כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן ישי: די באגריסונגען פון די התאחדות און קרן הצלה פאר הרב ר' משה שטערנבוך שליט"א איז בבחינת ..."ומלאך רע יענה אמן בעל כורחו"...לכאורה וואלט די התאחדות געדארפט, אין בעסטן פאל (לשיטתם/לשטויותם) איגנארירן רב שטערנבוך'ס קומען בכלל. ווייל ס'איז אן ארונ'ישע זאך. כדרכם בטיפשות. אבער דאס קענען זיי זיך נישט ערלויבן. ווייל סוכ"ס איז הרב שטערנבוך איינער פון די עמודי התווך פונ'ם ביד"צ העדה החרדית...! אזוי ווי זיי האבן געטון ווען דער תוא"י רבי שליט"א איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין ניו יארק...! האט איצא שייגעץ וחבריו בדומה לו געמוזט געבן א שטארקן שלינג און ארויסלייגן א באגריסונג...!

נאר אונז זאג מיר איהם..."לא מדובשך ולא מעוקצך"...! יישר כח. אבער מוחל טובות. דו פיהרסט דאך נישט די האתחדות מיט נאמנות. אזוי ווי דו וואלסט געדארפט. נאר דו טאנצט מיט מיט די שמאל קעפיגע זאלוני-ארוני פאליטיק. און א יעדע זאך וואס מהר"א שליט"א באווייזט אויפצוטוהן מאכסטו אוועק. ביי דיר עקזיסטירט עס פשוט נישט . להרע, יא. אבער נישט להיטיב...איז, ווער דארף דיינע טובות...!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ס'גייט ארום אז דער התאחדות צעטל איז פאלש אבער איך ווייס נישט וואס איז אמת
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן ישי: ס'איז מעגליך. ווייל ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז דער חי' האט געטון א מענטשליכן שריט...!
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

התאחדות איז היינט צו טאג אירעלאווענט ביי רוב כלל ישראל אפגערעדט פון סאמטארע קרייז. ווען נישט זיי פירקלען אן אלע בתי מדרשים מיט ביכלעך איבער ווערים אין מילגרוים וואלט קיינער נישט געוויסט אז זיי עקזעסטירן נאך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן ישי האט געשריבן:ס'גייט ארום אז דער התאחדות צעטל איז פאלש אבער איך ווייס נישט וואס איז אמת

ווי איך פארשטיי איז נאר די בית דין צדק התאחדות הרבנים וואס שטייט אינטער הגר''מ זילבער קראנט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פיינע קאווע: און ארגאניזירן מחאות מיט באסעס קיין מאנהעטן אדער וואשינגטאן וואו די אומגעוואשענע גופים פארן אויסצושרייען דעם וויי געשריי פון פוי אקעיגן דעם .."עוכר ישראל" נתן יהוא שר"י, איז ביי דיר גארנישט...?!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

עמעזאן האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ס'גייט ארום אז דער התאחדות צעטל איז פאלש אבער איך ווייס נישט וואס איז אמת

ווי איך פארשטיי איז נאר די בית דין צדק התאחדות הרבנים וואס שטייט אינטער הגר''מ זילבער קראנט


האסטי שוין אמאל געזעהן אזא סארט מעלדונג פון התאחדות בי"ד? קוקט אויס אז דא איז געווען א מושב בי"ד און מ'איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז מ'דארף מקבל פנים זיין.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויב ס'איז דא פאר וועם ס'שטערט דער כינוס, איז א סימן אז עס דארף טאקע פארקומען (בעז"ה) ווייל ס'רירט אן א נערוו ביי געוויסע גרופס און יחידים...! מיר פערזענליך ליגט עס אין די לינקע פיאה. אזוי ווי דער בארקלעי כינוס. נאכאמאל. אויב ס'וועט זיין קאלטע סאודע און פרעצעלס וועל איך בלי"נ קומען...!סתם צו זעהן אן עולם אידן איז זייער שיין. צו מ'רעדט דארט שטותים אדער גאר נוצליכע זאכן איז א צווייטע פרשה...!

בערל, איך הער אז מ'גיט א סיניאר סיטיזען (אהבת קדומים בלע"ז) דיסקאונט. כאפ אריין ווילאנג ס'איז אוועילעבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעון וואלף האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ס'גייט ארום אז דער התאחדות צעטל איז פאלש אבער איך ווייס נישט וואס איז אמת

ווי איך פארשטיי איז נאר די בית דין צדק התאחדות הרבנים וואס שטייט אינטער הגר''מ זילבער קראנט


האסטי שוין אמאל געזעהן אזא סארט מעלדונג פון התאחדות בי"ד? קוקט אויס אז דא איז געווען א מושב בי"ד און מ'איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז מ'דארף מקבל פנים זיין.

איך כאפ נישט צו דו דינגסט זיך אויך מיר אדער מוסיף, די מציאות קוקט אויס אז ר' מענדל זילבער האט זיך פארעקשנט ארויסצושטעלן א צעטל און זייענדיג ראב''ד פון די בי''ד האט ער עס געקענט ארויסצושטעלן אונטער די נאמען פון בי''ד און נישט די אלגעמיינע התאחדות הרבנים
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך גיי ניסלעך פאר זייער מארקעטינג חכמה'לעך
Satmar Headquarters@HQSatmar
TICKETS are running out very quickly for the mega
Satmar Convention #KinesKluli Sunday June 3rd at @NYCBlive Nassau Coliseum Long Island #KinusKluli #Kinus #NassauColiseum you can still try to buy tickets at any Satmar Shul In the tri state area
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

עמעזאן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ס'גייט ארום אז דער התאחדות צעטל איז פאלש אבער איך ווייס נישט וואס איז אמת

ווי איך פארשטיי איז נאר די בית דין צדק התאחדות הרבנים וואס שטייט אינטער הגר''מ זילבער קראנט


האסטי שוין אמאל געזעהן אזא סארט מעלדונג פון התאחדות בי"ד? קוקט אויס אז דא איז געווען א מושב בי"ד און מ'איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז מ'דארף מקבל פנים זיין.

איך כאפ נישט צו דו דינגסט זיך אויך מיר אדער מוסיף, די מציאות קוקט אויס אז ר' מענדל זילבער האט זיך פארעקשנט ארויסצושטעלן א צעטל און זייענדיג ראב''ד פון די בי''ד האט ער עס געקענט ארויסצושטעלן אונטער די נאמען פון בי''ד און נישט די אלגעמיינע התאחדות הרבנים

אז די רעדסט פונעם צעטל האב איך בלויז מוסיף געווען אז ס'איז מאדנע ווייל געווענדליך זענען אזעלכע צעטלעך אויפ'ן לעדדערהעד פון התאחדות נישט פון די בי"ד
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך גיי ניסלעך פאר זייער מארקעטינג חכמה'לעך
Satmar Headquarters@HQSatmar
TICKETS are running out very quickly for the mega
Satmar Convention #KinesKluli Sunday June 3rd at @NYCBlive Nassau Coliseum Long Island #KinusKluli #Kinus #NassauColiseum you can still try to buy tickets at any Satmar Shul In the tri state area

איך זעה נישט די גרויסע חכמה יעדער טוהט דאס, צו ס'איז די אונטערן פלעיס אדער די כינוס כלל ישראל אלע שרייבן אז ס'גייט אויס און דערנאך גייט עס טאקע אויס.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

קבלת פנים פאר די ראב"ד שליט"א מיטוואך אין קרית יואל
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

באסעס פון מאנטריאל
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אב"ד סאטמאר 15 קויפענדיג א טיקעט
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

בן ישי האט געשריבן:קבלת פנים פאר די ראב"ד שליט"א מיטוואך אין קרית יואל

מ'שמועסט אז ס'וועט זיין א קבלת פנים דינסטאג אין וויליאמסבורג און דאנערשטאג אין לעיקוואד ווי ער וועט געבן א שיעור אין ישיבה דארטן
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

וואס איז אפיציעל פשט פון די פיקטשערס און ווידיאו וואס גייען ארום ווי מ'זעהט זלונים רייסן אראפ די צעטלעך פון די כינוס?
איך פארשטיי אז זיי גייען נישט דארט און האבן חילוקי דעות, אבער וואס האבן זיי קעגן די אסיפה? מ'טאר נישט רעדן קעגן ציונות?

שטעל דיך פאר איך זאג דיר אפאר יאר צירוק אז סאטמערע חסידים וועלן זיין די וואס רייסן אראפ די צעטלעך צו א אסיפה קעגן ציונות...
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

"אפיציעל פשט" קען איך דיר נישט זאגן, אבער אומאפיציעל יא.
וירח ה' את ריח הניחוח
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ביזן זען דאס רייסן האט אלעס געשטומט?
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

איך דריי מיר ארום דעם שבת, און זעה ווי די זאליס שעלטן און שרייען ווי קיינמאל ביפאר איבער דעם כינוס. באמת, לאזט זיך דאס נישט פארשטיין, מיר זענען דאך שוין אינגאנצן אפגעטיילט!! וואס זענט איר נאך בכלל אינטערסירט וואס ביי אונז גייט פאר?? נאר לאזט מיר אייך געבן א שטיקל אנאליז על מה יצא הקצף, פארוואס די זאליס זענען אזוי צעווילדעוועט איבער דעם כינוס האמונה מער ווי ביז היצטער..

ס'איז דא אן אלט ווערטל פון דערהיים וואס מ'האט נאך געזאגט פון פריערדיגע, אז ס'איז א שאד אז די החלטה ווער ס'זאל זיין די גדולי ישראל פונעם קומענדיגן דור, ליגט ביי 13 יעריגע בחורים אין די הענט דאס הייסט אז אין די אינגע יארן נעמט א מענטש א מהלך אין לעבן ווי ער גייט באלאנגן, צו גיי איך זיין ערליך און לערנען תורה, צו גיי איך זיך מדבק זיין צו ערליכע אידן, אדער חלילה פארקערט, און דערנאך עסט ער די פירות א גאנץ לעבן פון זיין החלטה פון די אינגע יארן.

געווען איז עס אין די אנפאנג מ' יארן, ווען די ברך משה זי''ע האט איבער גענומען די כתר הנהגה פון זיין גרויסע פעטער רבינו הקדוש זי''ע, האבן א גרופע אום צופרידענע, אנטי עסטעבלישמענט מענטשן אנגעהויבן א מערכה אז מ'טאר זיך נישט אונטער ווארפן אונטער די נייע הנהגה. זיי האבן זיך געטראפן שותפים לדבר עבירה די אלע וואס האבן שוין יארן לאנג געשריגן רב לכם בני התמרים.. כי כל העדה כולם קדושים. און אזוי במשך די יארן איז דאס קליין קרעמעלע געוואקסן. דורכאויס די יארן האט מען זיך צאם גענומען מיט די שטוב מענטשן פון רבינו הקדוש זי''ע, וואס זענען געווען אנגעווייטאגט אז זיי זענען נישט אין פאוער, און אזוי האט מען זיך מחזק געווען איינעם דעם אנדערן א גאנצן טאג.

כדאי זיך צופרידן צו שטעלן, און זיך נישט צו שפירן ווי עפעס אן אדורך געפאלענע מענטש וואס באלאנגט נישט צו קיין קהילה, האט מען זיך כסדר פארקויפט איינעם פארן אנדערן, אז מיר זענען די עכטע סאטמארע אידן וואס זענען דבוק אין רבינו הקדוש זי''ע, און דער סיגוט'ער ובניו ווילן אויסרייסן יעדן זכר פון אים. מיט דעם רשעות'דיגע ליגענט האט מען מתיר געווען ליצנות, שפיכת דמים, רציחה, מחלוקת, לא תעמוד על דם ריעך, ואהבת לריעך כמוך, ונשיא בעמך לא תאור, וכהנה.

נאך צוואנציג יאר זיצן אין דרויסן האט מען זיך דערזעהן אפגעשמיסן און אפגעריסן. סאטמאר בליעט און וואקסט, און די כבוד פון רבינו הקדוש זי''ע ווערט שענער יעדן טאג. דער ברך משה גיבט נעמען פאר אלע בנינים און מוסדות נאכן פעטער ז''ל. אלע הבל הבלים וואס מ'האט פארקויפט אז ער וויל אויסרייסן דעם פעטער, האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין סתם דמיונות און פאנטאזיעס זיך צו ערלויבן צו רעדן לשון הרע און רכילות יומם ולילה.

אלזא, נאך 25 יאר קומט גריסן אז ס'איז דא א שטיקל מחלוקה צווישן די קינדער פונעם ברך משה. נו, זיצענדיג מחוץ למחנה אויף אזא לאנגע צייט איז דאך נישט קיין תכלית, האט מען זיך דא געגעבן צוריק א רוק אריין. איי ס'שטימט נישט מיט וואס איך שריי שוין צוואנציג יאר, האט מען אפיר געקראצט א מעשה אז די רבי ז''ל האט דאך געזאגט פאר די רעביצין אז זי זאל געבן אביסל שענערע לייכטער צו די חתונה פון מהרז''ל, איז דאך דאס אוודאי געווען א רוח הקודש און א צוואה. אזוי האט מען געהאט א פרישע תירוץ אנצוגיין מיט מחלוקת און רשעות אויף נאך פילע יארן. איי איך האב דאך נעכטן געזאגט פאר מיינע קינדער אז דער סיגוט'ער איז אן עוכר ישראל, נישט קיין פראבלעם, מ'גיימיר קרוינען א נייעם עוכר ישראל, זיין זוהן פון קרית יואל.

אזוי איז מען אריין אין א פרישע מערכה מיט בנו הגדול פונעם ברך משה זי''ע. טאג אין נאכט אטעמט מען דעם איד. מ'שעלט אים אנע אויפהער. און דאס גייט שוין אן באלד צוואנציג יאר רצופות.

דא האט זיך אבער געמאכט א גרויסע פראבלעם. די 25 יאר וואס זיי זענען געווען אין דרויסן, איז זייער גרינג געווען צו קריטיקירן, בו בזמן ווען מ'האט זיך קיינמאל נישט געברויכט פארענטפערן אויף די אייגענע מעשים. משא''כ יעצט נאכן אויפנעמען א רבי, פרעגט מען דאך אים צוריק, וואס טוט זיך ביי ענק? און דארט בלייבט ער שטים!!! ער ווייסט אז צוליב זיין דעספעראציע צו באלאנגן ערגעץ האט ער זיך צוגעשטעלט צו א רבי וואס קען נישט לערנען, א רבי אן עם הארץ, א רבי וואס קען נישט זאגן א דרשה אן אריין ווארפן א מיאוסע אַמעראצעס, א רבי וואס מ'קען מיט אים נישט גײן באזוכן אן אנדערע רבי אנע דעם וואס מ'זאל אים שעות צוגרייטן עפעס א מעשה, א רבי וואס דאווענט נעילה אזוי קאלט ווי א וואכעדיגע מנחה אין מיאמי, א רבי וואס איז געווען דער איינציגסטער ציווישן 300 רבנים וואס האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די אויגן ביי שמע ישראל ביים גרויסן פראטעסט אין מאנהעטן, א רבי וואס פירט א חמשה עשר טיש אין א קאַבאַנאַ מיט קאלירטע בלומען. בקיצור א איד וואס קען נישט קײן לערנען, נישט קיין דאווענען, נישט קיין חסידות, און ניטאמאל קיין מנהגים.

נו, נאכן זיין אזוי צושאסן און צובראכן טוט ער זיך מיט איין זאך מחזק זיין. איך האב טאקע נישט קיין געלונגענע רבי, אבער מיר זענען די אויסדערוועלטע אידן. מיר זענען די 'עכטע' ממשיכי דרכו פונעם הייליגן רבין זי''ע. אמת טאקע דער אהרן האט הייליגע הקפות!! אמת דער אהרן לעבט אריין אין א יום טוב!! אמת דער אהרן האט טויזענטער אידן ל''ג בעומר!! אמת דער אהרן רעדט דרשות וואס האלט צוזאמען זיין ציבור!! אמת דער אהרן האט אהער געשטעלט שיעורי תורה אין די גאנצע וועלט!! אמת דער אהרן בויעט איבעראל!! אבער וואס איז דאס ווערט אז דאס פינטעלע סאטמאר ברענט נישט אין אים.

אזוי איז מען זיך מחזק נאך יעדע יומא דפגרא ווען מ'דערזעהט זיך אז נאך די גאנצע האראוואניע האט דער אהרן ווייטער געהאט א הערליכע יום טוב, און ביי אונז איז טויט. נו, ער איז דאך נישט קיין קנאי, ער איז א לינקע, און אוודאי נישט קיין היימישע.

יעצט קוקט אויס ווי די חברה גייען ממש אדורך א נערווען בראך. די לעצטע ליגענט מיט וואס מ'האט זיך אזויפיל יארן מחזק געווען, גייט קראכן!! די וועלט גייט זעהן, אז אויסער דעם וואס ער איז א מאשין און פירט א הערליכע קהילה, איז ער א קנאי אויך. דאס קענען זיי שוין נישט דערהייבן. זיי שפירן ממש ווי ער נעמט זיי ארויס פון די כלים. דער לאזט אונז נישט איבער קיין איין זאך צו פארקויפן פאר די קינדער פארוואס איך האב אזוי פיינט א איד א מנהיג ישראל. ער נעמט אוועק מיין לעצטע ביסל חיות אין לעבן.

האט מען אפיר געקראצט א פרישע תירוץ און א נייע שקר, אז מ'גייט דארט נישט רעדן פון גזירות, וואס דורך דעם מאכט מען שוואך די כוח פון די סיקריקים אין ירושלים!!

וויל איך אייך פרעגן, מיינט איר טאקע אז די וועלט איז משוגע? זאגט נאר, איז דען פאר איינעם א סוד אז רבינו הקדוש זי''ע האט די נטורי קרתא/סיקריקים פיינט געהאט און מרחק געווען? מיינט איר אז מ'זעהט נישט ווי בשעת איר זענט אזוי פארנומען מחזק זיין די לינקע אויערבאך חברה, בו בזמן רודף'ט איר תולדות אהרן און אלע אנדערע חינוך הטהור אידן וואס דינען ענק נישט? מיינט איר אז די וועלט גלייבט אייך אז רבינו הקדוש זי''ע איז געגאנגען נאך געלט פאר חינוך עצמאי, אלס ווייל ענקער רבי האט געוואלט א פיקטשער מיט אפאר ליטווישע רבנים אויף א פרייוועט דזשעט?

וויפיל יארן ווילט איר נאך אזוי ליידן פאר א טעות וואס איר אדער אייער פאטער האט נעבעך געמאכט אין די מ' יארן? ס'איז צייט אויף צו וואקסן!! ס'איז צייט אויפצוהערן פיינט האבן מענטשן!! ס'איז צייט צו ענדיגן דעם פארדארבענע חינוך פון שיקן די קליינע אום שילדיגע בחורים רייסן צעטליך!! ס'איז צייט צו לעבן מיט רעאליטעט און טראכטן פארוואס איז דא א ציבור אידן וואס רייסן קיינמאל נישט ענקערע צעטליך!! זיי גייט נישט אן ווען איר גייט צו כינוס כלל ישראל!! זיי גייט נישט אן ווען איר גייט אויף בארקלעיס!! זיי טראכטן נישט פון אייך און רעדן נישט פון ענק!!

איך פארשטיי אז צו מאכן דעם טויש אין מוח איז זייער שווער. אבער לאזט מיר אייך זאגן, ס'איז אסאך גרינגער דאס צו טוהן איינמאל אין לעבן, ווי צו ליידן יעדע יום טוב, און אדורך גיין א פרישע נערווען בראך יעדע האלב יאר!!
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

נתגלה קלונו פון דעם צבוע, בלאפער, און וועלט'ס בארימטער שקרן זלמן לייב טייטלבוים!!

אפאר יאר צוריק האט ער געהאלטן א דרשה, ווי ער איז מסביר אז די עיקר קנאות איז מוחה צו זיין אויפן רעיון הציוני, און אויפן עצם הקמת מרידה במלכות שמים, נישט אויף גזירות!!

יעצט ווען זיין פאליטיק שפילט אים אנדערש, איז ער ער גרייט מפקיר צו זיין די גאנצע שיטה הקדושה, און ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז זיין פערזענליכע מחלוקה איז אים אסאך וויכטיגער ווי די גאנצע מערכה קעגן ציונות!!

ער מיט זיינע באצאלטע דיינים/שמשים פארפירן שוין אפאר וואכן, היתכן מ'גייט נישט רעדן פון די סיקריקישע אגענדעס, און דעריבער שטעלן זיי זיך נישט צו, און ווילן נאך מסביר ווי הארב ס'איז צו גיין צו א כינוס ווי מ'רעדט פונעם עצם מרידה במלכות שמים!!

זלמן לייב, יזכר לך עתה אתמול אשר דברת
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
פארשפארט