יין שרף האט געשריבן:אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...
איך מיין אז ס'טאקע בעסער אז זיי ווייסן נישט.
יין שרף האט געשריבן:אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...
איך מיין אז ס'טאקע בעסער אז זיי ווייסן נישט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עדה החרדית איז פונקט אזויפיהל אין איין שיטה מיט סאטמאר אז די געלט זאל ווייטער פליסען. די ירושלימ׳ער זענען נישט געקנויטען פון די זעלבע טייג ווי די סאטמוירעם און זיי האבען נישט די זעלבע גלויבונגען. זיי זענען ׳אנגעפיקעוועט׳ מיט ציונות. זיי זוכען דער אויפבוי פון די לאנד און ארויס צו טרייבען די אראבער. אין אמעריקא קען מען אויסדרוקען מיטלייד מיט אראבער, די ירושלימ׳ער ווייסען בעסער\אנדערש.
הרב משה שטרנבוך פארטרעט, עטוואס, די בריסקער שיטה אין ציונות. דאס איז ווייט מזרח ממערב פון סאטמאר. אין בריסק, עגזיסטירט אין גאנצען נישט קיין מדינה, נישט קיין התגרות באומות, נישט קיין שלש שבועות, גארנישט. עס עגזיסטירט אן ארגאניזאציע וואס פיהרט א חינוך ווערטשאפט וואס שטימט נישט מיט תורה, דעריבער שטעלט מען זיך נישט צו, א.א.וו.. גארנישט מיט ויואל משה און גארנישט מיט גזירת גלות. זיי ׳שלאגען׳ זיך נישט מיט ציונים, פארשפרייטען נישט זייער מיינונג און זענען נישט באשעפטיגט מיט וואס ׳יענער׳ טוט צו האלט.
נישט צו ווייט פון אלע גדולי ישראל, נאר מער סימפליסטיש, נישט גוט פאר די ברייטע מאסען. אבער ווייט פון סאטמאר.
כלפי בריסק, זענען אהרוינעם פונקט ווי זאליס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי דו וואוינסט, אבער ברענגען א בריסקער ראש ישיבה צו אזא כינטס וואלט געווען העכסט פאני. אין בריסק האט מען אייביג נישט גורס געווען סאטמאר, און די ליצנות פון ברענגען הרב משה שטערנבוך יעצט איז נאך א רינגעל אין די קייט פון ליצנות מיט דעם וואס סאטמאר האט געהאלטען אז בריסק איז נאנט צו זיי. נישט דער בריסקער רב האט געהאלטען מיט א כי הוא זה מיט די שיטה, און נישט זיין תלמידים. ר׳ מיכל, ר׳ בערעל און ר׳ מאיר זצ"ל האבען גארנישט געהאט מיטמענק. נאר ר׳ דוד, וואס אין בריסק איז ער א ליצנות, האט עפעס א שייכות. ר׳ בערעל האט געזאגט אז קרן הצלה געלט איז איהם נישט אנדערש ווי מדינה געלט.
יא, דער וויץ האט שוין א לאנגע בארד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
berlbalaguleh האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:בלאט
בן ישי: ס'איז זיכער בעסער און מער בכבוד'יג ווי דער ספרדי'שער שלאף רבי וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית ביים כינוס אין בארקלעי'ס...!
נקודת-אמת האט געשריבן:
אבער אין אמת'ן אריין, איז דאס א פראבלעם אראפ-לייגן א שיעור אויף עברית פאר בחורים וואס דאס איז זייערע מאמע-לשון?
שמעון וואלף האט געשריבן:אויף די פראפאגאנדע פאוסטערס (פלאקאטן) פאר'ן כינוס האלט מען אין איין שרייבן "רביה"ק זי"ע". פאר די לעצטע צוועלף יאר האט די בלאט אויסגעלערענט פאר די ארונים אז ס'איז דא צוויי "רביה"ק", רביה"ק בעל דברי יואל און רביה"ק בעל ברך משה.
וואספארא חוצפה איז דאס צו שרייבן סתם רביה"ק?! כאילו די ברך משה איז נישט געווען קיין רביה"ק!
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:בלאט
בן ישי: ס'איז זיכער בעסער און מער בכבוד'יג ווי דער ספרדי'שער שלאף רבי וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית ביים כינוס אין בארקלעי'ס...!
ווען כ'האב געשריבן אז רב שטרנבוך לערנט פאר אויף עיברית האט @גאנצל געשריבן נעה, ס'איז נישט עיברית, ס'נאר לשון קודש מיט די ליטווישע הברה (הברה אשכנזית בלע"ז).
פארשטייסטי מיר, ווען מ'רעדט אין בארקלעי'ס בהברה אשכנזית איז עס די גרעסטע ליצנות אבער ווען רב שטרנבוך טוט אזוי איז עס פארשטענדליך.
איי, ווי נעמט מען א שמואל ווידער זאל דאס פארענטפערן