עס הערשט אין דער גאס א גרויסער טומל. דער טענה'ט יא קינות, יענער טענה'ט נישט קינות. דער רבי האט יא געהאלטן, דער רבי האט נישט געהאלטן. יא גיוס, נישט גיוס. יא ראאאוועד, נישט ראאאוועד. יא צעטלעך, נישט צעטלעך. אהין און צוריק און צוריק און אהין. עס הערשט, ווי מ'האט עס גערופן ביינונז אין סאטמאר, א גרויסע בלבול המוחות.
נו, אזוי ווי די גרויסע רביס זענען נישט גרייט צו מאכן א בהעלותך תורה און ערקלערן וואס דא טוט זיך, האב איך באשלאסן איך וועל זיך אנגארטלען מיט'ן פעדער אויף די לענדן און פרובירן פארשטיין געבן פאר'ן עולם וואס דא טוט זיך אביסל.
איך בין א סאטמארער מבטן ומלידה, און דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס די געשיכטע בארירט מיר. איך וועל אייך נישט זאגן צו וועלכן פארטיי איך באלאנג, און די וואס דאס פאר זיי איז דאס א וויכטיגע חלק אין געשיכטע וועלן צום באדויערן מוזן בלייבן נייגעריג.
עס הערשט אין די לעצטע יארן א געוואלדיגע קנאת סופרים צווישן די צוויי סאטמארע פארטייען. ביידע רעפרעזענטירן זיך אלס די אמת'ע קנאים, די אמת'ע לוחמים, די אמת'ע ממשיכים פון דרך פון רבינו הקדוש יואל זי"ע. ביידע פארפירן אויך אז דער צווייטער איז די פאלשע קנאים, פאלשע לוחמים, פאלשע ממשיכים פון דרך רבינו הקדוש. דער פאררופט מאסן פראטעסטן צו מחזק זיין זיין זייט, און דער פאררופט מאסן כינוסים פאר זיין זייט, ביידע צדדים פארזאמלען קאנאנען פלייש צו פיטערן דעם צד שכנגד אין פארצוף אריין.
פאראיאר איז געווען איין כינוס וואס האט איבערגעשטייגט אלע פריערדיגע, דאס יאר איז דא נאך א כינוס וואס וועט ברעכן א פרישע רעקארד. מסתמא אין א יאר צוויי דריי וועט זיך יאווען א דריטע רעקארד אויסברעכנדע קינות. מ'ברויך מודיע זיין די בעלי הגינעס ווארלד ביכל אז דא ברעכן מיר רעקארדס פון מענטשן פארזאמלונגען.
יעדער איינער איז אנטשלאסן צו באקעמפן דעם "ממשיך דרכו" אויף א בעסערע אופן. איינער לאדנט דעם גרויסן ראב"ד ירושלים, דער מגיה פון ויואל משה, אלס גאסט רעדנער. דער בריסקער תלמיד וועט זיכער באווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז מיר זענען די ריכטיגע קנאים. דער צווייטער נוצט גאר דעם ראב"ד אלס א באווייז פון מצא מין את מינו. צו באפעסטיגן זיין צד אימפארטירט ער א ראש ישיבה פון בוענאס איירוס און א שלאף רבי פון א ספרדישע ישיבה קטנה אין די טריפה'נע מדינה.
זעט אויס אז ס'איז ענטשאנען א נשתכח דרך רבינו. יעדער אמפערט זיך ארום וואס איז דער אמת'ער דרך פון א איד וואס איז נפטר געווארן נאנט צו פערציג יאר צוריק. און ווער קען דען בכלל וויסן? דער מצב האט זיך שוין הונדערט מאל געטוישט. עס איז נישט מעגליך צו וויסן וואס ער וואלט געזאגט היינט צו דעם יעצטיגן מצב, ווייל דער גרויסער צדיק עקזיסטירט שוין נישט, און קיין שליחים פון הימל האט ער נישט געשיקט.
רבותי! איר ווילט וויסן ווער איז דער אמת'ער ממשיך דרכו? איך ווייס נישט ווייל כ'האב נישט געקאנט דעם הייליגן רבי'ן זי"ע. אבער לויט די זאכן וואס כ'האב געהערט דערציילן ווייס איך איין זאך אויף הונדערט פראצענט זיכער: קיין איינער פון די צוויי מנהיגים איז נישט ממשיך דרכו!
דער סאטמארער רבי האט געזאגט וואס ער האט געהאט צו זאגן אפילו ווען ער געהאט קוים א מנין מיט זיך. דער סאטמארער רבי האט געזאגט זיינע זאכן און פאררופן זיינע פראטעסטן אפילו ווען ס'האט אים קיין כבוד נישט געברענגט. ער האט נישט פאררופן קיין פראטעסטן צו שטויסן דעם ברודער אדער ארויסשטעלן פאר תבל ומלואה די מאסן מענטשן וואס ער פארמאגט אין זיין סטאדע.
דער סאטמארער רבי איז געווען א קנאי בעפאר קנאות איז געווען אין סטייל. סאטמארער רביים, האט איר שוין פרובירט צו זאגן אייער אייגענע מיינונג אמאל אן צו דארפן פרובירן געפעלן דעם אדער יענעם?
דער סאטמארער רבי איז אנטלאפן פון כבוד. ער האט נישט געזוכט קיין פאמפע און טראסק. סאטמארער רביים, איר אנטלויפט אויך פון די בליצערלעך און לעמפעלעך?
דער סאטמארער רבי האט געבלוטיגט אויף כבוד שמים. סאטמארער רביים, האט איר שוין אמאל געכאפט א סטראוק אדער א הארץ אטאקע צוליב דעם אנגעבליכן שרעקליכן מצב אין ארצינו הקדושה?
דער סאטמארער רבי האט פארשטאנען ווען מ'דארף פארקוקן און פארזען, ווען מ'דארף זיך שטעלן אויף עפעס און ווען מ'דארף אביסל מוותר זיין. ער האט נישט געלעבט אין זיין אייגענע באבל, און ער איז נישט געווען פארנומען א גאנצן טאג צו זיין א "ממשיך דרכו" פון זיינס אן עלטער פעטער אדער האקן אויף א צווייטן אז ער איז א פאלשער ממשיך דרכו.
ס'איז אים נישט אנגעגאנגען וויפיל פונטן פלייש מען האט אנגעזאמלט אויף זיינע פארענטשעס, אויב ער האט בכלל געהאט פארענטשעס. ס'איז אים ענדערש אנגעגאנגען אויב זיין ציבור אידן זענען אויסגעהאלטן און ערליך און צו די זאך.
איר ווייסט וואס נאך?
דער רבי זכרונו לברכה, דער פעטער זכרונו לברכה, בעל ויואל משה, בעל דברי יואל - ווי אזוי אימער איר ווילט אים רופן - האט געטון אסאך אסאך זאכן אויסער די פראטעסטן וואס ער האט פאררופן. ער האט אויסגעטון זיין העמד פאר אידישע קינדערס וועגן. ער האט אויסגעליידיגט זיינע טאשן פאר א צווייטן איד. ער איז נישט געשלאפן קיין נעכט און האט נישט געגעסן גאנצע טעג. דאס פרובירט איר אויך נאכצומאכן אדער דארטן פארשטייט איר אז איר זענט בכלל נישט אויף זיין דרגה?
טייערע סאטמארע רביים, איר פאררופט ריזיגע כינוסים, מאסן מענטשן קומען זיך צאם, מען פארשווענדט שווערע מיליאנען פאר דעם סוקסעס פון די געשעעניש. אויף וואס? אויף עפעס א כלומר'שטע געפאר אפאר טויזנט מייל אוועק פון אונז אויף וועלכן מיר האבן נישט קיין שום השפעה? אויף דעם פארשווענדט איר אייער ענערגיע? אין דעם שטעקט אייער סאטמארישקייט? די בליצערלעך און בילדערלעך פארוואנדלען אייך אין דעם ממשיך דרכו?
אפשר ביי אייערע אייגענע מענטשן, און אפילו ביי אייערע קעגנער, רעדט מען פון אייך. אייערע חסידים וועלן טאנצן פאר עקסטאז פון די מאסן מענטשן און די פייערליכע בילדער, דער צד שכנגד וועט אייננעמען בושות וחרפות.
אבער איר ווייסט וואס? ס'גייט נישט אנהאלטן. מארגן וועט בעלז מאכן נאך א גרעסערע קינות און דער באלאן וועט פלאצן. דער בנין אין דובאי וועט אויך נישט בלייבן אויף אייביג די העכסטע.
איר ווילט עפעס וואס זאל בלייבן פון אייך? איר ווילט א שיינע בלעטל אין היסטאריע פון כלל ישראל? טוט עפעס פון וואס מענטשן וועלן הנאה האבן. איר פארמאגט פופצן טויזנט מענטשן אונטער איין דאך; לערנט זיי אויס עפעס וואס וועט זיי זיין בייהילפיג אין טאג טעגליכן רוחניות'דיגן און גשמיות'דיגן לעבן, און אז איר ווילט אויך רעדן פון א קאנפליקט אין דער מיטל מזרח וואס באלאנגט אין פאליטישן אפטיילונג פון דער בלאט, פארוואס נישט.
לנו לדורותינו.
קינות כללי
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
קינות כללי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גדליה: א גרויסן יישר כח פאר דיין אויפמערקזאמקייט. לפענ"ד האלט איך אז דו זאלסט ווערן דער נייער (דריטער) סאטמאר'ער רבי. הגם ס'איז שוין דא א סאטמאר'ער רבי אין אפסטעיט. ניין. נישט הרב הצדיק הגאון מוהר"ר יצחק לעבאוויטש שליט"א. ער האט אויך אמאל געהאט אזעלכע חלומות. אבער ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן אויף דעם. אבער יענער סאטמאר'ע רבי פון וואודרידזש והגלילות איז אינגאנצן נישט שעדליך. ווייל ער מישט זיך נישט אין פאליטיק. און ער העלפט נישט צו כביכול פאר'ן באשעפער צו פיהרן די וועלט. ער האלט זיך צו דעם וואס ס'שטייט אין סידור'ל. פון די משנה אין מס' פיאה. אלו דברים שאין להם שיעור. הפיאה והביכורים והראיון וגמילות חסדים ותלמוד תורה...! אזוי אז פון עהם דארפסטו נישט מורא האבן. סאו. ווען און וואו גייסטו פאררופן דעם נעקסטן כינוס/קינות...?! אבער איין זאך גיי איך דיך ווארענען. דו מוזסט האבן א פעטן באנק אקאונט. ווייל געבן צו עסן און טרינקען פאר די אלע אורחים וועט קאסטן א שיינע מטבע. און דער עולם איז נישט גרייט אויסצוהערן דיין בויכווייטאג פאר 3 שעה רצופים און נאך די אנדערע פורים רבנים און שלאף רעבעס וואס דו גייסט ארויפלייגן אויפ'ן סטעידזש הונגעריג'ערהייט אדער ווען מ'איז דארשטיג...! אויך מאסן ביהכ"ס'עס דארפסטו מסדר זיין...! און ס'זאלל זיין בהצלחה...!
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
גדליה האט געשריבן:איך בין א סאטמארער מבטן ומלידה, און דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס די געשיכטע בארירט מיר. איך וועל אייך נישט זאגן צו וועלכן פארטיי איך באלאנג, און די וואס דאס פאר זיי איז דאס א וויכטיגע חלק אין געשיכטע וועלן צום באדויערן מוזן בלייבן נייגעריג.
איך מיין אז פון די נעקסטע פאר שורות וועט מען קענען עפעס פארשטיין:
גדליה האט געשריבן:איינער לאדנט דעם גרויסן ראב"ד ירושלים, דער מגיה פון ויואל משה, אלס גאסט רעדנער. דער בריסקער תלמיד וועט זיכער באווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז מיר זענען די ריכטיגע קנאים.
דער צווייטער נוצט גאר דעם ראב"ד אלס א באווייז פון מצא מין את מינו. צו באפעסטיגן זיין צד אימפארטירט ער א ראש ישיבה פון בוענאס איירוס און א שלאף רבי פון א ספרדישע ישיבה קטנה אין די טריפה'נע מדינה.

הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
נקודת-אמת האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:איך בין א סאטמארער מבטן ומלידה, און דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס די געשיכטע בארירט מיר. איך וועל אייך נישט זאגן צו וועלכן פארטיי איך באלאנג, און די וואס דאס פאר זיי איז דאס א וויכטיגע חלק אין געשיכטע וועלן צום באדויערן מוזן בלייבן נייגעריג.
איך מיין אז פון די נעקסטע פאר שורות וועט מען קענען עפעס פארשטיין:גדליה האט געשריבן:איינער לאדנט דעם גרויסן ראב"ד ירושלים, דער מגיה פון ויואל משה, אלס גאסט רעדנער. דער בריסקער תלמיד וועט זיכער באווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז מיר זענען די ריכטיגע קנאים.
דער צווייטער נוצט גאר דעם ראב"ד אלס א באווייז פון מצא מין את מינו. צו באפעסטיגן זיין צד אימפארטירט ער א ראש ישיבה פון בוענאס איירוס און א שלאף רבי פון א ספרדישע ישיבה קטנה אין די טריפה'נע מדינה.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס מען דארף דא זען אבער טאמער רעאליטעט שטימט אייך בעסער אויב איך באלאנג צו צד אלמוני, זאל זיין אזוי.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה האט געשריבן:נקודת-אמת האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:איך בין א סאטמארער מבטן ומלידה, און דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס די געשיכטע בארירט מיר. איך וועל אייך נישט זאגן צו וועלכן פארטיי איך באלאנג, און די וואס דאס פאר זיי איז דאס א וויכטיגע חלק אין געשיכטע וועלן צום באדויערן מוזן בלייבן נייגעריג.
איך מיין אז פון די נעקסטע פאר שורות וועט מען קענען עפעס פארשטיין:גדליה האט געשריבן:איינער לאדנט דעם גרויסן ראב"ד ירושלים, דער מגיה פון ויואל משה, אלס גאסט רעדנער. דער בריסקער תלמיד וועט זיכער באווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז מיר זענען די ריכטיגע קנאים.
דער צווייטער נוצט גאר דעם ראב"ד אלס א באווייז פון מצא מין את מינו. צו באפעסטיגן זיין צד אימפארטירט ער א ראש ישיבה פון בוענאס איירוס און א שלאף רבי פון א ספרדישע ישיבה קטנה אין די טריפה'נע מדינה.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס מען דארף דא זען אבער טאמער רעאליטעט שטימט אייך בעסער אויב איך באלאנג צו צד אלמוני, זאל זיין אזוי.
דו ווייסט נישט הייסט... האסט בטעות פארגעסן פון ר' אהרן שעכטר און האדמו''ר מפשעווארסק ועוד...
צו שרייבן נוטראל דארף מען זיין נוטראל!!
סוי ביטע נעמט אראפ אייער שלייער פון חכמה און שרייבט וואס אייער הארץ באגערט באמת.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל