קאך_לעפל האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנען האט רבינו שליט''א געזאגט ווי פאלגענד:
ס'איז פארהאן א פסוק אין שמואל: ויען אחד מהנערים ויאמר הנה ראיתי בן לישי בית הלחמי יודע נגן וגבור חיל ואיש מלחמה ונבון דבר ואיש תואר וה' עמו זאגט אויף דעם די גמרא אין סנהדרן (דף צ''ג) אמר רב יהודה אמר רב כל הפסוק הזה לא אמרו דואג אלא בלשון הרע יודע נגן שיודע לישאל, גבור שיודע להשיב, איש מלחמה שיודע לישא וליתן במלחמתה של תורה, וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום : דאס באדייט אז ווי באלד ס'איז וה' עימו איז די הלכה שטענדיג ווי דוד המלך.
האט רבינו שליט''א עקלערט אז דאס אז רבינו הקוה''ט זי''ע איז ניצול געווארן פון די נעגל פון די נאציס מיט זיין הייליגע בארד, די דיוקנא קדישא (וואס קיין שום איינציגער גדול אן קין אויסנאם האט נישט באוויזן, דער הייליגער בעלזער רב מהר''א זי''ע האט דאס אויסטערליש מפליא געווען ) דאס צייגט באשיינפערליך אז ס'איז געווען והשם עמו. די שכינה הק' וואס האט גערוהט אויף רבינו הק' האט אפגעהיטן איר הייליג קינד רבינו הק' אז ער זאל פארבלייבן מיטן הייליגן בארד אונטער די שווערסטע אומשטענדן ( ועיין בזה''ק פרשת נשא באדרא רבא, שהדיוקנא קדישא מורה על השראת השכינה ) האט רבינו שליט''א אויסגעפירט דערפאר איז הלכה כמותו בכל מקום. אפגעזען וואס אנדערע גדולי ישראל זאגן אנדערש. כבוד קדשם במקומם מונח.
אהא.
לאמיר טאקע אריינגיין עטוואס טיפער אין די "וה' עמו" פון סאטמער רב.
דאס אז סקווערע רבי ז"ל, ווישניצע רבי ז"ל, באבובע רבי ז"ל, גערע רביים ז"ל, באיאנע רבי ז"ל, סלאנימע רביים ז"ל, א.א.וו. זענען נישט געווען פארמישט אין קיין מחלוקת, אפשר דאס באדייט "וה' עמו"? סאטמערע רב וואס פון אורשיווע קיין וומב"ג איז ער געווען פארמישט אין מחלוקות איבערן קאפ (טיילווייזע ליסטע וואס כ'דענק אויפן מאמענט: בעל מנחת אלעזר ממונקאטש, בעל חקל יצחק מספינקא וחתנו ר' אבישל קראלער, ר' חיים'ל מסאטמאר ואביו ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער, ר' בערצי מנדבורנה-סאטמער, בעל שבט יהודה מסאטמער, בעל דברי יציב מקלויזנבורג, מהר"א מבעלז, און אפילו זיינע אייגענע צוויי איידעמער, ר' זלמן לייבעלע מסיגוט און דער סאסובער רבי ז"ל. דאס איז שוין אן די אנדערע מיט וועם ער איז זיך נישט אדורכגעקומען, אנע גראבע טיטל מחלוקת. א שטייגער ווי הגאונים ר' משה פיינשטיין, ר' אהרן קאטלער, ר' אליעזר סילבער, סקווערער רבי ז"ל, אסאך אדמור"י בית רוזשין, און נאך), איז אפשר נישט געווען בגדר "וה' עמו" אדאנק די פילע מחלוקה'לעך, וואס לדעת הסאטמערע איז עס מסתמא נישט געווען זיין שולד, אלזא האט מען אים פון הימל נישט פארהיטן זיך נישט צו שלאגן מיט אזויפיל גוטע אידן.
אפשר איז דער פאקט אז דער אמרי אמת האט געהאט דריי קינדער וואס האבן ממשיך געווען נאך אים בזה אחר זה, אן קיין מחלוקת, און פון דארט איז עס אריבער צום היינטיגן גערע רבי און טראץ אנגעשטרענגטקייט מיטן קוזין איז נישטא קיין עקלהאפטע פאליטיק צווישן ברידער און געשוויסטער, אפשר איז דאס בגדר "וה' עמו"? ווידער סאטמער, וואס שלאגן זיך צווישן זיך טאג נאך טאג, אנגעהויבן פון סאטמערע פראקציעס וואס האבן געהאט פאליטיקעס מיטן ברך, און געענדיגט ביים גרויליגן מלחמת אחים היינטיגע צייטען. אפשר איז דאס די סתירה צום "וה' עמו"?
דאס אז דער סקווערער, ווישניצער, גערער, קלויזנבורגער, א.א.וו. האבן איבערגעלאזט קינדער זרע ברך ה', אפשר הייסט דאס "וה' עמו"? און דאס אז דער סאטמער רב האט נישט זוכה געווען צו דעם, וואס ע"פ קבלה שטייט זאכן דערויף (סך הכל א צד השוה צום גאונישן געדאנק פון ברענגען א ראיה פון "דיקנא קדישא"), איז ליידער נישט געווען קיין "וה' עמו"?
און אפשר גאר איז דער פאקט, אז טראץ זיין האמערן קעגן אגודת ישראל, השתתפות בבחירות, נעמען געלט פון די מדינה, גיין צום כותל, האט די אידישע וועלט נישט אנגענומען ווי אים, איז דאס דער אפענער ראיה אז ס'איז נישט געווען דער "וה' עמו"? כ'גלייב דאך אז ער האט געמיינט לש"ש, און ער איז געגאנגען מיט מסי"נ, און אויב אזוי וואלט דאך געדארפט זיין דער "וה' עמו" אז די וועלט זאל מכיר זיין און שרייען ויואל משה אמת ותורתו אמת?
נאכמער, לדעת די סאטמערע, איז דער שיטה פון סאטמער רב געווען דער אנגענומענער שיטה פון גדולי ישראל איידערן קריג (אן ארגומענט וואס איז גענצליך אומרכטיג פון א היסטאריש פרעספעקטיוו), קומט דאך אויס אז רוב שלומי אמוני ישראל האבן אמאל געהאלטן ווי סאטמער רב אבער האבן עווענטועל גענומען א צווייטע מהלך, און דאס איז דאך א סתירה נוראה צום "וה' עמו", טאקע אויפן פונקט וואס דיין רבי וויל ברענגען ראיות צום וה' עמו.
נאכמער פון דעם, דער "וה' עמו" ווערט געדרשנט אז הלכה כמותו בכל מקום, ווי האמיר געזען אז ס'זאל זיין הלכה כמותו? טאקע דא ביים בחירות פרשה האט מען נישט אנגענומען ווי עם, און סאטמער האט נישט באוויזען צו באאיינפלוסן יהדות החרדית צו זיין שיטה. הלכה כמותו איז נישט קיין ווינטש, קיין המלצה, קיין הסכמת התאחדות, נאר א פאקט: ווען דוד המלך האט עפעס געזאגט, איז געווען הלכה כמותו ווייל יעדער האט געזען אז ער זאגט ריכטיג. ווען סאטמער רב האט געזאגט זיין שיטה האט מען בכלליות נישט אנגענומען ווי עם.
ווען ב"ש און ב"ה האבן זיך געקריגט אין לערנען, האט אויך יעדער געהאלטען אז זיין רבי איז גערעכט, והא ראיה קוק וויפיל פלייש מיין ב"ש/ב"ה האט. אבער ווען כלל ישראל האט למעשה אנגענומען די קו פון ב"ה האט מען ענדגילטיג געזען אויף וועם ס'זאגט זיך דער הלכה כמותו. האט כלל ישראל אנגענעומען דעם הלכה כמותו פון סאטמערע רב?
און צום לעצט, א רבי וואס איז אדורךך די מלחמה אויף א גאלדענע טאץ ביחס צו אנדערע צדיקים, ער האט געליטן די ווייניגסטע פון סיי ווער ס'איז נאר אריבער מאורעות השואה (למעט די וואס זענען גערעטעט געווארן איידערן קריג), געליטן פאר א קנאפע יאר פון א זעקס-יעריגע שואה, נישט געארבעט אפילו זייענדיג אין בערגן בעלזן, געראטעוועט געווארען דארך ציונים ווי קאסטנער, און זיינע קינדער זענען נישט אויסגע'שחטען געווארן פאר זיינע אויגן, זאל מיר דער עפרא לפומיה טיטל-טיילער פון קרית יואל נישט דערציילען קיין גאלדענע גליקען איבער זיין זיך נישט שערן דאס בארד.
ווען ר' מענדעלע סטראפקעווער האט פארלוירן אלע זיינע קינדער, אייניקלעך, און אור-אייניקלעך, געליטן צרות צרורות און זיך געמיזט שערן די בארד, און געבליבן א דערהויבענע איד,
און ווען בעלזער רב האט פארלוירן אלע זיינע קינדער און אייניקלעך, אדורך ביטערע זעקס יאר פון צרות, געווען קראנק און שוואך אלע זיינע יארן, אנטלאפן פון לאנד צו לאנד, און זיך ליידער געמוזט שערן די בארד, און פארט געבליבן א דערהויבענע איד מיט הנהגות ווי א מלאך,
און ווען דער וויזניצער רבי האט זיך געשוירען די בארד און געראטעוועט אומצאליגע אידן ביים קריג,
און ווען דער באבובער רב איז אריבער די גאנצע מלחמה פון צרות, און ער האט זיך געשוירן די בארד און זיך גאר פארשטעלט ווי א נאצי און אזוי ארום געראטעוועט אידן פון טויט,
און ווען קלויזנבורגער רב איז אדורך ציפקע צרות ביים קריג, מ'האט אים אויסגעשחטן זיין ריזן משפחה פון איבער צען קינדער, געווען אין אוישוויץ און געארבעט ביטער שווער, און אנגענומען די צרות מיט א הימלישע דערהויבנקייט שרייענדיג תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה,
דאן זע איך נישט דער "וה' עמו" אין א בארד, נאר אין דער צלם אלקים וואס האט זיך ארויסגעוויזן
נאכן אראפשניידן די בארד.