אן אהרוני זוכט א חסידות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

אן אהרוני זוכט א חסידות

שליחה דורך נאך א מיינונג »

איך בין א סאטמארער חסיד, דא בין איך געבוירען געווארען, דא באלאנגט מיין משפחה און מיר פירען זיך אן מיט די לעבענסשטייגער.

ווען עס איז געווארען דער ריס אינערהאלב די קהלה, האבען מיר געקוקט ביידער צדדים און מיר האבען מחליט געווען ווי צו גייען. מיר האבען געזען אז די זאלי פארטיי האט מחליט געווען אז די בעלעבתים גייען פירען, דער רבי דינט אפיציעל די אינטערעסען פון משה גבאי, לעיזר קעסטענבוים ועוד. זיי וועלען איינטיילען וויאזוי די שיטה"ק דארף פארטייטשט ווערען אין די היינטיגע אומשטענדען, וואס איז ריכטיג און וויאזוי פאסקענט מען להלכה.

ווידער זענען די אהרונים געקומען און געזאגט אז זיער רבי איז אליינס א וועלטס ת"ח, און די אטאריטעט מוז באלאנגען צו תורה. וויבאלד מיר האבען פארשטאנען אז אזוי מוז זיין, די בעלעבתים זאלען געבען געלט און צושטעלען לאגיסטישע עצות, און דער פסק מוז זיין ביד די רבנים און על כולם דער רבי זז"ג, זענען מיר געגאנגען צו די צד. נישט אייביג איז עס לייכט געווען, אין ווסמב"ג האט מען געדארפט אויפשטעלען פון דאס ניי, און עס האט נישט אייביג געגלאנצט צו זיין אן אהרויני. אבער מיר סאטמארער שרעקען זיך נישט פון געלט פראבלעמען צו בזיונות פון די גאס, און געבליבען זענען מיר שטאלץ מיט די שטארקע מנהיג, ממשיך בדרכי אבותיו ורבותיו. אז די זאליס זענען געגאנגען זייער וועג, האט מיר נישט געשטערט. זאלען זיי גייען פירען וואס זיי ווילען, מיר האבען א רבי׳ן וואס טיילט איין וואס צו טוהן.

יעצט ווייס איך שוין נישט וואס צו טון. אז דער רבי זז"ג האט זיך געלאזט הערען אזא דרשה ווי פארגאנגענע וואך וועגען בני ברק, מה הועילו חכמים בתקנתם? אז ער שלאגט זיך מיט חיים הערש, גייט מיר נישט אן. אבער אויסצורופען אז די בעלעבתם און געלט געבערס זענען די וואס האבען די לעצטע ווארט, און דער ראש ישיבה מעג נאר רעדען מיט בחורים? פאר דעם האב איך געקענט בלייבען ביי די זאליס. וואס איז מיר א חילוק וועלכע בעלעבאס דאס איז? ווי קומט עס אזא 180? יעצט זענען מיר זאלי45, בכלל נישט קיין זעלבסשטענדיגע קהלה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א מיינונג: איך מיין אז דיין הגדרה פון זאלי 45 איז א גוטע הגדרה. ווייל דו דארפסט געדענקען אז מהרז"ל שליט"א איז אויכעט נישט ביזי יומם ולילה. און ער שרייט אויכעט נישט אראפ מכל עץ רענן. פון א יעדע פלאטפארמע וויאזוי ער טייטשט איין די שיטה פון רביה"ק. נאר ער טרייט צו לעבן בשלום מיט א יעדן. און דער פאקט אז ער האט אין זיין מחנה אזאלכע פאררוקטע ברואים ווי מנשה פיליפ רעפלעקטירט בכלל נישט אויף זיין פערזענליכקייט. נאר ער געט איהם די פרייהייט זיך אוסצודריקן ככל אות נפשו. דאס מיינט נישט אז די רבי איז מסכים מיט זיינע שגעונות. די זעלבע איז ביי מהר"א שליט"א. ער האט אויך א פאר געזונטע פאררוקטע ברואים אזוי ווי שמואל שלמה טעללער. נאר נישט אייביג הערט ער איהם אויס. און פאלגט איהם.

כשאני לעצמי, ביניך מער נוטה צו די הנהגה פון מהר"א שליט"א. אבער איך וויל נישט מרחיב את הדיבור זיין דעראיבער ווייל ס'זענען דא עטליכע חשוב'ע ניקס וועלכע האבן א סענסיטיוויטעט צו דעם (כ'וועיס נישט, בלשון סקווירא, פארוואס.)

אבער דאס מיינט נישט אז איך האב ח"ו א שנאה אויף מהרז"ל שליט"א. פארקערט. איך געב איהם 100% גערעכט מיט זיין אקטיוו אין די פרשת ילדי צרפת. אבער מהר"א האט אויך א סאך אויפטוען. ואין צריך לפורטם כאן.

נאר ס'גנב'עט זיך מיר אריין א געדאנק אז מהרז"ל שליט"א לאזט זיך פיהרן פון משה גבאי. ס'איז כאילו ער איז דער ממליך מלכים אין קהילת סאטמאר.
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......

אז דו זוכסט טאקע א חסידות, דארפסטו קלאר אויסשרייבען וואס זענען דיין פארלאנגען. ווי לאנג דארף זיין בארד זיין? וועלכע קאליר טיש בעקיטשע? וועלכע עקסטער מאכלים פארטיילט מען שבת הפסקה? ווען ענדיגט ער דער באגלייטען מוצאי יו"ט? צו ער האט מער חומרות ווי קולות צו פארקערט?

און וואס זאגסטו צו צוריק? האסט אסאך געלט? ווי פיל וועגסטו? ווי פיל קינדער האסטו\פלאנסט דו צו האבען? ביסט גרייט צו געבען פעטש, כאפען פעטש?

א ביזנעס דארף גייען קלאר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

זאג נאר, דו האסט אזא קנעפל וואס טייפט די גאנצע זאץ אויפאיינמאל, אדער דו דארפסט עס טייפן איעדע מאל עקסטער? אויב די ערשטע איז ריכטיג, ביטע מיך אויסלערנען וויאזוי מ'מאכט דאס, ישר כח למפרע.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

זיכסטי א חסידות אדער זיכסטי א רבי? טאמער זיכסטי א חסידות קענסטי בלייבן ווי די ביסט, אבער מיט איין תנאי: זאלסט ערליך דורך ליינען דער בלאט וועכענטליך און ח"ו נישט קוקן אויף קיין מקומות שאין רוח חכמים נוחה מהם. איך שטעל מיך פאר אז די בלאט האט נישט געהעריג באריכטעט איבער מהר"א'ס לעצטיגע דרשה קיין בני ברק, און טאמער יא האט שוין שמואל ווידער אנגעדרייט א גאנצע ספין וואס דא האט פאסירט און צענזורירט ווי נייטיג.
טאמער זיכסטי א רבי, זענען דא אסאך שטילע ערליכע אידן ביי וועם מ'קען זיך דרייען און מקבל זיין הדרכה אין עבודת השם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קום צו אונז קיין סקאליע 48 א פיינע ווארעמע מקום.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

בן אדם האט געשריבן:קום צו אונז קיין סקאליע 48 א פיינע ווארעמע מקום.

קומט נישט צו צו היבנוב
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ליפא האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:קום צו אונז קיין סקאליע 48 א פיינע ווארעמע מקום.

קומט נישט צו צו היבנוב

גערעכט, אבער בעלעד 52 און מראה יחזקאל שטייגט זיי אלע איבער.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

איך וואלט רעקאמענדירט דעם פריש געשאפענעם חסידישן הויף אין טאמס ריווער "קהל נועם ורצון" בנשיאות הרב אשר לאבין.
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

שמעון וואלף האט געשריבן:זיכסטי א חסידות אדער זיכסטי א רבי? טאמער זיכסטי א חסידות קענסטי בלייבן ווי די ביסט, אבער מיט איין תנאי: זאלסט ערליך דורך ליינען דער בלאט וועכענטליך און ח"ו נישט קוקן אויף קיין מקומות שאין רוח חכמים נוחה מהם. איך שטעל מיך פאר אז די בלאט האט נישט געהעריג באריכטעט איבער מהר"א'ס לעצטיגע דרשה קיין בני ברק, און טאמער יא האט שוין שמואל ווידער אנגעדרייט א גאנצע ספין וואס דא האט פאסירט און צענזורירט ווי נייטיג.
טאמער זיכסטי א רבי, זענען דא אסאך שטילע ערליכע אידן ביי וועם מ'קען זיך דרייען און מקבל זיין הדרכה אין עבודת השם
קוקט אויס ווי די ליינסט נאר דער איד אין די פיקטשערסטיך אז דער בלאט ארבעט אויף די זעלבע וועג, האסט א טעות
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

תנחום האט געשריבן:איך וואלט רעקאמענדירט דעם פריש געשאפענעם חסידישן הויף אין טאמס ריווער "קהל נועם ורצון" בנשיאות הרב אשר לאבין.

לאגא איז זייער שיין, עפעס מער דעטאלען?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאדערט א באזונדערן אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך בין גראדע נישט קיין ארוני, אבער איך האב גראדע אנדערש פארטייטשט דיין רבי'ס ווערטער, ער האט געמיינט צו זאגן אז חיים הערש איז נישט בעל הבית אויף בני ברק, נאר אלעס באלאנגט ווייטער אונטער זיין הנהגה.

דיין הגדרה איבער די ארגינעלע ארוני-זאלי טיילונג, און וויאזוי די מענטשען האבן געמאכט החלטות מיט וועמען צו גיין האסטו זייער נישט ריכטיג אראפגעלייגט, אבער דאס עמער איבערלאזן פאר צימעס.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

און יעצט בין איך נאך מער אויף צרות. מיין רבי'ן האט מיר נאכאמאל אנטוישט אין גרויסען, סיי מיט די זינלאזע בארד שטיקעל תורה און סיי מיט די גאנצע ארום און ארום פון מאכען א יו"ט לכבוד די זיבעציגעסטע יאר פון די מדינה, ווען ער וואלט פונקט אזוי געקענט רעדען שלש סעודות אזוי ווי זיין פעטער.

אבער וואס קען איך טון? גייען צו זיין ברודער מיט אלע עזות פנימ'ער? בני יואל מיט אלע צודרייטע? וואס האט א סאטמארער צו טון אין די היינטיגע מצב?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אן אהרוני זוכט א חסידות

שליחה דורך גראף »

נאך א מיינונג האט געשריבן:.

אבער וואס קען איך טון? גייען צו זיין ברודער מיט אלע עזות פנימ'ער? בני יואל מיט אלע צודרייטע? וואס האט א סאטמארער צו טון אין די היינטיגע מצב?


ווער סאטמער געשטימט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך מיין אויך אזוי, לעצטענס טרעף איך מיר מיט אסאך נייע חברים, ווען איך פרעג זיי, ווי באלאנגט עטס? ענפערן זיי 'סאטמער געשטימט', מיין ווייב האט זיך געטראפן א נייע חברטע פון אראונד דע קארנער, אויך 'סאטמער געשטימט', לעצטע וואך האט זיך איינער אריינגעצויגן אין אינזער דעוועלאפמענט, אויך 'סאטמער געשטימט' עס איז עפעס א פיפטע פראקציע וואס האט זיך אנטוויקעלט אינעם סאטמערן חסידות.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נאך א מיינונג האט געשריבן:און יעצט בין איך נאך מער אויף צרות. מיין רבי'ן האט מיר נאכאמאל אנטוישט אין גרויסען, סיי מיט די זינלאזע בארד שטיקעל תורה און סיי מיט די גאנצע ארום און ארום פון מאכען א יו"ט לכבוד די זיבעציגעסטע יאר פון די מדינה, ווען ער וואלט פונקט אזוי געקענט רעדען שלש סעודות אזוי ווי זיין פעטער.

אבער וואס קען איך טון? גייען צו זיין ברודער מיט אלע עזות פנימ'ער? בני יואל מיט אלע צודרייטע? וואס האט א סאטמארער צו טון אין די היינטיגע מצב?


וואס איז שלעכט מיט ר׳ חיים יהושע האלבערשטאם-סאטמאר מאנסי. ער איז אויך א בני יואל?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

יעדער חסידות האט 'געשטימטע' מענטשען. איך האב זיך אנגעטראפען מיט אסאך בעלזער וואס זענען נאר 'בעלז געשטימט', און אזוי אויך מיט באבובער. יעצט ווערט עס טאקע שווערער אין באבוב. אין גער וועסטו ווייניג טרעפען אזוי.

אבער אין סאטמאר איז עס די מערסטע מעגליך, אבער די ווייניגסטע צוגעשטעלט. א 'געשטימטע' האט גארנישט פון סאטמאר. איך וויל א סאטמארער חינוך און א סאטמארער לעבען. איך וויל נישט זין א טונא בייגעל, איך וויל בלייבען מיט די שיטה"ק, אן די נארישע שטיק. איך וויל נישט די עקסטרעמיזם פון די שרייבערס אין דער איד, ווי אויך נישט די עזות פנים פון די חברה וואס שרייען נאכאנאנד אז דער רבי באלאנגט פאר זיי און נישט פארקערט. בקיצור אזוי ווי עס איז געווען. רשכבה"ג ווי דער רבי ז"ל וועל איך נישט האבען, אבער כאטש ביי וועמען זיך צו ווייקען.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך זעי שוין דו וועסט שוין בלייבן וואס דו ביסט........
Avrom
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 29, 2018 12:54 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Avrom »

פאר צ'י אומן
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א-שופר-איז-א-שופר »

באמת אז דו ביזט אדער אן אהרוני אדער א זאלי ווייסטו נאך נישט וואס אידישקיט אז... איז וואס דו זיכסט איז א רעליגיע איז אויב דו טראכסט פון אידישקייט חזר גוט איין די ווערטער פון הלל... דעלך סני לחברך - לא תעביד ווען דו וועסט דאס פארשטיין וועסטו פארשטיין אז רוב חסידות'ן היינט [ליידער] און סאקמר בפרט ווי אויך סקווירא איז א סתירה שאין כדגמתו און אויך היפך פון דעם ווי אויך די גאנצע תורה.

חסידות איז היפך תורה, וואס דו דארפסט איז א רבי.

און ווען דו זוכסט א רבי דארפסטו וויסען, איעדע מענטש, רבי, רב, ראש ישיבה דיין אדער (אזוי גערופענע) שיינע איד וועלעכע שוקט אנדערע וויי טאהן א צוייטען איז נישט נאר נישט קיין רבי ער איז אפי' קיין מענטש נישט. אפי' בארעדען א צווייטען. ווי אזוי גייט ער דאווענען פאר דיר אדער געבען ברכות אויב מיט דעם זעלבען מויל שרייט ער אדער בארעדט אנדערע?
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

לדעתי גיי צו א נויטראלע רבי למשל די ראכמיסטריבקא רבי אדער סקולענער רבי
עס פעלט ב''ה נישט קיין ערליכע יודן אויף די וועלט
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

שוין ווידער מיט די משוגעתן.

איך מיין איך בין געבוירן געווארן צו ליידן. און נוקם זיין גיי איך מיט מיין קינדער, אז זיי וועלן זיך אויך מוטשן מיט סאטמאר עד ביאת גואל בביטול מדינה הציונית בהתגלות כבוד שמים.
פארשפארט