האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!
- חסיד
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
איך האטב אויסגעהערט דעם גאנצן דרשה און לפענ"ד האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געזאגט א זייער שיינע גלעצענדע דרשה, גוט ארויסגעברענגט זיינע פונקטן, און מיט א קלארקייט ברירות ובהירות אדרוכגעגאנגן די נקודות וואס זענען וויכטיג און הייליג און שיטת הגה"ק מסאטמאר זצוק"ל געלאסן און שיין.
צוויי קלייניקייטן וואס איך פארשטיי נישט בנוגע דעם בארד חלק,
1. הלמאי אז דער רבי איז געוועהן דער יחיד מיטן בארד, וואס איז מיט דער טשעבינער רב, חזון איש, סטייפלער, אמרי אמת וכו' וואס דער רבש"ע האט אזוי צוגעפירט אז זיי דענען ניטאמאל געוועהן און איירופה ביים קריג? אתמהה!
2. דער קשיא וואס דריקט דעם עולם פארשטיי איך, אבער מיט וואס פארענטפערט דער בארד די פאקט אז הרה"ק מסאטמאר איז דער יחיד בדורו, וויאזוי איז דאס א ראי'?
(מיך ארט נישט אז חסידים האלטן און זאלן האלטן בשיטת רבם און אפילו אז שיטתו והלכה כמותו אבער פארוואס דארף מען די בארד אלץ ראי'? עס ווייזט גארנישט און ברענגט נאר ארויס שוואכקייט פון די שיטה אויב ס'שטייט נאר אויף דעם. יעדע חסיד קען ארויסברענגן איין נקודה וואס זיין רבי איז געוועהן דער יחיד און פארדעם הלכה כמותו בכל מקום)

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
ליפא טענה'ט דאס שוין לאנג "איד איד ווי דיין בארד!?"
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב דאס דערמאנט שוין דא, ווי עס באלאנגט.
איך האב געוואלט פרעגען פאר דער רבי'ן. דער רבי ז"ל האט למעשה נישט געגאלט זיין בארד, נישט ווי דער בעלזער רב וואס האט זיך יא געגאלט (עכ"פ געלאזט ח"ש פריעדמאן איהם גאלען). אבער למעשה האט ער צוגעדעקט זיין בארד מיט א שאל. דער חזו"א האט דאס אויך נישט געטוהן. אלזא, דארף מען נאכגייען זיין מהלך און נישט דער סאטמארער'ס.
זעט זיך אויס אז די גאנצע נידון איז נאר וועלכע פעטער פון דער רעבארען נאכצוגייען. און טאמער דער קלויזענבורגער האט מען יא געגאלט און דער סאטמארער נישט, איז א ראיה אז ויואל משה אמת ותורתו אמת, ודברי יציב בדאי.
אינטרעסאנט אז אין ויואל משה איז דאס נישט איינער פון די ראיות מכריחות צו זיין שיטה. איך זעי דארט נישט קיין סאך בעסערס.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
לויט ווי איך האב פארשטאנען האט רבינו שליט''א געזאגט ווי פאלגענד:
ס'איז פארהאן א פסוק אין שמואל: ויען אחד מהנערים ויאמר הנה ראיתי בן לישי בית הלחמי יודע נגן וגבור חיל ואיש מלחמה ונבון דבר ואיש תואר וה' עמו זאגט אויף דעם די גמרא אין סנהדרן (דף צ''ג) אמר רב יהודה אמר רב כל הפסוק הזה לא אמרו דואג אלא בלשון הרע יודע נגן שיודע לישאל, גבור שיודע להשיב, איש מלחמה שיודע לישא וליתן במלחמתה של תורה, וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום : דאס באדייט אז ווי באלד ס'איז וה' עימו איז די הלכה שטענדיג ווי דוד המלך.
האט רבינו שליט''א עקלערט אז דאס אז רבינו הקוה''ט זי''ע איז ניצול געווארן פון די נעגל פון די נאציס מיט זיין הייליגע בארד, די דיוקנא קדישא (וואס קיין שום איינציגער גדול אן קין אויסנאם האט נישט באוויזן, דער הייליגער בעלזער רב מהר''א זי''ע האט דאס אויסטערליש מפליא געווען ) דאס צייגט באשיינפערליך אז ס'איז געווען והשם עמו. די שכינה הק' וואס האט גערוהט אויף רבינו הק' האט אפגעהיטן איר הייליג קינד רבינו הק' אז ער זאל פארבלייבן מיטן הייליגן בארד אונטער די שווערסטע אומשטענדן ( ועיין בזה''ק פרשת נשא באדרא רבא, שהדיוקנא קדישא מורה על השראת השכינה ) האט רבינו שליט''א אויסגעפירט דערפאר איז הלכה כמותו בכל מקום. אפגעזען וואס אנדערע גדולי ישראל זאגן אנדערש. כבוד קדשם במקומם מונח.
2) די צדיקים פון אלע פריערדיגע גענעראציעס ( און אפילו א טייל גדולי ישראל וועלעכע האבן נאך די קריג געהאלטן אז א מדינה איז פילייכט יא עטוואס א גוטע זאך) זענען פארן קריג געווען פולשטענדיג אויסגעשפראכן קעגן ציוניזים און מיט אלעם וואס ציונות שטעלט מיט זיך פאר. (אפגערעדט פון זיך זעלבסט נעמען א מדינה פאר משיח צדקינו, אן רשות פונעם הייליגען באשעפער) און אז מ'שטעלט צוזאם רבינו הקוה''ט זי''ע מיט די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דורות ( א שטייגער ווי דער הייליגער מהרש''ב, דער בעלזער רב זי''ע, דער קדישת ציון, רבי ברוך בער, דער בריסקער רב, דער מונטקאשטער רב, און פולע נאך) איז דער שטעלונג פון רבינו הק' גאר א דעת רבים, און דער מיינונג פון די היינטיגע גדולים וועלכע פאלגן נאך די ציוניסטישע אידאלאגיע ווערט בטל צו די מיינונג פון רבינו הקוה''ט זי''ע און פון די פריערדיגע צדיקים זי''ע (וועלכע זענען נישט מטורף געווארן פון די שרעקליכע צרות פונעם שואה מפני חטאינו)
אצינד ויבוא הלצים, והמשכילים, והבלזאים, והציונים, וק''ש כותבים, והזאליבאנאים, ויצלוצצו בשמחה:
(דאס איז ווארשיינליך דער אורזאך, פארוואס די מטרה פונעם כינוס איז געווען בלויז פאר תלמידי סאטמאר, אנדערש ווי ביים אנדערן כינוס וואו ס'האט געהערשט א געמישעכס ווי אין בבל וד''ל)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ט'האט איינער געברענגט א ראיה פון די אלע דערמאנטע גדולים וויאזוי מ'דארף זיך פיהרען נאך דעם וואס די מדינה איז געגרינדעט געווארען און זיי האבען די מאכט?
ווייל דאס איז די גאנצע נושא צווישען רוב גדולי ישראל און דער יחיד פון ווסמב"ג, און אין זיין גאנצע ספר האט ער זיך כמעט נישט באצויגען דערצו. ווי אויך אין די דרשה זונטאג נאכט.
אבער בעיקר ווייסט מען אז די בארד איז די גאנצע ראיה, ווייל דער בעלזער רב, וואס האט קיין שום איסור נישט געטוהן מיט'ן זיך שערען די בארד בדרך היתר, האט נישט מצליח געווען צו פארלעצען די דברי תלמידי אריז"ל א גאנץ לעבען אזוי ווי אנדערע.
ווייל דאס איז די גאנצע נושא צווישען רוב גדולי ישראל און דער יחיד פון ווסמב"ג, און אין זיין גאנצע ספר האט ער זיך כמעט נישט באצויגען דערצו. ווי אויך אין די דרשה זונטאג נאכט.
אבער בעיקר ווייסט מען אז די בארד איז די גאנצע ראיה, ווייל דער בעלזער רב, וואס האט קיין שום איסור נישט געטוהן מיט'ן זיך שערען די בארד בדרך היתר, האט נישט מצליח געווען צו פארלעצען די דברי תלמידי אריז"ל א גאנץ לעבען אזוי ווי אנדערע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
איך פארשטיי נישט פארוואס מדארף צוקומען צו פש'טלעך פון וה' עימו
ווען ס'איז דא א פשט אין תורה פון: ואחרי רבים להטות?
און פשוט אז ס'מיינט פון די רבים באותו תקופה,
און נישט פון פאריגע תקופות
וייל אויב מ'נעמט ציים אלע גדולים פון אלע דורות
רובם האבן זיך נישט מתנגד געווען צום ציונות (פשוט וויל ס'איז נאכנישט פארהאן)

- סקרן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1082
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
- געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
בד"וו וויפיהל יאהר האט זיך סאטמאר רב געדארפט באהאלטן די בארד? ווייניגער פון א יאהר
בעלזער רב איז געווען אין קריג באלד פינעף יאהר ביז ער איז אנטלאפן
באבובער רב איז געווען זעקס יאהר אין קריג ער האט זיך אויך געשוירען די בארד
איז וואס איז די ראי'? די אונגערישער זענען סאך גרעסערע מיוחסים ווייל פון זיי זענען נאר געהרג'ט געווארן 800000 און נישט 5 מיליון?
ס'ווענט זיך אין די מציאות
בעלזער רב איז געווען אין קריג באלד פינעף יאהר ביז ער איז אנטלאפן
באבובער רב איז געווען זעקס יאהר אין קריג ער האט זיך אויך געשוירען די בארד
איז וואס איז די ראי'? די אונגערישער זענען סאך גרעסערע מיוחסים ווייל פון זיי זענען נאר געהרג'ט געווארן 800000 און נישט 5 מיליון?
ס'ווענט זיך אין די מציאות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער פותח האשכול האט געפרעגט א פראגע. כ'האב בלויז פראבירט צו ענטפערן.
אני הקטן מיט די נאנט צו 16 טויזענט מענטשען (אדער 3 טויזענט לויט געוויסע נוטראלע אבעקטיווע אפפשאצער און מאטימעטיקער ) וואס האבן אנטייל גענומען אינעם הייליגן כינוס האבן דאס זייער גוט פארשטאנען.
דאס אז א ליטוויש אידל פונעם אויבערלענדישען בודאפעסט האט גוטע קישות אויפן לב אהרן, איז לדעתי אצינד נישט רעלעוואנט, עכ''פ נישט אין דעם דאזיגן אשכול. זאל דער הויכגעשעצטער ליטוויש אידל מוחל זיין און זיך עפענען א באזונדערע אשכול וואו ער זאל מיט זיין כוח התורה צומאלן אין צו קוועטשן דעת קדשם פון אלע פריערדיגע צדיקים זי''ע. און גענצליך צונישט מאכן די הייליגער ווערטער פון רבינו הלב אהרן שליט''א.
ס'לאזט זיך עטוואס גלויבן אז דאס וועט נישט פאראורזאכן פארן לב אהרן קיין שלאפלאזע נעכט.

אין איבער די סיגיא פון בערד:
קיין שום איד וועלכע האט אריינגעפאנשט אין א נאצישער ארבייטס לאגער אדער טויט לאגער, איז נישט ארויסגעקומען פון דארט מיט קיין צלם אלוקים (באר''ד בלע''ז) בלויז איינער, דאס איז געווען דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע. פינטל!
מיר פיצי מוחות פארשטייען נישט צופול וועגן בערד... אבער דער הייליגער בעלזער רב דער מהר''א האט פילייכט יא פארשטאנען, און ער האט אויסטערליש מפליא געווען אז דער סאטמאר רב זי''ע איז געבליבן מיטן בארד. (אזאך וואס ער זעלבסט האט ליידער צוליב אונזער פילע זינד נישט זוכה געווען דערצו. נסתרות דרכי השם) דאס צייגט אויף עפעס העכערס...
אזוי האט געהאלטן דער בעלזער רב (מהר''א) זי''ע, דער ברך משה זי''ע (מיר האבן כמה פעמים זוכה געווען צו הערן פון אים) און אזוי האט אויך געזאגט דער לב אהרן שליט''א.
(הגם זיי האבן חולקים, א שטייגער ווי עפעס א ליטוויש אידן פון פעסט, מיט עפעס א געוויסער חוקר. פארט בין איך ביי די מיינונג, אז דעת קודש פון הרה''ק מבעלזא זי''ע, איז עטוואס מער מאסגעבנד, ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך במחילת כבוד התורה פונעם ליטוויש אידן פון פעסט)
קיין שום איד וועלכע האט אריינגעפאנשט אין א נאצישער ארבייטס לאגער אדער טויט לאגער, איז נישט ארויסגעקומען פון דארט מיט קיין צלם אלוקים (באר''ד בלע''ז) בלויז איינער, דאס איז געווען דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע. פינטל!
מיר פיצי מוחות פארשטייען נישט צופול וועגן בערד... אבער דער הייליגער בעלזער רב דער מהר''א האט פילייכט יא פארשטאנען, און ער האט אויסטערליש מפליא געווען אז דער סאטמאר רב זי''ע איז געבליבן מיטן בארד. (אזאך וואס ער זעלבסט האט ליידער צוליב אונזער פילע זינד נישט זוכה געווען דערצו. נסתרות דרכי השם) דאס צייגט אויף עפעס העכערס...
אזוי האט געהאלטן דער בעלזער רב (מהר''א) זי''ע, דער ברך משה זי''ע (מיר האבן כמה פעמים זוכה געווען צו הערן פון אים) און אזוי האט אויך געזאגט דער לב אהרן שליט''א.
(הגם זיי האבן חולקים, א שטייגער ווי עפעס א ליטוויש אידן פון פעסט, מיט עפעס א געוויסער חוקר. פארט בין איך ביי די מיינונג, אז דעת קודש פון הרה''ק מבעלזא זי''ע, איז עטוואס מער מאסגעבנד, ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך במחילת כבוד התורה פונעם ליטוויש אידן פון פעסט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
סמבטיון האט געשריבן:ליטוואק ביטע נישט אריינרעדן ווי דו באלאנגסט נישט. תודה
ביטע נישט אריינרעדען ווי דו באלאנגסט נישט. גיי צו בעלזער אשכולות און זאג יעדעם ווי געשמאק די בית הכסאס זענען אין מאנטרעאל, און באופן כללי אין אלע בעלזער סטאנציעס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
ס'איז אביסל קאמיש די די מעשה מיט די בארד (הגם נאכדעם וואס קאך לעפל האט עס געלייגט אין קאנטעסט, קוקט עס נישט אויס אזוי פלאטשיג ווי במושכל ראשון).
אבער צו דארף מען דען א ראיה פון די בארד אז רבינו הקוה"ט (דער טיטל איז נאר גילטיג ביז לאחר מאה ועשרים פונעם לב אהרן, דערנאך וועט זיך רבינו ברויכן טיילן דעם טיטול מיט זיין אור נעפיו) איז גערעכט?
און אויב יא, איז עס היבש אן איטערסאנטע ראיה (מילד גערעדט)
אבער צו דארף מען דען א ראיה פון די בארד אז רבינו הקוה"ט (דער טיטל איז נאר גילטיג ביז לאחר מאה ועשרים פונעם לב אהרן, דערנאך וועט זיך רבינו ברויכן טיילן דעם טיטול מיט זיין אור נעפיו) איז גערעכט?
און אויב יא, איז עס היבש אן איטערסאנטע ראיה (מילד גערעדט)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
קיינער האט נישט אראפ געברענגט א ספק ח"ו אין דעם רביהקוה"ט
די שאלה איז נאר צו זיין בארד איז א הוכחה אז מען דארף גיין לויט זיין שיטה
ותנורו של עכנאי יוכיח.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מצפה לישועה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט וואס איז די גרויסע גדולה צו האבן געבליבן מיטן בארד?
פילייכט האט מען דעם גאנצן נאצישע גענגערשאפט צו בערד אין לאגער איבערגעטריבן כדי צו קענען מאכן א פאס מיטן בארד. אין די אלגעמיינע היסטאריע פון די האלאוקאוסט ווערטס כמעט נישט דערמאנט. עכ"פ נישט מער ווי די אנדערע אבסעסיעס בשייכות מיט היידזשין וואס די נאציס האבן געהאט.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מצפה לישועה האט געשריבן:קיינער האט נישט אראפ געברענגט א ספק ח"ו אין דעם רביהקוה"ט
די שאלה איז נאר צו זיין בארד איז א הוכחה אז מען דארף זיין לויט זיין שיטה
ותנורו של עכנאי יוכיח.
כ'ווייס נישט!
דער לב אהרן האט גערעדט בלויז צו סאטמארער תלמידים, מיר ווייסן אצינד ווי אזוי אנצונעמען הלכה למעשה.
די קענסט פילייכט אנפרעגן דיין רב, רבי, ע''ז, מורה הוראה אד''ג. ווי אזוי אנצונעמען להלכה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט וואס איז די גרויסע גדולה צו האבן געבליבן מיטן בארד?
פילייכט האט מען דעם גאנצן נאצישע גענגערשאפט צו בערד אין לאגער איבערגעטריבן כדי צו קענען מאכן א פאס מיטן בארד. אין די אלגעמיינע היסטאריע פון די האלאוקאוסט ווערטס כמעט נישט דערמאנט. עכ"פ נישט מער ווי די אנדערע אבסעסיעס בשייכות מיט היידזשין וואס די נאציס האבן געהאט.
ביזט נישט דער איינציגסטע ס'איז פארהאן שווערע מיליאנען אידן איבער די גאנצע וועלט וואס האלטן פונקט ווי די, און זיי פארשטייען נישט דער אונטערשייד צווישן יא בארד און נישט בארד.
אבער ביי אונז אמישע און ביי די סעקטע וואס מ'רופט חסידים ( קוק אין וויקיפידע וואס דאס מיינט) איז א בארד, וכ''ש א פאטריאכישע בארד א גרויסער ענין...
לאז געמאכט דאס איז בלויז אפפאל פון די מיטל אלטער עפאכע. ס'איז נישט פאר דיר צו פארשטיין...
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
קארל, זאג פארוואס האסטו נישט אפגעשניטן דעם בארד ביי דעם ראבינער פון קראלע?
ער זאגט אז ס'העלפט אים האלטן דעם עולם אין קאנטראל. זיי זאלן זיך נישט צובונטעווען.
ער זאגט אז ס'העלפט אים האלטן דעם עולם אין קאנטראל. זיי זאלן זיך נישט צובונטעווען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז אביסל קאמיש די די מעשה מיט די בארד (הגם נאכדעם וואס קאך לעפל האט עס געלייגט אין קאנטעסט, קוקט עס נישט אויס אזוי פלאטשיג ווי במושכל ראשון).
אבער צו דארף מען דען א ראיה פון די בארד אז רבינו הקוה"ט (דער טיטל איז נאר גילטיג ביז לאחר מאה ועשרים פונעם לב אהרן, דערנאך וועט זיך רבינו ברויכן טיילן דעם טיטול מיט זיין אור נעפיו) איז גערעכט?
און אויב יא, איז עס היבש אן איטערסאנטע ראיה (מילד גערעדט)
לויט ווי אזוי איך פארשטיי האט נישט דער לב אהרן געמיינט צו זאגן אז ווען די רבי קומט ווען נישט צוריק מיט קיין בארד איז דער ויואל משה מופרך.... דאס איז געווען איינע פון צווישן פיל מאמרים רעיונות און באהויפטונגען וואס ער האט משמיע געווען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
סמבטיון האט געשריבן:דאכצעמער רוב חסידישע רבעס זענען געבליבן מיט א בארד, אדרבה אויב איינער איז באקאנט מיט די פאקטן זאל ער זיך אנריפן, און דער וואס האט עס געדארפט אראפ נעמען האט עס מסתמא נישט געטוהן ווייל עס האט זיי געקראצט.
סמבטיון: רעדנדיג פון פאקטן. דער פאקט איז אז רוב חסיד'ישע רבנים און אדמורי"ם זענען ליידער געווען געצווינגען זיך אראפצונעמען די בארד. איין משל וואס איז זייער שטארק בולט. איז געווען דער סטראפקוב'ער רב זצ"ל. איך האב געזעהן ..."ביפאר" און "עפפטער"...פיקטשערס פון איהם. ס'כאפט איינעם אן א שרעק צו קוקן אויף דעם בילד. אזוי זענען געווען צענדליגער טויזנטער רבנים און חסידי'ישע אידן וועלכע זענען געווען געצווינגען אראפצונעמען זייער בארד...!
אפשר האט עס טאקע געהאט צו טון מיט די שטרענגקייט פון דעם קאנצענטראציע לאגער וואו די אידן זענען געווען אינטערנירט. ווייל אפילו אין בערגן בעלזען אליינס זענען אויך געווען פארשידענע שטאפלען פון די שטרענגקייט פון אינטערנירונג, פאר פארשידענע גרופס. אזוי ווי העניך האט ארויסגעברענגט...!
עכ"פ דער סאטמאר'ע רבי ר' אהרן האט געהאט א שטארקע נקודה אויפצוברענגען דעם פאקט אז זיין עלטער פעטער דער סאטמאר'ע רב ר' יואל'יש איז געבליבן מיט זיין גאנצע בארד. אן דארפן עס אראפצונעמען...!