כינוס כללי לייוו אפדעיטס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
סיקריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 04, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך סיקריק »

10 לעקציעס געלערנט פונעם נעכטיגן כינוס

איך וויל שעירן מיינע געדאנקען איבער די לעקציעס וואס זענען געלערנט געווארן

1. קען דיינע נומבערס

ווען יעדער ארגאניזירער פון א מסיבה מאכט זיינע פלענער, דארף ער קודם קענען זיינע נומבערס און זיך נישט נארן. א קליינע משפחה מאכט בר מצוה אין שמח תשמח, א גרעסערע גייט אין כתר צבי. בני יואל מאכט זייער כ"א כסלו אין עטרת מאיר צבי, און סאטמאר אין די ארמארי. דער בארא פארקער דינער מאכט עס אין א זאל, און די קרית יואל'ער אין א גרעסער פלאץ. און אזוי ווייטער.

יעצט שטעל דיך פאר, אז פאפא זאל מאכן זייער דינער אין ארמארי, ווייל סאטמאר מאכט עס דארט.. עס קען נישט אזוי ארבעטן. ווען ס'קומט צו א מסיבה איז די ארגסטע זאך זיך צו נארן מיט נומבערס.

די ארוינים דא האבן מיאוס קאלקולעיטעד זייערע נומבערס. ער האט נישט געמאכט דעם דעסיזשאן צו גיין אין א סטעדיום ווייל ער האט געזען אז דאס זענען זיינע נומבערס. נאר ווייל די זאליס האבן דארט געמאכט א' שלח תשע"ז. און לויט דעם האט מען געוואלט צושניידן די נומבערס.

עס ארבעט נישט אזוי! ס'ווייסט יעדער אז די זאליס זענען בעצם א גרעסער פאלק, נאר מער צעשפרייט און קאלט ווי די ארוינים. "שיטה" ברענגט זיי אלע צוזאם, און דאס איז געווען די סיקרעט ביהיינט בארקלי סוקסעס. יעצט, אז דו ביסט נישט אין די סארט פאזישאן, לויף נישט גרעסער ווי דו קענסט.

2. טרייב נישט איבער עקספעקטעישאנס

כלל נומער 2 ביי יעדע מסיבה, איז: טרייב נישט איבער די עקספעקטעישאנס, ווייל טאמער גייט עס שוואכער ווי געראכטן זאלסטו נישט האבן קין דורכפאל. די ארוינים האבן זייער מיאוס פארזען דעם כלל, און מחמת עקסייטמענט אז ענדליך גייען מיר שוין אין א סטעדיום, געפערליך איבערגעטריבן די ערווארטונגען, געשאסן ריזיגע נומבערס, און פארקויפט א טאג נאכ'ן אנהייבן פארקויפן טיקעטס אז אלעס איז שוין פארקויפט.

ווען דער עולם איז אנגעקומען, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'האלט ווייט אונטער די עקספעקטעישאנס, עס איז דא גאנצע ליידיגע סעקשאנס, האט עס תיכף אנגעזויערט דעם מצב ביים פוירסט אימפרעשאן, און דער מעמד האט זיך אנגעהויבן אן די נויטיגע אקסעזשין וואס מ'דארף אריינצונעמען דעם עולם אין דרייוו. ס'האט שוין נישט געהאלפן דאס וואס מ'וואלט זיך אין אנדערע פעלער געקענט טרייסטן אז ס'איז גאנץ פיין, ווייל איין אומאויסגעפולטע זיץ האט שוין געפערליך געשטאכן אין די אויגן, נאכ'ן וויסן קלאר אז ס'איז "סאלד אוט".

פרעגסט מיך פערסאנעל? ער האט בעצם זייער שיין געסקאורט מיט מענטשן, ארויסצוברענגען א ריזיגן עולם אין א גרינעם זונטאג חק בלי טעם, אבער נאך די אלע אנרייצענישן פון "עד אפס מקום", און דא זעענדיג גאנצע מצות שלמים אן קיין נפש רוח ונשמה, האט עס געהאט א טעם פון א קאווע אן צוקער.

3. ווייס דיין סטאטוס אין די וועלט

ס'איז א וואונדער, אבער די ארוינים האבן זייער געפערליך פארזען זייער סטאטוס. ר' מלכיאל קאטלער קען נישט פארקויפן דברי יחזקאל, און א חסידישער משפיע א כאפ פון ר' חיים. ר' אהרן וואלט געמעגט וויסן וואס א סטאטוס ער האט זיך געבויעט אין די לעצטע אכצן יאר, דרייוונדיג מער צו לינקס. ס'איז פערפעקטלי פיין מבחינת פאליטיק, כ'קען נישט זאגן אז ס'האט אים געשאדט ערגעץ. אבער דו קענסט נישט ארויסוואקסן איין טאג כקטן שנולד און ווערן דער פאנטרעגער פון קנאות.

ס'איז דאך עפעס וואס איז שוין אנגענומען אזוי פאר יארן. ר' אהרן איז דער מער לינקער און ר' זלמן לייב איז דער מער רעכטער. איך פערזענליך האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו זיין וויאזוי מ'איז, אבער וואס מ'איז דאס דארף מען זיין, און פארשטיין דעם פלאץ וואו מען שטייט איין.

ביי די רבנים וואס זענען מער רעכט האט ער זיך דעריבער פארפליישיגט. יעצט איז אזוי: ס'דא די עקסטרעמע וואס ביי זיי איז ער פסול אינגאנצן, אבער נאכדעם איז דא אסאך וועלטליכע, וואס צו זיין שמחה און דינערס וואלטן זיי גערן געקומען, פריינטליך און זיך געגעבן די הענט, אבער ווען ער רעדט פון קנאות, שפירן זיי עפעס אז דאס איז נישט זיינ'ס א זאך, און דעריבער האט עס נישט ביי זיי קיין ממשות צו קומען.

ספעשעלי, האט ער געמעגט וויסן, אז זיין עקסטרעמע אטאקעס אויף בארקלי, און זיין אוועקמאכן ברבים התאחדות, האט אים ארויסגענומען פון די האנט נאך אסאך רבנים וואס וואלטן ווען סתם אזוי געקומען, נאר צוליב דעם פאליטישן טאן וואס די גאנצע זאך האט אנגענומען תיכף פון אנהויב, האבן זיי געפילט אז ס'איז מער א פארטייאישע איווענט, נאטינג ראנג, אבער ער אלס דרויסנדיגער באלאנגט נישט דארט.

סאו וואס ער וואלט געדארפט טון אין פוירסט פלעיס, איז נישט רעדן פון פרעמדע רבנים בכלל, נישט שיקן קיין דעלעגאציע, נישט לייגן קיין פרעשור אויף קיינעם. נאר עס מאכן בלויז פאר די אייגענע. אבער היות מ'האט יא געלייגט אויף דעם א גרויסן דגש, די גאנצע גאס האט מיטגעהאלטן די גאנצע צייט אויף וועמען מ'לייגט דרוק, וויפיל מענטשן זענען געקומען לאדענען, ווער און וויאזוי לייגט דרוק, האט עס צוגעלייגט נאך א פאטש צום כינוס, און דער אויבנאן קעגן בארקלי איז געווען א חוזק, און ארויסגעבלאזן פון נאך א לאך די לופט פון די רעדער.

4. סטיק צו א מהלך!

עס איז ברייט באוויסט אז די ארוינים קען מען גרינגער ארומטוישן מיט שיטות, זיי זענען נישט מהרהר אחר רבם. אבער דא איז עס געגאנגען צו שנעל, צו עקסטרעם. די לעצטע צוויי יאר איז יעדן איינציגן טאג געווען אן אנדערע וועג איבער יא גיוס, נישט גיוס. פון זיין דער פאנטרעגער פון די מערכה, ביז'ן ווערן דער גרעסטער גזירה פארלייקענער. די רייד איז געווען צו ווילד טו הענדל.

ס'שוין דא טויזנטער קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן בלויז מיט א "בעל דברי יואל" און דא פלוצלינג אין צוויי וואכן האט ער געוואלט צוריק אראפברענגען דעם אלטן רבי'ן ווי אין ראדני מיט א "רבינו הקדוש והטהור". דער מעסעדזש האט נישט געקענט קליקן, און איז געווען א גרויסע מיסטעיק טו בעגין וויט.

דער זאלי גייענדיג און ארויסגייענדיג ביים כינוס, האט געהאט דעם זעלבן מעסעדזש, דעם זעלבן מהלך ווי ער הערט שוין פון זיין רבי די לעצטע פאר יאר. לאוו איט אר העיט איט איז דאס ר' זלמן לייב'ס מעסעדזש. נאכ'ן הערן אזויפיל האקן קעגן דעם גיוס מיט רעטארישע דרשות איז ער געווארן נאך מער אנגעדרייט, און פאר דעם האבן זיי געקענט נאכדעם מאכן א קרן ויואל משה, צו שיקן געלט און נאך געלט, ווייל יעדער זאלי ווייסט וואס ער האלט, אפילו ער טשעקט נישט אריין יעדע פאר וואכן צו הערן וואס ר' זלמן לייב האט געזאגט. ער קען זיין רבי, ער קען די אוועראלל מהלך, און ער איז גוד טו גאו.

דער ארויני איז ארויס נעכטן מער צעמישט ווי ער איז אנגעקומען. ער האט נישט געוואוסט פונקטליך וואס ער שטייט פאר, וואס דארף ער יעצט זאגן ווייטער, און וואס גייט זיין נעקסטע וואך. דאס איז א גרויסע חסרון פאר א מעמד פון אזא לארדזש סקעיל.

5. סעיוו די אטמאוסט עקסייטמענט פאר די איווענט

אריזשינעלי האבן די ארוינים געמאכט א מעידזשער מאוו מיט'ן ברענגען דעם ראב"ד צו קריעיטן מאמענטום. אבער למעשה האבן זיי אים צופיל עקספאוזט פאר צו לאנג פריער. יעדער האט אים שוין געהאט געזען, געגעבן די הענט, געהערט דרשות, און ממילא ווען ס'איז געקומען צום מעמד גופא איז עס שוין נישט געווען אזוי עקסייטינג.

פאר אן עקזעמפל צו פארשטיין מיין פוינט: ווען רבי לייבוש לייזער איז אריינגעקומען אין בארקלעי, איז די זאל געווארן עלעקטעריזירט. מ'זעט אים זעלטן פאר די אויגן, ער גייט נישט אין ערגעץ, און ווען ער איז פלוצלינג אריינגעקומען איז דער עולם געווארן ממש נאם. יעדער האט זיך איבערגעקוקט מיט זיין שכן פאר עקסייטמענט. און דאס איז א קריטישע פאקטאר פאר די מאמענטום.

ווען דער ראב"ד גייט ווען נאר צו אפאר רבנים, און ער קומט אריין דא צום ערשטן מאל וואס אן עוורידזש אמעריקאנער איד זעט אים, וואלט דאס געווען א שאקינג מאמענט פאר יעדן אינדווידועל און וואלט אים שוין אנגעפילט מיט הנאה אז ער האט געהאט פארוואס צו קומען.

6. די סופרייז פעקטאר
אזא ריזיגע איווענט, וואו דו ברענגסט טויזנטער מענטשן, מוז האבן כאטש איינס צוויי סורפרייזעס. אזא ערשיינונג פון ר' אהרן שעכטער, למשל, ביי בארקלי, איז געווען א שאקינג סורפרייז, מבחינה פוליטית. און נאך אפאר אזעלכע סורפרייזעס, צי אויפ'ן אויבנאן צי ביי די דרשות.

ביי די זאליס איז אפילו דאס וואס ר' זלמן לייב האט זיך געגעבן א צעוויין אינמיטן זיין דרשה, וואס סתם אזוי הערט מען דאס נישט אזוי, איז שוין געווען פאר זיי א סופרייז, און די גאנצע זאל איז יענע מינוט געווארן א היעט וואס מ'קען נישט אראפגעבן.

דא אין נעסאו איז נישט געווען קיין איין סורפרייז וואט סאו עווער, אויב עפעס איז אלעס געווען פארקערט, און ממילא איז דער מענטש אהיים אן גארנישט.

7. דו מוזסט האבן א מעסעדזש
חזר'ן די שיטה איז א גוטע זאך, אבער דאס מוז געטון ווערן אקארדינגלי, אין א זאל, אין א ביהמ"ד. אז דו ווילסט גיין אין א סטעדיום, מוזסטו האבן א נארמאלן פארשטענדליכן מעסעדזש וואס דו ווילסט.

דו קענסט נישט שטיין און וואטשן די נייעס און לויט דעם ארויסגעבן וואס דיין מעסעדזש איז. ביבי האט געמאכט א שהחיינו ביים נייעם קאנסול? ארויס מיט א פאוסטער. איראן דיעל אפגעהאקט? ארויס מיט א פאוסטער. טראמפ געטוויט אזוי? ארויס מיט א פאוסטער. ציונים צעשאסן אפאר טונעלן? ארויס מיט א פאוסטער.ֿ

דו מוזסט האבן איין קלארע און אנדערלייאינג מעסעדזש: וואס וויל מען דא, און וואס גייט מען אנקומען.

די גראפיקערס האבן געטון א גוטע ארבעט, געניצט די ריכטיגע קאמיבנעישאן פון קאלירן פאר די טאוועלעך, די הענגערס האבן געמאכט א פאנטאסטישע זשאב מיט'ן ארומנעמען יעדע צעטל מיט א ראל פלעסטיק ס'זאל זיין שווער אראפצוקומען, אבער דער "מעסעדזש" וואס איז געקומען, האט נישט געהאט הענט און פיס, און די זעלבע ביים מעמד אליין, האט יעדער געזאגט וואס ער האט געהאט צו זאגן, אן עפעס צוקומען.

דאס איז געווען אן ערנסטע קיללער, און עפעס וואס האט נישט געטארט געשען.

8. דער עולם איז נישט אינגאנצן משוגע

די ארוינים זענען דא געגאנגען מיט א שיטה אז דער עולם איז פולשטענדיג משוגע און קיין שום לאקש איז נישט צו הארט פאר זיי אראפצושלינגען. זיי זענען געגאנגען אווער די לימיט און אולטימעיטלי האט עס בעקפייערט.

איך בין בעצם א חסיד פון גוטע געדאנקען צו הייפן דעם ציבור, אבער אזא מעסעדזש וועגן "סוועטערס" למשל האט קיינמאל נישט געמעגט ארויסגיין, ווייל ס'איז אווער די לימיט. אז ס'איז הייס אינדרויסן, גייט אדורך א שבת וואס מ'בראט פאר היץ, קום נישט ארויס מוצאי שבת אז קינדער זאלן קומען מיט סוועטערס. אויב יא סוועטערס, דארף יעדער גיין, וואס עפעס נאר קינדער?

די זעלבע איז מיט די אלע נישטא קיין טיקעטס קאפ פארדרייענישן. די נומבערס האבן נישט געשטימט מיט וואס עס שטייט אויף גוגל און אויף די נעסאו'ס אייגענע וועבזייטל. מעגסט אביסל ספינען, אבער האלט עס צו א לימיט. טו מאטש איז דא געווען אוט אוו קאנטעקסט און דער ציבור האט דאס געשפירט אז מ'איז מזלזל אין זייער קאמאן סענס.

9. פאקוס נישט אויף קיין קינדער אין א סטעדיום

קינדער אין א סטעדיום איז רעסעפי נומער איינס פאר א דורכפאל. קינדער האבן נישט קיין נערוון און זיי זיצן נישט איין. אין בארקלי איז די אפישעל מעסעדזש געווען אז קינדער טארן נישט קומען, און ווער ס'האט יא געברענגט האט פארשטאנען אז ער קומט "מיט אים" און אז ער דארף אים האלטן נעבן זיך, ווייל בעצם איז זיין יונגל אן אומגעוואונטשענער גאסט דא.

דא וויבאלד דער אפישעל מעסעדזש איז געווען אז אלע קינדער קומען, זענען זיי טאקע געקומען מיט די פולסטע לעבהאפטיגקייט און פארשטאנען אז זיי זענען דא פונקט אזעלכע אנגענומענע געסט ווי אהבת קדומים. זיי האבן איבערגעקערט דעם זאל, געלאפן און געקומען, זיך געווינקען און געלאכט, און מ'האט זיי נישט געקענט קאנטעינען.

זיי האבן דערנעווירט די טאטעס און געמאכט אומבאקוועם פאר'ן עולם. ביים פיעק, ווען דער רבי האט גערעדט, זענען שוין די קינדער געווען ממש צעלאזט, געלאפן אינעם גאנצן זאל, אן קיין אויפזיכט, אפאר עסקנים האבן זיי פארטריבן פון אינמיטן דעם צענטער זענען זיי געלאפן צו די אנדערע זייט, און נאכדעם צוריק, מאכנדיג עס אויסקוקן ווי א הויף ביי לאנטש. עס האט מורא'דיג געשטערט די ערנסטקייט פון די מעמד, און מענטשן האבן זיך אינמיטן אויפגעהויבן און אוועק פשוט פאר די צעפארנקייט.

10. עס איז תשע"ח — נישט תשנ"ח

אין די אמאליגע צייטן וואלט מען געווארט ביז דאנערשטאג, קיינער וואלט נישט געוואוסט געהעריג וואס איז געווען, און דער בלאט וואלט ארויסגעקומען מיט א רעזשוואלקע און הונדערטער ארטיקלען מיט נייעס פון הונדערט טויזנט מענטשן, און ס'וואלט אויפגעטון דאבל: די אייגענע וואלטן געווארן עקסייטעד, און די זאליס וואלטן געווארן געקלאפט.

תשע"ח, איז אין די זעלבע סעקענדס געווען קליפס און בילדער, מ'האט געזען און געהערט ווי דער רבי שטייט און רעדט און די זאל פארט אויף רעדער מיט גאנצעטע סעקשאנס פוסט און לער, און קיינער זיצט נישט געדולדיג. יעדער האט באלד געזען אז דאס איז נישט קיין מוציא מיט האניג, און יארן יארן אוועק פון א בארקלעי. די זאליס האבן זיך גענומען פרייען און לעבן אויף אלע באקן, ראדני און מוירטל האט געבאבלט כיום חתונתם ושמחת לבם, און די ארוינים זענען שוין אהיימגעקומען האלב צעמישט.

יעצט קען שוין דער בלאט די וואך און די בליק ארויסגעבן דיקע בענדער מיט פיקטשערס און ארטיקלען, אבער ס'אינטרעסירט נישט קיינעם מער. נישט ביי די זאליס און נישט ביי די ארוינים. די מעסעדזש איז אוט. די זאך איז שוין אפגעשריבן, און רעזשיסטערד ביי יעדן אין קאפ: בארקלעי א סוקסעס, נעסאו א דורכפאל, וזהוא.

אויף יעצט איז שוין נישטא קיין וועג צוריק. אויפ'ן עתיד, האף איך אז מ'וועט ארויסנעמען די לעקציעס
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

סאטמאר רבי האט געזוכט אין געצילט צו איין זאך און דאס האט מען געהאט נעכטן נאכט

ס'איז באמת נישט קיין סאך נתחדש געווארן נעכטן

ס'איז אלעס אזוי ווי די לעצטע 20 יאר דער עולם וואס איז געבליבען ביים ברך משה זצ"ל נאכן רבינס פטירה זענען געגאנגען צו אים און דאס איז א גרויסער עולם און דאס איז זיין עולם אלעמאל מראשית השנה ועד אחרית שנה ער איז ווייטער ממשיך דעם דרך הויואל משה אן קיין שקר און קונצן

און מ'האט אים ווייטער פיינט און מ'שרייבט אויף אים די זעלבע וואס מ'האט אלעמאל געשריבען אויף סאטמאר

גארנשיט קיין חידושים אזוי גייט עס שוין 20 יאר און 30 יאר אמאל איז עס געווען פון די רעבעצנס קאך און פון די וואלדמאן פעמילי און היינט איז עס פון ראדני און פון אנדערע פעמיליס אלל די סעים נאטינג טשעינזשט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

צד א. אז [tag]קלוגסטער פון אייראפע[/tag] האט געגנב'ט זיין תגובה פון דא.

צד ב. אז [tag]סיקריק[/tag] האט געגנב'ט זיין תגובה פון דא.

צד ג. (נגד תקנת המקום)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

It's obviously all copy paste from WhatsApp
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:די גאנצע וויכוח דא וועגן פלעצער איז אזוי מין קינדעריש ווי העניך האט עס שוין גיט ארויסגעברענגט אין די אנדערע אשכול.

נאר איין זאך דאס ברענגט ארויס פארוואס מ'האט געמאכט די כינוס, און ס'ברענגט אויך ארויס פארוואס מ'האט לעצטע יאר געמאכט א כינוס.

מ'זעהט ווי ביידע זייטן ריייסן זיך ארום ווער ס'האט געהאט א גרעסערע הצלחה איבער פלעצער ווייל דאס איז געווען ביידעס ציל...

סתם שטותים געשריבן. ס'גארנישט קינדעריש צו רעדן פון די זיץ פלעצער ווען דער גאנצער ציל דא איז געווען צו ווייזן אז מ'קען אויך אנפילן א סטאדיים. און אז ס'געלונגט נישט (אפילו ס'איז א קלענערע זאל, און אפילו מיט קינדער) איז דאס די רעדע!

וועגן פאריאר כינוס, אפשר ביזטו מסביר וויאזוי די ציל פון די זאליס איז געווען צו ווייזן זייערע נומבערס ווען ביז די לעצטע מינוט האט געהייסן אז לעיקוואוד קומט? וואס סתם פארדרייען א קאפ?

איך האב שוין גראדואירט ישיבה קטנה, דערפאר זוך איך נישט נאכמאל דורכצוקייען זיץ פלעצער.

אזויפיל וועל איך צולייגן אז פאראיאר האט מען שווער געארבעט אז די ארונים זאלן זיך משתתף זיין, אבער זייער פירער האט געזאגט אז מ'מוז מאכן נאך א מיטינג צו זעהן אויב מ'קען זיצן מיט די ליטאים ביי איין טיש, אדער אויב ס'איז בכלל דא א גזירה וכו' וכו' און זיין נעקסט אוועילעבל צייט איז אויף מאנטאג נאכן בעפארשטייענדער כינוס...
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

יעקב מענטש האט געשריבן:
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:די גאנצע וויכוח דא וועגן פלעצער איז אזוי מין קינדעריש ווי העניך האט עס שוין גיט ארויסגעברענגט אין די אנדערע אשכול.

נאר איין זאך דאס ברענגט ארויס פארוואס מ'האט געמאכט די כינוס, און ס'ברענגט אויך ארויס פארוואס מ'האט לעצטע יאר געמאכט א כינוס.

מ'זעהט ווי ביידע זייטן ריייסן זיך ארום ווער ס'האט געהאט א גרעסערע הצלחה איבער פלעצער ווייל דאס איז געווען ביידעס ציל...

סתם שטותים געשריבן. ס'גארנישט קינדעריש צו רעדן פון די זיץ פלעצער ווען דער גאנצער ציל דא איז געווען צו ווייזן אז מ'קען אויך אנפילן א סטאדיים. און אז ס'געלונגט נישט (אפילו ס'איז א קלענערע זאל, און אפילו מיט קינדער) איז דאס די רעדע!

וועגן פאריאר כינוס, אפשר ביזטו מסביר וויאזוי די ציל פון די זאליס איז געווען צו ווייזן זייערע נומבערס ווען ביז די לעצטע מינוט האט געהייסן אז לעיקוואוד קומט? וואס סתם פארדרייען א קאפ?

איך האב שוין גראדואירט ישיבה קטנה, דערפאר זוך איך נישט נאכמאל דורכצוקייען זיץ פלעצער.

אזויפיל וועל איך צולייגן אז פאראיאר האט מען שווער געארבעט אז די ארונים זאלן זיך משתתף זיין, אבער זייער פירער האט געזאגט אז מ'מוז מאכן נאך א מיטינג צו זעהן אויב מ'קען זיצן מיט די ליטאים ביי איין טיש, אדער אויב ס'איז בכלל דא א גזירה וכו' וכו' און זיין נעקסט אוועילעבל צייט איז אויף מאנטאג נאכן בעפארשטייענדער כינוס...

ומי פתי יאמין אז אזוי האט ער גענטפערט
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

פיינע קאווע האט געשריבן:

די אינפארמאציע האב איך גענומען פון אייוועלט בשעתו האבן איינע פון די הייסע ארונים מיט קאנעקשאנס צום רבינס שטוב (כ'מיין אז ס'איז געווען וויכטיג מאכער) אגאנצן צייטדארט ארויפגעלייגט אפדעיטס.

אויב איר געדענקט אן אנדערע ווערסיע, זענט איר מכובד עס דא ארויפצולייגן.

און מיין נקודה איז געווען, אז מ'האט שווער געארבעט אז ס'זאל נישט זיין פארטייאיש געשטימט. ר' זלמן לייב האט נישט געדארפט רעדן און ס'וואלט געטראגן א פאראייניגטע כאראקטער. די רגע וואס ער האט געוויזן די רוקן האט מען ארויפגעלייגט ר' זלמן לייב אויף די רעדנער ליסטע (און איז גראדע געווען איינע פון די שטערקסטע דרשות)
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

זאליס בשם וואטסעפפ האט געשריבן:און דא זעענדיג גאנצע מצות שלמים אן קיין נפש רוח ונשמה, האט עס געהאט א טעם פון א קאווע אן צוקער.

נישט צו פארדרייען חס ושלום חס מלהזכיר די 'זייער וויכטיגע' נושא האשכול, אבער אויב ווילסטו מסביר זיין עפעס וואס האט נישט קיין טעם, טרעף עפעס בעסערס ווי קאווע אנע צוקער.. ווי ווייט איך ווייס, איז קאווע מיט צוקער די שטיף קינד!! אדרבא פרובירט דאס אויס, טעמו וראו כי טוב וגו' עסט נישט קיין חרטה האבן!!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די זאלונים רייסן זיך ארום דא אז לעצטע יאר איז געווען סאך א גרעסערע עולם און אין די זעלבע שורה שרייבן זיי אז נאר די כינוס איז געווען צו ווייזן א עולם...
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:די גאנצע וויכוח דא וועגן פלעצער איז אזוי מין קינדעריש ווי העניך האט עס שוין גיט ארויסגעברענגט אין די אנדערע אשכול.

נאר איין זאך דאס ברענגט ארויס פארוואס מ'האט געמאכט די כינוס, און ס'ברענגט אויך ארויס פארוואס מ'האט לעצטע יאר געמאכט א כינוס.

מ'זעהט ווי ביידע זייטן ריייסן זיך ארום ווער ס'האט געהאט א גרעסערע הצלחה איבער פלעצער ווייל דאס איז געווען ביידעס ציל...

סתם שטותים געשריבן. ס'גארנישט קינדעריש צו רעדן פון די זיץ פלעצער ווען דער גאנצער ציל דא איז געווען צו ווייזן אז מ'קען אויך אנפילן א סטאדיים. און אז ס'געלונגט נישט (אפילו ס'איז א קלענערע זאל, און אפילו מיט קינדער) איז דאס די רעדע!

וועגן פאריאר כינוס, אפשר ביזטו מסביר וויאזוי די ציל פון די זאליס איז געווען צו ווייזן זייערע נומבערס ווען ביז די לעצטע מינוט האט געהייסן אז לעיקוואוד קומט? וואס סתם פארדרייען א קאפ?

די לעצטע יאר איז נישט געווען צו ווייזן א עולם? און פארדעם ביסטי ביזי יעצט צו שרייבן אז לעצטע יאר איז געווען א גרעסערע עולם?!
דוד בן ישי עבדך משיחך
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

בן ישי האט געשריבן:די זאלונים רייסן זיך ארום דא אז לעצטע יאר איז געווען סאך א גרעסערע עולם און אין די זעלבע שורה שרייבן זיי אז נאר די כינוס איז געווען צו ווייזן א עולם...

און וואס איז די סתירה?

די ציהל פאראיאר איז געווען גיוס, און למעשה האבן די ארונים צוזאמען מיט די שישקעס פון איינע פון די ליטווישע פראקציעס און א"י זיכער געמאכט אז ס'זאל בלייבן א ראדני אסיפה אין בארקליעס. און ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איז עס געווען א שטארקע סוקסעס על אפם וחמתם.
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

בן ישי האט געשריבן:
קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:די גאנצע וויכוח דא וועגן פלעצער איז אזוי מין קינדעריש ווי העניך האט עס שוין גיט ארויסגעברענגט אין די אנדערע אשכול.

נאר איין זאך דאס ברענגט ארויס פארוואס מ'האט געמאכט די כינוס, און ס'ברענגט אויך ארויס פארוואס מ'האט לעצטע יאר געמאכט א כינוס.

מ'זעהט ווי ביידע זייטן ריייסן זיך ארום ווער ס'האט געהאט א גרעסערע הצלחה איבער פלעצער ווייל דאס איז געווען ביידעס ציל...

סתם שטותים געשריבן. ס'גארנישט קינדעריש צו רעדן פון די זיץ פלעצער ווען דער גאנצער ציל דא איז געווען צו ווייזן אז מ'קען אויך אנפילן א סטאדיים. און אז ס'געלונגט נישט (אפילו ס'איז א קלענערע זאל, און אפילו מיט קינדער) איז דאס די רעדע!

וועגן פאריאר כינוס, אפשר ביזטו מסביר וויאזוי די ציל פון די זאליס איז געווען צו ווייזן זייערע נומבערס ווען ביז די לעצטע מינוט האט געהייסן אז לעיקוואוד קומט? וואס סתם פארדרייען א קאפ?

די לעצטע יאר איז נישט געווען צו ווייזן א עולם? און פארדעם ביסטי ביזי יעצט צו שרייבן אז לעצטע יאר איז געווען א גרעסערע עולם?!

ווייס איך נישט צו די מאכסט זיך אדער ביזט... אלענפאלס הצלחה מרובה
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

NYCB LIVE Due to the lot of Phone calls we got, following is the Number of Scanned tickets @Satmar event on 06/03/2018 16,214@
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

סיקריק האט געשריבן:  

10 לעקציעס געלערנט פונעם נעכטיגן כינוס

איך וויל שעירן מיינע געדאנקען איבער די לעקציעס וואס זענען געלערנט געווארן

1. קען דיינע נומבערס

ווען יעדער ארגאניזירער פון א מסיבה מאכט זיינע פלענער, דארף ער קודם קענען זיינע נומבערס און זיך נישט נארן. א קליינע משפחה מאכט בר מצוה אין שמח תשמח, א גרעסערע גייט אין כתר צבי. בני יואל מאכט זייער כ"א כסלו אין עטרת מאיר צבי, און סאטמאר אין די ארמארי. דער בארא פארקער דינער מאכט עס אין א זאל, און די קרית יואל'ער אין א גרעסער פלאץ. און אזוי ווייטער.

יעצט שטעל דיך פאר, אז פאפא זאל מאכן זייער דינער אין ארמארי, ווייל סאטמאר מאכט עס דארט.. עס קען נישט אזוי ארבעטן. ווען ס'קומט צו א מסיבה איז די ארגסטע זאך זיך צו נארן מיט נומבערס.

די ארוינים דא האבן מיאוס קאלקולעיטעד זייערע נומבערס. ער האט נישט געמאכט דעם דעסיזשאן צו גיין אין א סטעדיום ווייל ער האט געזען אז דאס זענען זיינע נומבערס. נאר ווייל די זאליס האבן דארט געמאכט א' שלח תשע"ז. און לויט דעם האט מען געוואלט צושניידן די נומבערס.

עס ארבעט נישט אזוי! ס'ווייסט יעדער אז די זאליס זענען בעצם א גרעסער פאלק, נאר מער צעשפרייט און קאלט ווי די ארוינים. "שיטה" ברענגט זיי אלע צוזאם, און דאס איז געווען די סיקרעט ביהיינט בארקלי סוקסעס. יעצט, אז דו ביסט נישט אין די סארט פאזישאן, לויף נישט גרעסער ווי דו קענסט.

2. טרייב נישט איבער עקספעקטעישאנס

כלל נומער 2 ביי יעדע מסיבה, איז: טרייב נישט איבער די עקספעקטעישאנס, ווייל טאמער גייט עס שוואכער ווי געראכטן זאלסטו נישט האבן קין דורכפאל. די ארוינים האבן זייער מיאוס פארזען דעם כלל, און מחמת עקסייטמענט אז ענדליך גייען מיר שוין אין א סטעדיום, געפערליך איבערגעטריבן די ערווארטונגען, געשאסן ריזיגע נומבערס, און פארקויפט א טאג נאכ'ן אנהייבן פארקויפן טיקעטס אז אלעס איז שוין פארקויפט.

ווען דער עולם איז אנגעקומען, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'האלט ווייט אונטער די עקספעקטעישאנס, עס איז דא גאנצע ליידיגע סעקשאנס, האט עס תיכף אנגעזויערט דעם מצב ביים פוירסט אימפרעשאן, און דער מעמד האט זיך אנגעהויבן אן די נויטיגע אקסעזשין וואס מ'דארף אריינצונעמען דעם עולם אין דרייוו. ס'האט שוין נישט געהאלפן דאס וואס מ'וואלט זיך אין אנדערע פעלער געקענט טרייסטן אז ס'איז גאנץ פיין, ווייל איין אומאויסגעפולטע זיץ האט שוין געפערליך געשטאכן אין די אויגן, נאכ'ן וויסן קלאר אז ס'איז "סאלד אוט".

פרעגסט מיך פערסאנעל? ער האט בעצם זייער שיין געסקאורט מיט מענטשן, ארויסצוברענגען א ריזיגן עולם אין א גרינעם זונטאג חק בלי טעם, אבער נאך די אלע אנרייצענישן פון "עד אפס מקום", און דא זעענדיג גאנצע מצות שלמים אן קיין נפש רוח ונשמה, האט עס געהאט א טעם פון א קאווע אן צוקער.

3. ווייס דיין סטאטוס אין די וועלט

ס'איז א וואונדער, אבער די ארוינים האבן זייער געפערליך פארזען זייער סטאטוס. ר' מלכיאל קאטלער קען נישט פארקויפן דברי יחזקאל, און א חסידישער משפיע א כאפ פון ר' חיים. ר' אהרן וואלט געמעגט וויסן וואס א סטאטוס ער האט זיך געבויעט אין די לעצטע אכצן יאר, דרייוונדיג מער צו לינקס. ס'איז פערפעקטלי פיין מבחינת פאליטיק, כ'קען נישט זאגן אז ס'האט אים געשאדט ערגעץ. אבער דו קענסט נישט ארויסוואקסן איין טאג כקטן שנולד און ווערן דער פאנטרעגער פון קנאות.

ס'איז דאך עפעס וואס איז שוין אנגענומען אזוי פאר יארן. ר' אהרן איז דער מער לינקער און ר' זלמן לייב איז דער מער רעכטער. איך פערזענליך האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו זיין וויאזוי מ'איז, אבער וואס מ'איז דאס דארף מען זיין, און פארשטיין דעם פלאץ וואו מען שטייט איין.

ביי די רבנים וואס זענען מער רעכט האט ער זיך דעריבער פארפליישיגט. יעצט איז אזוי: ס'דא די עקסטרעמע וואס ביי זיי איז ער פסול אינגאנצן, אבער נאכדעם איז דא אסאך וועלטליכע, וואס צו זיין שמחה און דינערס וואלטן זיי גערן געקומען, פריינטליך און זיך געגעבן די הענט, אבער ווען ער רעדט פון קנאות, שפירן זיי עפעס אז דאס איז נישט זיינ'ס א זאך, און דעריבער האט עס נישט ביי זיי קיין ממשות צו קומען.

ספעשעלי, האט ער געמעגט וויסן, אז זיין עקסטרעמע אטאקעס אויף בארקלי, און זיין אוועקמאכן ברבים התאחדות, האט אים ארויסגענומען פון די האנט נאך אסאך רבנים וואס וואלטן ווען סתם אזוי געקומען, נאר צוליב דעם פאליטישן טאן וואס די גאנצע זאך האט אנגענומען תיכף פון אנהויב, האבן זיי געפילט אז ס'איז מער א פארטייאישע איווענט, נאטינג ראנג, אבער ער אלס דרויסנדיגער באלאנגט נישט דארט.

סאו וואס ער וואלט געדארפט טון אין פוירסט פלעיס, איז נישט רעדן פון פרעמדע רבנים בכלל, נישט שיקן קיין דעלעגאציע, נישט לייגן קיין פרעשור אויף קיינעם. נאר עס מאכן בלויז פאר די אייגענע. אבער היות מ'האט יא געלייגט אויף דעם א גרויסן דגש, די גאנצע גאס האט מיטגעהאלטן די גאנצע צייט אויף וועמען מ'לייגט דרוק, וויפיל מענטשן זענען געקומען לאדענען, ווער און וויאזוי לייגט דרוק, האט עס צוגעלייגט נאך א פאטש צום כינוס, און דער אויבנאן קעגן בארקלי איז געווען א חוזק, און ארויסגעבלאזן פון נאך א לאך די לופט פון די רעדער.

4. סטיק צו א מהלך!

עס איז ברייט באוויסט אז די ארוינים קען מען גרינגער ארומטוישן מיט שיטות, זיי זענען נישט מהרהר אחר רבם. אבער דא איז עס געגאנגען צו שנעל, צו עקסטרעם. די לעצטע צוויי יאר איז יעדן איינציגן טאג געווען אן אנדערע וועג איבער יא גיוס, נישט גיוס. פון זיין דער פאנטרעגער פון די מערכה, ביז'ן ווערן דער גרעסטער גזירה פארלייקענער. די רייד איז געווען צו ווילד טו הענדל.

ס'שוין דא טויזנטער קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן בלויז מיט א "בעל דברי יואל" און דא פלוצלינג אין צוויי וואכן האט ער געוואלט צוריק אראפברענגען דעם אלטן רבי'ן ווי אין ראדני מיט א "רבינו הקדוש והטהור". דער מעסעדזש האט נישט געקענט קליקן, און איז געווען א גרויסע מיסטעיק טו בעגין וויט.

דער זאלי גייענדיג און ארויסגייענדיג ביים כינוס, האט געהאט דעם זעלבן מעסעדזש, דעם זעלבן מהלך ווי ער הערט שוין פון זיין רבי די לעצטע פאר יאר. לאוו איט אר העיט איט איז דאס ר' זלמן לייב'ס מעסעדזש. נאכ'ן הערן אזויפיל האקן קעגן דעם גיוס מיט רעטארישע דרשות איז ער געווארן נאך מער אנגעדרייט, און פאר דעם האבן זיי געקענט נאכדעם מאכן א קרן ויואל משה, צו שיקן געלט און נאך געלט, ווייל יעדער זאלי ווייסט וואס ער האלט, אפילו ער טשעקט נישט אריין יעדע פאר וואכן צו הערן וואס ר' זלמן לייב האט געזאגט. ער קען זיין רבי, ער קען די אוועראלל מהלך, און ער איז גוד טו גאו.

דער ארויני איז ארויס נעכטן מער צעמישט ווי ער איז אנגעקומען. ער האט נישט געוואוסט פונקטליך וואס ער שטייט פאר, וואס דארף ער יעצט זאגן ווייטער, און וואס גייט זיין נעקסטע וואך. דאס איז א גרויסע חסרון פאר א מעמד פון אזא לארדזש סקעיל.

5. סעיוו די אטמאוסט עקסייטמענט פאר די איווענט

אריזשינעלי האבן די ארוינים געמאכט א מעידזשער מאוו מיט'ן ברענגען דעם ראב"ד צו קריעיטן מאמענטום. אבער למעשה האבן זיי אים צופיל עקספאוזט פאר צו לאנג פריער. יעדער האט אים שוין געהאט געזען, געגעבן די הענט, געהערט דרשות, און ממילא ווען ס'איז געקומען צום מעמד גופא איז עס שוין נישט געווען אזוי עקסייטינג.

פאר אן עקזעמפל צו פארשטיין מיין פוינט: ווען רבי לייבוש לייזער איז אריינגעקומען אין בארקלעי, איז די זאל געווארן עלעקטעריזירט. מ'זעט אים זעלטן פאר די אויגן, ער גייט נישט אין ערגעץ, און ווען ער איז פלוצלינג אריינגעקומען איז דער עולם געווארן ממש נאם. יעדער האט זיך איבערגעקוקט מיט זיין שכן פאר עקסייטמענט. און דאס איז א קריטישע פאקטאר פאר די מאמענטום.

ווען דער ראב"ד גייט ווען נאר צו אפאר רבנים, און ער קומט אריין דא צום ערשטן מאל וואס אן עוורידזש אמעריקאנער איד זעט אים, וואלט דאס געווען א שאקינג מאמענט פאר יעדן אינדווידועל און וואלט אים שוין אנגעפילט מיט הנאה אז ער האט געהאט פארוואס צו קומען.

6. די סופרייז פעקטאר
אזא ריזיגע איווענט, וואו דו ברענגסט טויזנטער מענטשן, מוז האבן כאטש איינס צוויי סורפרייזעס. אזא ערשיינונג פון ר' אהרן שעכטער, למשל, ביי בארקלי, איז געווען א שאקינג סורפרייז, מבחינה פוליטית. און נאך אפאר אזעלכע סורפרייזעס, צי אויפ'ן אויבנאן צי ביי די דרשות.

ביי די זאליס איז אפילו דאס וואס ר' זלמן לייב האט זיך געגעבן א צעוויין אינמיטן זיין דרשה, וואס סתם אזוי הערט מען דאס נישט אזוי, איז שוין געווען פאר זיי א סופרייז, און די גאנצע זאל איז יענע מינוט געווארן א היעט וואס מ'קען נישט אראפגעבן.

דא אין נעסאו איז נישט געווען קיין איין סורפרייז וואט סאו עווער, אויב עפעס איז אלעס געווען פארקערט, און ממילא איז דער מענטש אהיים אן גארנישט.

7. דו מוזסט האבן א מעסעדזש
חזר'ן די שיטה איז א גוטע זאך, אבער דאס מוז געטון ווערן אקארדינגלי, אין א זאל, אין א ביהמ"ד. אז דו ווילסט גיין אין א סטעדיום, מוזסטו האבן א נארמאלן פארשטענדליכן מעסעדזש וואס דו ווילסט.

דו קענסט נישט שטיין און וואטשן די נייעס און לויט דעם ארויסגעבן וואס דיין מעסעדזש איז. ביבי האט געמאכט א שהחיינו ביים נייעם קאנסול? ארויס מיט א פאוסטער. איראן דיעל אפגעהאקט? ארויס מיט א פאוסטער. טראמפ געטוויט אזוי? ארויס מיט א פאוסטער. ציונים צעשאסן אפאר טונעלן? ארויס מיט א פאוסטער.ֿ

דו מוזסט האבן איין קלארע און אנדערלייאינג מעסעדזש: וואס וויל מען דא, און וואס גייט מען אנקומען.

די גראפיקערס האבן געטון א גוטע ארבעט, געניצט די ריכטיגע קאמיבנעישאן פון קאלירן פאר די טאוועלעך, די הענגערס האבן געמאכט א פאנטאסטישע זשאב מיט'ן ארומנעמען יעדע צעטל מיט א ראל פלעסטיק ס'זאל זיין שווער אראפצוקומען, אבער דער "מעסעדזש" וואס איז געקומען, האט נישט געהאט הענט און פיס, און די זעלבע ביים מעמד אליין, האט יעדער געזאגט וואס ער האט געהאט צו זאגן, אן עפעס צוקומען.

דאס איז געווען אן ערנסטע קיללער, און עפעס וואס האט נישט געטארט געשען.

8. דער עולם איז נישט אינגאנצן משוגע

די ארוינים זענען דא געגאנגען מיט א שיטה אז דער עולם איז פולשטענדיג משוגע און קיין שום לאקש איז נישט צו הארט פאר זיי אראפצושלינגען. זיי זענען געגאנגען אווער די לימיט און אולטימעיטלי האט עס בעקפייערט.

איך בין בעצם א חסיד פון גוטע געדאנקען צו הייפן דעם ציבור, אבער אזא מעסעדזש וועגן "סוועטערס" למשל האט קיינמאל נישט געמעגט ארויסגיין, ווייל ס'איז אווער די לימיט. אז ס'איז הייס אינדרויסן, גייט אדורך א שבת וואס מ'בראט פאר היץ, קום נישט ארויס מוצאי שבת אז קינדער זאלן קומען מיט סוועטערס. אויב יא סוועטערס, דארף יעדער גיין, וואס עפעס נאר קינדער?

די זעלבע איז מיט די אלע נישטא קיין טיקעטס קאפ פארדרייענישן. די נומבערס האבן נישט געשטימט מיט וואס עס שטייט אויף גוגל און אויף די נעסאו'ס אייגענע וועבזייטל. מעגסט אביסל ספינען, אבער האלט עס צו א לימיט. טו מאטש איז דא געווען אוט אוו קאנטעקסט און דער ציבור האט דאס געשפירט אז מ'איז מזלזל אין זייער קאמאן סענס.

9. פאקוס נישט אויף קיין קינדער אין א סטעדיום

קינדער אין א סטעדיום איז רעסעפי נומער איינס פאר א דורכפאל. קינדער האבן נישט קיין נערוון און זיי זיצן נישט איין. אין בארקלי איז די אפישעל מעסעדזש געווען אז קינדער טארן נישט קומען, און ווער ס'האט יא געברענגט האט פארשטאנען אז ער קומט "מיט אים" און אז ער דארף אים האלטן נעבן זיך, ווייל בעצם איז זיין יונגל אן אומגעוואונטשענער גאסט דא.

דא וויבאלד דער אפישעל מעסעדזש איז געווען אז אלע קינדער קומען, זענען זיי טאקע געקומען מיט די פולסטע לעבהאפטיגקייט און פארשטאנען אז זיי זענען דא פונקט אזעלכע אנגענומענע געסט ווי אהבת קדומים. זיי האבן איבערגעקערט דעם זאל, געלאפן און געקומען, זיך געווינקען און געלאכט, און מ'האט זיי נישט געקענט קאנטעינען.

זיי האבן דערנעווירט די טאטעס און געמאכט אומבאקוועם פאר'ן עולם. ביים פיעק, ווען דער רבי האט גערעדט, זענען שוין די קינדער געווען ממש צעלאזט, געלאפן אינעם גאנצן זאל, אן קיין אויפזיכט, אפאר עסקנים האבן זיי פארטריבן פון אינמיטן דעם צענטער זענען זיי געלאפן צו די אנדערע זייט, און נאכדעם צוריק, מאכנדיג עס אויסקוקן ווי א הויף ביי לאנטש. עס האט מורא'דיג געשטערט די ערנסטקייט פון די מעמד, און מענטשן האבן זיך אינמיטן אויפגעהויבן און אוועק פשוט פאר די צעפארנקייט.

10. עס איז תשע"ח — נישט תשנ"ח

אין די אמאליגע צייטן וואלט מען געווארט ביז דאנערשטאג, קיינער וואלט נישט געוואוסט געהעריג וואס איז געווען, און דער בלאט וואלט ארויסגעקומען מיט א רעזשוואלקע און הונדערטער ארטיקלען מיט נייעס פון הונדערט טויזנט מענטשן, און ס'וואלט אויפגעטון דאבל: די אייגענע וואלטן געווארן עקסייטעד, און די זאליס וואלטן געווארן געקלאפט.

תשע"ח, איז אין די זעלבע סעקענדס געווען קליפס און בילדער, מ'האט געזען און געהערט ווי דער רבי שטייט און רעדט און די זאל פארט אויף רעדער מיט גאנצעטע סעקשאנס פוסט און לער, און קיינער זיצט נישט געדולדיג. יעדער האט באלד געזען אז דאס איז נישט קיין מוציא מיט האניג, און יארן יארן אוועק פון א בארקלעי. די זאליס האבן זיך גענומען פרייען און לעבן אויף אלע באקן, ראדני און מוירטל האט געבאבלט כיום חתונתם ושמחת לבם, און די ארוינים זענען שוין אהיימגעקומען האלב צעמישט.

יעצט קען שוין דער בלאט די וואך און די בליק ארויסגעבן דיקע בענדער מיט פיקטשערס און ארטיקלען, אבער ס'אינטרעסירט נישט קיינעם מער. נישט ביי די זאליס און נישט ביי די ארוינים. די מעסעדזש איז אוט. די זאך איז שוין אפגעשריבן, און רעזשיסטערד ביי יעדן אין קאפ: בארקלעי א סוקסעס, נעסאו א דורכפאל, וזהוא.

אויף יעצט איז שוין נישטא קיין וועג צוריק. אויפ'ן עתיד, האף איך אז מ'וועט ארויסנעמען די לעקציעס

CP די קענסט נישט פארדייען די מציאות
קודם האסטו מיך מסביר געווען אז די סטאדיום איז עכט געבוקט פאר א געים
נאכדעם האסטו מיר מסביר געוועון אז ס'נאר דא 6000 זיצן
נאכדעם האסטו מיר מסביר געווען אז מ'גייט נישט ניצן א האלבע זאל אין מ'וועט צומאכןע סעקשאןס ווי בארקלעי
נאך נעכטן האסטו מיר געשיקט א האלבע פיקטשער אין מסביר געווען אז מ'ניצט נישט די אויבערשטע שטאקען

ביז ויהי ממחרת, דעמעזש איז דאן, ביזט ביטער אנטוישט
יעצט ווילסטו מיר מסביר זיין אז ס'געווען ליידיג.... כ'בין אבער דארט געווען
כ'פארשטיי דיין ווייטוג
פעיס ריאליטי... א שאד אויף דיין ארבעט
ענדערש גיי ווייטער ווארף ווייטער פאשקעווילן,
ווי האט דיין שטריק געזאגט פאר ר' שמעי' מ'שטעכט מיר א מעסער אין רוקן.... אוי האט ער גיט געזאגט
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ברוך המקדש שמו ברבים....
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

נעכטן תיכף נאכן כינוס האבען מהרז''ל'ס אנגעהויבן ארומשיקן זייער ארטיקלען אין מעסעזשעס ווי ליידיג ס'געווען מיט אלע אנגעגרייטע הסברים, אין אזוויפיל פין זיי האבען עכט געגלייבט אין די שמחה איז געווען ביזן הימעל, אבער אפאר שעה שפעטער איז ארויסגעקומען די קלארע קליפס אין בילדער, ס'רחמנות צו זעהן זייער שאק.. די מאד איז צירוק ווי פארן כינוס
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

Ur serious? פון די קליפס זעט מען דאך וואס דארט איז פארגעגאנגען..
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

signout האט געשריבן:אבער אפאר שעה שפעטער איז ארויסגעקומען די קלארע קליפס אין בילדער

אוודאי, עס נעמט אפאר שעה ביז מען מאכט דאס אין פאטאשאפ....
וירח ה' את ריח הניחוח
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

signout האט געשריבן:ברוך המקדש שמו ברבים....

דו בענטשט געוויס דעם פאטאגאפירער....
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

פיקטשער ווייס קוקן ביידע אויס די זעלבע צוויי ריזיגע סטעידיוםס מיט שווארצע פינטעלעך.............

איי איי איי וואס עס איז געווארן פון סאטמאר פינטעלעך.............

און אפילו די פיקטשערס - די וואסער צום אטעמען פאר די זאליס - איז אויך די זעלבע, די נפק"מ איז, אין בארקלעיס איז עס געווען ליידיג און פארמאכט, און אין סאטמאר איז עס געווען אפען און עטוואס באנוצט, אבער אלל די סעים
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: כינוס כללי לייוו אפדעיטס

שליחה דורך אונטער חכם »

איין גרויסע חילוק איז דא אז ביי די זאליס פאראיאר זענען די ערווארטונגען געווען סאך קלענער,קיינער האט נישט געגלייבט אז מען גייט טאקע אנפילן דעם זאל ממילא וואס איז געווען איז געווען הכל ריווח.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: כינוס כללי לייוו אפדעיטס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז א בחינה פון כאפען פאר די צייט. דאס זיך פרייען שוין פון די ערווארטונגען, איידער עס איז צושטאנד געקומען, הייסט געגעסען קוגעל פאר שבת.

עס דערמאנט מיר פון עפעס, איינער ווייסט וואס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

signout האט געשריבן:נעכטן תיכף נאכן כינוס האבען מהרז''ל'ס אנגעהויבן ארומשיקן זייער ארטיקלען אין מעסעזשעס ווי ליידיג ס'געווען מיט אלע אנגעגרייטע הסברים, אין אזוויפיל פין זיי האבען עכט געגלייבט אין די שמחה איז געווען ביזן הימעל, אבער אפאר שעה שפעטער איז ארויסגעקומען די קלארע קליפס אין בילדער, ס'רחמנות צו זעהן זייער שאק.. די מאד איז צירוק ווי פארן כינוס

אר יוא סיריעס????? דעי פיקטשערס און קליפס פונעם מעמד זענען פעסטע בושות....... טאמער איינער קען דא ארויפלייגן אויב נאכנישט געווען...... קומסטו דיך טרייסטען מיט אפאר שווארצע פיקטשערס וואס מזעט גארנישט?????
סאיז נישט קיין דשאוק מער ביי די ארונים. איך האב געוויזן זונטאג נאכט די פיקטשערס און קליפס פונעם מעמד ווי פיסט סאיז ווען דער הגהק דרשנט. זאגט ער מיר מיט א תמימות ווארט נאר ביז די "ארגינעלע " בחצרות פיקטשערס קומען ארויס....... נעבעך ווילאנג די קליפס זענען דא קענסטו קיינעם2נישט פאפן מיט ווייטע שווארצע פיקטשערס
פארשפארט