כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

כינס כללי
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

נאך בילדער
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

נאך
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

נאך
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

נאך
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מהר"א'ס סטעיק שניידער נעמט אנטייל אין די איזריעל פארעיד און נאכדעם קומט ער צום כינוס
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אלע פלייש האט מען געטראגן קיין נעסאו
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

IMG-20180603-WA0240.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

דזשאסט אין:

קהל יטב לב ראדני סטריט פאררופט א מעכטיגן מעמד צאתכם לשלום פאר׳ן ראב״ד שליט״א מארגן מיט פאַקלען און פענער... לאות הכרת הטוב פאר׳ן היינטיגן טאג!
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

דער סך הכל!

ר׳ אהרן האט אויסגעגעבן ״מיליאנען״ אויף דעם כינוס-שפיל זעענדיג אין דעם זיין הכתרה, און זיין ענטפער אויף בארקלעיס, וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט און אמשטארקסטן אים אליין... ווי מ׳האט געזען פאראיאר ביי פאפא רב׳ס קלוגע זאך אסיפה און יעצט נאכאמאל ביי די אלע משוגע׳נע דרשות מיט 5 מענטשן און אז ״מיר קוקן נישט אויף בארקלעיס״ (יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס...)

מ׳האט דא איינגעשפאנט ״אלע כוחות״ מבכור פרעה עד בכור שפחה, אויף א היסטארישן פארנעם ווי נאך קיינמאל בעפאר! זיידעס און באבעס חתנים וכלות! יעדע ארויני טוטער פון דריי יאר האט געהאט א בעג גרעסער ווי אים מיט ריזיגע סטיקערס וואס ער האט געקלעבט ווי נאר א שטיקל ליידיג פלאץ.

די בחורלעך וואס הונגערן פאר עקשאן האט מען עמטליך דעפלאיעט ארויס אויף די גאסן צו באמיסטיגן און אנחזרן די חרדישע שטעט ווי קיינמאל בעפאר, ותבאש כל העיר! מ׳האט באקלעבט דעם אנדערן מנהיג׳ס הויז, קאר, באסעס און וואס נישט! הכל מותרין, הכל שרוין, ווייל אמער, מ׳גייט דאך זאגן וואס דער עצם רעיון הציוני איז, און דאס פאדערט מסירת נפש עד כדי הכאה...

מ׳האט געמאכט עסקארטס וואס פארשעמען קים-יאנג-און און די יאמערליכע סירענעס האבן נאך מער אנגעצינדן די יונגלעך וואס האבן דא געזען אן איינמאליגע התגלות אין א וועלט פון שקר, און אז ענדליך גייט מען צוריקכאפן די מאמענטום פונעם קליינעם ברודער וואס האט זיך דערקלערט אז ער איז דער מנהיג ישראל פון רעכטן לאגער.

די מעסעדזשעס און ספינס זענען טעגליך געווארן מער פאני; מ׳האט זיך סותר געווען נישט נאר אין די זעלבע מודעה, נאר אין יעדע שורה זעקס מאל... יא דא טיקעטס, נישט טיקעטס, 18,000, 20,000, נאך צען, נאך פופצן, געפארן בילדער פון יעדן פייפער מיט א אייפאון ווייזן אין די לופט וואס האט געדארפט מיינען אז ממש יעצט אין די רגעים קומען צו נאך 6,500 טויזנט בענקלעך...

באזונדער האט מען איינגעשפאנט די גרעסטע קאנאנען אויף ״אפאראט רבנים״, מ׳האט געשיקט דעלעגאציעס גרעסער ווי די צאל פייפנדיגע יוקאנס צו יעדן מיט א טיש בעקיטשע און ווייסע בארד, און געפייניגט מיט גוטן און בייזן, צו קומען זיצן, רעדן, עניטינג, און יעדן פארשפראכן אז ער גייט זיצן אין די ד׳ אמות פון הגה״ק אליין, ולגדולתו יהי׳ אין חקר.

היסטאריע וועט נאך אסאך שרייבן איבער די רבנים אפאראט, ווי פרעמדע גדולי הרבנים האבן זיי ממש ארוסגעזרקט מיט קולות וברקים, און זיי האבן אנגעהויבן צוביסלעך טאפן א וואנט. פאר די יונגלעך האט מען דאס אבער נישט געזאגט. זיי האט מען נאר באפוילן צו קומען מיט ״סוועטערס״ צוליב דעם ״הייסן״ וועטער אין גאס.... און אויך אין א פרעצעדענטלאזן שריט באפוילן מיט רויטע בלוטיגע אותיות אז ״עס גייט נישט זיין קיין הוקאפ״ אין אנדערע ווערטער קיינער בלייבט נישט אינדערהיים!...

ויהי היום, דער גרויסער זונטאג קומט אן... די גאראזשן עפענען זיך, ריזיגע טראקס נאר שיקן ארויס, און מ׳שיקט ארום פייפן און הוליען אין די גאסן... מ׳נעמט אפיר די סמעטענע צו שרייען און זאגן, און די היץ איז אויפן העכסטן... מ׳מאכט פאני מודעות און מ׳טוט יעדע משוגענע טריק אין די בוק אבער קומטס נאר..

יעצט, איי די דיי דיי דיי, איי די דיי דיי דיי

איי איי אחת ואחת....

דער זאל בקדושה ראשונה מאכט פראבלעמען פאר׳ן קדושה שני׳ און האלט זיך בשום אופן נישט ביים אנפילן... די קינדער האבן נישט געכאפט דעם מעסעדזש און געקומען מיט בלויע זשעקעטס, פרו ורבו ומלאו את הקאלעסיום... פון כתה א׳ און העכער, גאנצע קלאסן... און דאס האט אנגעהויבן אויסקוקן ווי א קעמפ פראטעסט אקטיוויטי. (יודע חן זאגן אז דאס איז דער טעם פארוואס מ׳האט געלייגט דעם לאגא אויפן בעג פון מחנה רב טוב..)

איי איי איי, אחת ושתיים...
די קארס פון די רבנים האבן געסטרייקט.. זיי האלטן נישט ביים קומען אויפפיקן פון די אדרעסן, און די וואס פיקן זיי אויף טראגן זיי צום חומש סעודה אין בארא פארק... דאס ליצנות ווערט גרעסער און גרעסער. נישטא קיין איין אנגעזעענער רב אן קיין שייכות צו די ארוינים מאז ומקדם... דער אויבנאן פונעם היסטארישן כינוס, איז געווען א היסטארישער חוזק!

איי איי איי אחת ושלוש...
אונטערן אויבנאן... פאר עפעס א מיספארשטענדעניש האבן די געקויפטע טיקעטס פונעם סאלד אוט זאל אלעס פארלוירן אויפן וועג, און קיינער איז מיסטריעז נישט אנגעקומען. די פארשאלטענע סעקיוריטי האט פארקלאפט די וועג פאר די ״סטענדינג טיקעטס״ נישט צו קענען אנקומען אהין, און דער חוזק איז געווען גרויס ווי דער שטעקן מיט וואס דער רבי צינדט די הדלקה ל״ג בעומר...

איי איי איי אחת וארבע...
דער עולם האט נישט קיין געדולד צו זיצן. מ׳גייט און מ׳קומט דער גערודער שרייט העכער ווי די רעיון הציוני מוזיק, און קיינער זיצט נישט רואיג אויפן פלאץ...

איי איי איי אחת וחמש....
א חוזק פון א פראגראם!!! נישט קיין איין סאליד דרשה, קיין איין פרעמדער רב, קיין איין באמבע, קיין ר׳ אהרן שעכטער, קיין ר׳ יחזקאל ראטה, קיין ר׳ הילל וויינבערגער, און קיין... ר׳ שמעי׳ גרינבוים... און די פראגע ווערט גרעסער: הייליגער רבי, פארוואס האסטו אונז אהער געברענגט??

איי איי איי אחת ושש...
די פארשאלטענע טעכנאלאגיע! טראץ די ריזיגע לייילעכער מ׳זאל בשום אופן נישט ברענגען קיין סמארטפאונס איז אבער השטן מרקד בתוכינו... קיין הוקאפ איז נישטא ב״ה, אויסגעריסן משרשו, אבער נאהאפטיגע בילדעלעך מיט זאפטיגע קליפס וואלגערן זיך לרוב, און ס׳איז ביטער ווי א לעמאן...
דער קדוש רעדט, אבער דער זאל פארט אויף רעדער ווי א באן סטאנציע... מ׳גייט און מ׳קומט, מ׳בייסט די ליפן, מ׳רעדט און מ׳בורטשעט, און סימפל... די זאך האט נישט קיין טראפ חן!

אחת ושבע, אחת ושמונה... אחת וארבעים....
יא דא גיוס? נישטא גיוס? מיר רעדן פון גזירות? מיר רעדן פון עצם רעיון? מיר ווייסן שוין וואס איז ערגער גיוס אדער כותל? פארן מיט עלאל אדער קבר רחל? גיוס בנין אדער גיוס בנות? רבי׳טשקע זיסער, אויף וועלכן פלאנעט לעבן מיר??!!

און א רגע... ״שקל הקודש״... סיריעס? פינעעווו לאנגע געזונטע יארן לאכן מיר שוין פון די זאליס וואס האט שוין געשיקט צוואנציג מיליאן טאלער קיין ארץ ישראל פאר מוסדות על טהרת הקודש... און פלוצים, עד ארבעים שנה, מיר גייען אויך שיקן געלט... א רגע רבינו, פאקוס, טראכט פאר דו זאגסט, און זאג מיר: וואס איז דיין מהלך דא?! מיר גייען טון פלעין סימפל ווי זאלי טוט שוין 5 יאר? און פארדעם? האב איך געדארפט דא זיצן עסן דיין היעט פאר זעקס שעה אין א טערקישן סוועטער?

כך עונשם של בדאים! אנגעהויבן דעם גאנצן כינס מיטן לינקן פיס, מיט א פייט, מיט ווייזן פאר דעם פאר יענעם, צייגן מאכט, אפווישן בארקלי, אויסגעבן 3 מיליאן דאלער פלאס, אן קיין הסבר, סתם משוגע צו מאכן די וועלט על לא דבר!

און דאס האט ער באקומען צוריק אין פנים אריין, אלס א לעקציע אחת ולתמיד: קושטא קאי, שיקרא לא קאי!

אוי ״לקדש שם שמים״!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

wow

אזויפיל ליגט דיר נאך אויף די לונג.......
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

10 לעקציעס געלערנט פונעם נעכטיגן כינוס

אלס איינער א האלב דרויסנדיגער, וואס איז געווען נעכטן ביים כינוס, און אויך ביי בארקלי, וויל איך שעירן מיינע געדאנקען איבער די לעקציעס וואס זענען געלערנט געווארן


1. קען דיינע נומבערס

ווען יעדער ארגאניזירער פון א מסיבה מאכט זיינע פלענער, דארף ער קודם קענען זיינע נומבערס און זיך נישט נארן. א קליינע משפחה מאכט בר מצוה אין שמח תשמח, א גרעסערע גייט אין כתר צבי. בני יואל מאכט זייער כ"א כסלו אין עטרת מאיר צבי, און סאטמאר אין די ארמארי. דער בארא פארקער דינער מאכט עס אין א זאל, און די קרית יואל'ער אין א גרעסער פלאץ. און אזוי ווייטער.

יעצט שטעל דיך פאר, אז פאפא זאל מאכן זייער דינער אין ארמארי, ווייל סאטמאר מאכט עס דארט.. עס קען נישט אזוי ארבעטן. ווען ס'קומט צו א מסיבה איז די ארגסטע זאך זיך צו נארן מיט נומבערס.

די ארוינים דא האבן מיאוס קאלקולעיטעד זייערע נומבערס. ער האט נישט געמאכט דעם דעסיזשאן צו גיין אין א סטעדיום ווייל ער האט געזען אז דאס זענען זיינע נומבערס. נאר ווייל די זאליס האבן דארט געמאכט א' שלח תשע"ז. און לויט דעם האט מען געוואלט צושניידן די נומבערס.

עס ארבעט נישט אזוי! ס'ווייסט יעדער אז די זאליס זענען בעצם א גרעסער פאלק, נאר מער צעשפרייט און קאלט ווי די ארוינים. "שיטה" ברענגט זיי אלע צוזאם, און דאס איז געווען די סיקרעט ביהיינט בארקלי סוקסעס. יעצט, אז דו ביסט נישט אין די סארט פאזישאן, לויף נישט גרעסער ווי דו קענסט.



2. טרייב נישט איבער עקספעקטעישאנס

כלל נומער 2 ביי יעדע מסיבה, איז: טרייב נישט איבער די עקספעקטעישאנס, ווייל טאמער גייט עס שוואכער ווי געראכטן זאלסטו נישט האבן קין דורכפאל. די ארוינים האבן זייער מיאוס פארזען דעם כלל, און מחמת עקסייטמענט אז ענדליך גייען מיר שוין אין א סטעדיום, געפערליך איבערגעטריבן די ערווארטונגען, געשאסן ריזיגע נומבערס, און פארקויפט א טאג נאכ'ן אנהייבן פארקויפן טיקעטס אז אלעס איז שוין פארקויפט.

ווען דער עולם איז אנגעקומען, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'האלט ווייט אונטער די עקספעקטעישאנס, עס איז דא גאנצע ליידיגע סעקשאנס, האט עס תיכף אנגעזויערט דעם מצב ביים פוירסט אימפרעשאן, און דער מעמד האט זיך אנגעהויבן אן די נויטיגע אקסעזשין וואס מ'דארף אריינצונעמען דעם עולם אין דרייוו. ס'האט שוין נישט געהאלפן דאס וואס מ'וואלט זיך אין אנדערע פעלער געקענט טרייסטן אז ס'איז גאנץ פיין, ווייל איין אומאויסגעפולטע זיץ האט שוין געפערליך געשטאכן אין די אויגן, נאכ'ן וויסן קלאר אז ס'איז "סאלד אוט".

פרעגסט מיך פערסאנעל? ער האט בעצם זייער שיין געסקאורט מיט מענטשן, ארויסצוברענגען א ריזיגן עולם אין א גרינעם זונטאג חק בלי טעם, אבער נאך די אלע אנרייצענישן פון "עד אפס מקום", און דא זעענדיג גאנצע מצות שלמים אן קיין נפש רוח ונשמה, האט עס געהאט א טעם פון א קאווע אן צוקער.


3. ווייס דיין סטאטוס אין די וועלט

ס'איז א וואונדער, אבער די ארוינים האבן זייער געפערליך פארזען זייער סטאטוס. ר' מלכיאל קאטלער קען נישט פארקויפן דברי יחזקאל, און א חסידישער משפיע א כאפ פון ר' חיים. ר' אהרן וואלט געמעגט וויסן וואס א סטאטוס ער האט זיך געבויעט אין די לעצטע אכצן יאר, דרייוונדיג מער צו לינקס. ס'איז פערפעקטלי פיין מבחינת פאליטיק, כ'קען נישט זאגן אז ס'האט אים געשאדט ערגעץ. אבער דו קענסט נישט ארויסוואקסן איין טאג כקטן שנולד און ווערן דער פאנטרעגער פון קנאות.

ס'איז דאך עפעס וואס איז שוין אנגענומען אזוי פאר יארן. ר' אהרן איז דער מער לינקער און ר' זלמן לייב איז דער מער רעכטער. איך פערזענליך האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו זיין וויאזוי מ'איז, אבער וואס מ'איז דאס דארף מען זיין, און פארשטיין דעם פלאץ וואו מען שטייט איין.

ביי די רבנים וואס זענען מער רעכט האט ער זיך דעריבער פארפליישיגט. יעצט איז אזוי: ס'דא די עקסטרעמע וואס ביי זיי איז ער פסול אינגאנצן, אבער נאכדעם איז דא אסאך וועלטליכע, וואס צו זיין שמחה און דינערס וואלטן זיי גערן געקומען, פריינטליך און זיך געגעבן די הענט, אבער ווען ער רעדט פון קנאות, שפירן זיי עפעס אז דאס איז נישט זיינ'ס א זאך, און דעריבער האט עס נישט ביי זיי קיין ממשות צו קומען.

ספעשעלי, האט ער געמעגט וויסן, אז זיין עקסטרעמע אטאקעס אויף בארקלי, און זיין אוועקמאכן ברבים התאחדות, האט אים ארויסגענומען פון די האנט נאך אסאך רבנים וואס וואלטן ווען סתם אזוי געקומען, נאר צוליב דעם פאליטישן טאן וואס די גאנצע זאך האט אנגענומען תיכף פון אנהויב, האבן זיי געפילט אז ס'איז מער א פארטייאישע איווענט, נאטינג ראנג, אבער ער אלס דרויסנדיגער באלאנגט נישט דארט.

סאו וואס ער וואלט געדארפט טון אין פוירסט פלעיס, איז נישט רעדן פון פרעמדע רבנים בכלל, נישט שיקן קיין דעלעגאציע, נישט לייגן קיין פרעשור אויף קיינעם. נאר עס מאכן בלויז פאר די אייגענע. אבער היות מ'האט יא געלייגט אויף דעם א גרויסן דגש, די גאנצע גאס האט מיטגעהאלטן די גאנצע צייט אויף וועמען מ'לייגט דרוק, וויפיל מענטשן זענען געקומען לאדענען, ווער און וויאזוי לייגט דרוק, האט עס צוגעלייגט נאך א פאטש צום כינוס, און דער אויבנאן קעגן בארקלי איז געווען א חוזק, און ארויסגעבלאזן פון נאך א לאך די לופט פון די רעדער.





4. סטיק צו א מהלך!

עס איז ברייט באוויסט אז די ארוינים קען מען גרינגער ארומטוישן מיט שיטות, זיי זענען נישט מהרהר אחר רבם. אבער דא איז עס געגאנגען צו שנעל, צו עקסטרעם. די לעצטע צוויי יאר איז יעדן איינציגן טאג געווען אן אנדערע וועג איבער יא גיוס, נישט גיוס. פון זיין דער פאנטרעגער פון די מערכה, ביז'ן ווערן דער גרעסטער גזירה פארלייקענער. די רייד איז געווען צו ווילד טו הענדל.

ס'שוין דא טויזנטער קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן בלויז מיט א "בעל דברי יואל" און דא פלוצלינג אין צוויי וואכן האט ער געוואלט צוריק אראפברענגען דעם אלטן רבי'ן ווי אין ראדני מיט א "רבינו הקדוש והטהור". דער מעסעדזש האט נישט געקענט קליקן, און איז געווען א גרויסע מיסטעיק טו בעגין וויט.

דער זאלי גייענדיג און ארויסגייענדיג ביים כינוס, האט געהאט דעם זעלבן מעסעדזש, דעם זעלבן מהלך ווי ער הערט שוין פון זיין רבי די לעצטע פאר יאר. לאוו איט אר העיט איט איז דאס ר' זלמן לייב'ס מעסעדזש. נאכ'ן הערן אזויפיל האקן קעגן דעם גיוס מיט רעטארישע דרשות איז ער געווארן נאך מער אנגעדרייט, און פאר דעם האבן זיי געקענט נאכדעם מאכן א קרן ויואל משה, צו שיקן געלט און נאך געלט, ווייל יעדער זאלי ווייסט וואס ער האלט, אפילו ער טשעקט נישט אריין יעדע פאר וואכן צו הערן וואס ר' זלמן לייב האט געזאגט. ער קען זיין רבי, ער קען די אוועראלל מהלך, און ער איז גוד טו גאו.

דער ארויני איז ארויס נעכטן מער צעמישט ווי ער איז אנגעקומען. ער האט נישט געוואוסט פונקטליך וואס ער שטייט פאר, וואס דארף ער יעצט זאגן ווייטער, און וואס גייט זיין נעקסטע וואך. דאס איז א גרויסע חסרון פאר א מעמד פון אזא לארדזש סקעיל.



5. סעיוו די אטמאוסט עקסייטמענט פאר די איווענט

אריזשינעלי האבן די ארוינים געמאכט א מעידזשער מאוו מיט'ן ברענגען דעם ראב"ד צו קריעיטן מאמענטום. אבער למעשה האבן זיי אים צופיל עקספאוזט פאר צו לאנג פריער. יעדער האט אים שוין געהאט געזען, געגעבן די הענט, געהערט דרשות, און ממילא ווען ס'איז געקומען צום מעמד גופא איז עס שוין נישט געווען אזוי עקסייטינג.

פאר אן עקזעמפל צו פארשטיין מיין פוינט: ווען רבי לייבוש לייזער איז אריינגעקומען אין בארקלעי, איז די זאל געווארן עלעקטעריזירט. מ'זעט אים זעלטן פאר די אויגן, ער גייט נישט אין ערגעץ, און ווען ער איז פלוצלינג אריינגעקומען איז דער עולם געווארן ממש נאם. יעדער האט זיך איבערגעקוקט מיט זיין שכן פאר עקסייטמענט. און דאס איז א קריטישע פאקטאר פאר די מאמענטום.

ווען דער ראב"ד גייט ווען נאר צו אפאר רבנים, און ער קומט אריין דא צום ערשטן מאל וואס אן עוורידזש אמעריקאנער איד זעט אים, וואלט דאס געווען א שאקינג מאמענט פאר יעדן אינדווידועל און וואלט אים שוין אנגעפילט מיט הנאה אז ער האט געהאט פארוואס צו קומען.


6. די סופרייז פעקטאר
אזא ריזיגע איווענט, וואו דו ברענגסט טויזנטער מענטשן, מוז האבן כאטש איינס צוויי סורפרייזעס. אזא ערשיינונג פון ר' אהרן שעכטער, למשל, ביי בארקלי, איז געווען א שאקינג סורפרייז, מבחינה פוליטית. און נאך אפאר אזעלכע סורפרייזעס, צי אויפ'ן אויבנאן צי ביי די דרשות.

ביי די זאליס איז אפילו דאס וואס ר' זלמן לייב האט זיך געגעבן א צעוויין אינמיטן זיין דרשה, וואס סתם אזוי הערט מען דאס נישט אזוי, איז שוין געווען פאר זיי א סופרייז, און די גאנצע זאל איז יענע מינוט געווארן א היעט וואס מ'קען נישט אראפגעבן.

דא אין נעסאו איז נישט געווען קיין איין סורפרייז וואט סאו עווער, אויב עפעס איז אלעס געווען פארקערט, און ממילא איז דער מענטש אהיים אן גארנישט.


7. דו מוזסט האבן א מעסעדזש
חזר'ן די שיטה איז א גוטע זאך, אבער דאס מוז געטון ווערן אקארדינגלי, אין א זאל, אין א ביהמ"ד. אז דו ווילסט גיין אין א סטעדיום, מוזסטו האבן א נארמאלן פארשטענדליכן מעסעדזש וואס דו ווילסט.

דו קענסט נישט שטיין און וואטשן די נייעס און לויט דעם ארויסגעבן וואס דיין מעסעדזש איז. ביבי האט געמאכט א שהחיינו ביים נייעם קאנסול? ארויס מיט א פאוסטער. איראן דיעל אפגעהאקט? ארויס מיט א פאוסטער. טראמפ געטוויט אזוי? ארויס מיט א פאוסטער. ציונים צעשאסן אפאר טונעלן? ארויס מיט א פאוסטער.ֿ

דו מוזסט האבן איין קלארע און אנדערלייאינג מעסעדזש: וואס וויל מען דא, און וואס גייט מען אנקומען.

די גראפיקערס האבן געטון א גוטע ארבעט, געניצט די ריכטיגע קאמיבנעישאן פון קאלירן פאר די טאוועלעך, די הענגערס האבן געמאכט א פאנטאסטישע זשאב מיט'ן ארומנעמען יעדע צעטל מיט א ראל פלעסטיק ס'זאל זיין שווער אראפצוקומען, אבער דער "מעסעדזש" וואס איז געקומען, האט נישט געהאט הענט און פיס, און די זעלבע ביים מעמד אליין, האט יעדער געזאגט וואס ער האט געהאט צו זאגן, אן עפעס צוקומען.

דאס איז געווען אן ערנסטע קיללער, און עפעס וואס האט נישט געטארט געשען.



8. דער עולם איז נישט אינגאנצן משוגע

די ארוינים זענען דא געגאנגען מיט א שיטה אז דער עולם איז פולשטענדיג משוגע און קיין שום לאקש איז נישט צו הארט פאר זיי אראפצושלינגען. זיי זענען געגאנגען אווער די לימיט און אולטימעיטלי האט עס בעקפייערט.

איך בין בעצם א חסיד פון גוטע געדאנקען צו הייפן דעם ציבור, אבער אזא מעסעדזש וועגן "סוועטערס" למשל האט קיינמאל נישט געמעגט ארויסגיין, ווייל ס'איז אווער די לימיט. אז ס'איז הייס אינדרויסן, גייט אדורך א שבת וואס מ'בראט פאר היץ, קום נישט ארויס מוצאי שבת אז קינדער זאלן קומען מיט סוועטערס. אויב יא סוועטערס, דארף יעדער גיין, וואס עפעס נאר קינדער?

די זעלבע איז מיט די אלע נישטא קיין טיקעטס קאפ פארדרייענישן. די נומבערס האבן נישט געשטימט מיט וואס עס שטייט אויף גוגל און אויף די נעסאו'ס אייגענע וועבזייטל. מעגסט אביסל ספינען, אבער האלט עס צו א לימיט. טו מאטש איז דא געווען אוט אוו קאנטעקסט און דער ציבור האט דאס געשפירט אז מ'איז מזלזל אין זייער קאמאן סענס.


9. פאקוס נישט אויף קיין קינדער אין א סטעדיום

קינדער אין א סטעדיום איז רעסעפי נומער איינס פאר א דורכפאל. קינדער האבן נישט קיין נערוון און זיי זיצן נישט איין. אין בארקלי איז די אפישעל מעסעדזש געווען אז קינדער טארן נישט קומען, און ווער ס'האט יא געברענגט האט פארשטאנען אז ער קומט "מיט אים" און אז ער דארף אים האלטן נעבן זיך, ווייל בעצם איז זיין יונגל אן אומגעוואונטשענער גאסט דא.

דא וויבאלד דער אפישעל מעסעדזש איז געווען אז אלע קינדער קומען, זענען זיי טאקע געקומען מיט די פולסטע לעבהאפטיגקייט און פארשטאנען אז זיי זענען דא פונקט אזעלכע אנגענומענע געסט ווי אהבת קדומים. זיי האבן איבערגעקערט דעם זאל, געלאפן און געקומען, זיך געווינקען און געלאכט, און מ'האט זיי נישט געקענט קאנטעינען.

זיי האבן דערנעווירט די טאטעס און געמאכט אומבאקוועם פאר'ן עולם. ביים פיעק, ווען דער רבי האט גערעדט, זענען שוין די קינדער געווען ממש צעלאזט, געלאפן אינעם גאנצן זאל, אן קיין אויפזיכט, אפאר עסקנים האבן זיי פארטריבן פון אינמיטן דעם צענטער זענען זיי געלאפן צו די אנדערע זייט, און נאכדעם צוריק, מאכנדיג עס אויסקוקן ווי א הויף ביי לאנטש. עס האט מורא'דיג געשטערט די ערנסטקייט פון די מעמד, און מענטשן האבן זיך אינמיטן אויפגעהויבן און אוועק פשוט פאר די צעפארנקייט.



10. עס איז תשע"ח — נישט תשנ"ח

אין די אמאליגע צייטן וואלט מען געווארט ביז דאנערשטאג, קיינער וואלט נישט געוואוסט געהעריג וואס איז געווען, און דער בלאט וואלט ארויסגעקומען מיט א רעזשוואלקע און הונדערטער ארטיקלען מיט נייעס פון הונדערט טויזנט מענטשן, און ס'וואלט אויפגעטון דאבל: די אייגענע וואלטן געווארן עקסייטעד, און די זאליס וואלטן געווארן געקלאפט.

תשע"ח, איז אין די זעלבע סעקענדס געווען קליפס און בילדער, מ'האט געזען און געהערט ווי דער רבי שטייט און רעדט און די זאל פארט אויף רעדער מיט גאנצעטע סעקשאנס פוסט און לער, און קיינער זיצט נישט געדולדיג. יעדער האט באלד געזען אז דאס איז נישט קיין מוציא מיט האניג, און יארן יארן אוועק פון א בארקלעי. די זאליס האבן זיך גענומען פרייען און לעבן אויף אלע באקן, ראדני און מוירטל האט געבאבלט כיום חתונתם ושמחת לבם, און די ארוינים זענען שוין אהיימגעקומען האלב צעמישט.

יעצט קען שוין דער בלאט די וואך און די בליק ארויסגעבן דיקע בענדער מיט פיקטשערס און ארטיקלען, אבער ס'אינטרעסירט נישט קיינעם מער. נישט ביי די זאליס און נישט ביי די ארוינים. די מעסעדזש איז אוט. די זאך איז שוין אפגעשריבן, און רעזשיסטערד ביי יעדן אין קאפ: בארקלעי א סוקסעס, נעסאו א דורכפאל, וזהוא.

אויף יעצט איז שוין נישטא קיין וועג צוריק. אויפ'ן עתיד, האף איך אז מ'וועט ארויסנעמען די לעקציעס.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

בארקלעי א סוקסעס, נעסאו א דורכפאל, וזהוא.

צו די שורה בין איך מסכים אבער וזה הוא

אבער ס'ענדיגט זיך נישט ביי דעם .........

נישט פארדעים האט מען אנגעדרייט די גאנצע מחלוקה אז אין בארקלעי זאל זיין א סוקסעס .........
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

אויב איר ווילט פארשטיין פארוואס עס פעלט זיך אויס אזוינע לאנגע בלעטער מיט הסברות פון די צעטל רייסערס דאן זעהט די קליפס
נאך וועלן נאכפאלגן


https://www.dropbox.com/s/udw0lwxre9chh ... U.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/wvltnnl80g9zd ... 3.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/gu2qeku5ucvtz ... 1.mp4?dl=0
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

דברות קודש
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איך האב ליב צו זעהן ווי דער "דרויסענדיגער" וואס האט פונקט מיטגעהאלטן ביידע מאכט זיך די צייט צו שרייבן אזא לאנגע דרשה מיט לעקציעס וואס איינער האט אפילו נישט קיין געדולד דורכצוליינען...
איך קען נישט ווארטן ווען ער וועט באשריבן די פלאץ ווי ער געהערט טאקע...
דוד בן ישי עבדך משיחך
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך מצפה לישועה »

וועמען דארף איך גלייבן?
De3hQM0VQAEMump.jpg



נ.ב.
איינער קען מיר מסביר זיין די הצלחה פון בארקעליס?
פארקויפן שקרים פאר 15 טויזנט מענטשן הייסט א הצלחה?
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

נישט פארגעסן, ווען גוגל זאגט אז בארקלעי האט 1900 זיצן = איז ער באגלייבט, רעכנט עס נישט די ליידיגע גראונד לעוול, רעכענט עס נישט די פארמאכטע גאלעריען, רעכענט עס נישט די פארדעקטע סעקשאן'ס אינטער די אויבן אן, אבער ווען גוגל זאגט אז נ''ק האט 18000 זיצן = איז פינקט פארקערט די מעשה....
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

CP די קענסט נישט פארדייען די מציאות
קודם האסטו מיך מסביר געווען אז די סטאדיום איז עכט געבוקט פאר א געים
נאכדעם האסטו מיר מסביר געוועון אז ס'נאר דא 6000 זיצן
נאכדעם האסטו מיר מסביר געווען אז מ'גייט נישט ניצן א האלבע זאל אין מ'וועט צומאכןע סעקשאןס ווי בארקלעי
נאך נעכטן האסטו מיר געשיקט א האלבע פיקטשער אין מסביר געווען אז מ'ניצט נישט די אויבערשטע שטאקען


ביז ויהי ממחרת, דעמעזש איז דאן, ביזט ביטער אנטוישט
יעצט ווילסטו מיר מסביר זיין אז ס'געווען ליידיג.... כ'בין אבער דארט געווען
כ'פארשטיי דיין ווייטוג
פעיס ריאליטי... א שאד אויף דיין ארבעט
ענדערש גיי ווייטער ווארף ווייטער פאשקעווילן,
ווי האט דיין שטריק געזאגט פאר ר' שמעי' מ'שטעכט מיר א מעסער אין רוקן.... אוי האט ער גיט געזאגט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דאס פיסק פארברייטערט זיך פון די נאכאנאנדע ברייטע שמייכלעראציעס, און די מילצן פלאטצן אזש פאר גרויס גלעטער, ווי איטליכער זאליבאן סיי מיט הערנער און סיי אן הערנער, וועלכע רעדט זיך בלויז איין אז ער קען עטוואס האלטן א פעדער אין די האנד, שרייבט גאנצע מעטאמאטישע אנעליזען איבער דעם שויעדערליכער נידארלאגע וועלכע סאטמאר האט געליטן דער פארגאנגענעם זונטאג ביים הייליגן כינוס לרבבות.

אין יעדען איינציגען זאלונישער רעקל-טאשן געפונט זיך א גאנצער ארסענאל פון אלערליי סארטן פארגעשריטענע קאלקולעטערס, מיט וועלכע זיי האלטן אין איין אויסצורעכען גענוי וויפול בענקליך און וויפיל באסעס ס'איז געווען,אד''ג. אזש געשוואוירענע זאליבאנצעס דרייען זיך שוין א גאנצן טאג ארום אן די צולעכערטע זאקן, צוליב דעם אויסטערלישע געברויך פאר די לאנג-באנאגלטע פיסן פינגער וועלכע זענען פולשטענדיג איינגעשפאנט געווארן פאר די אויסנאמליכע טיפע מעטאמאטישע זיצן-חשבונות רח''ל. (וואס דער משוגעת קען נעבאך אלס טאן צו א מענטשן.)

די אנאליזן זענען ווירקליך אזוי נארמהאפטיג, אזש סאטמאר הייבט ערענסט אן צו טראכטן אז יא! מ'האמער טאקע געהאט נעכטען א וויסטן דורכפאל אינעם קאלוסיעם. אבער גיוואלד וואס איז דער באדייט פון די אויסטערלישער דעהויבנקייט, און דערנענטערטקייט צום הייליגן באשעפער וואס סאטמארער חסידים שפירן היינט? וואס עס דער באדייט פון די סיפוק הנפש און הנאה רוחני מיט וועלכע יעדער איינציגער סאמארער חסיד דרייט היינט ארום? זענען זיי נעבאך בארירט געווארן פונעם מעכטיגען נידערלאגע?

לזאליבאנצעס הפתרונות.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

כינוס כללי

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

....
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

אייער שפייז האט געשריבן:אלו שלא השתתפו בהכינוס של נעסאוי קאלעסיום, כדלהלן:
ואין מוקדם ומאוחר בתורה

אדמו״ר מוויען - יושב שבעה
אדמו״ר ספינקא ב״פ - אינו סאטמאר
אדמו״ר צעהלים - חתן פאלטיטשאן לא ישתתף מעולם
אדמו״ר פאפא - לא הוזמן וכן לא היה בבארקלי
אדמו״ר באבוב - לא הוזמן וכן לא היה בבארקלי ואינו קשור
אדמו״ר מהרז״ל סאטמאר - לא הוזמן
אב״ד וואלקאן אויש - השתתף
אדמו״ר מקאשוי - לא ישתתף
אדמו״ר מקארלסבורג רוטה - הוזמן ולא בא
אדמו״ר באבוב 45 - לא הוזמן ואינו קשור
אב״ד איבראן
אב״ד מישקאלץ
אב״ד שארמאש
אדמו״ר מקאלוב - לרפו"ש
אדמו״ר מונקאטש - שלח את בנו בכורו ואת חתנו
אב״ד פאיע - צד מהרז"ל
אב״ד לאנצהוט - ?
אב״ד אפטא - נישטא ווער זאל לאכען
אב״ד מעליץ -
אב״ד אודווארי -
אב״ד קיוויאשד - צד מהרז"ל ?
אדמו״ר מוויזשניץ - לא הזמינו ולא קשורים
אדמו״ר מסקולען - לא הוזמן ולא קשור
אב״ד יאוואזשנע - צד מהרז"ל
אב״ד כוונת הלב - הוזמן?
אב״ד אשוי
אב״ד האליין - ?
אב״ד נייטרא - הוזמן בכלל?
אב״ד שאץ
אב״ד זלאטשוב
אב״ד נאדבורנא - איזה? של ב"פ עובד בקווינס
אב״ד מאנטיווידיאו - צד מהרז"ל
אב״ד פשעווארסק
אב״ד זידטשוב - איזה כי של ב"פ השתתף
אב״ד באלחוב - לא קשור
אב״ד פריימאן כ״ץ - צד מהרז"ל
אב״ד קאפיש - צד מהרז"ל
אב״ד אוהעל
אב״ד סיגעיט
אב״ד לימנוב
אב״ד שאפראן - צד מהרז"ל
אב״ד מיהאלדי - צד מהרז"ל
אב״ד אראד - צד מהרז"ל
אב״ד לאנדעסבערג
אב״ד בראשוב - לא קשור
אב״ד וואדקערט
אב״ד סאלקא
אב״ד ביקסאד
אב״ד סוליצא
אב״ד סטראזניץ
אב״ד ראזלא - לא קשור
אב״ד קרעטשניף
אב״ד קליוולאנד
אדמו״ר מדינוב
אב״ד סענדזשארש
אב״ד סעליש
ראב״ד סאטמאר פריעדמאן - צד מהרז"ל
אדמו״ר מחוסט לייפער - בארה"ק ולא קשור
אב״ד דאמבראוו - לא קשור
אב״ד ביסטריץ - צד מהרז"ל
אב״ד קלעסאן
אב״ד טשערנאוויץ - לא קשור
אב״ד האניפאלי - - צד מהרז"ל
אב״ד לינסק
אב״ד קרעסטיר
אדמו״ר בורשטין - השתתף
אב״ד שאמשאן - - צד מהרז"ל
אב״ד טארטיקוב
אב״ד מעזיבוש
אב״ד נייפעסט
אב״ד זמיגראד
אב״ד גריבוב - לא קשור
אב״ד בית חיים יושע - צד מהרז"ל
אב״ד רודניק
אב״ד סארוואש - לא קשור
אב״ד קאסוב - לא קשור
אב״ד טעטש
אב״ד אלכסנדר - לא קשור
אב״ד דעעש
אב״ד סטריזשוב
אב״ד טשאקעווא - השתתף
אב״ד פאלטישאן - צד מהרז"ל
אב״ד באטור
אב״ד סיגוט ב״פ - צד מהרז"ל
אב״ד וואלאווע - בארה"ק
אב״ד טשענגער
אב״ד גארליץ - השתתף
אב״ד טאלטשעווא
אב״ד ניקלשבורג
אב״ד סערדעהאלי - יושב שבעה
אב״ד דזשיבוי
אב״ד פרעשבורג - מי זה
אב״ד בעסערמין -
אב״ד טעמעשוואר
אב״ד ליזענסק
אב״ד ליסקא - לא קשור
אב״ד מאקאווע - צד מהרז"ל
אב״ד ברעזנא - לא קשור
אב״ד אייזענשטאט - לא קשור
אב״ד לעיקוואד קליין - - צד מהרז"ל
אב״ד לייפניק
אב״ד מאשלוי
אב״ד ניימארק
אב״ד יאקע
אב״ד סקאליע - השתתף
אב״ד אונגוואר - לא קשור
אב״ד מאגרעטען
אב״ד טענקא
אב״ד היבנוב
אב״ד קראסנא
אב״ד קאזלאוו
אב״ד ראפשיץ
אב״ד גלאגוב
אב״ד וואוידעסלאוו
אב״ד קאסאן - לא קשור
אב״ד דעברעצין
אב״ד טאקאי
אב״ד בלאזוב - לא קשור
אב״ד בארדיטשוב - צד מהרז"ל
אב״ד אלעסק - לרפו"ש
אב״ד ליפשא
אב״ד טשענסקאוויטץ - השתתף
אב״ד מאגרוב
אב״ד ווערדאן - לא קשור
אב״ד סאסרעיגן
אב״ד קאליש
אב״ד אולם
אב״ד הומנא
אב״ד סוליצא
אב״ד גראסווארדיין
אב״ד שינאווע
אב״ד ראדמישלא - לא קשור
אב״ד סאטמאר מאנסי האלבערשטאם - צד מהרז"ל
אב״ד סאסוב
אב״ד טאהש
אב״ד טערצאל
ועוד הרבה רבנים, דיינים, ראשי ישיבות
(Credit by WhatsApp)

Sent from my SM-J327P using Tapatalk


יש לחלק ברשימה זו כמה דברים, א. רבנים שאין להם שייכות לסאטמאר ובכלל לא הוזמנו, ב. רבנים שכן היו ורק נרשם שלא היו, ג. רבנים ששייכים באופן מוצהר לצד השני

עברתי במהירות וציינתי ואדרבה יבואו אחרים ויציינו עוד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אוהב ספרים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

די ליסט איז אבי געהאקט, לדוגמא לאנסבערג, דעעש, טשאקעווע האב איך געזעהן דארט, נאכדעם ברענגט ער רבנים וואס האבען א דירעקטע שייכות מיט מהרז''ל אדער רבנים וואס זענען נישט געווען אין בארקלעי אויך נישט, בקיצור רוב ליסט איז 1 פין די 4 - זיי זענען יא געווען/האבען פערזענליכע שייכות אדער איינגעשטעלט ביי מהרז''ל/זענען נישט געווען אין בארקלעי אויך נישט/פאררופן זיך נישט פאר סאטמערע
פארשפארט