Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב מרמז געווען דערצו ערגעץ, אבער דא וויל איך אויסשמועסען די מעשה, פאר'ן געשמאק פון די ציבור.

אין די לעצטע שטיק צייט האט געבוזשעוועט א פראבלעם ביי די לומדים און פוסקים. א גרויסע קאמפאני פון הלוואות ברבית, ביים נאמאען Quicken Loans, איז אפגעקויפט געווארען דורך א איד וואס איז ליידער נאך נישט קיין שומר תורה ומצוות. די הלכה (שו"ע יו"ד סי' קנ"ט) איז דאך געפסקנ'ט געווארען אז פון א מומר מעג מען נישט בארגען קיין געלט ברבית. די פרטים פון א קאמפאני זענען יעצט נישט נוגע, אבער למעשה איז די פאל די ערגסטע מעגליך, ווייל דער איד איז דער בעלים פון דער רוב פון דער ביזנעס און ער פיהרט עס אן למעשה.

מ'האט מיט איהם פראבירט צו רעדען און מסביר זיין וואס איז דאס א היתר עיסקא, אבער געהאלפען האט עס א קאדאכעס, ער האט פון גארנישט נישט געוואלט הערען. ער פיהרט א באנק ווי אלע באנקען און אזוי בלייבט עס אלס א הלוואה נישט קיין עיסקא. די קאמפאני פלעגט אפקויפען הלוואות פון אנדערע קאמפאניס און מענטשען האבען בכלל נישט קאנטראל דערויף. קומט אויס אז א ריזיגע צאל מענטשען זענען עובר אן איסור רבית א גאנצע צייט.

עס האט שוין ערשיינט א בריוו פון פיהל רבנים דערויף, הייסענדיג מענטשען נישט צו בארגען געלט פון Quicken Loans און מענטשען וואס האבען שוין געהאט הלוואות האבען זיך געמוטשעט צו טרעפען א היתר. א לענגערע באשרייבונג קען מען זע'ען דא.

לעצטענס האט מען מצליח געווען איהם איבערצורעדען צו מאכען א שטר היתר עיסקא. וויאזוי? איינער פון די רבנים וואס איז געווען אינוואלווד האט געדרשנ'ט אין זיין ביהמ"ד פאריגע שבת (פרשת נשא) וועגען די געשיכטע און ער האט מסביר געווען וואס טוט זיך.

דער בעלעבאס פון דער חברה איז אויך א בעלעבאס פון א ספארט"ס גרופע וואס רופט זיך דער Cleveland Cavaliers. זיי הייסען גאר א שוואכע גרופע, שוין יארען. (אין דער עולם הישיבות דרייט זיך א מעשה אז בחורים אין ישיבת טעלז האבען אמאל זיך ארויסגעשמוגלט און געגאנגען צו א געים. ווען דער ראש ישיבה הרב אליה מאיר בלאך האט געהערט דערפון, האט ער געשאלטען דער גרופע. גיי ווייס) דאס יאר האבען זיי געהאט א באזונדער שוואכער יאר. איינער א גרויסע עושר אין דעטרויט, א פרומע איד וואס ווערט יעצט גע'ערט ביי די אגודת ישראל דיננער, האט איינגערעדט דער בעלעבאס אז די סבה אז עס איז אזוי שוואך איז ווייל ער פאלגט נישט די רבנים און מאכט נישט קיין היתר עיסקא. יענער מענטש האט עס גענומען צום הארצען, און ער האט פלוצלונג געוואלט שנעל חתמנ'ן א היתר. ערב שבת האט ער געיאגט די רבנים, וואס האבען געוואלט די מיטשטימונג פון די גדולי הפוסקים, ה"ה הרב דוד פיינשטיין, הרב שלמה אליהו מילר שליט"א ועוד. אבער ער האט זיי געיאגט און געשטופט ביז זיי האבען געחתמ'ט פרייטיג נאכמיטאג. ער האט זיך געיאגט צו א געים יענער פרייטאג צו נאכט.

און וואונדער אויף וואונדער. סיי פרייטאג צו נאכט און סיי זונטאג נאכט, האבען זיי געהאט א זיג שלא כדרכם. ומה גם יעצט, וואס זיי שטייען אזוי נידריג, צו זע'ען אזא צוריק דריי איז א חידוש נורא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ווי איך פארשטיי איז די שאלה נישט געווען אזוי שטארק ווי מאנכע האבן געמיינט.
איינער וואס האט ארויס גענימען א לאון דירעקט ביי זיי איז טאקע געווען א ערענסטע פראבלעם אבער די וואס האבן עס געמאכט ערגעץ אנדערש און פלוצלונג טרעפן זיי אז זיי באצאלן די ביל פאר quicken loans איז לאוו דוקא אז ס'דא א פראבלעם.
ס'איז דא צוויי זאכן וואס די קאמפעניס פארקויפן נאכן מאכן א לאון איינס איז די לאון אליינס און איינס איז די קאלעקשען פון די ביל, דאס הייסט אז אפילו ווען די לאון איז פארקויפט פאר א צווייטן ארבעט עס אז די ערשטע דארף נאך אלץ זיין דער וואס מאנט איין די פעימענטס און זיי קענען דאס פארקויפן פאר א צווייטע קאמפאני.
זייער אסאך האבן פארקויפט די איינמאנען פאר quicken loans וואס דאס איז לכאורה נישט קיין פראבלעם וויבאלד די לאון אליינס איז נישט זייער נאר ס'פארקויפט פאר איינעם אנדערש.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך פארשטיי נישט פונקט די מציאות דיינער. צומאל פארקויפט מען נישט די חוב, נאר די זכות גוביינא? וואס איז די נ"מ לגבי זיי? בכל אופן גייט ארויף די רבית פון טאג צו טאג, און די קונה באקומט גארנישט דערפון.

עפעס פעלט דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

יא אזויווי איך האב געזאגט מ'פארקויפט באזונדער די חוב און באזונדער די איינמאנען. זיי באקומען א פראצענט פון די געלט וואס זיי מאנען איין אבער זיי זענען נישט די בעלי בתים פון די הלוואה
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קיין הלכות רבית קען איך נישט אבער איין זאך איז זיכער אז די קעוועליערס זענען פון די בעסטע טיעמס שוין פאר אפאר יאר. די בעסטע בעסקיטבאל שפילער (מעגליך אין היסטאריע) שפילט אויף יענע טיעם. איינער דארף אויפקומען מיט א בעסערע מעשה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

Loan servicing is the process by which a company (mortgage bank, servicing firm, etc.) collects interest, principal, and escrow payments from a borrower. The vast majority of mortgages are backed by the government or government-sponsored entities (GSEs) through purchase by Fannie Mae, Freddie Mac, or Ginnie Mae (which purchases loans insured by the Federal Housing Administration (FHA) or guaranteed by the Department of Veterans Affairs (VA)). Because GSEs and private loan investors typically do not service the mortgage loans that they purchase, the bank who sells the mortgage will generally retain the right to service the mortgage pursuant to a master servicing agreement.

In exchange for performing these activities, the servicer generally receives contractually specified servicing fees and other ancillary sources of income such as float and late charges. Mortgage servicing became "far more profitable during the housing boom", and some servicers targeted borrowers "less likely to make timely payments" in order to collect more late fees.

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Loan_servicing
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט פערזענליך, אבער איך האב גוטע חברים וואס זענען ביזי מיט דעם, און זיי זאגען אז ער איז די איינציגסטע גוטע שפילער זייערע, אלס צוליעב א ברכה פון זיין רבי׳ן זז"ג, וואס איז ארויס פון תפיסה און קען אויפנעמען די סאטמארער רביס בכבוד מיט זיין קאסקעט. דאס איבעריגע חלק פון די טיעם איז גארנישט ווערט.

היי יאר, האבען זיי געהאט גאר א שוואכע צייט, און נאך יענער שבת האבען זיי ווידער מיאוס פארלוירען, אבער אויף דערווייל איז עס א גוטע מעשה געווען.

בן ישי, וואס איז די נ"מ פון די אפמאך וואס דו ברענגסט? מיט וואס איז עס נאכאלס דער מוכר׳ס חוב אז די איינמאנען באלאנגט צו א צווייטען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

רוב בענק נאכן שליסן א לאון דארפן זיי האבן קעש פארקויפן זיי די לאון צו א צווייטער און רוב מאל איז עס איינער פון די גרויסע Fannie Mae, Freddie Mac, Ginnie Mae אבער דער באנק בלייבט מיט די חלק פון איינמאנען די חוב וואס דארטן מאכט מען געלט פון קנסות און אזוי ווייטער, אסאך מאל וויל די באנק נישט זיין פארנימען מיט איינמאנען די געלט און דעמאלטץ וועט ער דאס פארקויפן פאר איינעם אנדערש ווי למשל quicken loans און דער מענטש וועט באקומען א בריוו אז פון היינט און ווייטער דארף ער באצאלן די ביל פאר quicken loans אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען יעצט די בעלי בתים פון דער לאון, נאר זיי זענען די פארמיטלער צווישן די בעלי בתים (רוב מאל איינער פון די דריי אויבערדערמאנטע) און די לוה און זיי באקומען נאר באצאלט פארן סערוויס און אזוי אויך די קנסים
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ס'איז די מוכר'ס חוב ווייל זיי באקומען די געלט וואס די לוה באצאלט פאר די לאון נאר זיי זענען נישט די וואס קאלעקטן עס, ס'איז דא א פארמיטלער וואס ווערט באצאלט עס צו קאלעקטן
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הוגה האט געשריבן:קיין הלכות רבית קען איך נישט אבער איין זאך איז זיכער אז די קעוועליערס זענען פון די בעסטע טיעמס שוין פאר אפאר יאר. די בעסטע בעסקיטבאל שפילער (מעגליך אין היסטאריע) שפילט אויף יענע טיעם. איינער דארף אויפקומען מיט א בעסערע מעשה.


דא האט איהר די געשיכטע פון חודש מאי מיט די קאוואליערס. מ'זעט אז זיי זענען געווען אייניג מיט די סעלטס, ביז יענער שבת ווען זיי האבען צוריק געטאנצט.

איך הער אבער אז יעצט זענען זיי ווידער אין צרות. אבי נישט ערגער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך ווייס נישט קיין סאך דעטאלן, אבער אזא טיעם איז נישט קיין חידוש אז זיי געוואונען א טשאמפיאנשיפ, כמו שהיה בשנים האחרונות. וואס קען יא זיין איז אז דער מלאך הממונה על מופתים האט שוין געוואוסט דרייסיג יאר צוריק אז ס'גייט זיין א ריבית שערורייה און אן אגודת ישראל דינער און ער האט שוין דעמאלטס מזמן געווען אז לעבראן דזשעימס זאל געבוירן ווערן אין קליוולאנד און די רעסט איז היסטאריע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

בן ישי האט געשריבן:ס'איז די מוכר'ס חוב ווייל זיי באקומען די געלט וואס די לוה באצאלט פאר די לאון נאר זיי זענען נישט די וואס קאלעקטן עס, ס'איז דא א פארמיטלער וואס ווערט באצאלט עס צו קאלעקטן

בעסיקלי א קאנטרעקטאר אויף צו סערוויסן.

איך קען נישט הלכות ריבית.

אבער איך מיין אז אויב quicken loan רעכנט דיר ריבית (א פראצענט גייט פאר זיי) באזירט אויף א אפמאך מיט א אנדערע באנק, איז אויך ריבית, ניין? למעשה צאלסטו א חלק פון די ריבית פאר זיי.

חוץ אויב quicken loans קענען נישט האבן קיין טענה צו דיר, זיי זענען בסך הכל א סעקרעטערי וואס מאכט די פאון קאל פארן בעל הבית.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז במפורש אין גמרא און שו"ע אז בארגען פון א גוי ע"מ לשלם רבית צו א איד איז מותר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז במפורש אין גמרא און שו"ע אז בארגען פון א גוי ע"מ לשלם רבית צו א איד איז מותר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דעמאלטס וואס איז די שאלה פון די לאונס וואס קוויקען לאונס האט יא 'אפגעקויפט' פון א גויאישע באנק וואס האט געמאכט די לאון?
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

יעקב מענטש האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז במפורש אין גמרא און שו"ע אז בארגען פון א גוי ע"מ לשלם רבית צו א איד איז מותר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דעמאלטס וואס איז די שאלה פון די לאונס וואס קוויקען לאונס האט יא 'אפגעקויפט' פון א גויאישע באנק וואס האט געמאכט די לאון?

ווייל דעמאלטץ איז די הלוואה פון די יוד
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: Quicken Loans און די Cleveland Cavaliers און הלכות רבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז די שווערער סימן אין הלכות רבית, סימן קס"ח - קס"ט.

אין סעי׳ ג׳ איז מבואר אז ווען מ׳באקומט די געלט פון א גוי, אפי׳ ע"מ צו צאלען פאר א איד, איז עס מותר. דער איד איז קיינמאל נישט חייב צום צווייטען איד, נאר צום גוי.

דער רמ"א אין סעיף י׳ רעדט ווען א גויישע מלוה פארקויפט א חוב פאר א איד. דעמאלס איז דער איד חייב צו אן אנדערע איד געלט. דער ט"ז האט אן אריכות דארט, ועיי"ש בנקוה"כ אז דער רמ"א רעדט אין א פאל ווי מ׳האט עס פארקויפט בדיניהם ולא בדיננו. דארט האט דער צווייטע איד געקויפט דער רעכט, און דער ערשטע איד קען איהם נישט זאגען לאו בעל דברים דידי את.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

AGUDAH RABBANIM: QUICKEN LOANS INSTITUTES HETER ISKA, RESOLVING HALACHIC CONCERN
http://agudathisrael.org/agudah-rabbani ... /?cat=news
דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט