יא גיין צום כינוס; נישט גיין צום כינוס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

יא גיין צום כינוס; נישט גיין צום כינוס

שליחה דורך דריידל »

ווער ס'דרייט זיך די לעצטע פאר טעג אין איינע פון די סאטמערע בתי מדרשים, האט זיכער מיטגעהאלטן עפעס א שמועס דא דארט איבער די בעפארשטייענדע כ' סיון כינוס שע"י קהילת מהר"א. דער עולם גולם איז צעטומל'ט און רעדט פאר פייער און פאר וואסער נישט וויסענדיג קלאר וויאזוי דאס צו פארטיידיגן אדער אינטעררייסן.

די סומאטוכע האט זיך אנגעהויבן פאר צוויי חדשים צוריק ווען מהר"א האט געמאלדן פאר די בחורים אז ער באאויפטראגט די עסקנים צו אראנזשירן אן אסיפת הסברה פאר אלע תלמידים פון פעטער שלא כרעו לבעל הציוני. די סיבה פאר'ן אסיפה איז צוליב דעם וואס די מדינה פייערט זיבעציג יאר עצמאות ובנוסף לזה די אנערקענונג פון אמעריקא אז ירושלים איז בירת ישראל און דאס אריבערפירן די אמבאסאדע. מהר"א האט געהאלטן אז די געשעהנישן פאראורזאכט א געפערליכע בלבול המוחות און קען רייסן שטיקער פון די קנאישע לאגער און ס'פאדערט זיך א וועיק אפ קאול נישט פארשלעפט צו ווערן. צוליב די אימינענט געפאר וואס האט געהויערט, איז נישט געווען קיין צייט זיך געהעריג צאמזעצן מיט אנדערע רבנים תלמידים פון פעטער, נאר מ'האט פראקלאמירט ברבים אז מ'מאכט א כינוס און יעדער איז געלאדענט.

ה' אייר איז געקומען און געגאנגען, די אמבאסאדע האט זיך אריבערגעפעקלט אויף ירושלים און ב"ה ס'האט זיך נישט אנגעזעהן אז די סאטמערע בתי מדרשים און מוסדות זאלן זיך האבן עפעס געטוישט. אלעס פארט ווי א באן, אין ק"י האט קיינער נישט געהאנגען בלוי-ווייסע פענדלעך, אין וומסב"ג האט קיינער נישט געזאגט הלל, א.א.וו.

מ'האט אנגעהויבן ארומגיין אויפטרייבן שטיצע ביי רבנים, אבער קיינער האט נישט געכאפט וואס מ'וויל דא. וואס א שווארץ יאר מאכט מען משוגע מענטשן פאר א פרישע כינוס? קיינער פון תלמידים פון פעטער האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן, איז געבליבן אז מ'גייט מאכן א כינוס פאר די אייגענע. ס'דא ב"ה גענוג פלייש אנצופילן א סטעדיום. איי פאר די אייגענע קען מען דאך רעדן אין ביהמ"ד? מאך אן גענעראל פארזאמלונג אין ביהמ"ד אין וומ"ס, ב"פ ק"י, מאנסי! אבער ניין ווייל צוריק גייט א קאזע. דער רבי האט דאך ברבים געמאלדן אז ער פאררופט א "כינוס כללי" נישט נאר פאר די אייגענע מענטשן, מוז מען דאך עס מאכן אויף א נייטראל פלאץ. אומר ועושה, איינגעשפאנט די עסקנים און פאר א נישטיגע האלב מיליאן דאללער איז געלונגען בס"ד ארויסצודינגען די סטעדיום און מ'גרייט זיך פאר א מעמד אזאנס און אזעלעכס, וואס זאל באלאנסירן די חיזוק וואס די זלונים האבן באקומען אין בארקלעי'ס.

עד כאן וויאזוי א דרויסענדיגער זעהט עס.

דרייענדיג זיך צווישן סאטמערע חסידים, בין איך ממש נתפעל ווי אזעלכע וואס האלטן זיך אלץ מערסט אויפגעקלערט פון אנדערע חסידיס'ן, ווערן פלוצלינג די גרעסטע שוואנצאנים. די זלונים דרייען מיט גאנצע פלפולים פארוואס מ'טאר נישט גיין צו א כינוס וואו מ'רעדט נאר קעגן ציונות בכלליות און נישט וועגן גזירות. זיי שרייען אז דער רבי האט דאס קיינמאל נישט געטון. איי דו שוואנץ, ווי קומט דער רבי דא אריין? היינט איז תשע"ח, א טאטעלי דיפרענט מציאות פון ווען די רבי איז געווען אראונד. מ'דארף קוקן וואס די היינטיגע פראבלעם איז און עס אדרעסירן. אפשר דארף מען פארן מיט א קאר פון די סיקסדיס ווייל דאס האט די רבי געהאט?!

ווידעראום די ארונים זענען אינגאנצן מבולבל. קודם הייסט עס אז מ'גייט אויפקלערן איבער די טומאת הציונות, נאכדעם שטייט אויף די צעטלעך אז מ'גייט מוחה זיין אויפ'ן שהחיינו וואס פרעמיער נתני' האט געמאכט מיט א הוילן קאפ. אן אנדערע צעטל שרייט אז ציוניזם שאפט א גשמיות'דיגע סכנה פאר אידן איבער די וועלט און מ'דארף מודיע זיין פאר די אומות העולם אז אונז זעמיר נישט קיין שטיצער פון די מדינה. בנוסף לזה פראבירט מען אריינלערנען גאנצעטע פשטים פארוואס די אנדערע תלמידים פון פעטער קומען נישט. ממש מ'דארף זיך ברעכן קאפ אויסצופיגערן וואס די אפהאלט איז, און דעריבער מאכט מען פשעטליך כאילו מ'קומט נישט ווייל מ'רעדט נישט וועגן גיוס. האלאו! מ'קומט נישט ווייל מ'ווייסט נישט פארוואס יא צו קומען. מ'רעדט נישט דא פון גוטע פריינט וואס אז מ'לאדענט קומט מען. פאר צוואנציג יאר איז מען טויט-צוקריגט און פלוצלינג ווילסטו מ'זאל דיך קומען געבן כבוד?

קאם אן סאטמורים, כ'האב געהאלטן עטץ זענטס קלוגער ווי דעם
פארדריי די דיר דיין קאפ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך זע איר האט אסאך גוטע קשיות. לאמיר אייך פרובירן ערקלערן אביסל. ס'איז גאנץ פשוט אבער לייגט צו קאפ.

די זאלוינים האבן געמאכט א קינות ווייל א חלק פון זייער אידעאלאגיע איז אז ציונות איז א שרעקליכע געפאר פאר כלל ישראל וואס מען קען נאר באקעמפן מיט העכער צען טויזנט גופים פארזאמלט אויף איין פלאץ. נאר אזוי ארבעט דאס אפטועכץ פון חרון אף פון ג-ט ב"ה.

ר' אהרן טייטלבוים גיט נישט קיין דעמן פאר די בית סמך. קנאות גייט אים אן ווי א לאך אין קאפ. זיין טאטע איז נישט געווען א קנאי זיין שווער איז נישט געווען קיין קנאי און ער איז אויך נישט.

היות ר' אהרן איז סאטמאר רבי מוז ער שפילן דעם ציונות שפיל און זאגן דעם דעת קדשו אין אזעלכע דקות'דיגע ענינים ווי די ריכטיגע מהלך המחשבה ביים סאטמארן איד וואס מען האלט שוין זיבעציג יאר נאך הקמת המדינה און די מדינה גייט אן מיט א פעסטקייט און אימפעט, אידישקייט און תורה בליהט ב"ה. אין אזא צייט איז גאר גאר שווער פארוואס א סאטמארע איד זאל בלייבן א קנאי און ווייל אין די גיוס שקרים גלייבט ער דאך נישט און ער פארקויפט דאס נישט, מוז ער מאכן א פשוט'ע קינות און מסביר זיין פארוואס ציונות איז נאך בכלל א מדובר אין סאטמאר.

דער זאלויני ברויך דאס נישט ווייל ער האלט ביי אן אנדערע שטאפל. ביי עמען איז דאך שטיינמאן אויפ'ן זעלבן בלאט מיט טורקוועמאדא. ר' משה שטערנבוך איז געווארן א אפיקורס ביי די אכציג יאר.

ס'איז בכלל נישט קיין קשיא פארוואס דער אהרוני האט געהאפט אז דער זאלויני וועט קומען צום מסיבה, פונקט ווי דער זאלויני האט געהאפט אויף פארקערט. יעדער צד וויל זיך זען אז זיי זענען די אמת'ע קנאים און אויב באווייזן זיי צו ברענגען די אנדערע צד צום טיש האבן זיי געווינען.

אה פארוואס זיי גייען טאקע נישט? ווייל די קינותים האבן גארנישט מיט ציונים, זיי האבן מיט סאטמאר. דער ציוני צוקראצט זיך נישט פון קיין איין קינות. (ער גלייבט דאך נישט אין גאט גלייבט ער אוודאי נישט אין קינות). נאר דער אהרוני צוקראצט זיך פון זאלויניס קינות און זאלויני צוקראצט זיך פון אהרוני'ס קינות. אדער על כל פנים יעדער רעדט זיך איין אז דער צווייטער צוקראצט זיך. און דאס איז די סיבה פארוואס די שמועסן אין ראדני מקוה זענען אויף הויכע טענער.

דאס איז די גאנצע זאך על רגל אחת.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

מיין לייק איז פאר די אויסדרוקן, איך בין נישט מכיר אין יעדעס ווארט...
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: יא גיין צום כינוס; נישט גיין צום כינוס

שליחה דורך אונטער חכם »

טויזנט פלפולים שלום הבל ווען מען קען די גאנצע זאך ארויסברענגען מיט איין זאץ, עס איז די זעלבע זאך וואס גייט שוין אן די לעצטע צען יאר יעדן שמחת תורה, נעילת החג , חתונה וכו', איך בין גרעסער , דו ביסט גרעסער, קיין טראפ אידאלאגיע ליגט נישט דא ביי ביידע זייטן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דריידל, פרעגסט גוט.
אבער כך הוא דרכו של עולם, יעדער איינער - זאל ער זיין דער קלוגסטער - ווען עס קומט צו אייגענע אגענדעס פארלירט מען דעם שכל הישר'דיגן בליק וואס "דרויסענדיגע" האבן. עס מיינט נישט אז מען איז נאריש, עס מיינט נאר אז זיי קוקן אויפן מצב מיט אנדערע ברילן ווי דרויסענדיגע.

דער זאלי זעהט זיין רבי און אלע מעלות פונקט ווי דער ארוני זעהט זיין רבי מיט זיינע מעלות, יעדער חסיד פארהוילט זיך פון זין רבינ'ס חסרונות; אז בעלזער רבי וועט באזוכן מאנטריאל וועלן די חסידים זיין פארגאפט און די קעגנערס זיי אויסלאכן; אז באבוב וועט מאכן א געהויבענע נסיעה קיין ארצינו הק' וועלן די חסידים לעבן דערין און וועט זיין די געשפרעך פון טאג און מיינען אז דאס נעמט איבער די גאנצע יהדות החרדית בעת די מענטשן וועלכע באלאנגען נישט צו די חסידות האבן די גאנצע נסיעה פארפאקט און די לינקע פיאה אינטרעסירט זיי מער.

סך הכל, יעדער לעבט אין זיין וועלט, און א דרויסענדיגער קען נישט פרעגן קשיות אויף א אינווייניגסטן, פונקט ווי א זאטער פארשטייט נישט דעם הונגעריגן.

ואם תרצה, קען מען זאגן נאך א פשט, ווי איך האב שוין אמאל באשריבן דא.
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@שמעקעדיג

פאר דיר וועל איך אנטווארטן אויב האסטו געהערט די של"ס תורה פון דיין רבי'ן ז"ל דעם אפטייטש פון אמרתם שוא עבוד אלוקים און ווי די רבי שרייט מקירות ומעומק לבבו מיט זיינע טיפע אמתתע הייליגע קרעכצן ווי קאן א איד א מאמין זיך פרייען מיט זיי און זאגן אז דורך זיי קען קומען א ישועה

פארשטיסטו עכ"פ לכל הפחות אז א איד א חסיד מהרא מוז צו אזא כינוס גיין

און דעס פ"וו יעצט ? איז פשוט די תירוץ ס'וואלט שוין טאקע לאנג געדארפט זיין נאר יעצט ווען זיי האלטן אפ אסאך נצחונות אין זייער אויסערן פאליטיק און די אנערקענונג פון אמעריקא וואס דאס איז א הכרה אין די מדינה אויף אן אופן וואס עס איז שוין לאנג נישט געווען האט צוגעברענגט אז מ'זאל אזא זאך יעצט מאכן למלאות השבעים איז אויך נאך א גוטע שטופ דערצו
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א-שופר-איז-א-שופר »

דריידל האט געשריבן:
יא גיין צום כינוס; נישט גיין צום כינוס


ח"ו, שטיי ווייט, קוק וואס איז געשעהן מיט די מרגלים, זיי זענען געוועהן די ערשטע אנטי ארץ ישראל
פארשפארט