"דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

"דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש"

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדער ווייסט אז די אהרונים גרייטן זיך צו מאכן א גרויסע כינוס כללי ווי זיי גייען רעדן קעגן ציונות. יעדער ווייסט אז די אהרונים טוען עס ווייל זיי זענען נאך אנגעפאטשט פון די מעכטיגע בארקלעיס אסיפה וואס די זאלונים האבן געמאכט פאריאר. אבער ס'איז נישט קיין ספק אז די גאנצע אסיפה גייט זיין כולו קודש פאר די סאטמארע מלחמה קעגן די ציונים.

איך פארשטיי אז די זאליס ווילן זיך נישט באטייליגן און ווילן נישט האבן א חלק אין די פאליטישע געים פון די אהרונים -פינקט ווי די אהרונים האבן נישט געוואלט האבן א שייכות מיט די פאליטישע געים פון די זאליס ביי די פאריאריגע אסיפה. אבער לאחר המעשה דארף מען געבן א קוק אויף די זאך פון א ריין סאטמארע בליק, אהן מחלוקת און פאליטיק. ס'איז א פאקט אז 13-14 טויזענט אידן גייען אנפילן א זאל צו שטורעמען קעגן ציונים. ס'איז א הערליכע זאך. מי יגלה אפר עיניך רביה"ק מסאטמאר. האט ער זיך געקענט פארשטעלן אין ווילדסטען חלום אז אזויפיל סאטמארע אידן וועלן זיך צוזאמקומען נאר צו פייערן קעגן די ציונים?

אוודאי גייט דער בלאט האבן די ריזיגע אסיפה אויף די פראנט פעידזש און מאכן א ריזיגע פראפאגאנדע מיט ביילאגעס און אלע אנדערע שטותים. דאס איז דאך זייער פאליטיק און פראפאגאנדע. אבער פארוואס זאל נישט דער איד זיין דא א "נארמאלע מענטש" און פשוט באריכטען די פאקטן ארום די אסיפה. דארפסט נישט מאכן קיין מצב, אבער שרייב א געהעריגע דזשערנאליסטישע ריפארט אזוי ווי די נ"י טיימס וואלט עס געשריבן. באשרייב אז ס'איז א כבוד פאר סאטמאר, און שרייב אז ס'געט א boost פאר די סאטמארע מלחמה קעגן ציונים. ווייל דאס איז די אמת.

לאמיר זעהן אויב דער איד קען מאכן דעם טשעלענדזש -באשרייבן די אסיפה ווי נארמאלע מענטשן, אהן קיין טשעפערייען, פשוט אלס א סאטמארע צייטונג וואס וויל באריכטען יעדע זאך וואס ברענגט כבוד פאר'ן בעל ויואל משה און זיין שיטה.

ענטפער מיך נישט אז דער בלאט האט נישט באשריבן די זאלי אסיפה פון לעצטעס יאהר, ווייל היא אשר דברנו. פאליטיק שפיל מיט דעם אז די וועסט עס נישט באשרייבן מיט נוסח פראפאגאנדע, אבער זיי א נארמאלע ערענסטע מענטש, און באשרייב די אסיפה. דער בלאט איז דורכגעפאלן די טשעלענדזש. וועט דער איד זיין קלוגער?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מעשה איז אביסל קאמפלעצירט, די זאלונים'ס טענה איז אז דאס איז אן השתקה אויף די גזירת הגיוס, און יתכן זיי האבן רעכט, איך בין אינגאנצן נישט אויסגעקאכט דערין, מען שמועסט אז די אוירבאך'ס זענען אנגעווייטאגט אויף די כינוס ווייל עס שוואכט זיי אפ, ווי אויך הגאון מיאוואזשנע פון די גייסטישע פירער ביי די צד זאלונים איז אויך שארף קעגן די כינוס אז דאס איז אינגאנצן נישט איינשטימונג מיט די דרך פון כ''ק מרן זי''ע, ממילא איז שווער פאר דיר איד עס צו באריכטן אויף א פאזיטיווע וועג.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

עמעזאן האט געשריבן:די מעשה איז אביסל קאמפלעצירט, די זאלונים'ס טענה איז אז דאס איז אן השתקה אויף די גזירת הגיוס, און יתכן זיי האבן רעכט, איך בין אינגאנצן נישט אויסגעקאכט דערין, מען שמועסט אז די אוירבאך'ס זענען אנגעווייטאגט אויף די כינוס ווייל עס שוואכט זיי אפ, ווי אויך הגאון מיאוואזשנע פון די גייסטישע פירער ביי די צד זאלונים איז אויך שארף קעגן די כינוס אז דאס איז אינגאנצן נישט איינשטימונג מיט די דרך פון כ''ק מרן זי''ע, ממילא איז שווער פאר דיר איד עס צו באריכטן אויף א פאזיטיווע וועג.

כ'קען אפשר פראבירן צו דערהערן אז דער כינוס שוואכט אפ די מערכה קעגן גזירות גיוס (אויב ס'איז ווירקליך גאר פארהאן אזא גזירה) אבער דאס וואס די שרייבסט אז דער כינוס איז ''נישט איינשטימונג מיט די דרך פון כ''ק מרן זי''ע'' פארשטיי איך אין גאנצן נישט. וואלסט אפשר געקענט ביטע אריינקומען עטוואס קלארער?

יישר כח למפרע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'מיז עפעס זיין אינגאנצען פערפעקט שמן זית זך אז דער איד זאל עס באריכטען? זאל ער שרייבן אז געוויסע היימישע רבנים האבן זיך מתנגד געווען צום כינוס, אבער למעשה איז עס א א חשוב'ע זאך בכלליות פאר די שיטה אז אזויפיל אידן נעמען זיך צאם פאר די סאטמארע שיטה, אפילו אויב זיי זענען זיך טועה מיט געוויסע קליינע פרטים.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: "דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש

שליחה דורך גראף »

''דער איד'' וועט אנהייבן מיט, ''דער גייסטישער פירער פון קרית יואל'' וכו'.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:די מעשה איז אביסל קאמפלעצירט, די זאלונים'ס טענה איז אז דאס איז אן השתקה אויף די גזירת הגיוס, און יתכן זיי האבן רעכט, איך בין אינגאנצן נישט אויסגעקאכט דערין, מען שמועסט אז די אוירבאך'ס זענען אנגעווייטאגט אויף די כינוס ווייל עס שוואכט זיי אפ, ווי אויך הגאון מיאוואזשנע פון די גייסטישע פירער ביי די צד זאלונים איז אויך שארף קעגן די כינוס אז דאס איז אינגאנצן נישט איינשטימונג מיט די דרך פון כ''ק מרן זי''ע, ממילא איז שווער פאר דיר איד עס צו באריכטן אויף א פאזיטיווע וועג.

עמעזאן: ביטע זיי מסביר וויאזוי דער כינוס פון די צד אהרונים פון כ' סיון תשע"ח לפ"ק שוואכט אפ די מערכה אקעיגן די גזירת גיוס און די אנדערע גזירות (לשיטתם). מ'גייט דאך דארט נישט געבן קיין שבחים פאר די ציונים און דעם רעיון הציוני. נאר אדרבה. מ'גייט ארויסברענגען אז די אלע גזירות נגד הדת זענען א תוצאה פון נאכגיין די שיטה הציונית. אריינגערעכנט די אגודה. און מסתמא אויך חינוך עצמאי...!

קיין שום נייטראלער מענטש זעהט דא נישט קיין סתירה צו די מחאות פון די פלג הירושלמי. אויך נישט צום כינוס אין בארקלעי'ס פון פאריאר...!

אלא מאי. דער פערזענליכער יצר פון אומפארגינערישקייט שפיעלט דא. גארנישט עפעס אנדערש. יא. די בהמות זענען ארויסגעקומען מיט א נייעם פאטענט מבזה צו זיין דעם ראב"ד שליט"א. שוין. זיי האבן שוין געטראפן א מום אויף איהם. אז ער האט מתיר געווען די חפירות פון קברים. וואס דאס איז דאך איין שטיק גראבער שקר. אנגעפיהרט פון דעם שווינדלערישן איד'ל, הרב שמידל. וועלכער האט געלייגט א שיינע פאר דאללער אין טאש מיט זיינע מערכות...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חתם סופר האט געשריבן:ס'מיז עפעס זיין אינגאנצען פערפעקט שמן זית זך אז דער איד זאל עס באריכטען? זאל ער שרייבן אז געוויסע היימישע רבנים האבן זיך מתנגד געווען צום כינוס, אבער למעשה איז עס א א חשוב'ע זאך בכלליות פאר די שיטה אז אזויפיל אידן נעמען זיך צאם פאר די סאטמארע שיטה, אפילו אויב זיי זענען זיך טועה מיט געוויסע קליינע פרטים.

וואס ענטפערסטו מיר דא??? די צד זאלונים די רבנים זייערע קוקען דאס אן ווי א הירוס אין די מלחמה קעגן ציונות, וואס שייך צו באשרייבן א כינוס וואס הארגעט די מערכה קעגן ציונות.

@קאך לעפל @בערל איך שרייב קלאר אז איך האב קיין אנונג אין די גאנצע נושא, דאס איז קלאר אז הגאון מיאוואזשנע פון די שטערקסטע גייסטליכע פירער ביי זיי איז ארויסגעקומען ברבים אז דאס איז נגד הדרך פון כ''ק מרן זי''ע
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

חתם סופר,
איר כאפט אז מען רעדט דא פון מענטשן וואס גייען נישט צו אייגענע געשוויסטער'ס משפחה שמחות צוליב פאליטיק?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

גדליה האט געשריבן:חתם סופר,

נישט ריכטיג. די איינציגסטע וואס גייען נישט זענען געציילטע פארנאטישע ארונים וועלכע ווילן נישט גיין צו א חתונה אין עטרת מאיר צבי, און אזוי אויך די צוויי רבי'ס אבער חוץ מזה האב איך נישט געהערט ארונים אדער זלונים זאלן נישט גיין אויף משפחה שמחות
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: "דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש

שליחה דורך יהודי פשוט »

אפשר מעג איך פרעגן, האט דאס באמת געפאדערט א באזונדערע אשכול? ס'האט נישט געקענט גיין אינעם אשכול פונעם כינוס? וואס איז די געשמאק פון סתם קנאקן אשכולות אבי ס'זאל זיין???
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך האב געטראכט ענדליך אויף התאחדות אז זיי האבן א געלעגענהייט ארויסצוקומען מיט א מחאה אויפ'ן בזיון תלמוד חכם וואס די פאשקעווילן קעגן ר' משה שטרנבוך האט אנגעמאכט. איך פארשטיי אז די זאליס וועלן דאס נישט טון אויף זייער לעדערהעד, אבער זאל התאחדות דריקן א צעטל און מר"א מיט מרז"ל וועלן ביידע אינטערשרייבן בתוך שאר חברי התאחדות.
איך בין זיכער אז די פאשקעוויל איז עפעס וואס באדערט יעדעם
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

יהודי פשוט האט געשריבן:אפשר מעג איך פרעגן, האט דאס באמת געפאדערט א באזונדערע אשכול? ס'האט נישט געקענט גיין אינעם אשכול פונעם כינוס? וואס איז די געשמאק פון סתם קנאקן אשכולות אבי ס'זאל זיין???

אפשר. מעג איך פרעגן, האט דאס באמת געפאדערט א באזונדערע תגובה? ס'האט נישט געקענט גיין אינאיינעם מיט דיינע אנדערע בויך ווייען? וואס איז די געשמאק פון סתם קנאקן תגובות אבי ס'זאל זיין???
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: "דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש

שליחה דורך יהודי פשוט »

איסר יעצט האסט גוט גע'ענפערט איך האב שוין נישט וואס צו זאגן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: "דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש

שליחה דורך יהודי פשוט »

עס איז דא יעצט 7 אשכולות וואס רעדן פונעם כינוס, איך זעה נישט פארוואס ס'פעלט אויס, פארוואס קען מען זיי נישט אלע אדער לכה"פ א חלק משלב זיין? איך מיין אז ס'מאכט סתם צומישט, אויב איך בין טאקע דער איינציגסטער וועם ס'אינטערעסירט, איז נישט.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יהודי פשוט האט געשריבן:עס איז דא יעצט 7 אשכולות וואס רעדן פונעם כינוס, איך זעה נישט פארוואס ס'פעלט אויס, פארוואס קען מען זיי נישט אלע אדער לכה"פ א חלק משלב זיין? איך מיין אז ס'מאכט סתם צומישט, אויב איך בין טאקע דער איינציגסטער וועם ס'אינטערעסירט, איז נישט.

דאס איז אין מידיא ווינקעל פאר איין נושא פון ווי אזוי דער איד וועט קאווערן די כינוס. דאס מעג מען האלטען אין א עקסטערע אשכול.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ס'באדערט דיך אז מען רעדט דערפון? בארקלעיס האט געהאט מער אשכולות.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: "דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש

שליחה דורך יהודי פשוט »

חתם סופר, אויב איז דאס נאר נוגע "דער איד" שטעל איך זיך פאר אז ס'איז שוין דא אין שטיבל אן אשכול איבער דער איד און מ'קען רעדן דערפון דארטן, איך בין נישט אזוי באקאנט אינעם זאכן אשכולות זאלן די וואס זענען יא באקאנט עס אויפזוכן

איסר, ס'באדערט מיר לגמרי נישט אז מ'רעדט דערפון, אדרבה דאס איז א נושא וואס איז יעצט אויפ'ן טיש ביים היימיש'ן עולם איז דא טאקע די פלאץ צו רעדן דערפון, איך האב נאר געוואלט פארשטיין פארוואס מ'דארף רעדן דערפון אין אזויפיל באזונדערע אשכולות? פארוואס קען מען נישט רעדן דערפון אין איין אשכול.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

שמעון וואלף האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:חתם סופר,
איר כאפט אז מען רעדט דא פון מענטשן וואס גייען נישט צו אייגענע געשוויסטער'ס משפחה שמחות צוליב פאליטיק?

נישט ריכטיג. די איינציגסטע וואס גייען נישט זענען געציילטע פארנאטישע ארונים וועלכע ווילן נישט גיין צו א חתונה אין עטרת מאיר צבי, און אזוי אויך די צוויי רבי'ס אבער חוץ מזה האב איך נישט געהערט ארונים אדער זלונים זאלן נישט גיין אויף משפחה שמחות

חוץ חוץ חוץ.
דער מציאות איז אז במשך די אלע יארן פון די פאליטיק אין סאטמאר האט מענטשליכקייט און כבוד הבריות קיינמאל נישט געשפילט קיין ראלע. פארוואס זאל זיך דאס פלוצלינג טוישן? אויב זיי ווילן אנהויבן טוישן זייער צוגאנג האבן זיי אסאך פריערע שטאפלען. וואס איז מיט דעם ביעם סענטער, א הערליכע ריזיגע בנין אין צענטער פון וויליאמסבורג וואס שטייט ליידיג בלויז צוליב דעם וואס קיינער פארגינט זיך נישט פאר'ן צווייטן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ס'געפעלט מיר שטארק דעם קעפל פון די אשכול. דער איד האט א געלעגנהייט צו זיין א נארמאלע מענטש. אלע יארן האט דער איד גע'פגר'ט צו זיין א נארמאלע מענטש נאר די אומשטענדן האט דאס נישט ערלויבט. ענדליך איז דא א שעת הכושר וואס מ'טאר נישט פארפאסן. כ'בין זיכער ר' זלמן לייב און משה גאבע וועלן זיך צוכאפן צום זעלטענעם געלעגנהייט צו זיין נארמאלע מענטשן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: "דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש

שליחה דורך יהודי פשוט »

גדליה האט געשריבן:חוץ חוץ חוץ.
דער מציאות איז אז במשך די אלע יארן פון די פאליטיק אין סאטמאר האט מענטשליכקייט און כבוד הבריות קיינמאל נישט געשפילט קיין ראלע. פארוואס זאל זיך דאס פלוצלינג טוישן? אויב זיי ווילן אנהויבן טוישן זייער צוגאנג האבן זיי אסאך פריערע שטאפלען. וואס איז מיט דעם ביעם סענטער, א הערליכע ריזיגע בנין אין צענטער פון וויליאמסבורג וואס שטייט ליידיג בלויז צוליב דעם וואס קיינער פארגינט זיך נישט פאר'ן צווייטן.

ווי כאילו די פראבלעם ליגט ביי סאטמאר.... ווייל אין באבוב אדער אין צאנז-קלויזענבורג אדער ביי די מחלוקת ישועת משה מיט'ן אור מרדכי איז עפעס בעסער די מצב.... הער אויף צו בלעימען אלעס אויף סאטמאר, און גראדע לגבי משפחה שמחות איז נאך סאטמאר די בעסטע פון אלע אזוי ווי שמעון וואלף האט שוין דערמאנט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

חס ושלום צו זאגן אז באבוב אדער קלויזנבורג אדער וויזניץ איז בעסער ווי סאטמאר. אז באבוב העט מאכן א קינות וועט מען רעדן פון זיי. יעצט איז סאטמאר'ס רייע און נעם נישט צו זייער אטענשאן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

חתם סופר האט געשריבן:יעדער ווייסט אז די אהרונים גרייטן זיך צו מאכן א גרויסע כינוס כללי ווי זיי גייען רעדן קעגן ציונות. יעדער ווייסט אז די אהרונים טוען עס ווייל זיי זענען נאך אנגעפאטשט פון די מעכטיגע בארקלעיס אסיפה וואס די זאלונים האבן געמאכט פאריאר. אבער ס'איז נישט קיין ספק אז די גאנצע אסיפה גייט זיין כולו קודש פאר די סאטמארע מלחמה קעגן די ציונים.

איך פארשטיי אז די זאליס ווילן זיך נישט באטייליגן און ווילן נישט האבן א חלק אין די פאליטישע געים פון די אהרונים -פינקט ווי די אהרונים האבן נישט געוואלט האבן א שייכות מיט די פאליטישע געים פון די זאליס ביי די פאריאריגע אסיפה. אבער לאחר המעשה דארף מען געבן א קוק אויף די זאך פון א ריין סאטמארע בליק, אהן מחלוקת און פאליטיק. ס'איז א פאקט אז 13-14 טויזענט אידן גייען אנפילן א זאל צו שטורעמען קעגן ציונים. ס'איז א הערליכע זאך. מי יגלה אפר עיניך רביה"ק מסאטמאר. האט ער זיך געקענט פארשטעלן אין ווילדסטען חלום אז אזויפיל סאטמארע אידן וועלן זיך צוזאמקומען נאר צו פייערן קעגן די ציונים?

אוודאי גייט דער בלאט האבן די ריזיגע אסיפה אויף די פראנט פעידזש און מאכן א ריזיגע פראפאגאנדע מיט ביילאגעס און אלע אנדערע שטותים. דאס איז דאך זייער פאליטיק און פראפאגאנדע. אבער פארוואס זאל נישט דער איד זיין דא א "נארמאלע מענטש" און פשוט באריכטען די פאקטן ארום די אסיפה. דארפסט נישט מאכן קיין מצב, אבער שרייב א געהעריגע דזשערנאליסטישע ריפארט אזוי ווי די נ"י טיימס וואלט עס געשריבן. באשרייב אז ס'איז א כבוד פאר סאטמאר, און שרייב אז ס'געט א boost פאר די סאטמארע מלחמה קעגן ציונים. ווייל דאס איז די אמת.

לאמיר זעהן אויב דער איד קען מאכן דעם טשעלענדזש -באשרייבן די אסיפה ווי נארמאלע מענטשן, אהן קיין טשעפערייען, פשוט אלס א סאטמארע צייטונג וואס וויל באריכטען יעדע זאך וואס ברענגט כבוד פאר'ן בעל ויואל משה און זיין שיטה.

ענטפער מיך נישט אז דער בלאט האט נישט באשריבן די זאלי אסיפה פון לעצטעס יאהר, ווייל היא אשר דברנו. פאליטיק שפיל מיט דעם אז די וועסט עס נישט באשרייבן מיט נוסח פראפאגאנדע, אבער זיי א נארמאלע ערענסטע מענטש, און באשרייב די אסיפה. דער בלאט איז דורכגעפאלן די טשעלענדזש. וועט דער איד זיין קלוגער?

שוין אנגעהויבן sour .......... ווי גלייך ס'איז דא איין 'נארמאלע מענטש' וואס האלט אז דאס האט מיט בארקלעיס צו טון (נאר צו דערמאנען ר' אהרן האט צוזאםגערופען איינע פון די גרעסטע סאטמערע פראטעסטן אין סאטמאר היסטאריע א' חקת עג)
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

גאנצל האט געשריבן:

קען זיין אז די האלטסט באמת אז ס'האט נישט מיט דעם אבער די פאקט איז אז אסאך אסאך 'נארמאלע' מענטשן האלטן אז ס'האט יא צו טוהן מיט דעם
דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט