יואליש האט געשריבן:די רילעשינשיפ פון די שטיבל אין עדה החרדיות מיטן קוויטעל שרייב-שטוב פון סאטמאר אין ברוקלין איז קאמפלאצירט. דער ראב"ד איז שוין געווען א הערא פאר די ברך משה-חסידים-הנקרא-ארונים לאגער ווען ער איז געקומען צו הילף מיט א היתר פארן קרית יואל סקול דיסטריקט ווען דער דאמאלסדיגער גאב"ד ירושלים / הוניאד מיטן רעבעצין טארים (ווען משה דער גבאי האט פארלוירן איינפלוס צו גבאים פאגעל און גאנץ) האט נישט דערלאגט די פארלאגטע שטיצע. ווען ס'איז געקומען צו געבן אן איסור אויף מוסדות בני יואל אין ק" פינעף יאר פריער האט נאך דער גאב"ד מנחת יצחק מיטן ראב"ד הוניאד דערלאגט די פולסטע און פאראייניגטע שטיצע. עכ"פ דער היינטיגער ראב"ד פון אפריקע איז געווען לאיאל דורכאויס. אז מ' גייט צוריק צום ראב"ד פריינד'ס אינגע יארן אלס ר"י אין יטב לב אין ירושלים טרעפט מען א פשוט'ע פארבאט אויפן ר"י - געקומען פון רבין'ס שטוב ווי די הייליגע רעבעצין אלטע פיגא איז געווען מער משפיע ווי מקבל - פון חלילה עולה זיין שישי אדער האבן א שטענדער אדער זאגן ה' מלך.
די היסטאריע איז לאנג און פיל מיט מאכט און איינפלוס געראנגלן.
ידוע, אז דער הוניאד'ער רב (אדער בנוסח בני ירושלים: "מרן הגאב"ד הרמ"א זי"ע")
איז געוועהן ביים בעלז'ער-רב-זכרונו-לברכה נאך איידער ער האט גע'חתמ'עט אויפ'ן חוב-קדוש פונעם בחירות,
און דער הייליגער צדיק האט עם געהאט געפרעגט וואס האלט סאטמאר'ער רב אויף דער עניין,
און (שמעתי מאחד ששמע מר' משה אריה בעצמו) משב"ק הרה"ח שלום פויגל ז"ל האט געוויזן פאר ר' משה אריה זאל שווייגען
(ר' משה ארי' האט געוויזן די תנועה וואס שלו'-פויגל-ע"ה האט אריבער געפירט די פינגער אויפ'ן האלדז... {פון רעכטס צו לינקס פארשטייטזיך...})
דעם רעבי'ן זכותו-יגן-עלינו האט געוואוסט אז דער בעלזער רב האט געפרעגט, און ר' משה ארי' האט נישט געענטפערט,
און ער האט געקלערט אז ר' משה ארי' האט דאס געטוהן מחמת ביטולו והתקשרותו להרב דבעלזא און אלטס דעם האט מען עם נישט ממנה געוועהן צו קיין שום תפקיד אין סאטמאר אין ירושלים.
ווייל דער רבי האט געהאלטן אז לו-יצוייר ווען בעלזער-רב-זכרונו-לברכה וואלט געוואוסט אז ער האלט אז ס'איז אסור וואלט ער נישט געחתמ'עט אויפ'ן חוב-קדוש
(א זאך וואס איז נישט מופקע, ווייל איינער פון די איינציגסטע אויסדרוקן וואס מ'האט געהערט פונעם רב-זכרונו-לברכה זעלבסט איבער דעם עניין איז אז
די-טאטע-זכרונו-לברכה {מהרי"ד מבעלזא} האט איהם אויסגעלערנט, "אז מ'טוט אן עוולה דארף דאס באנק-טאהן, און וואס זאל יעך טאהן אז ס'האט מיר נישט באנק געטאהן בשעת'ן חתמ'נען",
און דער רבי האט געהאלטן {לפי הבנתו בשיטת בעלזא} אז ווען ער וואלט נישט געחתמ'עט מעיקרא וואלט ער יא מסכים געוועהן מיט זיין שיטה)
שמעתי מסאקמורי אחד אז תיכף נאך ווען דער רבי (ר' יואל מסאטמאר) איז געוואר געווארן די פרטים אז מ'האט געסטראשעט ר'-משה-ארי'
און וועגן פחד האט ער נישט געזאגט דעם רבי'נס מיינונג האט ער באלד מוחל געוועהן און עם ממנה געוועהן צו דער ריש מתיבתא דירושלם.
(נ.ב. כידוע סאקמורים אינם מאמינים מעשיות, אע"כ אף אינם נאמנים במעשיותיהם דכל שאינו ראוי לבילה וכו' ואכהמל"ב...)
זכות כל הצדיקים יגן עלינו אמן