איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע
מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.
נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקיי,ט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.
איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, אבער בעת אנדערע האבן באוואינדערט דעם כוחו של אותו זקן, האט עס מיר געברענגט אויפברויז אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!
אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
חאצקל האט געשריבן:מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.
נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקיי,ט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.
איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, און דא האב איך פליצלינג אנגעהויבן צו כאפן וואס ס'דעמאלס יענע יארן פארגעקומען, וואס דאס האט מיר אויפגעקאכט אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!
אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!
לויט אייך פארשטיי איך שוין פארוואס היטלער און די נאציס האבן געלאזט דעם סאטמאר רבין לעבן זיי האבן געוואלט אז די ביסל שארית הפליטה זאלן בלייבן פארשווארצט פאר דורי דורות. (א וויץ פארשטייט זיך).
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:09 am
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
איך בין ברוגז אז ער איז נישט געגאנגען קיין ווייאמינג וואו מ'וואלט געקענט וואוינען אויף 100 אקער
לאנד יעדער חסיד באזונדער פאר זייער ביליג.
דאס גאנצע וואוינען אין ניו יארק מאכט נישט קיין סענס. גויים וואס לעבן אין ניו יארק טוהן אזוי ווייל זיי ווילן דווקא נ.י. מיט אלע עולם הזה'ס וואס מ'קען נאר דא האבן. זיי זענען מקריב זייער געלט און ראוהיגקייט צו וואוינען אין די סיטי. וואס האמיר אונז דערפון?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
כ'האב שוין אמאל דא פארציילט די סיפור וואס מ'הערט אויף "חסידים: עי לייף אפארט" אז א איד האט אמאל געטראפן דעם סאטמארע רב גיין מיט א שטריימל אויף די גאס, האט אים די איד געזאגט "סאטמארע רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!" האט דער רבי געענטפערט "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן!"
לא ארכו ימים ונתקיים ברכתו של אותו זקן.
לא ארכו ימים ונתקיים ברכתו של אותו זקן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
יידל האט געשריבן:כ'האב שוין אמאל דא פארציילט די סיפור וואס מ'הערט אויף "חסידים: עי לייף אפארט" אז א איד האט אמאל געטראפן דעם סאטמארע רב גיין מיט א שטריימל אויף די גאס, האט אים די איד געזאגט "סאטמארע רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!" האט דער רבי געענטפערט "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן!"
לא ארכו ימים ונתקיים ברכתו של אותו זקן.
אין דיין לינק האסטע געשריבן "צדיק", און 4 חדשים שפעטער איז ער געווארן א "זקן".
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
חאצקל האט געשריבן:אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!
כ'מיין אז ביסט זיך טועה, כ'מיין אז אנדערע האבען מער געשטיפט צי אומגעבילדעטקייט,
לויט מיין אינפארמאציע האט דער דברי יואל געהאלטען מען זאל לערנען געהעריג ענגליש,
דער דברי יואל האט נישט געהאלטען פין כוללים נאר געהאלטען אז יונגעלייט זאלען גיין אויף די גאס אין טוהן פאר פרנסה, בשעת אנדערע האבען אריינגעזעצט די יונגעלייט אין כוללים,
לויט וויפעל איך ווייס איז דער דברי יואל נישט געווען קיין פארקוועטשטער מענטש נאר א קלוגער אין פארשטאנדיגער מענטש,
דאס אז ער האט געשטופט ארגינעלער אידישקייט האט גארנישט מיט פארקוועטשקייט,
לכאורה טאמער אנדערע וואלטען געהאט דאס פלאץ פינעם דברי יואל איז דא א שיינע מקום צי זאגען אז ס'וואלט געווען ארגער,
כ'מיין אז סאטמאר האט היינט פראצענטיש די מערסטע אוועקגעשטעלטע ערליכע בעלי בתים ווי סיי וועלכע אנדערע חסידישע קהילה אדער חסידות, אין דאס איז געווען די ציל פינעם דברי יואל צי אוועקשטעלען ערליכע בעלי בתים,
אין נישט אלעס וואס איז היינט איינגעפירט אין סאטמאר קומט פין דעם דברי יואל , ס'האבען זיך געדרייט ארום אים פארשידענע טיפען פין פרומע אין אנדערע מאניפאלעיטערס וואס האבען געמישט דעם טאפ, אין פרובירט צי איינפירען זייערע אייגענע אינטערעסען, אין בפרט נאכען סטראוק,
יעדע מענטש קען מאכען טעותים, אבער באופן כללי מיין איך אז דער דברי יואל האט געמאכט א גוטע ארבעט,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
שמואל הלוי האט געשריבן:זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?
וואו קומט אידישקייט אריין? דאס איז אויך א נארישער סאטמארע מנהג, אז מען מישט צאם חסידישע שטינק מיטן באשעפער, איך ווייס נישט אויב דאס האט סאטמאר רבי איינגעפירט - וואס אויב יא בין איך אויך ברוגז - אבער לשטתך האבן די באבוב'ע אידן גארנישט מיט אידישקייט און מיטן באשעפער (הרב חצקל זאגט אז ס'וואלט איהם גארנישט געפעלט ווען ס'וואלט ווען געווען א באבוב'ע חסידות דאהי).
איז וואס ברענגסטו אריין דעם באשעפער אין בילד? ער זאגט ער איז גערעגט אויף די חסידיש'ע פארנאטישע סיסטעם - as am i - און ער האט גארנישט קעגן באשעפער, מיש נישט אויס די יוצרות.
ביידעוועי, איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט מיט דעם פוינט, ווייל איך ווייס נישט צו דאס האט סאטמארער רבי געטון אדער זיינע נאכשלעפערס. דאס איז קלאר א סאטמארער מענטאליטעט, איך ווייס נאר נישט ווער ס'האט דאס איינגעפירט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 106
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
שמואל הלוי האט געשריבן:זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?
.
זיין שווער הארץ איז נישט חלילה אויפן באשעפער, און אויך נישט דאס פארן צו סיטיפיעלד אום כ"ח אייר
אבער דאס זיך נישט קענען באטיילונגן מיט טויזענטער אידען אין מעטלייפ סטעדיעם אום י"ג אב לכבוד השם ותורתו, אויף דעם האט ער הארץ ווייטאג.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שטערן האט געשריבן:זיין שווער הארץ איז נישט חלילה אויפן באשעפער, און אויך נישט דאס פארן צו סיטיפיעלד אום כ"ח אייר
אבער דאס זיך נישט קענען באטיילונגן מיט טויזענטער אידען אין מעטלייפ סטעדיעם אום י"ג אב לכבוד אגודת ישראל, אויף דעם האט ער הארץ ווייטאג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
אוי! מי יגלה עפר מעיניך רבינו הקדוש מסאטמאר! וויזוי קענסטו ליגן דארט אזוי רואיג און צוקוקן ווי אידן זענען אזוי ברוגז אויף דיר.
איך בין אבער זיכער אז ער האט דיר נישט געוואלט מצער זיין, ער וואלט דיר גאנץ זיכער ג'עצה'ט זיך אפצולאזן פון סאטמאר און ווערן מאדערן ארטאדאקס אדער וואטעווער דו ווילסט.
איך בין אבער זיכער אז ער האט דיר נישט געוואלט מצער זיין, ער וואלט דיר גאנץ זיכער ג'עצה'ט זיך אפצולאזן פון סאטמאר און ווערן מאדערן ארטאדאקס אדער וואטעווער דו ווילסט.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
חאצקל האט געשריבן:מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.
נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקיי,ט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.
איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, אבער בעת אנדערע האבן באוואינדערט דעם כוחו של אותו זקן, האט עס מיר געברענגט אויפברויז אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!
אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!
מבין השורות, נעם איך ארויס איז דיין פראבלעם איז לאו דוקא דער סאטמאר רבי זי"ע, ווייל ער האט איינגעזעהן דעם אמת, האט ער דאס איבער געפלאנצט אין אמעריקא, נצח ישראל לא ישקר, וואס באדערט איהם איז, אז ער איז געבוירען געווארען אונטער זיין השפעה בווילימסבורג אדער בכלל הנשפעים מרביה"ק מסאטמאר למחצה לשליש ורביע, חצקל וואלט ענדערש געוואלט געבוירען אולי טאקע ביי חסידים אבער נישט פון ווילימסבורג וכדומה, נאר פון חסידי פיטסבורג שבפיטסבורג, דהיינו מקען זיין אידישלעך אפילו חסידיש אבער מיט זייער א רואיגע געשמאקע לעבען, ווי נישט 99% פון זאכען איז פארהאקט אינטער א 'איסור', אדער ס'פאסט' נישט, אד"ג.
איך פארשטיי דיר אינגאנצען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ר' אהרן האט געבויט די אידישקייט ביי די ליטאים, סאו זאלן זיי האבן טענות אויף אים טאמער זענען זיי נישט צופרידן פון זיין איינגעפירעכטץ, (הגם איך פארשטיי אז ער האט מער געבויט "אידישקייט" ווי איידער "פאנאטיזם", און אפילו ווען יא איז עס היבש צו פארדאנקען סאטמאר רבי),מיינע זיידעס וואלטן נישט געווארן קיין ליטאים, זיי וואלטן געבליבן חסידים, און חסידים וואלטן טאקע געמאכט א לעבן ווען נישט סאטמאר רבי
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו פראפעסאר שפירא
איך בין מסכים מיט דיין אפשאצונג וועגן דעם סאטמאר רבי הה"צ בעל דברי יואל זי"ע. אויך וויל איך צו לייגן אז ביז שנת תשכ"ח ווען ער האט ל"ע געליטן א סטראוק, האט ער נישט טאלערירט אז מען "מאכט שבת פאר זיך". הגם ער איז געווען זייער א ווייכהארציגער מענטש איז ער געווען זייער שטרענג אויב ער האט געהאט דעם מינדסטן חשד אז איינער בעלבתי'וועט און זאגט אדער טוט זאכן אין זיין נאמען. אזוי אז ס'איז געווען א קלארע הנהגה און הדרכה אין אלע ענינים, דאס אלעס האט זיך ליידער געטוישט מיט דער צייט און ס'איז געקומען צו פאליטיק און אנדערע אומגעוואונטשענע ערשיינונגען, ואכמ"ל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
שמואל הלוי האט געשריבן:זאג נאר; אויפן באשעפער אליין ביסטו נישט ברוגז? ווען נישט דער באשעפער וואלסטו קיינמאל קיין איד נישט געווען, וואלסט געקענט פרעסן אין דאנקי דאוינאט געשעפטן, וואלסט געקענט פארן קיין סיטיפיעלד אין אנדערע צייטן פון יאר נישט נאר אום כ"ח אייר, וואלסט נישט געדארפט קומען דא אויף קאווע זיך אויסרעדן דיין שווערע הארץ אויפן רבי'ן מסאטמאר וכו' וכו' וכו' אלזא פארוואס ביסטו נישט ברוגז אויפן באשעפער?
ווען נישט ביסט סאטמעראר, ווען סאטמערע רבי גייט ווען קיין ירושלים אנשטאט קיין נויארק, וואלסטו נישט אזוי דיסריגארדעד טויזענטער שומר תורה ומצוות וואס גייען יא א גאנץ יאר צי סיטיפיעלד, אדער די רבבות יודען וואב טרינקען יא חלב סתם
פארוואס האסטו אנגעכאפט אזוינע משלים? האבט געקענט פאר די געלט שרייבען... ווען נישט גאט קענסטי עסען דעלישעס מעקדאנעלדס און קענסט ווען קלאבען טיף און די נאכט אריין,
ווייל ביסט א ערעגטנט סאטמערע, און ביי ענק איז ס מיי וועי אר די הייוועי, עטץ רעספעקטס נישט אנדערע, און די פראווסט זיין פאינט.
- קאנצעפט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
חאצקל האט געשריבן: וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!
אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!
פארקוועטשט? מיט וואס פונקטליך? כ'קען אסאך סאטמארע וואס פירן ריזיגע געשעפטן און היבש זענען געבילדעט.
וועלכע פאנאטישע שטיק? די לאנגע דאווענען ראש השנה? גיי דאוון ערגעץ אנדערש
וואס גענוי עסט דיר? אז דיין ווייב דארף גיין בצניעות? כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)
מיר קוקט אויס ווי דו רעדסט פשוט פון תאוה, דער בשרירות לבי אלך עסט דיר נעבעך...