביר געווען אז פרויען ריקן זיך נישט פאר מענער...
האסט געטראכט פון איר בעטן זי זאל זיך רוקן? עקסקיוז מי? אדער דו ווילסט זי זאל זיך אליינס רוקן ווען ס'פאסט דיר ניטאמאל צו פרעגן שיינערהייט?
דאס האב איך טאקע געטוהן די ערשטע זאך איך האב איר געבעטן לכל הפחות 5 מאהל, ס'איז ניכר געווען איר טראציקייט ווי איינער זאגט וואס מיינסטו ביזטו אז איך זאל זיך ריקען פאר דיר ווארט עטליכע מינוט ביז איך ענדיג די באררינג נארישע שמועס און ביז איך שלעפ זיך אריין מיט די קינדער און נאכדעם אויב ביזטו נאך אינטערעסירט איז דאס פלאץ פריי פאר אייך,
נאך איינמאל טייערע מענער ביפאר איר קלערט אויף אייערע ווייבער טראכטס גוט אריין צו עס לוינט זיך!!!