האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ווי ווייט איך ווייס האלט זיך ר'-ישעי'-יענק'לע זייער נאנט מיט'ן טירנויער דעם באקאנטן,
איך ווייס נישט קיין חשבונות פון געלטער צו אנדערע חשבונות, אבער דאס איז די פאקט.

נישט גיין באזוכן די בעלזער וועגן די נאנטשאפט, האט ער מסתם געהאלטן אז ס'איז איבער די חיוב,
בפרט ווי [tag]יוסף יוזפא[/tag] האט גע'טענה'ט דא אז זיין טאט'ן זאל זיין גיזונט האט איהם באפוילן יא צו גיין באזוכן,
און ווער ס'ווייסט וואס ארא חסיד איז אב"ד-מאור-הגולה איז פון זיין טאט'ן שליט"א,
פארשטייט אליינ'ס אז ס'וועט איבערוועגן א יעדע אנדערע זאך אויפ'ן וועלט,
אי קנאות, אי געלט פאר חסד לאברהם מוסדות'ן, אי געלט פאר זיין אייגענע קהילה און עסקנות'ן, און אפי' זיין לאנג-יעריגע ידידות מיט ר'-משה-מנחם.

ווי פארשטענדליך, וועט ער נישט בדווקא ווערן איצטער א פיינט אדער א מתנגד פאר'ן טירנויער,
איז ער געגיינגען באזוכן דעם בעלזאי, און נאכדעם געגיינגען אויך באזוכן ר'-משה-מנחם...

לטעמי ולדעתי איז דאס גאנץ א גוטע וועג צו פארשטיין,
און אויב טאקע אלעס איז ריכטיג, און טירנויער האט זיך בארוהיגט נאכ'ן ביקור התנצלות,
איז ר'-ישעי'-יעקב ארויסגעקומען אפי' בעסער ווי דעם טאהשער צדיק וואס האט געמוזט אנטלויפן ביז נאך דער בעלזער איז אוועק געפאהרן...

ר' ישעי' יעקב האט אנגעיאגט פאהרן קיין מירון, צוריק קומען, באזוכן דעם בעלזער, זיך מפייס זיין מיט רב טירנויער,
בשעת ווען אנדערע זענען סך הכל געוועזן אונטערוועגנ'ס מאנטריאל ניו-יארק און צוריק...

ווייזט אויס אז צומאהל וועט תמימות געווינען אלע חכמות שבעולם...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

הרב פארטוגאל איז געגאנגען באזוכן משה בן מנחם פא''פ?
וואו (=WOW)
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: איך האב מיך אפגעשטעלט גלייך ביים 2'טן פאראגראף וואו דו זאגסט אז זיין טאטע דער סקולענער רבי שליט"א האט געבעטן אז ער זאלל גיין באזוכן בעלזער רב. מ'דארף נישט קיין שום אנדערע חשבונות. טאקע אלס כיבוד אב וואלט ער כפרה געשלאגן מיט 10 ברואים ווי משה מנחם טירנויער...!.
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

נקודת-אמת האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס האלט זיך ר'-ישעי'-יענק'לע זייער נאנט מיט'ן טירנויער דעם באקאנטן,
איך ווייס נישט קיין חשבונות פון געלטער צו אנדערע חשבונות, אבער דאס איז די פאקט.

נישט גיין באזוכן די בעלזער וועגן די נאנטשאפט, האט ער מסתם געהאלטן אז ס'איז איבער די חיוב,
בפרט ווי [tag]יוסף יוזפא[/tag] האט גע'טענה'ט דא אז זיין טאט'ן זאל זיין גיזונט האט איהם באפוילן יא צו גיין באזוכן,
און ווער ס'ווייסט וואס ארא חסיד איז אב"ד-מאור-הגולה איז פון זיין טאט'ן שליט"א,
פארשטייט אליינ'ס אז ס'וועט איבערוועגן א יעדע אנדערע זאך אויפ'ן וועלט,
אי קנאות, אי געלט פאר חסד לאברהם מוסדות'ן, אי געלט פאר זיין אייגענע קהילה און עסקנות'ן, און אפי' זיין לאנג-יעריגע ידידות מיט ר'-משה-מנחם.

ווי פארשטענדליך, וועט ער נישט בדווקא ווערן איצטער א פיינט אדער א מתנגד פאר'ן טירנויער,
איז ער געגיינגען באזוכן דעם בעלזאי, און נאכדעם געגיינגען אויך באזוכן ר'-משה-מנחם...

לטעמי ולדעתי איז דאס גאנץ א גוטע וועג צו פארשטיין,
און אויב טאקע אלעס איז ריכטיג, און טירנויער האט זיך בארוהיגט נאכ'ן ביקור התנצלות,
איז ר'-ישעי'-יעקב ארויסגעקומען אפי' בעסער ווי דעם טאהשער צדיק וואס האט געמוזט אנטלויפן ביז נאך דער בעלזער איז אוועק געפאהרן...

ר' ישעי' יעקב האט אנגעיאגט פאהרן קיין מירון, צוריק קומען, באזוכן דעם בעלזער, זיך מפייס זיין מיט רב טירנויער,
בשעת ווען אנדערע זענען סך הכל געוועזן אונטערוועגנ'ס מאנטריאל ניו-יארק און צוריק...

ווייזט אויס אז צומאהל וועט תמימות געווינען אלע חכמות שבעולם...

ער איז נישט געגאנגען צוליב זיין טאטעס באפעל, ער איז געגאנגען ווייל ער האט גיוואלט, און ער האט גיהאלטן אז אזוי דארף זיין.
נאר זיין טאטע האט איהם געזאגט זאל ער עס מאכן בגלוי ובפרסום און זיך נישט באהאלטן פון קיינען.
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

בצל המתיחות בין האדמו"רים: בן הרבי מאנטוורפן ביקר בבעלזא

למרות הקרע השורר בין החצרות, בן הרבי מפשעוורסק שהה במשך למעלה משעה בחדרו של הרבי מבעלזא שהזמין אותו כאורחו האישי לחתונת נכדו שתיחגג בשבוע בקרית בעלזא

משה ויסברג 09:56 17/05/2018

בנו של האדמו"ר מפשעווארסק גדול אדמו"רי אירופה, הגיע אמש (רביעי) לביקור במעונו של הרבי מבעלזא ושהה בחדרו במשך למעלה משעה.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי מדובר בביקור נדיר, שכן הרבי קיבל את הבן למרות שלושת ימי הגבלה בהם אין קבלת קהל.

עוד נודע ל'בחדרי חרדים', כי הרבי מבעלזא ישב עמו זמן רב - למעלה משעה.

בסיום הביקור הזמין אותו הרבי להשתתף בחתונה הקרובה כאורח אישי שלו להשתתף בכל שמחת החתונה.

מדובר בביקור היסטורי ועוד יותר לא שגרתי, זאת חרף הקרע של אביו הרבי מפשעוורסק עם האדמו"ר מבעלזא רבות בשנים.

האם בהמשך יהיה גם מפגש בין שני האדמו"רים? 'בחדרי חרדים' ימשיך לעקוב.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מור וקציעה: ייש"כ. א ביסל דערפרישענדע נייעס. ווייל רוב פן די לעצטיגע תגובות זענען געווען אויסגעדראשן. אהין און צוריק די זעלבע זאכן...!
יא ממ"ט (נישט צו פארטוישן חלילה מיט דעם מלאך פון אן ענליכן נאמען.) נישט ממ"ט. יא געקומען צו די סעודה. נישט געקומען צו די סעודה. געטון א טובה און געשיקט די בחורים. נישט געשיקט די בחורים. איך קען שוין נישט הערן אזויפיהל פון דעם פאררוקטן חומץ בן יין...!
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

איך פארשטיי נישט וואס מען מאכט דא צימעס פין די נייעס אז די זוהן פין די פשערווארסקער רבי איז געוועהן ביי די בעלזער רבי'ן
ס'איז די רעדע פין יונגסטע זוהן פין רבי לייביש'ל וואס איז ליידער פארקראכן פין די וועג אין פירט זיך אויף ווי א גוי גמור - פארוואס ער איז געוועהן ביי די בעלזער האב איך נישט קיין אנונג אבער מען רעדט פין דעי זוהן

ממילא איז בכלל נישט היסטאריע....... ליידער ליידער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

התם ומתמם עם תמימים: דו ביסט נישט אזא תמים ווי דו ווילסט זיך אהערשטעללן...! אבער לויט ווי איך הער איז דוד בן גוריון'ס טאטע אויך געווען אן ערליכער איד...!
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

berlbalaguleh האט געשריבן:מור וקציעה: ייש"כ. א ביסל דערפרישענדע נייעס. ווייל רוב פן די לעצטיגע תגובות זענען געווען אויסגעדראשן. אהין און צוריק די זעלבע זאכן...!
יא ממ"ט (נישט צו פארטוישן חלילה מיט דעם מלאך פון אן ענליכן נאמען.) נישט ממ"ט. יא געקומען צו די סעודה. נישט געקומען צו די סעודה. געטון א טובה און געשיקט די בחורים. נישט געשיקט די בחורים. איך קען שוין נישט הערן אזויפיהל פון דעם פאררוקטן חומץ בן יין...!

כהאב הנאה האסט שכל אריינצוכאפן נאך א שיינע שטיקל גיהונם...... ארויסגעבראכן א טוויט אקעגן א תלמוד חכם.......
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

פון וועלעכער זוהן פון'עם פעשוואסקער צדיק רעדטזיך דא טאקע?

דער יונגסטער אדער דער עלטסטער איז דאך נישט קיין נייעס
און ווער ס'פארשטייט פארשטייט,

אויב רעדטזיך דא פון איינער פון די נארמאלע זוהן'ן איז דאס טאקע אן אויפרייס
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אויב האט ער אים איינגעלאדענט צו א חתונה קען זיך עס נישט רעדן פונעם יונגסטען

בעצם איז דאך ר' לייבוש אויך געווען און מאנכע זאגן נאך היינט א הייסע בעלזער חסיד

איז עס נישט אזא קשיא
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך Gimpel »

בן הזה שהגיע לבעלז הגיע בשביל החזרה בתשובה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הייסט ר' ישעילע האט אים געשיקט צום בעלזער.......

אינטערסאנט אז דער מילטיער מאן חיים הערש מייזליש דעם סאטמאר רב'ס ז"ל'ס אייניקל איז אויך געגאנגען צום בעלזע רב
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

די יונגסע זוהן טאקע, די שרייבער וויסברג וויס איך נישט צו ער איז טאקע אזא גרויסן תם, צו ער מאכט זיך גאר.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איז שוין דער הייליגער רב זאל מאריך ימים זיין / אדער אד''ש וכל שם וחניכא דאית ליה, אינאיינעם מיט זיין רבנית זאל אויך מאריך ימים, און לעבן ווי לאנג זי וויל, שוין ענדליך צוריק געפארן קיין ישראל? צו זענען די חברה גאר שטעקן געבליבן ערגץ וואו אריבער די אנדערע זייט גרעניץ אין קאנאדא? ווארום די זויערנאכטעמליכער פאמפע דראמפע מסע טרעט שוין דעם מענטשהייט אויף די געהירן.... ס'גלייבט זיך שוין גאר אז כבוד בית בעלזא (וועלכע איז דוחה כל התורה כולה) איז שוין אזוי דערהויבן געווארן, אזש די שכינה כביכול זעלבסט איז שוין מקנא דער רויטען טעפיך, פריוואטע פליגער, פרעזידענטליכע מאטארקאדע כבוד מלכים וואס אד'''ש האט זיך דערווארבן אין קאנאדא...
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

קאך_לעפל האט געשריבן:איז שוין דער הייליגער רב זאל מאריך ימים זיין / אדער אד''ש וכל שם וחניכא דאית ליה, אינאיינעם מיט זיין רבנית זאל אויך מאריך ימים, און לעבן ווי לאנג זי וויל, שוין ענדליך צוריק געפארן קיין ישראל? צו זענען די חברה גאר שטעקן געבליבן ערגץ וואו אריבער די אנדערע זייט גרעניץ אין קאנאדא? ווארום די זויערנאכטעמליכער פאמפע דראמפע מסע טרעט שוין דעם מענטשהייט אויף די געהירן.... ס'גלייבט זיך שוין גאר אז כבוד בית בעלזא (וועלכע איז דוחה כל התורה כולה) איז שוין אזוי דערהויבן געווארן, אזש די שכינה כביכול זעלבסט איז שוין מקנא דער רויטען טעפיך, פריוואטע פליגער, פרעזידענטליכע מאטארקאדע כבוד מלכים וואס אד'''ש האט זיך דערווארבן אין קאנאדא...

וועלכן חלק האט דיר פונקט גשטערט?
די רויטע טעפיך, אדער די טויזנטע פון שטאט וואס זענען געקומען?
די כבוד בעלזא? אדער די גרויסע כבוד וואס טירנואר האט באקומען זיין זיין הערליכע רייד?
די כבוד מלכים? אדער די כבוד שמים שנתרבה?

לאמיר הערן וואס, אי"ה פאר די קומענדיגע מסע הקודש וועט מען אייך בעטן רשות.
און אויב וועלן ענק נישט לאזן פאהרן מיט'ן פריוואטן פליגער טראכט מען אפשר צו פארן מיט א שיף.
נ.ב. אויז עס איז אייך וויכטיג קען מען טוישן די טעפיף אויף א געהלע טעפיך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יוסף יוזפא האט געשריבן:

כ'ווייס נישט וואס די ווילסט.... איז ער שוין צוריק אין ציוני-לאנד? יא אדער נישט?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יא... און וועגן דעם טעפיך... ביטע נוצט נעקסטע מאל א פורפעל... כ'גלייך עס בעסער... און ס'דערהייבט דעם כבוד בית בעלזא נאך העכער ווי א רויטע....
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

קאך_לעפל האט געשריבן:יא... און וועגן דעם טעפיך... ביטע נוצט נעקסטע מאל א פורפעל... כ'גלייך עס בעסער... און ס'דערהייבט דעם כבוד בית בעלזא נאך העכער ווי א רויטע....

די עיקר איז אלע זאלן זיין צופרידן.
632-640x427.jpg
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

הערליך! און וואו איז אד''ש?
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך Gimpel »

אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

Gimpel האט געשריבן:אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

מי הגיע מבית סקווירא?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

Gimpel האט געשריבן:אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

נכון! וגם בבעלי עבירה...
פארשפארט