כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

רבותי, לאזט סאטמאר זיין פארנומען מיט גזירות און רעיונות, אזוי וועט מען אונז אפלאזן. די לעצטע דריי יאר איז נישטא קיין צומת הגידין פראבלעמען, אריזאנע ווייץ, שייטלעך.... לאזט זיי קעיר נעמען פון ארץ ישראל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

היסטאריקער האט געשריבן:איך דריי מיר ארום דעם שבת, און זעה ווי די זאליס שעלטן און שרייען ווי קיינמאל ביפאר איבער דעם כינוס. באמת, לאזט זיך דאס נישט פארשטיין, מיר זענען דאך שוין אינגאנצן אפגעטיילט!! וואס זענט איר נאך בכלל אינטערסירט וואס ביי אונז גייט פאר?? נאר לאזט מיר אייך געבן א שטיקל אנאליז על מה יצא הקצף, פארוואס די זאליס זענען אזוי צעווילדעוועט איבער דעם כינוס האמונה מער ווי ביז היצטער..

ס'איז דא אן אלט ווערטל פון דערהיים וואס מ'האט נאך געזאגט פון פריערדיגע, אז ס'איז א שאד אז די החלטה ווער ס'זאל זיין די גדולי ישראל פונעם קומענדיגן דור, ליגט ביי 13 יעריגע בחורים אין די הענט דאס הייסט אז אין די אינגע יארן נעמט א מענטש א מהלך אין לעבן ווי ער גייט באלאנגן, צו גיי איך זיין ערליך און לערנען תורה, צו גיי איך זיך מדבק זיין צו ערליכע אידן, אדער חלילה פארקערט, און דערנאך עסט ער די פירות א גאנץ לעבן פון זיין החלטה פון די אינגע יארן.

געווען איז עס אין די אנפאנג מ' יארן, ווען די ברך משה זי''ע האט איבער גענומען די כתר הנהגה פון זיין גרויסע פעטער רבינו הקדוש זי''ע, האבן א גרופע אום צופרידענע, אנטי עסטעבלישמענט מענטשן אנגעהויבן א מערכה אז מ'טאר זיך נישט אונטער ווארפן אונטער די נייע הנהגה. זיי האבן זיך געטראפן שותפים לדבר עבירה די אלע וואס האבן שוין יארן לאנג געשריגן רב לכם בני התמרים.. כי כל העדה כולם קדושים. און אזוי במשך די יארן איז דאס קליין קרעמעלע געוואקסן. דורכאויס די יארן האט מען זיך צאם גענומען מיט די שטוב מענטשן פון רבינו הקדוש זי''ע, וואס זענען געווען אנגעווייטאגט אז זיי זענען נישט אין פאוער, און אזוי האט מען זיך מחזק געווען איינעם דעם אנדערן א גאנצן טאג.

כדאי זיך צופרידן צו שטעלן, און זיך נישט צו שפירן ווי עפעס אן אדורך געפאלענע מענטש וואס באלאנגט נישט צו קיין קהילה, האט מען זיך כסדר פארקויפט איינעם פארן אנדערן, אז מיר זענען די עכטע סאטמארע אידן וואס זענען דבוק אין רבינו הקדוש זי''ע, און דער סיגוט'ער ובניו ווילן אויסרייסן יעדן זכר פון אים. מיט דעם רשעות'דיגע ליגענט האט מען מתיר געווען ליצנות, שפיכת דמים, רציחה, מחלוקת, לא תעמוד על דם ריעך, ואהבת לריעך כמוך, ונשיא בעמך לא תאור, וכהנה.

נאך צוואנציג יאר זיצן אין דרויסן האט מען זיך דערזעהן אפגעשמיסן און אפגעריסן. סאטמאר בליעט און וואקסט, און די כבוד פון רבינו הקדוש זי''ע ווערט שענער יעדן טאג. דער ברך משה גיבט נעמען פאר אלע בנינים און מוסדות נאכן פעטער ז''ל. אלע הבל הבלים וואס מ'האט פארקויפט אז ער וויל אויסרייסן דעם פעטער, האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין סתם דמיונות און פאנטאזיעס זיך צו ערלויבן צו רעדן לשון הרע און רכילות יומם ולילה.

אלזא, נאך 25 יאר קומט גריסן אז ס'איז דא א שטיקל מחלוקה צווישן די קינדער פונעם ברך משה. נו, זיצענדיג מחוץ למחנה אויף אזא לאנגע צייט איז דאך נישט קיין תכלית, האט מען זיך דא געגעבן צוריק א רוק אריין. איי ס'שטימט נישט מיט וואס איך שריי שוין צוואנציג יאר, האט מען אפיר געקראצט א מעשה אז די רבי ז''ל האט דאך געזאגט פאר די רעביצין אז זי זאל געבן אביסל שענערע לייכטער צו די חתונה פון מהרז''ל, איז דאך דאס אוודאי געווען א רוח הקודש און א צוואה. אזוי האט מען געהאט א פרישע תירוץ אנצוגיין מיט מחלוקת און רשעות אויף נאך פילע יארן. איי איך האב דאך נעכטן געזאגט פאר מיינע קינדער אז דער סיגוט'ער איז אן עוכר ישראל, נישט קיין פראבלעם, מ'גיימיר קרוינען א נייעם עוכר ישראל, זיין זוהן פון קרית יואל.

אזוי איז מען אריין אין א פרישע מערכה מיט בנו הגדול פונעם ברך משה זי''ע. טאג אין נאכט אטעמט מען דעם איד. מ'שעלט אים אנע אויפהער. און דאס גייט שוין אן באלד צוואנציג יאר רצופות.

דא האט זיך אבער געמאכט א גרויסע פראבלעם. די 25 יאר וואס זיי זענען געווען אין דרויסן, איז זייער גרינג געווען צו קריטיקירן, בו בזמן ווען מ'האט זיך קיינמאל נישט געברויכט פארענטפערן אויף די אייגענע מעשים. משא''כ יעצט נאכן אויפנעמען א רבי, פרעגט מען דאך אים צוריק, וואס טוט זיך ביי ענק? און דארט בלייבט ער שטים!!! ער ווייסט אז צוליב זיין דעספעראציע צו באלאנגן ערגעץ האט ער זיך צוגעשטעלט צו א רבי וואס קען נישט לערנען, א רבי אן עם הארץ, א רבי וואס קען נישט זאגן א דרשה אן אריין ווארפן א מיאוסע אַמעראצעס, א רבי וואס מ'קען מיט אים נישט גײן באזוכן אן אנדערע רבי אנע דעם וואס מ'זאל אים שעות צוגרייטן עפעס א מעשה, א רבי וואס דאווענט נעילה אזוי קאלט ווי א וואכעדיגע מנחה אין מיאמי, א רבי וואס איז געווען דער איינציגסטער ציווישן 300 רבנים וואס האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די אויגן ביי שמע ישראל ביים גרויסן פראטעסט אין מאנהעטן, א רבי וואס פירט א חמשה עשר טיש אין א קאַבאַנאַ מיט קאלירטע בלומען. בקיצור א איד וואס קען נישט קײן לערנען, נישט קיין דאווענען, נישט קיין חסידות, און ניטאמאל קיין מנהגים.

נו, נאכן זיין אזוי צושאסן און צובראכן טוט ער זיך מיט איין זאך מחזק זיין. איך האב טאקע נישט קיין געלונגענע רבי, אבער מיר זענען די אויסדערוועלטע אידן. מיר זענען די 'עכטע' ממשיכי דרכו פונעם הייליגן רבין זי''ע. אמת טאקע דער אהרן האט הייליגע הקפות!! אמת דער אהרן לעבט אריין אין א יום טוב!! אמת דער אהרן האט טויזענטער אידן ל''ג בעומר!! אמת דער אהרן רעדט דרשות וואס האלט צוזאמען זיין ציבור!! אמת דער אהרן האט אהער געשטעלט שיעורי תורה אין די גאנצע וועלט!! אמת דער אהרן בויעט איבעראל!! אבער וואס איז דאס ווערט אז דאס פינטעלע סאטמאר ברענט נישט אין אים.

אזוי איז מען זיך מחזק נאך יעדע יומא דפגרא ווען מ'דערזעהט זיך אז נאך די גאנצע האראוואניע האט דער אהרן ווייטער געהאט א הערליכע יום טוב, און ביי אונז איז טויט. נו, ער איז דאך נישט קיין קנאי, ער איז א לינקע, און אוודאי נישט קיין היימישע.

יעצט קוקט אויס ווי די חברה גייען ממש אדורך א נערווען בראך. די לעצטע ליגענט מיט וואס מ'האט זיך אזויפיל יארן מחזק געווען, גייט קראכן!! די וועלט גייט זעהן, אז אויסער דעם וואס ער איז א מאשין און פירט א הערליכע קהילה, איז ער א קנאי אויך. דאס קענען זיי שוין נישט דערהייבן. זיי שפירן ממש ווי ער נעמט זיי ארויס פון די כלים. דער לאזט אונז נישט איבער קיין איין זאך צו פארקויפן פאר די קינדער פארוואס איך האב אזוי פיינט א איד א מנהיג ישראל. ער נעמט אוועק מיין לעצטע ביסל חיות אין לעבן.

האט מען אפיר געקראצט א פרישע תירוץ און א נייע שקר, אז מ'גייט דארט נישט רעדן פון גזירות, וואס דורך דעם מאכט מען שוואך די כוח פון די סיקריקים אין ירושלים!!

וויל איך אייך פרעגן, מיינט איר טאקע אז די וועלט איז משוגע? זאגט נאר, איז דען פאר איינעם א סוד אז רבינו הקדוש זי''ע האט די נטורי קרתא/סיקריקים פיינט געהאט און מרחק געווען? מיינט איר אז מ'זעהט נישט ווי בשעת איר זענט אזוי פארנומען מחזק זיין די לינקע אויערבאך חברה, בו בזמן רודף'ט איר תולדות אהרן און אלע אנדערע חינוך הטהור אידן וואס דינען ענק נישט? מיינט איר אז די וועלט גלייבט אייך אז רבינו הקדוש זי''ע איז געגאנגען נאך געלט פאר חינוך עצמאי, אלס ווייל ענקער רבי האט געוואלט א פיקטשער מיט אפאר ליטווישע רבנים אויף א פרייוועט דזשעט?

וויפיל יארן ווילט איר נאך אזוי ליידן פאר א טעות וואס איר אדער אייער פאטער האט נעבעך געמאכט אין די מ' יארן? ס'איז צייט אויף צו וואקסן!! ס'איז צייט אויפצוהערן פיינט האבן מענטשן!! ס'איז צייט צו ענדיגן דעם פארדארבענע חינוך פון שיקן די קליינע אום שילדיגע בחורים רייסן צעטליך!! ס'איז צייט צו לעבן מיט רעאליטעט און טראכטן פארוואס איז דא א ציבור אידן וואס רייסן קיינמאל נישט ענקערע צעטליך!! זיי גייט נישט אן ווען איר גייט צו כינוס כלל ישראל!! זיי גייט נישט אן ווען איר גייט אויף בארקלעיס!! זיי טראכטן נישט פון אייך און רעדן נישט פון ענק!!

איך פארשטיי אז צו מאכן דעם טויש אין מוח איז זייער שווער. אבער לאזט מיר אייך זאגן, ס'איז אסאך גרינגער דאס צו טוהן איינמאל אין לעבן, ווי צו ליידן יעדע יום טוב, און אדורך גיין א פרישע נערווען בראך יעדע האלב יאר!!

די ארטיקל אין די אנדערע וואס די האסט געברענגט איז געווען נעכטן אויף חיים שאולזאן'ס בלאג.
צוויי אפציעס, אדער האסטי עס געקאפיט אן גיבן קרעדיט, אדער ביסטי גאר חיים שאולזאון
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איסר האטלקי האט געשריבן:רבותי, לאזט סאטמאר זיין פארנומען מיט גזירות און רעיונות, אזוי וועט מען אונז אפלאזן. די לעצטע דריי יאר איז נישטא קיין צומת הגידין פראבלעמען, אריזאנע ווייץ, שייטלעך.... לאזט זיי קעיר נעמען פון ארץ ישראל.

איסר האיטלקי: דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט דעם גרויסן אידישן קאמעדיאנט שמעון דזשיגאן. ער זאגט אז מ'האט איהם אמאל געפרעגט וואס זיין סגולה איז פאר שלום בית. וויאזוי האט זיין שלום בית אנגעהאלטן פאר באלד פופציג יאר. האט ער געזאגט אז א טאג נאך זיין חתונה האט ער אפגעמאכט מיט זיין ווייב אז מ'וועט זיך צוטיילן מיט די ארבעט. ער וועט זיך זארגן איבער די גרויסע זאכן. און זיין ווייב וועט זיך זארגן איבער די קליינע זאכן. וואס הייסט די גרויסע זאכן, פרעגט מען איהם. האט ער געענטפערט אז די גרויסע זאכן זענען ווי אמעריקע זאלל שטיין אין יוראפ אדער קארעא...און וואס זענען די קליינע זאכן?....דאס באנק ביכל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: איך וועל ענדערש זאגן אז חיימ'קע האט עס גע'גנב'ט פון היסטאריקער. ווייל דער רשע האט נישט אזא גוטע שפראך...!

נ.ב.: הרב שמעקעדיג שליט"א. יעצט זעהסטו אז איך האב נאך ..."מענטשן"... אויף די ליסט...נישט נאר...הרב סענדער דער דויטש/דייטש. און הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ פלאפ...! דער חילוק איז אז די ערשטע צוויי זענען זיסע אידן. און להבדיל ער, איז א רשע מרושע. נאך ערגער פון נחום המדי...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: איך וועל ענדערש זאגן אז חיימ'קע האט עס גע'גנב'ט פון היסטאריקער. ווייל דער רשע האט נישט אזא גוטע שפראך...!

נ.ב.: הרב שמעקעדיג שליט"א. יעצט זעהסטו אז איך האב נאך ..."מענטשן"... אויף די ליסט...נישט נאר...הרב סענדער דער דויטש/דייטש. און הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ פלאפ...! דער חילוק איז אז די ערשטע צוויי זענען זיסע אידן. און להבדיל ער, איז א רשע מרושע. נאך ערגער פון נחום המדי...!

די פראבלעם איז אבער אז שאולזאן האט עס געהאט פריער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: האט ער עס מסתמא געגנב'ט פון א צווייטן...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

שליחה דורך אונטער חכם »

שאולזאהן שרייבט נישט אויף אידיש געווענליך, די אידישע ארטיקלען זענען אריינגעשיקט דורך אנדערע.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

מאנסי
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן ישי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

וויליאמסבורג
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

טיקעטס אין לעיקוואד און צייטליכע דעטאלן
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

וואס איז די חוצפה ווייטער צו שפענדן געלטער אויף אדווערטייזמענטס אויב די טיקעטס זענען אויספארקויפט? דאס טוען זיי מיט מיינע צען טאלער? אויספארקויפט און פארטיג, צו וואס אדווערטייזן אז מ'איז אויספארקויפט? פאר וועמען?
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס איז די חוצפה ווייטער צו שפענדן געלטער אויף אדווערטייזמענטס אויב די טיקעטס זענען אויספארקויפט? דאס טוען זיי מיט מיינע צען טאלער? אויספארקויפט און פארטיג, צו וואס אדווערטייזן אז מ'איז אויספארקויפט? פאר וועמען?

אויב פרעגסטי ווייל די ווילסט הערן א תירוץ...זיי שרייבן אז מ'זאל צוריק ברענגען די איבריגע טיקעטס.
דוד בן ישי עבדך משיחך
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך בין עכט געווען זיכער אז זיי וועלן שוין אויסטרעפן א נייער טאקטיק. עס איז אלט מאדיש. די זאליס וועלן נעקסטע מאל אויסלויפן פון טיקעטס אין א האלבע שעה און די ארוינים אין צען מינוט. מען מעג אויפקומען מיט בעסערע איידיעס ווי די כינוס כלל ישראל עסקנים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אל תאמר נשתנו העתים, יש לנו אב זקן לא נשתנה ולא ישתנה

צאי לך בעקבי הצאן

ביסט נישט קלוגער ווי דיין זיידעס

נישט רירען קיין זיז כל שהוא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך וויל פרעגן א תמימות'דיגע שאלה, און כ'מיין עס אמת'דיג ממש א שאד אידיש געלט, אויב אלע טיקעטס זענען אויספארקויפט, און איך בין אליין געגאנגען היינט ווי א נער צו 53 שול נישט צו באקומען א טיקעט, (לכתחלה האב איך געטראכט צו גיין מיטן שווער זז"ג אין אהבת קדומים שכנות, אבער דער שווער האט באשלאסן ס'יז נישט פאר זיינע כוחות, בין איך געבליבן אן א טיקעט) פארוואס אויסגעבן אפילו איין קוואדער פאר פלאקאטן אדווערטייזמענט וכו'?

איינער פרעגט מיין קשיא אויף אייוועלט, וועל מיר צואווארטן אויף די תירוצים פון די חכמים ונבונים.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

בן ישי האט געשריבן:מאנסי
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

שליחה דורך החוקר »

אישתישבי האט געשריבן: פירוד לסאטמאר נאה להם ונאה לעולם.

מיט אלעם בין איך מסכים חוץ די לעצטע שורה. א פירוד לבבות ביי כלל ישראל איז קיינמאל נישט נאה, לא להם ולא לעולם.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

הוקאפ
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

נאך זיצן
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

וואס מיינען די אומקלארע ווערטער "וואס מ'נוצט נישט געווענליך ביי אזעלכע צוזאמקומען"? ווען יא און ווען נישט?
פארשפארט