צניעות מהפכה אין באבוב
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
צניעות מהפכה אין באבוב
אין דעם 'מאמענט' די וואך, איז אריין אזא נייעסל פון די "נעשה און נשמע שיסל" (א מין אויסדרוק דאס.. גראדע קריעיטיוו) אז מלכות באבוב איז געגאנגען א גרויסע טריט ווייטער אין הלכות ראדיקאליזם, מיט'ן איינפירן נייע צניעות תקנות, פרומער ווי די עלטערן.
איך ווייס נישט גענוי די גאנצע שקלא וטריא אונטער דעם געדאנק, איך ווייס נאר וואס איך האב געלייענט אינעם מאמענט, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות. אין קורצן באשרייבט ער ווי דער רבי האט געהאלטן א שארפע דרשה אז מהיום והלאה טאר מען מער נישט גיין מיט קיין לענגערע שייטלעך, נאר מיט גאר קורצע וואס דערגרייכט העכער די אקסלען, ווי אויך מוז עס זיין איידל געקעמט, נישט צולאזט ח"ו.
וואס האט מיר געכאפט איז געווען די ציטאט וואס דער רבי האט קלאר און דייטליך מסביר געווען פאר'ן ציבור, אז כאטש אונזערע עלטערן זענען נישט נזהר געווען דערין און בכלל נישט מקפיד געווען דערויף, איז אבער אין היינטיגן דור – דער "אכשר דרא" דור – דארף מען מוסיף זיין על הראשונים מיט מער גדרים וסייגים, און זיין פרומער ווי די עלטערן.
דערנאך האט זיך דער דיין אויפגעשטעלט און אויסגערופן אז מען זאל זיין געווארנט אז די מוסדות גייען שטרענג אינפארסירן די נייע צניעות תקנה. מען זאל נישט מיינען אז די מוסדות זענען "פרי פאר אלל" – ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, די צייטן האבן זיך געענדיגט! מען זאל וויסן אז דער רבי לייגט אריין שווערע כוחות און מיליאנען דאלארן אין די מוסדות, אלזא ווער עס וויל דא האבן די קינדער מוז זיך צושטעלן צום רבי'ן שליט"א'ס פארלאנגען, ומכלל הן אתה שומע לאו...
איך בין באמת שפראכלאז נאכן ענדיגן דעם שיסל. עס איז נישט קיין סוד אז די לעצטערע יארן האט זיך באבוב – די אמאליגע שיינע, שלומ'דיגע, אקצעפטירנדע, בא'טעמ'טע חסידות – ראדיקאליזירט ביז נישט צום דערקענען, אין פארשידענע הינזיכטן, ביי זקנים עם נערים. אבער די דאזיגע נייעס איז גאר א נייע שטאפל אין עקסטרעמיזם. דו האסט א קהלה פון טויזענטער חסידים קע"ה, נישט יעדער איז דאך אויפ'ן זעלבן מדריגה, און יעדער האט זיך זיינע מסורת אבות און תורת אמהם. ווי נעמט מען די דרייסטקייט צו מאכן אזא גזירה אויף אזויפיל אידן, מיט אזא פרעכקייט מיט סטראשערייען און טעראר אויף א פשוט'ע חומרא אין צניעות וואס אונזערע/זייערע עלטערן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט? איז דאס נישט א בחי' פון תפשת מרובה לא תפשת?
איך בין נייגעריג וואס זאגן די באבוב'ע חסידים זעלבסט? זענען זיי מיט'ן רבי'ן בדעה אחת?

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג: דו דארפסט פארשטיין אז באבוב האט געהייסן ביי די ראדיקאלע חסידות'ן (ואין צריך לפרט את שמותם) א מאדערנע חסידות. נאר ווען הרה"צ ר' שלמה זצ"ל האט אנגעהויבן פיהרן זיין קהילה אין קראונהייטס, תיכף נאך די מלחמה, האט ער געמוזט גיין בדרכי נועם. צו צו ציהען אן עולם. און ער האט טאקע צוגעצויגן א גרויסן עולם. סיי פון די אלטע באבוב'ער חסידים און תלמידים וועלכע זענען א ביסל אפגעפאהרן ביי די וועלט מלחמה. און סיי פון די לאקאלע אידישע באפעלקערונג, וועלכע זענען געווארן שומרי תורה ומצוות א דאנק ר' שלמה'ס איידעלע הנהגה.אבער היינט איז שוין דער פערטער דור. און די לעצטע יארן פון די הנהגה פון ר' שלמה זצ"ל, און נאכדעים הרה"צ ר' נפתלי, זענען געווען אומסטאבילע יארן. אבער היינט ווען דער מצב האט זיך געסעטלט (נאך די דין תורה מיט ר' מרדכי דוד שליט"א) ווילל דער רב שליט"א צוריקברענגען דעם גלאנץ פונ'ם אמאליגן באבוב. סיי אין די ישיבה און סיי אין די קהילה. זיין סלאגן איז טאקע..."להחזיר עטרה ליושנה"...! און דערפאר הייסט ער פערזענליך פאר געוויסע בחורים אז זיי זאללן אנטון שווארצע זאקן אום שב"ק ויו"ט.
נאר די מעשה מיט די קורצע שייטלעך זעהט אויס איז א לעצטע תקנה. מפני מעשה שהיה. דער רב זאגט אז מ'האט געזעהן אויסערגעוויינליכע ישועות שלא כדרך הטבע ביי א קינד וואס די דאקטוירים האבן זיך שוין מייאש געווען, רח"ל. און דאס קינד איז פלוצלינג אויפגעשטאנען. צום וואונדער פון אלע דאקטוירים און ארומיגע מענטשן. זאגט דער רב אז דאס איז געווען אין זכות פון איין כלה וואס האטציך אונטערגענימען צו טראגן נאר א קורץ שייטל. לזכות הרפואה פון דעם קינד...דעריבער וויל ער פארשפרייטן די תקנה אין די גאנצע קהילה...! נאר דער אופן פון סטראשען, און מיט געוואלד. דער חלק טויג נישט. א יעדע זאך אין אידישקייט דארף צו גיין בדרכי נועם...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויב ברענגט עס ישועות שלא כדרך הטבע איז ער דאך גערעכט צו סטראשען אויך. פיקוח נפש!!
אבער לפי ידיעתי איז באבוב געוועהן דער וואס האט אראפגעצויגען דער שייטעל ביז דער אקסעל, נישט קערצער געמאכט. און סאטמאר איז אויך דאס געווארן דער נארם.קען זיין אז מאנכע באבאווער פרויען גייען לענגער ווי די אקסעל, אבער דאס איז נישט דער נארמע דארט.
ממילא ווען ער מאכט א שטרענגע תקנה נישט לענגער ווי די אקסעל איז עס נישט קערצער אדער לענגער ווי באבובער פרויען זענען געוואוינט. איז טאמער קיין מיר איינער מסביר זיין די צניעות מהפכה וואס מען רעדט דא תבא עליו ברכת הקאווע.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: צניעות מהפכה אין באבוב
דאס נעבעך ווייזט ווי ווייט די רבנים זענען פונעם אלגעמיינער מענטש, ליידער
לעב אין לאז לעבן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
יואליש האט געשריבן:ביי געוויסע רביס ברענט א תאווה צו הייסן אין די גאס א רבי פון א "פרומע" און "חסידישע" ציבור. דאס איז א קאמפאטישאן צווישן די רעביסטעווע עליטע אויסגעשמועסט איבער טרויבן און בעכער וויין.
קלערסט אז דאס איז די דריוו דא?
איך גלייב שווער אז באבוב זוכט 'אנערקענונג' צווישן אנדערע חסידות.
וואס יא? איי דאונט קנאו
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: צניעות מהפכה אין באבוב
ווייל פון אנהייב האט דער רבי פון באבוב 48 געשטעלט א ליניע אז ער האט גארנישט מיט פרעמדע רביס. ער באזוכט נישט און רעדט נישט מיט זיי, אלס אליינס.
לדעתי איז זיין תאווה פשוט השתלטות. איך וועל הייסען שפרינג, און זיי וועלען שפרינגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
אזוי ווי ליטוואק זאגט,
סאיז א וועג וויאזוי צו קאנטרילירען זיינע מענטשען.
מיט דעם וואס מנעמט אוועק פונעם עולם די בחירה און די אפשעינס וויאזוי זיך אנצוטוהן,ווערט דער מענטש מער אינטערדרוקט, ער טראגט זיך ארום מיט א באבובע סייז שייטעל, דאס איז אזא סטיגמא זאלסט געדענקען ווער איז בעל בית פון דיר.
אוכט ליגט דא א הרגשה של השחתה, וואס איך פלעג שפירען ווען איך פלעג מיר דרייען און די פרומע לאגער.
די הרגשה אז איך האב נישט זאלסטו אוכט נישט האבען, ווי נישט ווי איז ער דיך א חסידישע רעבי, ער האט טאקע געלט,פאייער , אבער א ווייב מיט א לאנגע געדרייטע שייטעל קען ער נישט האבען.
נוא ער וויל דיך נישט אז דיר ארימער יונגערמאן וואס ארבעט שווער פאר פרנסה,זאל ח״ו כאטש אינדזשויען דעם ווייבס שייטעל, ווייל ער האט נישט זאל יענער אוכט נישט האבען.

- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
די סיבה פאר השתלטות איז insecurity , ספעציעל וויאזוי באבוב פלעגט זיין ביז יעצט אז מ'איז נישט געוועהן אין א box אזוי ווי אנדערע חסידות און עס האט נישט געפאדערט קיין סאך צו זיין א חסיד שפירט זיך ווי די חסידות איז unpredictable און מ'איז נישט רואיג מיט זיך ,
אז מהייבט אן איינצוימען די מענטשען מ''נעמט אוועק אלטע חזקות און אלטע staff, די בחורים פארמירט מען אזוי ווי מ'האט אויסגעזעהן אינדערהיים הייבט מען אן צו שפירן און קאנטראל,
עס מיינט נישט אז ספעלט נישט אויס קיין תקנות און אז לאנגע שייטלעך איז א לכתחילה
אבער פון די גרויסע בילד און די וועג וויאזוי מען אינפארסירט עס זעהט זיך אן ווי דאס זענען די מאטיוון,
אבער עס האט אויך א גיטע חלק צו זיך אז ביי די מוסדות און בכלל ביי די חסידות קלאפט אלעס ווי א זייגער.