מורינו, די באקאנטע מעשה וועלכע האט פאסירט ביי איך געדענק שוין נישט וועלכער רבי'ן (אפשר דער תפארת שלמה זצ"ל?) שבועות נאכן אראפלייגן א דאווענען פון פארטאגס, מיט א מורא'דיגע עבודה ביי אהבה רבה, אקדמות, און קריאת קבלת התורה, איז ער שפעט נאכמיטאג אהיימגעגאנגען, זיך אויסדרוקענדיג: אה, דעם חציו לכם האבן מיר שוין מקיים געווען......
אינטערעסאנט איז אז אפילו פסיכאלאגן כופרים זאגן אויך אז אפילו זיי האלטן אז רעליגיע איז שטותים, טאר מען נישט אוועקנעמען רעליגיע פון די מאסן ווייל רעליעגעזע מענטשן זענען פרייליכער און מער צופרידן.
יידל האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אז אפילו פסיכאלאגן כופרים זאגן אויך אז אפילו זיי האלטן אז רעליגיע איז שטותים, טאר מען נישט אוועקנעמען רעליגיע פון די מאסן ווייל רעליעגעזע מענטשן זענען פרייליכער און מער צופרידן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קאווע טרינקער האט געשריבן:שווער צו ענטפערן אויף די עצם שאלה, ווארום וואס מיינט א "איד"? ס'איז דא אזויפיל סארט אידן וויפיל אידן ס'איז דא. בפשטות, לויט ווי מיין נאך-אלץ-אביסל-מצומצם'דיגע קאפ זאגט, איז די "תורה" לעבן דאס בעסטע וואס ס'איז שייך, מיט די הנחה אז ה' וויל נאר אונזער גוטס, און מיט די הנחה אז ער איז דער יוצר און דערפאר פארשטייט ער דאס בעסטע זיין יצירה.
בנוגע דרבנן'ס, איז דאך נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז זיי האבן געוויסט מסוף העולם ועד סופו (זיי זענען דאך נישט קיין תלמידי בעש"ט) על כן, יתכן אז אסאך איסורי דרבנן מאכן באמת שווערער דאס לעבן. וכל שכן ונין ונכד של קל וחומר, אז די מנהגים וואס דר'עולם איז מאמץ כהלכה למשה מסיני, האט דאס דאך גארנישט מיט ה', זיי מאכן אוודאי שווערער דאס לעבן.
על כן, ווען מ'איז דן בכובד קאווע וואס פארא סארט לעבן איז בעסער, דארף מען מחלק זיין צווישען אידן זעלבסט.
ווי יענער האט געזאגט "די תורה איז פיין, די פראבלעם איז אבער, אז ס'איז געפאלן אין אידן'ס הענט". און יא, ווי מער מ'לערנט אלץ מער זעסטו ווי די תורה האט ליב דעם מענטש, און האט ליב ווען דער מענטש enjoys life.
די תורה איז זיס און דאס תורה'דיגע לעבן סיי די דאורייתא'ס און סיי די דרבנן'ס מאכן נישט שווער דאס לעבן. נאר די עם הארצ'ישע מנהגים און "קעפעידעס" וואס האבן זיך אנגעזאמלט אין משך פון יארן, אט דאס מאכט שווער דאס לעבן פון א איד, און ער פילט גילטי אויב ער קען אמאל אביסל אפאטעמען .
דער סלאנימער עולם הזה איז מוצאי שבת פאר די וואס ווייסען נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).