פרשת בעלז תשמ"ב

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.

איני יודע אם אכן הטמינו גמרות וכולי, אבל שמעתי מהרב (-) ששמע מזקינו שהיה על חג השבועות בבעלזא ממש לפני המלחמה ושמע איך שלפני הטיש אמר מהר''א להרב הנקרא ''פעטריווע דיין'' ממונקאטש שלא יגיד שיעור בדף היומי, ואמר שאגודת ישראל הוא אכן דבר טוב בפולין ובקונגרס פולין, אבל אצלינו לא צריכים את זה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.

בטח כוונתך למכתב האמרי אמת, בו כתב ששמע כן בשם מהרי''ד.
וקרב פזורינו מבין הגויים
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך מצפה לישועה »

און די אלע וואס גייען קומען נאך א מינוט און פאדערן א מקור,
וויל איך מקדים זיין,
אז א מוציא מחברו עליו הראיה,
דאס אז סאטמערער רב'ה האט געהאלטן קנאות אלס אן עיקר בדת, קען יעדער איינער זעהן און זיין ספר, און אין זיינע תורות,
טאמער וויל איינער קומען טענה'ן אז בעלזא האט אמאל געהאלטן אז קנאות איז איינס פון תרי"ג מצוות,
זאל ער ברענגען כאטש איין בעלזא תורה וואס רעדט וועגן די חשיבות פון קנאות...

אלע בעלזא תורות רעדן וועגן תורה, יר"ש, עבודת המידות, תפילה, קיום המצוות, אא"ו
דאס איז אייביג געווען די מאטא, און דאס איז היינט אויך די מאטא.

ווער עס האט געטוישט און פאדרייט זיין דרך פון פאר די קריג, איז גאר איינער אנדערש.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרשת בעלז תשמ"ב

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און די פארטיי ספין איז שוין צוריק. מ׳שטעלט די נושא כאילו ׳עס איז פון די תרי"ג מצוות׳ און דערנאך פאדערט מען א ראיה. מ׳רעדט פון פשוט עקסטרעמיזם און דער מהלך פון אני ואפסי עוד.
יא, אין בעלזא האט מען גערעדט עקסטרעם קעגען ערשיינונגען וואס דער תורה האט נישט פארווערט. דאס איז נישט עקסטרעמיזם? יא, אין בעלזא האט מען גערודפ׳ט די וואס גייען נישט אין שפאן. דאס איז נישט עקסטרעמיזם?

שוואנצאנות איז נישט קיין סאטמארער חידוש. יעדער באשרייבונג פון בעלזא אינדערהיים, כולל וואס בעלזא אליינס דרוקען, איז פול דערמיט.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

(ביטע איגנארירן דעם טראל).

מצפה, איך וואלט אביסל מער מרחיב און מבאר געווען. אין בעלזא איז מען אייביג געווען פארנימען מיט זיך, מה חובת יהודי בעולמו לערנען תורה דינען דעם אייבערשטען און טוהן פאר אידנס וועגן. איי עס זענען אויפגעשטאנען נייע אידיען וואס האבען אונז געשטערט פון טוהן דעם רצון הבורא האט מען לוחם געווען בחרב ובחנית פאר אונזערע רעכטן און ברשות הקיר''ה זיך אפגעטיילט ווי ווייט מעגליך אז מען זאל קענען טוהן אונזער עבודת הבורא, און פון די אנדערע זייט ממליץ געווען כלפי שמיא בבחינת יתמו חטאים ולא חוטאים און געזעהן גוטס ביי אידן.

ווידער דער אונגארישער מונקאטשער און סאטמארער דרך איז אייביג געווען צו זיכען ביי יענעם כל מיני עבירות, בארעדן און באזידלן מיט די גרעבסטע לשונות ווער ער האלט נישט ווי דיר כולל אלע גדולי ישראל. ווידער ביי זיך דארף מען נישט מאריך זיין וויפיל מען האט פראטעקטעד שוחד, גנבים, נואפים, מאלעסטערס, אומריינע געלט וכו וכו.

אויך איז ביי זיי געווען דער דרך צו טיילן ימח שמו'ס מיט גאר א ברייטע האנט, מקטרג זיין און זאגאר שעלטן אויף אידן ווען אימער.

יעצט ווען די 2 דרכים האבען זיך צאמגעשטויסן איז מובן אז עס איז געווארן א קאטעסראפע. אויב אינדערהיים אז כאטשיק געווען עטוואס א מורא של מלכות איז אין די אנגעפאשעטע אמעריקע דאס אויך נישט געווען. וכמעט שלא השאיר לנו שם ושארית לפאפא, וויזשניץ, סקווער, בעלזא, קלאזענבארג וכו. עד שקם הארי החי און אויסגעריפן קבל תבל ומלואה אז מיר האבען ב''ה אויך געהאט גרויסע זיידעס וואס מיר גייען אין זייערע דרכים און קיינער וועט אונז נישט איינטיילן וואס מיר זאלן טוהן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך מצפה לישועה »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מצפה לישועה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: פרשת בעלז תשמ"ב

שליחה דורך אונטער חכם »

האמיר דא איך אויך וואס זאגט אז פראטעקטן מאלעסטערס איז א מונקאטשער און סאטמארער דרך, קעגן מונקאטשער רב וואס דערציילט אונז אז יסע לבעלז ויותר הכל, און אויב רעדסטו פון נאכן קריג איז שוין אויף בעלז אויך דא פונקט אזויפיל שמוץ.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מצפה לישועה האט געשריבן:בעלזא האט קיינמאל נישט געהאט קיין שיטה פון קנאות.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס די סאטמערע פראבירן איבער צו שרייבן די היסטאריע כדאי האבן מיט וואס זיך פארענטפערן זייער שיטה, און מיט וואס צו האקן אויף בעלזא.

בעלזא האט אלס געהאט איין זאך וואס זיי האבן געשטרעבט צו דינען, און דאס איז דער באשעפער.
קנאות איז קיינמאל נישט געווען א געטישק ביי זיי.
אזוי ווי דער 'שר שלום' האט שוין געזאגט: "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יר"ש בי משיח וועט קומען."
יא קנאות נישט קנאות, דאס איז קיינמאל נישט געווען א 'שיטה' אדער א גאנג וואס אויף נאר אויף דעם האט מען זיך אנגעוויזן.
ס'איז טאקע געווען רב'ס וואס זענען געווען מער קנאיש, אדער וויניגער, אלס לויט די עיקר שטרעבונג- פון א ווינקל פאר תורה און יר"ש, און וויאזוי ס'האט זיך געפאדערט און יענע צייטן. נישט אלס א 'שיטה הקדושה' אדער אלס א 'דרך און חסידות'.


נעמען א חסידות וואס עס איז נישט פארהאן דארט קיין תורה אדער יר"ש, נאר קנאות אלס א 'דרך' און יידישקייט.
און פראבירן צו צוגלייכן צו א חסידות וואס איז געוועהן באווסט אלס מלא וגדוש תורה ויר"ש, אסאך פאר ווען מ'רעדט פון קנאות,
איז נישט מער ווי א חוכא ואיטטלולא.


(נישט אומזיסט האט דער רב געזאגט פארשטאפטע גענז, דאס האט אין זיך א טאפלטע משמעות. א חסידות וואס איז זיך מחמיר נהנה זיין פון אלע תאוות העוה"ז, זאלן נישט קומען אויסלערנען קנאות פאר ווער עס זייפט זיך איין און תורה און יר"ש)



קען זיין אז בעלזא איז טאקע נישט באשטאנען פון ׳קנאות׳ זעלבסט אזויווי סאטמאר. וואס איך האב געזאגט איז אז די מעהר פארפרומטע און פארחאניאקטער קנאים האבן זיך געטראפן דאס פלאץ אין בעלזא. בעלזא איז געוועהן די טייפ חסידות אמאל. היינט איז עס מעהר סאטמאר.

צווייטענס בעלזא איז טאקע אפשר נישט געוועהן קנאותדיג געשטימט אויף די זעלבע מדריגה ווי סאטמאר דאך זענען זיי געוועהן אנטי-ציונים. מהאט נישט געדארפט זיין קיין קנאי פארדעם. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Gimpel האט געשריבן:מקור ביטע

מפי השמועה ממה ששמעתי בדיבוק חברים עם חסידישע אידן, ואח"כ מצאתי שנדפס בקונטרס 'פרשת גדולת מדרכי'.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?

ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ועי' מה שרשמתי לעיל כמ''פ, ותמצא נחת לכל קושיותיך, והכל על מקומו יבא בשלום.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז איך האב קשיות, אלעס וואס איך ווייס שטימט הערליך שיין. דו ביזט דער וואס איז די גאנצע צייט פארנומען פרעגן קשיות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גערעכט. ווען איינער רעדט אומפארשטענדליכע דיבורים איז עס מעורר קשיות פאר איינער וואס וויל פארשטיין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס ווילסטו פארשטיין?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

עי' לעיל ותמצא נחת
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך פראביר נאר דיך צו העלפן פארשטיין, אז דו ווילסט נישט איז נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך האב פרובירט צו פארשטיין, אז דו קענסט נישט איז נישט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איש חזון האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.

בטח כוונתך למכתב האמרי אמת, בו כתב ששמע כן בשם מהרי''ד.

קען זיין. אויב קענסטו אהערברענגען דער בריוו וועל איך זען צי ס'איז טאקע דאס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?

ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.


כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט! די רעיון הציוני מיינט פשוט וישוט אז אידן דארפן האבן א אייגען לאנד. וואס איז אזוי שווער צופארשטיין?

קיין איין חסידישע פרומע רבי אדער ראש ישיבה וואס איך האב געהערט האט געשטיצט די רעיון פאר די קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער? לאמיר קלוגער ווערן. כקען באשטיין.

גראדע איז דער ערשטער רב/רבי/ראש ישיבה אין דער וועלט וואס האט געשריבן קעגן ציונות נאך אין די 1800 יאהרן איז געוועהן מיין זיידע הרה״ק ר׳ שמעלקע סעלישער בעל צרור החיים (פון די הויפט רבנים אין אונגארן) די סאטמארער רב האט קיינמאל נישט געוואוסט פון דעם בריוו פון ר׳ שמעלקע הערשט נאכן פארענדיגן שרייבן דעם ״ויואל משה״ איז ער געוואר געווארן פון די בריוו. ער האט זיך דאן ערנסט געישובט איבערצודריקן די ספר און אריינלייגן ר׳ שמעלקע סעלישער בריוו.

די דעמאלטסדיגע ציונים פאר די קריג זענען אלע כמעט געוועהן פרייע. מיין עלטער זיידע האט געהאט א טאכטער וואס איז ארויפגעפארן פון רומעניע קיין אר״י מיט די ציוניסטישע עולים ערגעץ אין אנהייב פון די 1900. מיין עלטער זיידע א וויזניצער חסיד מיט שטריימל און ווייסע זאקן (יענע צייטן איז נישט אלע וויזנצער חסידים געגאנגען אזוי-רוב נישט) האט זיך געזעצט שבעה נאך זיין טאכטער. למעשה איז זי ארויפגעקומען קיין אר״י און לכבוד דעם איבערגעלעבט די קריג. מיין זיידע האט איר גלייך אויפגעזוכט ווען ער איז ארויפגעקומען קיין ישראל נאכן קריג. זי האט חתונה געהאט מיט א מזרחיסט און געוואוינט אין פתח תקוה. ווען איך האב איר איינמאל באזוכט אלץ בחור האב איך איר אויסגעפערגט פארשידנע קשיות וועגן אינדערהיים, (וויזניצער מנהגים וכו׳) האט זי זיך געגעבן אזא רוף אן אביסל אויפגערעגטערהייט ״וואס א חילוק מיט וועלכע קאליר זאקן מאיז געגאנגען אינדערהעים דער עיקר איז אז מ׳איז א ציוניסט״, און אז אונז אידן האבן אויפגעשטעלט א אייגען לאנד...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?

ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.


כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט! די רעיון הציוני מיינט פשוט וישוט אז אידן דארפן האבן א אייגען לאנד. וואס איז אזוי שווער צופארשטיין? קיין איין חסידישע פרומע רבי אדער ראש ישיבה וואס איך האב געהערט האט געשטיצט די רעיון פאר די קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער?

ביי די דריטע כנסייה הגדולה פון די אגודה האט מען באשלאסן אז מ'טאר נישט אויפגעבן אויף קיין איין שטיקל לאנד פון ארץ ישראל, און ווער ס'קען זאל פאקן פעק און ארויפקומען אויף ארץ ישראל.

ר' מאיר שמחה פון דווינסק שרייבט אז ס'נישט דא וואס צו מורא האבן פאר די שלש שבועות, אזויווי מ'זעהט אז עזרא הסופר האט נישט מורא געהאט.

ווען מ'האט צוריקגעגעבן סיני האט די בעלזע רב זי"ע געזאגט אז מ'האט עס נישט געדארפט צוריקגעבן ווייל כיבוש איז קונה. און ער האט געהאלטן אז אין אילת דארף מען נישט האלטן יו"ט שני מהאי טעמא.

ווילסט הערן נאך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קוקט אויס ווי מ'האמיר שוין א בעלזע מנין דא אין שטיבל, דאס מאכט די קאווע געמיינדע מער קאלערפול. יהא בואכם לברכה.
איך האב א קשיא פאר די בעלזע חברים. וואס האט עטץ מורא צו זאגן אז היינטיגע בעלז איז אנדערש ווי פאר'ן קריג? יא ס'איז אנדערש און מ'דארף זיין אנדערש ווייל די גאנצע וועלט האט זיך געטוישט און א גדול בישראל קען מחליט זיין לפי הזמן צו טוישן - עת לעשות לה' הפרו תורתך.
נעם למשל שייטלעך. לכו"ע, בעלז אינדערהיים זענען נישט געגאנגן נאר מיט טיכלעך, אעפ"כ נאכ'ן קריג האט בעלזע רב עס נישט פארלאנגט ווייל ער האט פארשטאנען אז לפי המצב והזמן דארף מען נאכלאזן.
ק"ו וב"ב של ק"ו לגבי די מדינה, ווי ס'איז קיינמאל נישט געווען נוגע אזא שאלה צו מ'זאל גיין צו בחירות אדער נישט, איז אודאי נישט שייך צו זאגן אז מ'האט משנה געווען פון אמאל. קען זיין אמאל האט מען זיך געדארפט דערווייטערן און נישט האבן קיין שייכות מיט ציונים אבער איינמאל ס'איז געווארן א מדינה דארף מען דן זיין פון פריש וואס די צוגאנג זאל זיין.

יעצט איין בקשה צו מיינע בעלזע חברים. טראכטס נישט אז די בעלזע רבי'ס ווערן גרעסער ווייל ענק רעדן דברי זלזול אויף סאטמאר רב און מונקאטשע רב. אפילו טאמער לעניות דעתכם האבן זיי געמאכט טעותים, קען מען אבער נישט אוועק נעמען זייער גדלות. זיי זענען נישט געווען קיין מגושמים אדער פוסטע יונגן. אל תהי בז לכל אדם, טייטשט די שינאווע רב, טאמער זעסטי א פעלער ביי איינעם, מאך אים נישט אינגאנצן אוועק, זיינע מעלות זענען מעלות און חסרונות זענען חסרונות. בכלל וואלט געפאסט פאר איינער וואס דרייט זיך אויף ק"ש אביסול ארויסגיין פון די קינדערישע צמצום און מ'דארף נישט האלטן אז יעדער וואס שטימט נישט מיט מיין פארטיי דארף איך אראפקלאפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'איז נישט קיין שום שאלה אז בעלזא היינט איז אנדערש פון אמאל, ווי א מאכנובקער האט מיר עס אמאל מגדיר געווען, "ס'דא בעלזא פאר תרפ"ז, און ס'דא בעלזא נאך תרפ"ז", דאס זענען צוויי אנדערע עולמות. און די רב האט אליינס געזאגט נאך בחייו פון זיין טאטע אז לגבי די אגודה האלט ער אנדערש פון זיין טאטע. און ער האט אויך געטוישט נאכ'ן קומען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט 'איינגעזען דעם אמת', כלשונו. אבער לגבי דער ענין פון קנאות האט די רב קלאר געזאגט אז ער האט עס נישט געזען ביים טאטן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט