הודעה דורך ליפא » דינסטאג מאי 22, 2018 10:00 pm
מ'דארף נאר וואטשן נישט צו שטארבן על קידוש השם ווי דער איד פון ק.ה. וואס האט באגריסט א שווארצן און שיעור געענדיגט זיין לעבן
אבער די זעלבע איז דאך געזאגט געווארן פאר די שווארצע און ספאנישע אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין די הענט פון די ״אידישע פאליציי״. ווי עס באוויסט פלעגן די אידן (ווי אויך גוים-די ווייסע פאליציאנטן) האקן שטיקער פון די ארימע גוים פאר יעדע קלייניקייט. און גאר אסאך מאל האבן זיי בכלל נישט געהאט די ריכטיגע פארברעכער, נאר זיך אנגעטעשפט אין אומשולדיגע שחורים און זיי צו׳מזיקט די ביינער על לא דבר. ווי עס איז ברייט באריכטעט געווארן אין די מידעא.
לעצטענס האב איך געהאט א שמועס מיט א חסידישע אינגערמאן. און ווען מהאט גערעדט פון פארברעכער (מינדערוויכטיגע קריים) האט ער זיי גערופן ״די שווארצע״ האב איך אים געפרעגט הלמאי רופסטו אן פארברעכער ״שווארצע״ סאיז דאך דא אסאך שווארצע וואס זענען איינשטענדיגע מענטשען און ווידער איז דאך דא פול מיט ווייסע וואס זענען קרימינאלן??? זאגט ער מיר, פשוט, גלייבסטוך אין סייענס און אין נומבערס, פאקטן, דאטא, איז רוב קרימינאלן זענען פאקטיש שווארצע (כ׳ווייס נישט פון ווי ער נעמט די סטאטיסטיקס אבער לאמיר אפילו איינזעצן אז יא) זאג איך אים הער אויס רוב ״גאסן קרימינאלן״ זענען לכאורה טאקע די מינארטיס- נעמליך ״די ארימע״ פשוט ווייל זיי זענען ארים און זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן פארדעם איז דא אזויפיל גניבות. די פאקטן ווייזן טאקע אז אין יעדער לאנד איז די ״קרימינאלע ראטע״ אסאך אסאך העכער ביי די ״ארימע״ ווי ביי די ״רייכע״ אפגעזעהן וועלכע מין קאליר הויט. די רייכע שווארצע דא אין אמעריקע זענען קיין קרימינאלן געווענטליך. און די זעלבע איז מיט די ארימע ווייסע, זיי זענען פונקט אזעלעכע גנבים ווי די שווארצע. יעצט, אויב איינער ליינט די היסטאריע פון אמעריקע וועט ער גלייך פארשטיין אז דאס אז די שווארצע זענען ארים און אזוי צוריקגעשטאנען אין די היינטיגע סאסייעטי איז פשוט ווייל די ווייסע האבן זיי אראפגענידעדט פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר און ביז נישט לאנג צוריק האט מען זיי נישט אריינגעלאזט אין סאסייעטי, און נישט אריינגעקומען אין קיין קאלעדזש׳ס. זיי האבן כמעט נישט געקענט באקומען א נארמאלע דזשאב. מהאט זיי געהאלטן און זיך אויפגעפירט צוזיי ממש ווי ״חיות״ ביז נישט לאנג צוריק, און עס וועט מסתמא נעמען נאך א שיינע פאר דורות ביז די שווארצע וועלן ווערן גלייך מיט די ווייסע. איז לויט דעם קומט אויס אז אונז ווייסע זענען שולדיג פארן אראפדרוקן די שווארצע איז וואס רופסטו זיי קרימינאלן? זאג ״די ארימע״ ווייל דאס איז די פאקט די ארימע זענען געווענטליך די קרימינאלן און פאר זייער א פארשטענדליכע סיבה.
נאך מעהר זאג איך פאר יענעם יונגערמאן. סאיז באוויסט אז ״רוב גנבי ישראל נינהו״ יעדער איינער אין די וועלט ווייסט אז די ״נידריגע גאסן קריים״ געשעהט געוונטליך דורך ״די ארימע״ ווידער די ריכטיגע שווינדעלריי און גניבות פון ״ גרויסע געלטער״ זענען ליידער געשעהן דורך אחבנ״י. וויפל די שווארצע גנבנן שוין, א דאללער דא און א סענדוויטש דארט האט מסתמא איין איד בערני מעידאף הנודע לשמצה געגענבט מעהר ווי אלע שווארצע צוזאמען פון גאנץ ברוקלין פון די לעצטע פופציג יאהר... די אידן זענען די גרעסטע שווינדלער און אין כמעט אין יעדע גרויסע מעיזעשאר שווינדלעריי אין די לעצטע פאר הונדערט יאהר זענען אונז אידן געשטאנען בראש.
פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט? דאס איז דאך אויך אמת לויט נומבערס? רוב אמתע גנבים זענען דאך אידן.
צום שלוס דארף מען דא דערמאנען א אמת ווארט פון די באוויסטע קאמידיען דזשאורזש קארלין ז״ל
״די ריפובליקאנער זענען דא אוועקצולייגן די ״גאסן קרימינאלן״ און אנשטאט דעם מאכן פלאץ פאר די ״ביזנעס קרימינאלן״ (יא יא די חברה מיט די סוט און טיי) זיי ווילן אויסראטן ״סטריט קריים״ ווילאנג די סטריט איז נישט ״וואל-סטריט״....