חידושים, ווערטער, געדאנקן, וואס שטימט נישט
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

מען באגעגענט זיך אמאל מיט א חידוש, א ווארט, וואס איז ממש כפתור ופרח מקשה אחת. דער פראבלעם איז אז צומאל קען זיך טרעפן אז מען זאגט נאך עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איינער טרעפט עפעס ער זאל עס צו ברענגען אהער מען זאל עס קענען אויסשמוסען. איך פאנג דא אן מיט א חידוש וואס מען ברענגט צו בשם הגר״א אין די וואכעדיג׳ע פרשה.
אין ליקוטים סוף ספר סערת אליהו ברענגט ער א מעשה, אין צייטן פון די גר״א איז נולד געווארן א שאלה ווען א אינגערמאן האט זיך געג׳ט צוויי וואכן נאך די חתונה און תיכף נאכאמאל חתונה געהאט. נאך זיבן חדשים איז אים געבוירן געווארן א אינגעל צו זיין צווייטן ווייב, א קורצע צייט שפעטער האט זיין ערשטע ווייב אויך געהאט א אינגעל. איז געווארן א מחלוקת צוויישן די צוויי משפחות ווער עס איז די בכור לירושה, די משפחה פונעם ערשטן ווייב האט געטענה׳ט אז זי איז נתעבר געווארן קודם ממילא איז איר קינד דער בכור, די משפחה פונעם צווייטן ווייב האט געטענה׳ט אז למעשה איז איר קינד פריער געבוירן.
מען האט פארגעלייגט די שאלה פארן גר״א, האט ער געזאגט אז די שאלה איז מרומז אין פרשת כי תצא.
די פסוק רעדט זיך דארטן ביי די בן האהובה ובן השנואה, שטייט דארט, (כ״א- ט״ו, ט״ז, י״ז) ״כי תהיין לאיש שתי נשים האחת אהובה והאחת שנואה וילדו לו בנים האהובה והשנואה והיה הבן הבכר לשניאה: והיה ביום הנחילו את בניו את אשר יהיה לו לא יוכל לבכר את בן האהובה על פני בן השנואה הבכר: כי את בכור בן השנואה יכיר לתת לו פי שנים בכל אשר ימצא לו כי הוא ראשית אונו לו משפט הבכורה:״
האט די גר״א מדייק געווען אפאר דיוקים.
א) קודם כל איז שווער די לשון הפסוק וילדו לו בנים האהובה והשנואה, איז משמע אז די בן האהובה איז געבוירן קודם און דערנאך דער בן השנואה, אויב אזוי פארוואס ענדיגט די תורה והיה הבן הבכור לשנואה?
ב) נאך איז שווער פארוואס עפעס דארף די תורה מחדש זיין אז לא יוכל לבכר, וואס פאר א הו״א איז דא אז ער מעג יא? מען געפונט נישט אין ערגעץ אין די תורה א אזהרה פאר א מענטש אז ער טאר נישט משנה זיין סתם ווייל עס שמעקט אים אן.
ג) פארוואס עפעס רופט איר די תורה אן שנואה עס איז דאך דא א לאו פון ״לא תשנא״?
ד) פארוואס דארף די תורה ארויסברענגן די טעם, ״כי הוא ראשית אונו״ וואס מען געפונט נישט געווענדליך?
נאר די מעשה דא איז געווען אז ער האט חתונה געהאט אין זיך תיכף געג׳ט, און ווען די פסוק רעדט פונעם ״שנואה״ איז ער זיך מתייחס צו איר. דערנאך האט ער תיכף חתונה געהאט נאכאמאל מיט א צווייטע פרוי, וואס איר רופט די תורה אן ״אהובה״. למעשה האט די צווייטע ווייב געהאט קודם די קינד, אפילו זי איז נתעבר געווארן נאכדעם. ממילא האט ער דא א טענה, אז די צווייטע קינד איז די בכור, ווייל ער איז דאך געבוירן נאכדעם, אזוי ווי די תורה איז מדגיש וילדו לו בנים ״האהובה״ און דערנאך ערשט ״והשנואה״. אויף דעם זאגט די תורה אעפ״כ ״לא יוכל לבכר את בן האהובה ע״פ בן השנואה״. איי למעשה איז ער דאך געבוירן געווארן בעפאר? אויף דעם זאגט די פסוק ״כי הוא ראשית אונו לו משפט הבכורה״, מען גייט נאך די הריון און נישט נאך די לידה. עכת״ד. די חידוש ווערט אויך געברענגט אין קול אליהו, נאר אן די מעשה בעפאר.
די ווארט שטימט אין פסוק ממש ווי געגאסען כפתור ופרח. די פראבלעם איז נאר אז הלכהדי׳ג שטימט עס נישט ווי דער נצי״ב שרייבט ״והיה הבן הבכור לשניאה״ משום שילדה השני תחילה. הן נשמע בשם הגר״א ז״ל להיפך, שהולכים אחר העיבור, ולא אאמין לקול השמועה בשם רבינו הגר״א, ושקר העידו בשמו ז״ל.
איינער פון די שטארקע ראיות אויף פארקערט איז פון רש״י פרשת תולדות אויפן פסוק ואחרי כן יצא אחיו וידו אחזת בעקב עשו (כ״ה כ״ד), זאגט רש״י וז״ל, שמעתי וכו׳, בדין היה אוחז בו לעכבו, יעקב נוצר מטיפה ראשונה, ועשו מן השניה. צא ולמד משופפרת שפיה קצרה, תן בה שתי אבנים זו תחת זו, הנכנסת ראשונה תצא אחרונה, והנכנסת אחרונה תצא ראשונה, נמצא עשו באחרונה יצא ראשון, ויעקב שנוצר ראשונה יצא אחרון, ויעקב בא לעקבו שיהא ראשון ללידה כראשון ליצירה, ויפטור את רחמה, ויטול את הבכורה מן הדין. עכ״ל. אויב מען לערנט אז דער וואס ווערט נתעבר ראשון איז דער בכור, קומט דאך אויס אז יעקב איז באמת געווען דער בכור, איז וואס איז געווען דער געפעכט דא. אזוי אויך וואלט ווען געדארפט צו זיין ביי יעדע צווילינג אז דער צווייטער איז דער בכור, א זאך וואס מען געפונט נישט אין ערגעץ.
אזוי אויך דער שואל ומשיב שו״ת מהדורא תליתאה ח״ג סי׳ נ״ב שרייבט וז״ל, ולפענ״ד זה אינו, דעיקר תלוי בלידה, דמן העיבור ליכא ראיה, דהיה יכול להיות שתתקלקל, וא״כ כל שילדה האהובה שעה אחת קודם הוא הבכור. הגר״מ אריק אין שו״ת אמרי יושר ח״ב סי׳ קי״ד ברענגט אראפ די מימרא בשם ר׳ חיים וולאזשינער, ער ענדיגט צו אז ער גלייבט נישט, ״שיצא דבר זה מפי הצדיק ר׳ חיים מוולוז׳ין״.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
דער פלאצקער גאון אין כלי חמדה פרשת תולדות ווי אויך דא אין כי תצא האט א לאנגע שמועס איבער דעם גר״א.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- גלות יוד
- ידיד השטיבל
- הודעות: 255
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
- געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
- קאנטאקט:
טאקע אזוי האב איך געקלערט אז די ערשטע זרע מוז נישט זיין אז עס האט קולט געווען פאר די צווייטע ממילא איז נישט קלאר וואס עס איז געווען יעקב אבינו'ס טענה אפשר האט ער געהאלטן אז עשיו איז טמא מת וכו' איך לאז פאר דיר משה געציל צי שרייבן נאך וועגן דעם ביסט דאך מלא וגדוש
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
טעות במהר"ל
אין מהר"ל אויף מסכת אבות איז דא א הסבר באריכות פארוואס ביי אברהם אבינו ביי די עקידה שטייט ושני נעריו עמו משא"כ ביי בלעם'ן שטייט שני נעריו אתו עיי"ש א ברייטע הסבר די חילוק צווישען עמו אין אתו וואס דאס ווערט געזאגט ביי א צדיק אין נישט ביי א רשע (ספר דרך החיים אבות פרק ה' משנה י"ט)
די פלא איז אז ווער עס עפענט א חומש זעהט גלייך אז ביי אברהם אבינו שטייט אתו אין ביי בלעם שטייט עמו, וצע"ג
איך האב לעצטענס געזעהן אין ספר ישמח ישראל איז געדריקט פון אינטען 'מאורן של ישראל' דארט אין פרשת וירא איז דא א שיינע תירוץ, ומחמת אריכות הדברים לא אביאו הנה

שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
- נאך א פשט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 218
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
אויב מעג איך האבן די חוצפה וואלט איך געזאגט אז אע"פ וואס די מהר"ל איז געווען א גאון הגאונים בנגלה ובנסתר איז ער נאך אלץ געווען א יומען ביאינג און ער האט געקענט מאכן א טעות און פארטוישן די יוצרות. איט איז נאט די ענד אוו די ווארלד.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
רבינו הקדוש אין ויואל משה (ממש סוף לשה"ק) שרייבט אז נשים ביי הקהל האבען נישט פארשטאנען די פסוקים (ווייל זיי האבען נישט געקענט קיין לשה"ק) נאר דעם תרגום. לכאורה האט דער רבי ז"ל פארזעהן אז מען איז נישט מתרגם פאר א מלך.
אל תאמר קבלו דעתי - איך שרייב בלויז הנלע"ד והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.
א ייש"כ פאר אלע וואס ליעבען מיינע תגובות.

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
רבי הערשל קרעטשנוף-סיגוט- ירושלים ז"ל האט אמאהל געטייטש בליל שבת קודש פ' בהר בסעודת חקל תפוחין:
וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר. לכאורה וואלט געדארפט שטיין וידבר ה' על הר סיני, וואס עפעס בהר סיני וואס טייטש אין דער דער בארג.
הוא מותיב והוא מפרק, נאר עס קומט שבת קודש, דער חמימות פון שבת קודש פלאקערט אין א יעדע איד,
וואלט מען צוליב דעם געדארפט אריין טאנצען אין דעם טאפ טשאלענט למען כבוד השבת,
אבער היות דאס איז אומ-מעגליך, אדער צוליב שאלות אין צובע,
עכ"פ צוליב דעם טוען מיר דאס מעגליכע אין מ'עסט דעם טשאלענט, מ'נעמנט דאס אריין אין זיך.
דאס זעלביגע וואלט מען געדארפט אריין גיין אין דעם בארג סיני זעלבסט,
נאר היות דאס איז א אומ-נאטירליכע זאך, דאס איז אומ-מעגליך צו טוען,
איז עכ"פ איז מען ארויף אויף דער בארג, אין דאס איז שוין כולל די מחשבה פון אריין גיין אין דער בארג,
יעצט פארשטייט מען שוין, פארוואס שטייט בהר סיני, ווייל דאס איז באמת געוועהן די כוונה.
קאמעניטירען זענען איבריג, אמנם כך שמעתי מפיו הקדוש.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
וואס שטימט נישט?...
------
און אז מ'רעדט שוין פון ר' הערשעלע: איך בין אמאל געווען בבית מדרשו, האביך געזעהן אין זייער זמירות אז פב"פ [אפשר ר' לייזער וואלף] האט געגעסן ערב שבת א וואנע מיט בונדלעך און צוגעטרינקן דערצו א פאס ביר, דערנאך האט ער ארויסגעלאזט א גניחה [ו"ה: הנקרא בין פשוטי העם גרעבט"ס] וואס מען האט געהערט מעיר פלונית עד עיר פלונית...
הוא הי' אומר, די מקוה דארף זיין אזוי הייס ווי די קאווע, און די קאווע אזוי גרויס ווי די מקוה [כידוע הסוד בזה, מקו"ה אותיות קו"ה בצירוף מ' סאין קדישין וטבין לבשרא דגופא ובפרטא ביומא דחורפא כי היכי דלא ליצרך לתבור גיזא דברדא, ואדרבה יעלה קרירא בחמימא מלבר, ובתר הכי יחמם ליבא במישתי מיא דקאוו"ע חמימי מלגו, ולא אמרן כי אם בשבתא ויומי דריגלא, אבל בחול סגי דלידבק נפשי' בקאווע שטיבל, ולא באתי כ"א לגלות טפח ולכסות ערוה].

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אין זוהר (ח"א נ"ח:) שטייט: - "רבי יהודה פתח. (תהלים מו ט) לכו חזו מפעלות אלקים אשר שם שַמות בארץ. כו' דאלו הוו
מפעלות יו"ד ה"א וא"ו ה"א. שם קיום בארץ. אבל בגין דהוו מפעלות שמא דאלהים. שם שמות בארץ".
דהיינו, וויבאלד עס שטייט דער שם אלקים וואס איז מדת הדין, און נישט דער שם הויה, דערפאר איז געקומען א שממה, א חורבן.
יעצט קוקט אריין אין פסוק אין תהלים (שם):
לְכוּ-חֲזוּ, מִפְעֲלוֹת יְהוָה אֲשֶׁר-שָׂם שַׁמּוֹת בָּאָרֶץ.
וצריך עיון גדול.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס שטימט נישט?...
------
און אז מ'רעדט שוין פון ר' הערשעלע: איך בין אמאל געווען בבית מדרשו, האביך געזעהן אין זייער זמירות אז פב"פ [אפשר ר' לייזער וואלף] האט געגעסן ערב שבת א וואנע מיט בונדלעך און צוגעטרינקן דערצו א פאס ביר, דערנאך האט ער ארויסגעלאזט א גניחה [ו"ה: הנקרא בין פשוטי העם גרעבט"ס] וואס מען האט געהערט מעיר פלונית עד עיר פלונית...
נישט די זיידע ר' לייזער וואלף נאר די הייליגע אפטא רב דער אוהב ישראל