שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב נישט אז בעלזער רב האט דאס געזאגט. דער סאטמארער רב האט דען נאר באזוכט דעם בעלזער רב איינמאל? ווייל אויב יא איך האב געהערט גאנץ א אנדערע ווערסיע און גאנץ א אנדערע מעשה פון מיין פעטער הרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל (משב"ק מהר"א מבעלזא) וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. חוץ אז זיי האבן זיך געטראפן מעהר ווי איינמאל, דעמאלט קען זיין ביסטו גערעכט. דער בעלזער רב האט יא געוואלט צוריק גיין אויף א באזוך צום סאטמארער רב, ער האט נישט גענוצט אזעלכע שפראכן "ער האט מיך געטשעפעט", בכלל נישט געווען אזא מין מענטש. ער האט יעדע זאך אויסגעטייטשט אלץ גוטס. דאס וואלט אפשר געפאסט פארן היינטיגן בעלזער רב, נישט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזער זצ"ל. ער איז געווען א איידעלער מענטש, א דזשענטעלמאן. ס'קען זיין אז די גבאים האבן אזוי אויסגעטיישט, אבער איך קען דיר צוזאגן אז ר' אהרן בעלזער וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט, און וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזעלכע חשבונות... עפעס שטימט נישט דא.... אפילו ווען איינער וואלט אים געשפיגן אין פנים אריין וואלט ער געזאגט אז ס'רעגנט. ער האט יעדעם דן געוועהן "לכף זכות", ספעציעל אויף א גרויסע רבי פון חסידים ווי סאטמארער רב וואלט ער קיינמאל נישט אזוי גערעדט. קיינמאל נישט!
ביסט גערעכט, ער איז טאקע געווען מער פון איינמאל, און די ערשטע מאל איז טאקע בעלזער רב געווען א ביקור גומלין ביים סאטמארע רב זי"ע.
לגבי די ווערטער פונ'ם בעלזער רב ז"ל איז דיין גלויבונג אין דעם נישט משנה די פאקט, און אפאר עדים נאמנים האבן געהערט עטליכע מאהל אזעלכע דיבורים און נאך כיו"ב.
[נ.ב. לגבי די ביקור גומלין פונ'ם בעלזער רב איז באוואוסט ווי די סאטמארער רב האט דעמאלס געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט אלעס וואס די ציונים האבן געבויעט אין ארה"ק חרוב ווערן כדין ס"ת שכתבו מין, און בעלזער רב האט גארנישט געענטפערט... ביים אנקומען צוריק למעון קדשו האט זיך בעלזער רב ז"ל אפגעשטעלט ביים שוועל און געזאגט, ח"ו ח"ו, גארנישט וועט נישט חרוב ווערן, איך האב איהם געהאט וואס צו ענטפערן, אבער איך האב בקבלה פונ'ם טאטע ז"ל אז נישט אלעמאל דארף מען ענטפערן...]