ארטיקלען אין פארווערטס איבער חסידים

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

ארטיקלען אין פארווערטס איבער חסידים

שליחה דורך בן תמליון »

דער יידיש פארווערטס האט א ריי ארטיקלען די וואך איבערן חסידישן לעבנס שטייגער, ווי עס שיינט ארבעטן זיי אויף אלע פראנטן צו צוציען אונזער אידיש רעדנדער עולם און אזוי האלטן ביים חיות דאס יידישן שפראך.

אן אפהאנדלונג איבער דעם מצב הדירות ביי אונז און וויליאמסבורג:

אַ דוחק אין דירות פֿאַר חסידים אין וויליאַמסבורג

http://yiddish.forward.com/articles/168 ... z2LvZsNnx3


איבער דעם תענית אסתר דעמאנסטראציע

סאַטמאַר: דער הײַנטיקער מין ייִדישלאַנד


http://yiddish.forward.com/articles/168 ... ddishland/

אַנטלאָפֿענע און געבליבענע

http://yiddish.forward.com/articles/168060/hasidim/

און דער בלאג אידיש מיט אן אלף האט צוויי נייע ארטיקלען:

פרעמדע קלאנגען

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168095/

שמחה — א יתום פון משמעות

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168091/
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יואל · 3 days ago איינע פון די פאסטס
רביצין בריטע, עס שיינט איר נעמט אייער וויסן איבער חסידים פון אזאלכע טי ווי פראגראמען ווי בלויע בלוט" וכדו' ווי חסידים זענען פארגעשטעלט ווי מערדער שלעגער און מנוולים. איר קענט קומען אין מיין שולכל און זאגן מיין רעבין אין פנים ממזר בן ממזר דער עולם וועט לאכן און זאגן א בן ממזר איז ער מסתמא ווייל זיין ברודער אזי א ממזר געוויס. איר רעדט פון א פיר פינף מענטאלע סיקריקן וואס פון צייט צו צייט פראטעסטירן זיי פאר א רפואה. קיינער קומערט זיך נישט אויף זיי. דער שייטל קראם האט זיך פון זיך פארמאכט גראדע זעט אויס די סערוויס האט געזייגט.


Read more: http://yiddish.forward.com/articles/168 ... z2MK6niF47
אשפיגתא מאוד מאוד
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

moti107 האט געשריבן:יואל · 3 days ago איינע פון די פאסטס
רביצין בריטע, עס שיינט איר נעמט אייער וויסן איבער חסידים פון אזאלכע טי ווי פראגראמען ווי בלויע בלוט" וכדו' ווי חסידים זענען פארגעשטעלט ווי מערדער שלעגער און מנוולים. איר קענט קומען אין מיין שולכל און זאגן מיין רעבין אין פנים ממזר בן ממזר דער עולם וועט לאכן און זאגן א בן ממזר איז ער מסתמא ווייל זיין ברודער אזי א ממזר געוויס. איר רעדט פון א פיר פינף מענטאלע סיקריקן וואס פון צייט צו צייט פראטעסטירן זיי פאר א רפואה. קיינער קומערט זיך נישט אויף זיי. דער שייטל קראם האט זיך פון זיך פארמאכט גראדע זעט אויס די סערוויס האט געזייגט.


Read more: http://yiddish.forward.com/articles/168 ... z2MK6niF47
אשפיגתא מאוד מאוד


הא. דאס האב איך בן תמליון געשריבן דארט. נא איצט ווייסט איר שוין תמליון זון'ס נאמען אויך.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שלום דין שרייבט אן ארטיקל איבער היימישע פרויען האבן אינערליך דרוק צו האבן גרויסע פאמיליעס אפילו ווען דער מאן וויל נישט און וויאזוי די דיינות היתירים גייען צו. ער האט דא א ניק אפשר וואלט ער איבערגעטיישט דעם ארטיקל אין אידיש אז מעם בעט איהם. (עס באלאנג אפשר אין אחורי).

http://forward.com/articles/173533/hasi ... the/?p=all
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

א נייער ארטיקל אין אידיש מיט אן אלף "א מעשה אויף פסח".

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168707/
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בן תמליון האט געשריבן:א נייער ארטיקל אין אידיש מיט אן אלף "א מעשה אויף פסח".

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168707/


זיס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בן תמליון האט געשריבן:א נייער ארטיקל אין אידיש מיט אן אלף "א מעשה אויף פסח".

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168707/

דאס איז אן אייזערנער ארטיקל, געשריבן אויפ'ן אמאליגן משכיל'ישן סטיל. ווייסט ווער דער שרייבער איז, צו מען קען ליינען נאך פון זיין שרייב ווערק?. איינער
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דא האסטו נאך דריי ארטיקלן פון אים
http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168456/ "היינטיגע פוסקים און היינטיגע שאלות"
http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168095/ "פרעמדע קלאנגן"
http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/167482/ "מאמע לשון אדער רבי לשון?"
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

אן ארטיקל דורך בן זומא אין אידיש מיט אן אלף חרדיש־אידישער „בירגער זשורנאליזם” ברענגט ארויס דעם טאלאנט חסידים ווייזן אויפן אינטערנעט לעומת די היימישע צייטונגען וואס זענען טרוקן ליידיק פון שעפערישע שטריכן:

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168832/

נאך איבער אידיש קעגן יידיש אין דער אידיש־יידישער פראגע דורך ואיה וענה:

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/168886/
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נאך איינער האט באמערקט אז אידיש מיט אן אלף סאקט לעצטנס? וואו זענען בן זומה און ואיה ואנה?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

ארטיקלען אין פארווערטס איבער חסידים

שליחה דורך דורש אמת »

ווי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די יונגע קרבנות פֿון דער מירון־טראַגעדיע


(שקויעך מר גאמפערץ
גאר א חשובער חסידישער רב האט מיר געהאט אריינגעשיקט דעם ארטיקל מיט א צושריפט וזה לשונו אות באות:


! משוגע גוט. אזוי שטארק אמת ליידער. און אזוי גוט אראפ געלייגט

אזויפיל איז אריין געלייגט אין אזא קורצע ארטיקל. און אזוי צו די זאך. ס’איז מלא תוכן און טעם! כ’האב עס כאטש 5 מאל איבער געליינט. איך האב נישט אויפגעהערט וויינען. מען דארף דאס אויף הענגען אין בתי מדרשים אין די גאסן. פאסטן ביי יעדע יודישע שטוב. און אז עס וועט העלפן אפילו פאר געציילטע איז א געוואלד אופגעטוען!

איך בין פשוט נתפעל און ווינדער זיך אויב נאך זעען ווי סאך נישט ארויס געשריבענע שורות איז קאנצעטרעט און ליגט אין יעדע פערל ווארט. עד כאן. ).

דאס הארץ רייסט צו זעהן אומגליקליכע משפחות באוויינען זייערע קינדער. מיר זענען אויפגעשוידערט פונ׳ם זינלאזער סטעמפיד וואס האט ליידער באגראבן אזויפיל קרבנות. צופיל זענען אומגעקומען דעם ל׳׳ג בעומר, און אסך מער זענען ביטער געשעדיגט געווארן, פיל פון זיי יונגע מענטשן אין זייער בליענדיגסטע יארן.

שרגי געשטעטנער, איינער פון די אומגעקומענע, האט מיטגעטיילט אין אן אינטערוויו ניין יאר צוריק, וועגן זיין גליק איבער׳ן נייעם מוזיק אלבום וואס ער האט מצליח געווען ארויסצוגעבן. עס פייניגט דאס געוויסן ווען מ׳זעהט אזא איידעלע נפש, וואס איז צוקוועטשט געווארן ה׳׳י.

דער זוהר הק׳ ברענגט אויף מגילת איכה, אז דער חורבן בית המקדש האט נאר געקענט פארקומען אין פיזישן זין, נאכדעם וואס זי איז אין גייסטישן זין שוין לאנג געווען צובראכן. וויבאלד דאס אינערליכע גלאנץ פון כלל ישראל איז ליידער פארברענט געווארן מיט שנאת חנם, פירוד לבבות און הלבנת פנים, איז שוין זייער גרינג געווען פאר׳ן שונא אדורכצודרינגען און פארברענען אויך דאס אויסערליכע גלאנץ…

אזוי קען געזאגט ווערן איבער די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון. דאס גייסט פון די יונגע קינדער איז שוין צוקוועטשט געווארן אסך פריער בעפאר זייער לעבן איז פארשניטן געווארן.

וויאזוי קענען מיר פאראייביגן דעם אנדענק פון די יונגע קרבנות? לאמיר לעילוי נשמתם מחשיב זיין מער די יונגע קינדער וועלכע לעבן נאך.

קינדער זיצן טעגליך אין חדר און עס ווערט פארלאנגט פון זיי זיך אהערצושטעלן ווי זיי וואלטן געווען ראבאטן. זיי ברעכן זיך דעם קאפ צו לערנען ענינים וואס זענען נישט רעלעוואנט אין זייער לעבן און דאס רוב קינדער זענען נישט געאייגנט אויף דעם.

יינגלעך מיט אזויפיל כשרונות דארפן שעות נאכאנאנד זיצן אויף איין פלאץ אן קיין סטימולאציע פאר׳ן מח, און זיי ווערן אפט געסטראשעט מיט קלעפ, אויב זיי שטעלן זיך נישט צו גענוי ווי דער מלמד וויל.

ספארט איז ליידער פארבאטן. זיי האבן נישט וואו ארויסצולאזן ענערגיע וועלכע איז וויכטיג פאר׳ן גייסטיקן און פיזישן וואוילזיין פונ׳ם קינד.

א יינגל קומט אהיים פון חדר אויסגעמוטשעט, נאך א לאנגן טאג, און ניטאמאל דאן האט ער מנוחה. ער מעג נישט מסיח דעת זיין מיט א מאווי אדער א ווידיאו געים ווייל דאס איז אויך פארבאטן.

אין ״בעסטן״ פאל איז דאס קינד שטיל מיט א יאוש געפיל און געבט זיך אונטער צום דרוק, פרובירנדיג מיט אלע כוחות כאטש צו באקומען קרעדיט פאר׳ן זיין א וואויל יונגל. אבער אויב האט דאס קינד נאך עטוואס א פונק פון לעבן אין זיך, איז קיין וואונדער נישט וואס ער קומט אהיים מיט א ביטערניש און קריגט זיך ארום מיט די געשוויסטער. און אוודאי ווער באצאלט די פרייז? אויף וועמען׳ס קאפ גייט עס ארויף? אויף די אנגעהארעוועטע עלטערן.

עטליכע וואכן צוריק האב איך צום ערשטן מאל זיך אנגעטראפן אינ׳ם ליד פון מאטי שטיימץ ווי ער דערציילט די מעשה פון יענקעלע הכונס. איך האב זיך ביטער צו-וויינט ווייל עס האט זיך אזוי קלאר ארויסגעוויזן דער תהום וואס איז צווישן די אמאליגע דורות אידן און דעם היינטיגן אונטערדריקטן סיסטעם פון פרומקייט.

די ליבשאפט צווישן א קינד מיט די עלטערן איז אזוי וויכטיק אז איך האב אנגעשריבן א ליד וועגן דעם וואס איר קענט הערן דא.

אמאליגע עלטערן האבן געהאט א געלעגנהייט צו בויען אן אמת׳ן קשר מיט זייערע קינדער, און כאטש זיי האבן גארנישט געוואוסט וועגן פסיכאלאגיע, איז אבער זייער טיפע ליבשאפט געווען דאס גרעסטע געווער פאר זייער קינד, און אים געהאלפן איבערלעבן די ביטערסטע צייטן, און בפרט א חורבן וואס די מענטשהייט האט נאך אזוינס נישט בייגעוואוינט.

היינטיגע עלטערן, לאזט מען נישט לעבן. די משפחות זענען היינט צו טאג פיל גרעסער און די תקנות פון די רבנים ווערן וואס א טאג אלס שטרענגער. ווי עס איז דער שטייגער פון מענטשן אונטער דרוק, לעבט מען אין survival mode און עס איז שווער צו בויען די קשר וואס נאטירליך עלטערן האבן מיט קינדער.

א מענטש קען נישט געבן וואס ער האט נישט, און ווען טאטע מאמע האבן נישט קיין רוהיגקייט און צייט פאר זייער אייגענע הנאה, איז נישט יושר צו ערווארטן אז זיי זאלן מאכן מער צייט זיך אפצוגעבן מיט מער ליבשאפט מיט זייערע קינדער. דער סיסטעם איז צובראכן און מיר צאלן דערויף א ביטערע פרייז.

די מעדיא רעדט אפט וועגן די עוולה וואס די חסיד׳ישע חדרים לאזן נישט זייערע תלמידים באקומען א „בעיסיק עדיוקעישן“ , אבער מ׳פעהלט צו דערמאנען וואס די קינדער באקומען אנשטאט דעם!

די פאקט אז מ׳פלאנצט איין א פחד אין די קינדער איז א פארברעכן.

ווען א קינד ווערט באשולדיגט פאר׳ן האבן מענטשליכע געפילן, לאזט דאס איבער א טיפע רושם, און ס׳איז גורם שעדליכע תוצאות פאר׳ן לעבן.

ס׳איז אן עוולה אז א מלמד זאל אריינלייגן א בושה אין א קינד כאילו ער איז א פראבלעם ווייל ער קען נישט זיך צופאסן צו אוממענטשליכע באדינגונגען.

מיר דארפן זאגן „גענוג!“ צו די אומדערטרעגליכע באגרעניצונגען וואס יונגע פרומע קינדער דארפן אויסשטיין, און נישט מער צולאזן אז דאס חסידישע חינוך סיסטעם זאל צוקוועטשן דעם נפש פון אונזערע יונגע קינדער.

קול דמי אחיך צועקים, דאס בלוט פון אונזערע פארלוירענע ברידער רופט צו אונז:

לאמיר זיך אויפוועקן. מיר ווייסן גוט אז די רבנים האבן נישט קיין פלאן צו ראטעווען אונזערע קינדער. עס ליגט א פליכט אויף יעדן פון אונז צו טאן דאס בעסטע וואס מ׳קען צו העלפן פארעכטן דעם שרעקליכן מצב.

אונזערע קינדער זענען די צוקונפט פון כלל ישראל. וואס פארא צוקונפט ווילן מיר האבן?
פארשפארט