גאנצל האט געשריבן:משא"כ גאבד ר' אהרן דעמאלט פארשטייט זיך איז אנדערש...........
אזוי חוזר חלילה...........
איך פארשטיי אליין אז די נפק"מ צווישן די צוויי פעלער איז כרחוק........ און דער שפיץ ווייל ר' אהרן איז דאך באקאנט אז ער איז בלא בלא אלעס וואס @עמעזאן מיט @איש את מיט אלע גאר גרויסע קעפ אין ראדני טראכטן אבער ס'פעילט ניט אויס חזרה
והא ראיה ביי די ביקורים פון מהרז''ל אין ארה''ק איז ער יא געגאנגען באזוכן דעם ראב''ד אפילו אן דעם תורה פון באתריה דמר וויבאלד ער איז נישט שטאטס רב, טראץ וואס די קברים זענען שוין געווען אויפגעגראבן.
זאלי דיזינעס מעקינג בתפארתו די עדה -אינקלאדעט דע ראבד-האט געבעטן צו פארופן דעם כנוס און עפעס פלוצים האט שוין ר' משה גהאט אזא כח אפצוהאלטן די עדה פון שרייבן א בריוו אויף זייער אייגענע כנוס וואס זיי אליין האבן געבעטן צו פאררופן איי מין מאך משוגע א צווייטן
אינטערסאנט וויפיל נאך זאכן האט שוין ר' משה געשטערט עפי בקשת מהרא........... מאי שייר דהאי שייר........ א מין ליצנות
און דאס אז מ'מוז זיך שוין באגיין מיט שקר זיך צו בארעכטיגן איז א גוטע סימן אין עוד להאריך בדבר זה
מ'האט מיר יעצט פארציילט אז אין במ.ג. יענער וואך, האט הרב שטרנבוך גערעדט וועגען די געפערליכע גזירה פון גיוס וואס טוט זיך אין ארץ ישראל, אז היינט איז נישט דא קיין געזעץ צו פטר'ן ישיבה בחורים און יונגעלייט פון די מיליטער, און טאמער א נייע געזעץ גייט נישט אריבער ביז אלול, זענען אלע בחורים בגדר משתמטים. ער האט געזאגט אז מיר דארפען דאווענען אז די רעגירונג פאלט נישט און מ'זאל זיך קענען אויסדרייען פון די געזעץ ביז מ'מאכט א נייעם.
אופססססס
(איך האב נאר געהערט פה שלישי, איך ווייס נישט צו ס'איז אמת צו נישט)
בן ישי האט געשריבן:מהר"א האט אויך געזאגט אז ס'קימט א גזירה
יא, אבער ער האט נישט געזאגט אז מיר דארפען דאווענען אז די חברי כנסת זאלען אונז ראטעווען, דורך זיך פארהאנדלען. זעט זיך אויס אז הרב משה שטרנובך, וואס וואוינט דארט, האלט אנדערש ווי די כאר אין חו"ל וואס זאגט נאכאנאנד אז מ'האט גארנישט אויפגעטוהן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רבבות מיט קינדער נכלל זענען דארט געווען ? נו ! אחד היה אברהם איינער אליין מיטן אמת , בך חותמין מיט דעם בחינה גייט מען קעגען משיח פין ר ברוך מעזבוז & כי אתם המעט מכל העמים איז א קאמפלימענט !
רבנים פילפארביג זענען דארט געווען ? בעקבתא דמשיחא איז אין דורש ,,,,, פני הדור כפני ,,,, בעקבתא דמשיחא איז יעצט
התנגדות לציונות איז א מאדערס דעי ? אדער יעדע רב ביי יעדע מסיבה דארפ מען ארלעדיגען זאלען עס באהאנדלען !!!!
"עביאזד דע סייערין " א כינוס איז רעזרווירד פאר פירצות אדער יעצט יעדע רב יעדע סיבה א פרישע כינוס ? אין פארלוירן איהר עקזטאז השפעה ?
א חזרה אויף משנתו פינעם רבין ??? ווען דער רבי אלס ריש כל בה"ג, אין מנהיג הדור ,אין מרא דאתרא ,אין מורם מעם , א גברא דמארי-ה סייעא בעיניני הוראה , אין גדול בחכמה ,מוסכם מפי כל וואס איז נאר קיין לץ נישט , זאגט איך וויל נישט קיין עירוב אין ווילימסבורג , אן ארויסגעבען אלע טעמים כדאי נישט זיין מקום לפלפל , {בעלזא רב האט געזאגט ,דאס אזאנס איז אינזער תורה שבע"פ , } איז משנתו פין רבין ,צי לעבלען א פירצה אין דעם ,אלס אן אנדערע שיטה ??? מחאה אלס מחלוקת ???
4 כללים - א ליטמאס טעסט
1] ווער טיט די נאנסטע צי קאמפליט ,מוסדות שטיצען, נישט מחזק נעמען געלט פין ציונים,קברים ראטעווען,גיוס באקעמפען,שמירת שבת, נטפל צי רצון השם אן אגענדע פין ,,,,,
2]מערסטע לייגען עגא אין א זייט אין מיט מהלך פין , תשועה ברוב יועץ ,הלומד מכל אדם,מכל מלמדי השכלתי,מעולם לא עברתי על דברי חבירי,
3]ווער טיט די נאנסטע צאו לך בעקבי הצאן = נישט בעסער אדער אנדערש פין מיינע הייליגע רבי"ס אין עלטערן ,מצות,מחיצות,הדלקות,חומש סעודות,,,,,,,,,,נטפל צי רצון השם אן אגענדע פין ,,,,,,,
4]מי ומי ההולכים ? וועלעכע סארטן אין געוויסע פערסענטעזש זיכען זיך אנציקלעבן צי " : ע"כ
ר מיכאל בער פין נייטרא ע"ה פלעגט זאגען איך גיי מיטן אמת אין דער ערדד !!!!!!!!!! איידער מיטן שקר אין הימלען
זיי זענען מחוזק האבן הצלחה האבן רובי עם האבן ראשים העדה ר"ת מהרה די סארט מהירות וואס ביי קר"ש ח"ו
אז גיי דרך אמת ,נו מילא סאיז ארצה אז בין אתם נו מילא סאיז המעט סך סך בעסער וואו די אנדערע וועג ארים השליך אמת ארצה יענער נישט ארצה " עכ"פ איך נישט מיטן שקר דיינו !!!! כי אתם המעט מכל העמים אתם אותיות אמת יענער האט רוב עם" עכ"פ איך האב.בין שטערקער אתם דיינו : המעט !!! מיט שטאלץ אין פראכט ר מיכאל בער פין נייטרא ע"ה פלעגט זאגען איך גיי מיטן אמת אין דער ערדד !!!!!!!!!! איידער מיטן שקר אין הימלען
בן ישי האט געשריבן:מהר"א האט אויך געזאגט אז ס'קימט א גזירה
יא, אבער ער האט נישט געזאגט אז מיר דארפען דאווענען אז די חברי כנסת זאלען אונז ראטעווען, דורך זיך פארהאנדלען. זעט זיך אויס אז הרב משה שטרנובך, וואס וואוינט דארט, האלט אנדערש ווי די כאר אין חו"ל וואס זאגט נאכאנאנד אז מ'האט גארנישט אויפגעטוהן.
כ'הער טאקע אז רבי משה האט אין זיין ישיבה געמאכט קביעות'דיגע מניני תהלים אינזין צו האבן די חברי הכנסת זאלן האבן הצלחה במעשי ידיהם... ווי עס קוקט אויס וועט עס אויך סאטמאר מהר"א אדאפטירן...