(כמעט) דורכגעפאלענע charidy קאמפיין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

(כמעט) דורכגעפאלענע charidy קאמפיין

שליחה דורך בן ישי »

אין די היינטיגע אכשר דרא'דיגע צייטן איז מען שוין געוואינט אז ווען מ'דארף שאפן געלט פאר א וויכטיגע צוועק איז אנשטאץ פון די אלטע טיי אווענטס ווי מ' דארף צוגרייטן פון אפאר וואכן פריער די עסן מתנות גורלות און אינוויטעישענס און צום סוף זעהט מען נישט קיין גרויסע רווחים, עפענט מען אויף א קאמפיין אויף די אינטערנעט און מ'שיקט עס ארום צו די חברים מ'לייגט עס אויף די וואטס עפפ סטאטוס און די וואס געבן געלט קענען אריין שרייבן א קאמענט לכבוד א חבר צו א רפואה שלימה אדער א לעילו נשמת (נאכדעם איז דא די מענטשן וואס געבן די מינימום דאנעישאן און שרייבן אז זיי הייסן טראמפ...גיי פארשטיי...) און למעשה שאפט מען אסאך מער און א שנעלערע צייט.

(איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין די גאנצע נושא צו וויבאלד ס'גרינג נוצט מען עס צופוהל, און מ'קען דאך נישט געבן פאר אלע, און מ'ווייסט נישט וואס איז באמת וויכטיג, און מענטשן הערן אויף געבן...)

איינער פון די פלאטפארמעס פאר אזעלכע קאפיינס איז די באקאנטע charidy.com וואס זיי ארבעטן אז מ'שטעלט ארויף א קאמפיין פאר א סכום פון שעות וואס מ'מאכט אפ פון פריער אמאל איז עס 24 שעה און אמאל איז עס א וואך וויאזוי מ'וויל און מ'ברענגט מעטשערס וואס זיי געבן א דאללער פאר יעדע דאללער וואס קומט אריין און די וועג ווי ס'ארבעט איז אז ס'איז אדער אלעס אדער גארנישט, דאס הייסט אז מ'באשטימט פון פריער א גאל וויפל מ'דארף אנקומען און אויב מ'וועט נישט אנקומען ביז די באשטימטע צייט וועט יעדער צוריק באקומען דאס געלט.

99% פון די קאמפיינס קומען אן צו זייער צוהל אין צייט און אסאך קומען אן פריער און לייגן גאר צו נאך א באנוס גאול, ס'איז דא וואס מ'זעהט אז און די לעצטע מינוט זענען אריינגעקומען גרעסערע סכומים וואס קומט אדער פון נדבנים וואס האבן רחמנות געהאט אז ס'זעהט אויס מ'גייט נישט אנגעקימען אדער גאר פון די וואס האבן עס געמאכט אבער על כל פנים ווען ס'קימט די צייט זענען זיי ביי זייער גאול.

געציילטע מאל מאכט זיך וואס מ'איז נישט אנגעקימען צו די צוהל ווי זיי שרייבן אז זיי האבן א 99% סוקסעס אבער אמאל מאכט זיך אז נישט און מ'געבט טאקע צוריק די געלט.

היינט איז ארום געגאנגען א מעשה אז ס'געווען א מוסד וואס האט געהאט א 34 שעה קאמפיין צו שאפן 72 טויזענט וואס האלב דערפון קומען פון די מעטשערס למעשה ווען די קאמפיין האט זיך געענדיגט האט מען געזעהן אז ס'פעהלט 38 דאללער פון די גאול!

די בעלי בתים פון charidy זענען געווען שטארק מסופק וואס צו טוהן דא.
פון איין זייט איז מען נישט אנגעקימען צום צוהל און די מענטשן האבן נאר געגעבן מיטן דעת אז ס'גייט אנקומען און אויב נישט באקומען זיי עס צוריק. א פאליסי איז א פאליסי.
אבער פון די אנדערע זייט רעדט מען דא פון נאר 38 דאללער!
נאך א זאך וואס זיי האבן גענימען אין חשבון איז געווען אז די קאמפיין האט געהאט 540 נדבנים וואס דאס איז זייער אסאך נדבות פאר אזא קליינע גאול ווי 72 טויזענט, אסאך מער ווי א געווענדליכע קאמפיין, וואס דאס מיינט אז זיי האבן א שטארקע שטיצע און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אויב האבן זיי מענטשן וואס שטיצן זיי אזוי שטארק זאלן זיי נישט וועלן אז ס'זאל דורכגיין ווייל ס'פעהלט א קליינע סכום, און אזוי אויך האבן זיי באקומען מעסעדזשעס פון נדבנים אז מ'זאל עס יא געבן.

הכלל ס'איז דא צוויי שטארקע צדדים און אפילו די בעלי בתים האבן אוודאי געקענט באשטיין אז מ'זאל עס יא געבן האבן זיי געוואלט מאכן זיכער אז זיי מעגן להלכה גיין קעגן א קלארע פאליסי

איז מען געגאנגען צו א דיין און למעשה האט ער גע'פאסקענט אז ס'איז זיכער אז די נדבנים האבן נישט געמיינט אז ס'וועט פעהלן אזא קליינע סכום זאל מען עס נישט געבן און מ'זאל עס יא געבן, אזוי אויך האט די ליבאוויטשע בי"ד אויך גע'פאסקענט אז מ'זאל עס יא געבן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די מעשה האב איך באקומען אויף א גרופ אבער אן קיין נאמען פון די ארגאנעזאציע, זיכענדיג די דעטאלן האב איך עס נישט געקענט טרעפן קיין ערגעץ,
זיכענדיג ווער ס'האט געמאכט קאמפיינס די לעצטע פאר טעג דארטן האב איך געטראפן א ליבאוויטשע ארגאנעזאציע וואס האט א עפפ וואס הייסט rebbedrive וואס דאס געבט זיך אפ מיטן ארויסגעבן אלע בילדער ווידיאוס ניגונים און אלעס וואס ליבאוויטש פארמאגט נאר באקימט מען דארט בחינם,
די לינק צו זייער קאמפיין ארבעט מער נישט וואס דאס האט מיך געמאכט טראכטן אז ס'געווען זיי, ס'שטייט אויך נישט קיין ערגעץ אז זייער קאמפיין האט זיך געענדיגט און וויפל מ'האט געמאכט, זייער גאול וויפל זיי האבן געוואלט שאפן האב איך נישט געטראפן אבער איך האב יא געטראפן אז ס'געווען א 34 שעה'דיגע קאמפיין וואס דאס געבט מיך נאך א ראיה.

דא האט איר א ארטיקל וועגן זייער קאמפיין
http://www.collive.com/show_news.rtx?id=50784

איך מאך א דיסקלעמער אז איך ווייס נישט אויף זיכער אז ס'געווען זיי און אדרבה אויב איינער קען מיך פאררעכטן תבוא עליו ברכה.
דוד בן ישי עבדך משיחך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט וועגן דעם קאמפיין, אבער א הערצליכן יישר כח פארן מיר מגלה זיין וועגן דעם "רבי דרייוו". א סך אינטערעסאנטע חומר זעה איך דארטן.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך גלייב נישט אז ס'איז א סקעם געווענטליך קען מען זעהן ווער די בעקערס זענען.
נאר וואס יא, געווענטליך ווען די מוסד אדער סיי ווער וואס לויפט די קאמפיין, זעהט אז עס פעלט א קליינע סומע, לייגן זיי אליין שנעל צו די קליינע סומע זיי זאלן נישט אלעס פארלירן.
למשל ביי דער קאמפיין קענט איר זעהן אז JJ Greenberg, איינער וואס האט געהאט א גרויסע האנט אינעם קאמפיין האט געגעבן די סומע פון $3265 אין די לעצטע 2 מינוט.
https://www.charidy.com/hatzoloh
.I got voices in my head.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ס'איז גארנישט קיין סקעם.

איך האב געפירט א קאמפיין אמאל, איך בין געווען גרייט מיט א הלואה אין קעיס מען מאכט נישט דעם ציל וועט מיר עס איינער בארגן. ס'איז נאו מאנקי ביזנעס, אדער אלעס אדער גארנישט.

איך כאפ נישט פארוואס חב''ד האט נישט געקענט אריינשטופן הארט פאר די צייט לויפט אויס נאך אפאר דאלער צו מאכן ס'געלט, מ'פארלירט דאך גארנישט אויב מאכט מען צופיל....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גענוי.

ביז היינט איז די סקעם געווען ביים דינער ווען מ'האט אויסגערופן אז יחזזקאל ראטנפעלד געט א מיליאן און אז די ארגאניזאציע לייגט אריין איבערמידליכע כוחות, היינט איז עס בלויז אנליין, מ'דארף נישט רויט ווערן....
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איסר האטלקי האט געשריבן:ס'איז גארנישט קיין סקעם.

איך האב געפירט א קאמפיין אמאל, איך בין געווען גרייט מיט א הלואה אין קעיס מען מאכט נישט דעם ציל וועט מיר עס איינער בארגן. ס'איז נאו מאנקי ביזנעס, אדער אלעס אדער גארנישט.

איך כאפ נישט פארוואס חב''ד האט נישט געקענט אריינשטופן הארט פאר די צייט לויפט אויס נאך אפאר דאלער צו מאכן ס'געלט, מ'פארלירט דאך גארנישט אויב מאכט מען צופיל....

לויט ווי איך האב געהערט איז עס געווען דאס ערשטע מאל וואס זיי מאכן א פאנדרעיזינג (וואס דאס שטימט אויך מיט די ארגאנעזאציע וואס איז נאר 2 יאר אלט) און יעדער האט זיך פארלאזט אויפן צווייטן...זיי זענען נישט געווען געהעריג ארגאנאזירט.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

שבת האב איך געליינט א אויסגאבע וואס באשרייבט די מעשה און זאגט טאקע אז ס'געווען א חבד ארגענעזאציע.
דוד בן ישי עבדך משיחך
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און וואס האלט דער עולם, איז עס ריכטיג צו לאזן אז דער וואס מאכט דער קאמפיין זאל מעגן אליין צוגעבן כדי אנצוקומען צו דער ציל?

איך רעד שוין נישט פין דער "פסק" אז מען דארף נישט צוקומען צום ציל, דאס איז זיכער קאראפטירט, אבער דער נארמאלער הנהגה, כאילו מען מאכט אז איינער טוט מעטשען אלע געלט וואס מענטשען געבען, נאר אויב מען קומט אהן, און דער וואס מאכט עס קען אליין צוגעבן? מיר זעהט עס אויס ווי א סקעם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אישתישבי האט געשריבן:און וואס האלט דער עולם, איז עס ריכטיג צו לאזן אז דער וואס מאכט דער קאמפיין זאל מעגן אליין צוגעבן כדי אנצוקומען צו דער ציל?

איך זעה עס נישט ווי א סקעם ווייל וואס שטערט דיר אויב ס'האט געפעהלט אפאר אלפים? די עיקר איז אז ס'איז אריינגעקומען רוב געלט פאר די ארגאנעזאציע וואס די שטיצע.
און בנוגע די מעשה, די פסק איז נישט אז מ'דארף נישט צוקומען צום ציל, נאר אז אין דעם פאל ווי ס'האט געפעהלט אזא קליינע סכום נעמט מען אן אז יעדער איז מסכים עס צו געבן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

בן ישי האט געשריבן:שבת האב איך געליינט א אויסגאבע וואס באשרייבט די מעשה און זאגט טאקע אז ס'געווען א חבד ארגענעזאציע.

וועלכע אויסגאבע באשרייבט עס?
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די וואך (אבער א קליינע ארטיקל מיט נישט קיין סאך דעטאלן)
דוד בן ישי עבדך משיחך
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך געדענק נאך ווען מ'פלעגט נישט מעגן שרייבן דאס ווארט ''אנליין'' אין א מאגאזין...
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איסר האטלקי האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען מ'פלעגט נישט מעגן שרייבן דאס ווארט ''אנליין'' אין א מאגאזין...

היינט מאכן שוין מער און מער חסידות'ן די אנליין קאמפיינס
דוד בן ישי עבדך משיחך
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בן ישי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:און וואס האלט דער עולם, איז עס ריכטיג צו לאזן אז דער וואס מאכט דער קאמפיין זאל מעגן אליין צוגעבן כדי אנצוקומען צו דער ציל?

איך רעד שוין נישט פין דער "פסק" אז מען דארף נישט צוקומען צום ציל, דאס איז זיכער קאראפטירט, אבער דער נארמאלער הנהגה, כאילו מען מאכט אז איינער טוט מעטשען אלע געלט וואס מענטשען געבען, נאר אויב מען קומט אהן, און דער וואס מאכט עס קען אליין צוגעבן? מיר זעהט עס אויס ווי א סקעם.

איך זעה עס נישט ווי א סקעם ווייל וואס שטערט דיר אויב ס'האט געפעהלט אפאר אלפים? די עיקר איז אז ס'איז אריינגעקומען רוב געלט פאר די ארגאנעזאציע וואס די שטיצע.
און בנוגע די מעשה, די פסק איז נישט אז מ'דארף נישט צוקומען צום ציל, נאר אז אין דעם פאל ווי ס'האט געפעהלט אזא קליינע סכום נעמט מען אן אז יעדער איז מסכים עס צו געבן.

אויב איז דער עיקר נאר אז רוב זאל אריינקומען, סא מאך עס איז לכתחילה אזוי, אז ווען רוב קומט אריין איז מען געדעקט!!!

א באמבע קשיא. יעצט ווארט איך אויף דער תירוץ אז ווען רוב וואלט גענוג געוועהן וואלט מען צוגעלייגט ביז רוב.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אישתישבי האט געשריבן:

מ'וויל שאפן א גרויסע סכום און בדרך כלל קומען די גרויסע קאמפיין'ס אן צו זייער ציל פאר די צייט און מאכן נאך א באנוס גאול, אבער די וואס ס'נישט אזוי געלונגען האבן כאטש געשאפן רוב פון זייער גאול און כדי זיי זאלן עס באקומען לייגן זיי אליינס צו די איבריגע חלק.

די וואס איך קען יא זעהן זיי זאלן האבן טענות איז די מעטשערס וואס גייען יעצט געבן געלט אויף געלט וואס איז באמת נישט אריינגעקומען, חוץ אויב מ'זאגט זיי קלאר וויפל מ'האט אליינס צו געלייגט און זיי דארפן נישט געבן פאר יענע געלט אויב ווילן זיי נישט.
דוד בן ישי עבדך משיחך
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אויב איז באמת טאקע דא מעטשערס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אישתישבי האט געשריבן:אויב איז באמת טאקע דא מעטשערס.

געווענדליך שטייט די נעמען פון די מעטשערס
דוד בן ישי עבדך משיחך
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

בן ישי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אויב איז באמת טאקע דא מעטשערס.

געווענדליך שטייט די נעמען פון די מעטשערס

וואס ס'שטייט ווייס איך.

נישט לאנג צוריק איז געווען א דינער ביי א מוסד, ווי די סורפרייז פון די נאכט איז געווען אז 9 נגידים האט יעדער איינער געגעבן א מיליאן טאלער, ווייס איך אויף איינעם פון זיי וואס האט זיך איינגעהאנדעלט אזא הכרזה פאר 3 מאות אלף.

איך בין זייער סקעפטיש צו די אלע ארגענעזאציעס האבן טאקע דאנארס פאר די סכומים.

איינמאל דענק איך איז געווען א דאונעישאן ווי איינער האט אין די לעצטע מינוט געגעבן א odd נאמבער צו משלים זיין דעם סכום, עפעס וואס איז נישט מעגליך פאר מיר און דיר.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

יא ס'זיכער דא אסאך וואס די לעצטע מינוט איז דא א גרויסע נאמבער אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן, אבער דאס איז געמאכט אז מ'זאל נישט פארלירן די איבריגע געלט וואס איז יא אריין געקומען
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די איינציגסטע זאך וואס איז נישט אזוי אמת איז אז מ'קאמפיינט אז מ'מוז אנקומען צו די ציל אין צייט ווייל אויב נישט פארלירן מען די געלט וואס מ'האט געשאפן און באמת איז עס נישט אזוי ווייל אויב זעהט מען אז מ'מאכט עס נישט לייגט מען צו די איבריגע סכום.

איי וועסטי זאגן אז מ'זאל עס נישט שרייבן, די פאקט איז אז דאס מאכט מענטשן געבן און ס'ברענגט טאקע אריין כאטשיג רוב פון די סכום
דוד בן ישי עבדך משיחך
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

בן ישי האט געשריבן:יא ס'זיכער דא אסאך וואס די לעצטע מינוט איז דא א גרויסע נאמבער אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן, אבער דאס איז געמאכט אז מ'זאל נישט פארלירן די איבריגע געלט וואס איז יא אריין געקומען

מסכים.

איך בין אבער נייגעריג צו זיי באקומען טאקע די מעטשינג פאנדס.

הגם איך זעה נישט די עוולה אויב ס'איז האלב ליגענט. אויב וויל איך געבן געלט פאר א ארגענעזאציע פארוואס זאל מיך אנגיין צו ס'ווערט געטריפעלט?

ס'איז מן הסתם גניבת דעת, אבער פון א מאראלישן שטאנדפונקט זעה איך נישט די גרויסע עוולה.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

יעקב מענטש האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:יא ס'זיכער דא אסאך וואס די לעצטע מינוט איז דא א גרויסע נאמבער אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן, אבער דאס איז געמאכט אז מ'זאל נישט פארלירן די איבריגע געלט וואס איז יא אריין געקומען

מסכים.

איך בין אבער נייגעריג צו זיי באקומען טאקע די מעטשינג פאנדס.

הגם איך זעה נישט די עוולה אויב ס'איז האלב ליגענט. אויב וויל איך געבן געלט פאר א ארגענעזאציע פארוואס זאל מיך אנגיין צו ס'ווערט געטריפעלט?

ס'איז מן הסתם גניבת דעת, אבער פון א מאראלישן שטאנדפונקט זעה איך נישט די גרויסע עוולה.

אסאך ארגענעזאציעס זאגן גראבע ליגנט און באשאפן מופתים וסגילות מיטן תירוץ אז ס'ברענגט געלט...
די האלבע ליגנט דא איז נישט געפערליך.
דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט