אודאי בין איך גוט מיט יענעם, אבער איך שפיר נאך נישט גענוג רואיג זיך צו עפענען, בשעת יענער האט שוין דאונלאודעד זיין גאנצע אינהאלט צו מיין הארד דרייוו...
שמעקעדיג האט געשריבן:ווערן א בעסטער חבר פאר יענעם איז גרינגער ווי זוכן איינס פאר זיך. און דער פאקט איז אז איך האב נאך נישט קיינעם! איך זוך נאך מיט ליכט...
איך וויל..... איך וויל!!! פיק מיך.... פיק מיך!!!
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
לעיקוואד האט געשריבן:ואני רק לעורר באתי, א יידיש בחור האט ממציא געווען לעצטנס א מורא'דיגע המצאה, עס רופט זיך "פעיסבוק", אדער "ספר הפנים", אדער "באזוכט=בוך" וואס דאס איז גאר א נוצליכע און פראקטישע כלי אויף צו האלטן קשר מיט- און טרעפן חברים וואס מ'קען מיט זיי האבען א גוטע קשר, איך פרעזענליך האב שוין געטראפען עטליכע חברים וואס איך האלט פאר מיינע בעסטע חברים דורך די אפשריות וואס דער כלי גיט.
כמו שלא ישיג הסומא עין הצבע והחרש שמע הקולות, כן לא ישיגו הגופות האדוקות בספר הפנים תענוגי הנפשיות של ידיד אמת פנים אל פנים ולא פנים אל מסך
נארישקייטן. כאילו עס איז דא א חילוק צווישען רעדן מיט איינער אויפ'ן טעלעפאן אדער רעד'ן מיט עם אויף פ"ב. עניוועיס, ווער הייסט אלעס זאל בלייבען דארט? איך האב געזאגט אז עס איז גאר א גוטע וועג צו טרעפן חברים, שפעטער קען מען זיך טרעפן מיט עם פנים אל פנים אויב איז אינטרעסאנט. וכן אני נוהג.
דאס איז מיין דעפענישאן פון די 3 סארט חברים, עס איז אפען פאר דיסקאשען.
א חבר; איינער וואס דו גריסט און שמיעסט מיט ווען דו טרעפסט אים, דו מאכסט נישט קיין עפערט אים צו טרעפן. דאס קען זיין איין איינזייטיגע חבר׳שאפט.
א נאנטע חבר; איינער וואס דו האסט ליעב צי רעדן מיט אים, ענק האבן אסאך אין קאממאן, דו רופסט אים ער זאל גיין מיט דיר צי א וואך נאכט/ טיי אווענט זאלסט אינדזשויען די צייט דארט, קען אויך זיין איינזייטיג אבער געווענטליך וועט יענער אויך פילן די זעלבע צי דיר. עס מיז אבער נישט זיין, ער קען זיין דיין חבר נאר דיר א טובה צי טוען.
א בעסטע חבר; איינער וואס דו טראסט מיט דיין לעבן, אלע סודות און פראבלעימען פילסטו באקוועם און לעכצסט אויס צי שמיעסן מיט אים, דו ווייסט אז ער וועט דיר זאגן אויב דו ביזט נישט גערעכט. עס מיז נישט זיין אז ענק זענען אלץ אויף די זעלבע פעידזש, אבער ענק פארשטייען זיך מיט א ווינק. דאס איז זייער א דיפ רילעישאנשיפ, על פי רוב ביידע וועגן. עס קען א דוירך גיין חדשים אהן רעדן און עס וועט זיך האלטן שטארק.
איך מיין אז אלע דריי זענען וויכטיג צי האבן פאר א נארמאלע לעבן׳ס שטייגער. איך האב נישט קיין נאנטע חברים, עס קען אבער זיין אז איך בין א נאנטע חבר פאר אנדערע.