גאנצל האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:בדא ר' אהרן -דער וואס בעט זיך צו אייך ניט צו עובר זיין אויף מדבר שקר תרחק און מודה זיין אז עס איז ניט פארהאן פון די איזרעילי רעגירונג א גזירה צו צווינגען קיינעם אין מיליטער נאר מ'ברויך ארויסנעמען א דיחו כשנים קדמוניות- דער ר' אהרן לאזט ניט איבער א דרשה צו רעדן איבער דעם ווייטאג פון די שוועריקייטן וואס די ממשלה פראבירט דא דארט צו מאכן ביים לשכת און פון דעם האט אויך ר' משה גערעדט
און פון דעם גייט מען אויך רעדן ביים כנוס און אויך גייט מען רעדן פון דעם אז ס'דערנעטערט זיך דער טאג וואס דער בגץ האט ארויסגעגעבן מבטל צו זיין דעם דיחו
דאס איז אלץ געווען שוין פאר די לעצטע זיבעציג יאר די שוועריקייטן?
ניין ס'ווערט אלס שווער און שווערע און טאקע דערפאר האט ר' אהרן געפנט די אפיס פון עזרה ויועץ וואס העלפן ארויס אין אזעלכע פראבלעמען נאכדעים האבן נאך געפנט אזעלכע אפיסעסדאס איז א גזירה אדער סתם א פאסירונג און האט גארנישט מיט קיין גזירות?
גזירה הייסט ווען עס איז בכפי' אזוי ווי עס איז געווען אין די י' יארן מיט גיוס בנות אדער די קורצע צייט אין עג ווען מ'האט מבטל געווען דעם דיחואויב ס'אלץ געווען, פארוואס האט דער ברך משה קיינמאל גערעדט פון דעם?
שוין געאנטווארטר' משה זאגט אויך אז מ'מאכטשווער אדער אז עס איז דא א גזירה?
ער רעדט וועגן די שוועריקייטן און אויב ס'דא א גזירה, פארוואס נישט מאכן א כינוס דערוועגן?
שוין גערעדט דערפון אויבןביטע ענטפערן אויף יעדע פראגע קלאר און דייטליך אן קיין פינטעליך, און נישט פארדרייען וועגן סקולענער רבי'ס בריוו פאראיאר אדער וועגן די גאב''ד.
איך האף גענוג קלאר גענטפערט.....
אבער דאס איז נאך קלארער אז די אלע וואס זאגן אז דא איז פונקט אזא גזירה ווי גיוס בנות אין יענער צייט אדער אזוי ווי עג זענען עובר אויף מדבר שקר תרחק
נאכאמאל מציאותן קען נישט געטוישט ווערן דורך'ן עס אוועק מאכן מיט גאבד סקולען געמויזעכץ
במחילת כבודך הרמה.
קוקט דאס אויס ווי דער בלאט צינג דרייעניש.
דאס באגרעניצן דעם דיחוי, און איינפעדימען א 'הסתגלות' און אויפנעמען היימישע חברה (ווי מ'האט זיי מפרסם געווען לעין כל אין א"י) וואס זאלן זוכן צו רעקרוטירן בחורים, הייסט נישט קיין 'גזירה' אויף וואס ס'פעלט זיך אויס א כינוס, דאס הייסט פשוט 'שוועריקייטן' ווער ס'נוצט דאס ווארט 'גזירה' איז פארכאפט ביי די סיקריקים!. און כדי צו דעקן דעם חוב ביי דעם ציבור הקנאי אינערהאלב די ארונים, עפענט צוויבל א 'מרכז'.
די היינטיגע כינוס, האט באמת גארנישט מיט די גזירה (דאס בין איך גראדע מסכים מיט ענק, ס'איז א שטיקעל הכתרה און פעי בעק פארן נישט גיין צו סיטי פיעלד און בארקליס) נאר א שיעור אין ויואל משה. אבער הרב שטערנוך שליט"א דרייט זיך עפעס ארום רעדן פון אומעקזעסטירענדע גזירות!
האט מען שוין געטראפן עפעס א ספרדי מיט אן הברה אשנזית? מאכטס נאר זיכער ער בלייבט מיט א דזשאב נאכן כינוס...
גייט זיין מוזיק?